י"ט כסלו
י"ט כסלו, שיחה יג
יד. מ'האט דאך פריער גערעדט וועגן "יפוצו מעינותיך חוצה", און די אלע ענינים פון חסידות חב"ד, און דאס זאל גיין אין א סדר מסודר, און ווי די גמרא זאגט אז ס'זאל זיין "הליכות עולם לו", נאר וואדען - די הליכות זאלן זיין ע"פ התורה.
וואס דערפאר איז דאך אויכעט דער רבי דער שווער האט זיך אנגעהויבן מתעסק זיין מיט פאנאנדערשיקן מענטשן בעולם, אז דורך זיי זאלן דערנאך ווערן די צינורות דורך וועלכע ס'זאל זיין לייכטער די הפצת המעינות אויכעט אין דרך הטבע.
וואס דערפאר איז אויכעט ווען מ'שטייט אין א טאג וואס אויף עם זאגט מען אז דאס איז ר"ה אויף די ענינים פון "יפוצו מעיינותיך חוצה", איז דאך דעמולט מעצמו מובן אז זיי זיינען פון די וואס נוטלים חלק בראש, ווארום ס'איז דאך "שלוחו של אדם כמותו". .
עאכו"כ שלוחים פון דעם שווער וואס ער איז געווען און ער איז דער נשיא הדור, איז דאך יעדערער פון זיי במקומו האט די ענינים און די אפשריות און די יכולת אויף דורכפירן די שליחות, מ'דארף נאר וויסן אז דער מקום איז שוין ראוי לזה, און אז דער איז ממלא שליחותו באמונה, ד.ה. אז ער לאזט זיך אינגאנצן אן א זייט און איז מערניט ווי א ענין אויף דורכפירן די שליחות פון דעם שווער לויט די תכלית הכוונה פון הפצת המעינות חוצה.
וואס אט דעמולט איז מצד המשלח איז דא די כל הענינים הדרושים, מצד זמן איז דאך ווי דער רבי האט געזאגט איז "הנה זה עומד אחר כתלינו", דאס איז שוין די העכסטע צייט אז משיח ווארט אויף אראפנעמען דער העלם והסתר און אנטפלעקן זיך, איז דאך מערניט וואס ס'דארף זיין די אצבע קטנה פון דעם שליח במקום זה און פון דעם שליח במקום שני, און פון אט די וואס ארום עם וואס זיי דארפן עם מסייע זיין - זאלן האבן א עזר אן אחיזה אין דרך הטבע, וועט דעמולט יעדערער אויספירן זיין שליחות במילואה, וועט דעמולט זיין דער בבת אחת דער "ולבני ישראל הי' אור", דער אור פון מאור שבתורה זוהי פנימיות התורה בכל מקום ובכל מדינה וואו זיי געפינען זיך.
און אזוי ווי דער מדרש זאגט אז "אחד מכם גולה לברבריא ואחד מכם גולה לסמדרטיא", איז דאס כאילו אלע אידן האבן אהינצו גולה געווען, און ער איז זיי אלעמען מוציא, אזוי איז אויכעט אז ס'איז גענוג איינער בעיר און שנים במשפחה בשעת מ'טוט באמונה, איז דאס איז "חודו של מחט" וואס עפענט אויף דער "פתחו של אולם", אז ס'זאל ווערן דארט די הפצת המעיינות מתוך שמחה ומנוחה וטוב לבב, אין אן אופן פון מוסיף והולך ומוסיף ואור, והולך ומתגבר עד נכון היום דער "היום אם בקולי תשמעו", וואס אט דעמולט וועט זיין אט דער יום וואס משיח זאגט אויף עם אז ער קומט "היום".
און דערפאר איז אלעמען אויסרעכענען איז דאך שווער, אבער לכל לראש איז דאך זעלבסטפארשטענדליך, דער כפר חב"ד אשר בארצינו הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו
ע"י משיח צדקנו, און אזוי אויכעט די שלוחים וואס זיינען אין פאריז אין צרפת, און אין מילאנו איטליא, און אין מלבורן אויף אויסראליא און אין קאסאבלאנקא און מקנעס אויף מאראקא, און אין יאהאנסבורג אויף דרום אפריקע, און בכל מקום ומקום, און העולה על כולנה די אחינו הנמצאים בשבי' מאחורי המסך ווי מ'רופט דאס איצטער אן, וואס זיי שטייען פון דעמולט אן א משך עשיריות בשנים אין א תנועה פון מסירת נפש אניט בכח נאר בפועל, און היטן אפ א דקדוק קל של דברי סופרים הם ובניהם ובנותיהם הקטנים עם הגדולים, איז יוסיף ה' עליהם בברכתו אז זיי זאלן אנקומען די גאנצע עבודה אן יסורים ח"ו, ובחסד וברחמים ובטוב הנראה והנגלה.
און יעדערער במקומו זאל טאן אין הפצת המעיינות מתוך בריאות הנכונה און באופן דמוסיף והולך, וועט דעמולט אויכעט זיין אז משיח וועט אראפקומען למטה מעשרה טפחים, און וועט אונז אלעמען פירן קוממיות לארצנו, במהרה בימינו ממש.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 19 Kislev 5720 (20 December 1959)
- Events
- 19 Kislev
- Id
- rh-ck3vx316
Copies
Recent activity
Sources
- drive