שמות, מבה"ח שבט
שמות, מבה"ח שבט, שיחה א
בס"ד. שיחת ש"פ שמות, מבה"ח שבט, תש"כ.
א. אער רבי האט דערציילט בשם זיין זיידן דער רבי מהר"ש, אז זיין טאטע דער צ"צ האט געזאגט, אז וואס האט געוואלט דער זיידע - דער אלטער רבי - מיט תורת החסידות און מיטדרכי החסידים? דרכי החסידים איז אז אלע חסידים זאלן לעבן ווי איין משפחה באהבה עפ"י תורה, און תורת החסידות איז אריין טראגן א חיות אין אלץ און באלייכטן אלץ אויך דעם רע בכדי צו מתקן זיין אים.
ס'איז דאך מובן די שייכות פון דעם פתגם מיט היינטיקן טאג, ווארום היינט איז דאך דער טאג וואס פאר כ"ד טבת, דער יום ההילולא פון אלטן רבי'ן.
בכלל, איז בא יעדער נשמה, בשעת ההסתלקות ווערט דאך נשלב איהר שליחות וואס זי האט געדארפט אויספירן בעלמא דין. ובפרט בא צדיקים וואס זיי פירן דאך טאקע דורך די שליחות, וכמ"ש צדיק הוי' צדקות אהב. (חסר קצת).
דאס איז אזוי בא אלעמען, אפילו בא די נשמות וואס זיינען באים בגלגול, וכדאי' בכהאריז"ל אז רוב הנשמות בדורותינו אלה זיינען ניט קיין נשמות חדשות ווארום זזיי זיינען שוין געווען אמאל בגלגול, איז פונדעסטוועגען איז דאך והנגלות לנו ולבנינו, איז פון די שליחות וואס זי זארף דורכפירן אין דעם גלגול, איז דאך דער דיום ההסתלקות דער גמר השליחות, ועאכ"ו בא דעם אלטן רבי'ן וואס ער איז געווען א נשמה חדשה וכידוע הסיפור בארוכה אין די הכנה וואס עס האטגעדארפטזיין ירידת נשמתו בעלמא דין כסדר ההכנה פון א נשמה חדשה, איז דאך א ודאי אז ביום הסתלקותו איז דער גמר כל שליחותו בעלמא דין.
ווואס בגמר השליחות ווערט דאך די נשמה, מיט אלע איהרע ענינם וואס זי האט אויפגעטאן בעלמא דין, ווערט נתעלה לשרשו היותר נעלה. און אזוי ווי דאס איז בשנת ההסתלקות, אזוי איז אויך בכל שנה ושנה, וכדאי' בכהאריז"ל ע"פ והימים האלה נזכרים ונעשים, אז יעדער מאורע בשעת עס קומט בכל שנה דער טאג און מען דערמאנט - נזכרים - דעם מאורע כדבעי , דאן איז ונעשים, עס טוהט זיך אויף נאך אמאל דער ענין. ד.ה. אז ביום היאצ"ט איז בכל שנה ושנה, טוהט:י: זיך אויף טוהט זיך אויף נאך אמאל דער זעלבער ענין וואס עס האט זיך אויפגעטאן בשנת ההסתלקות, אז אלע ענינים ווערן נתעלה לשרשם היותר עליון.
וואס מצד דעם איז אויך אין נגלה דא דער דין אז ביום בהיאצ"ט זאגט מען קדיש. ואע"פ אז נאר י"א חודשים הערט מען אויף זאגן קדיש, וויילע מען נעמט אן אז לאחר י"א חדשים איז שוין די נשמה דורכגעגיינגען און ס'איז שוין נתבטל געווארן אלע דינים, פונדעסטוועגען, איז אין א חודש ארום ביום היאצ"ט, וכמו"כ בכל שנה ושנה, זאגט מען קדיש, וויילע דאס איז ניט קיין ענין פון ביטול הדינים, נאר דאס איז מצד ענין העלי', וואס די נשמה האט א עלי' ביום היאצ"ט.
והגם, אס כסדר איז דאך דא עליות, ס'איז דאך וקדושים בכל יום יהללוך סלה, מ"מ איז דאס ניט בדומה צו די עליות שביום ההילולא, וואס יעמולט זיינען דאך עליות באין ערוך, וכנ"ל אז ביום זה איז די עליות לשרשה היותר עליון.
און אין דעם איז דא א חילוק, אז בא סתם איז די עלי' הנשמה מיט די ענינים וואס זי האט אויפגעטאן בזמן היותה בעלמא דין, און בא די וואס אויף זיי שטייט מה זרעו בחיים כו', וואס זייער עבודה טוהט זיך דאך אויך שפעטער, און דאס איז דער ענין פון די גדולין וגדולי גדולין שלאחר הסתלקותם, איז ביוסההילולא איז אויך עולה די עניניסשל הגידולי גדולין, וואס דאס זיינען תלמידיו ותלמידי תלמידו, איז דאס אויך עולה לשרשו היותר עליון.
וב. איז בשעת מען שטייט א טאג פאר דעם יום ההילולא פון אלטן רבי'ן, וואס דאן איז דאך די עלי' פאר די אלע וואס האבן א שייכות צו אים, זאגט מען, אז וואס האט דער אלטער רבי געוואלט.
איז דער צ"צ וואס ער איז דאך געווען דעם אלטן רבי'נס מקבל, דעפ"י שבדורות הנשיאים איז געווען אדמו"ר האמצעי באמצע, אבער מ"מ איז דאך דער צ"צ האט מקבל געווען פון דעם אלטן רבי'ן אליין, וואס ער האט דאך מיט אים געלערנט און מחנך געווען כאב את בנו, וכדוע הסיפור אז מצד דעם וואס זיין מוטער האט זיךמוסר נפש געווען אויף אומבייטן דעם אלטן רבי'ן האט איהר דער אלטער רבי צוגעזאגט אז ער וועט מחנך זיין איהר זון כאב המחנך את בנו..
האט דער צ"צ געזאגט, אז וואס האט דער אלטער רבי געוואלט מיט תורת החסידות, מען זאל באלייכטן אויך דעם רע - צוליב וואס - בכדי צו מתקן זיין אים.
וועט מען עס פארשטיין עפ"י וואס דער רבי האט איבערגעזאגט בשם אביו כ"ק אדמו"ר נ"ע, דעם חילוק פון יצי"מ כפשוטו מיט דעם חסידישן יצי"מ. אז יצי"מ כפשוטו איז געווען בדרך עזיבה ושבירה און דער חסידישער יצי"מ איז בדרך תיקון ועלי'.
ביצי"מ איז געווען דער סדר פון ונצלתם את מצרים, מען האט ארויסענומען אלע ניצוצות פון מצרים, און אין דעם איז גארניט איבערגעבליבן קיין ניצוצות של קדושה, וואס דערפאר איז דער מציאות בטל געווארן, ולא נותר אף אחד, וואס דערפאר איז דאך אויך געווען דער ציווי פון לא תוסיפון לראותם עד עולם. ד.ה. אז מען האט ניט מיט גענומען דעם מצרים ערות הארץ, נאר מען האט ארויסגענומען פון אים די ניצוצות הקדושה און דעם מצרים אליין האט מען צובראכן. משא"כ דער חסידישער יצי"מ איז ניט ברעכן די מצרים אליין וגבולים, נאר מען זאל אויך זיי אליין מעלה זיין לקדושה
און דאס מיינט אז מען דארף באלייכטן אויך דעם רע בכדי צו מתקן זיין אים, אז מען דארף מתקן זיין אויך דעם רע אליין. וע"ד דאיתא בגמרא שזדונות עצצם נעשים כזכיות. ווארום אין יעדער זאך איז דאך דא א ניצוץ אלקי, ואפילו דער ניצוץ שבגקה"ט ווואס עס שטייט אויף אים ונר רשעים ידעך, מ"מ איז דאך אויך ער א ניצוץ אלקי, דארף מען אים מברר זיין מזכך זיין און מעלה זיין.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Teves 5720 (23 January 1960)
- Id
- rh-b3k2wtrk
Copies
Recent activity
Sources
- drive