אחש"פ
אחש"פ, שיחה טו
בזמן הבית, ווען אלקות איז געווען בגלוי, און ס איז געווען הקרבת הקרבנות, קרבן מלשון קירוב, און מען
האט געזען במוחט, אויך בעני בשר, ווי דער קרבן הגשמי - 9ד?. ווערט נכלל באש שלמעלה, צי אין דעם אש שבדמות ארי' אדער אפילו אין דעס אש שבדמות כלב, אבער אעפ"כ איז געווען אלקות בגלוי, ובפרט קרבן פסח שמורה על החירות כנ"ל, דאן איז צוזאמען מיטן קרבן פסח האט אויך געקענט זיין דער ענין פון מרור, אז אפילו די ענינים של מרור, דברים המרים ביותר וואס זיינען גאר ניט קיין מאכל אדם, האט מען געקענט, דורכן קרבן פסח, מעלה זיין. משא"כ איצטער, וואס ם איז ניטא קיין קרבנות וגילוי אלקות, קען מען ניט מקריב זיין קיין דברים המרים.
דאס אלץ איז מער ניט ווי בנוגע דעם מרור אליין. איז איצטער ניטא קיין דין און קיין חיוב אין די דברים המרים, מען זאל זיי מעלה זיין למעלה, מצד החושך כפול ומכופל.
אמנם, בנוגע דעם אדם, זאגט מען אז ער איז מחוייב במדוך, וויילע תכלית עלייתו ושלימותו איז ע"י המרור, וע"ד מעלת הבע"ת לגבי צדיקים שעבודתם בחילא יתיר, וע"ד חביבותו של הגר, כמבואר ברמב"ם. און דאם האבן די חכמים געגעבן א כח להאדם אז דורך דעם וואס ער וועט זיך פארנעמען מיט ענינים שאינם מאכל אדם כלל, וועט ער צוקומען צו תכלית המעלה והשלימות.
וואס דאס איז אויך דער ענטפער אויף דעם ודאם אנדערע טענה'ן, וויבאלד אז דער אויבערשטער וויל מען זאל קקיים זיין תומ"צ, איז צוליב וואס האט ער געמאכט אזוי פיל שוועריקייטן ומניעות אויף דעם? איז דער ענטפער אויף דעם, אז דוקא דורכן מרור קומט מען לתכלית העילוי. כא, וזהו ג"כ מ"ש הרמב"ם אז מרור איז ניט קיין מצוה בפני עצמה, אזו ווי מצה וואס זי איז א מצוה בפני עצמה נאר
מען עסט מען עסט דאס צוזאמען מיטן פסח ס' איז אבער א מצוה בפני עצמה, משא"כ מדור איז ניט קיין ענין בפני עצמו, ס'איז מער ניט ווי ממכשירי הפסח. ולכאורה (חסר הקושיא). נאר דער ענין איז כנ"ל וויילע מרור מצד עצמו איז קיין ענין ניט, ס'איז מער ניט אז דער עילוי הקרבן בכלל וקרבן פסח בפרט שמורה על החירות, איז דאס ע"י המרירות. ווארוס ווען ניט די מרירות איז מען ניט מרגיש מעלת החירות. וע"ד דאיתא במדרש תמורה שטים אין רע אין טוב.
ועפי"ז מובן, אז אויך מרור דריקט אויס דעס ענין החירות, ווארוס ס איז ניט קיין ענין של מרירות בפני עצמו, נאר ענינו איז אויף מדגיס זיין און מבליט זיין דעס חירות פפן קרבן פסח. און אזוי ווי דאס איז געווען בזמן הבית, בשעת מען האט געגעסן דעס מרור צוזאמען מיטן פסח, איז דאך געווען ענינו של המרור אויף מבליט זיין דעס חירות הפסח, אזוי אויך מרור איצטער, איז ענינו אז דורך די מרירות וואס ס'איז דא איצטער, וועט מען צוקומען צו תכלית העילוי, כמעלת הבע"ת כנ"ל, וואס דער עילוי וועט נתגלה ווערן לעתיד.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Nisan 5720 (19 April 1960)
- Events
- Acharon shel Pesach
- Id
- rh-e9xzeb5d
Copies
Recent activity
Sources
- drive