עברית
Library

ראה, מבה"ח אלול

ראה, מבה"ח אלול, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ו. און דאס איז דער ענין פון אבד תאבדון, וואס דאס איז דער ערשטער ציווי, אז די ערשטע זאך איז אבר תאבדון, וואס דורך דעם קען מען צו גיין צו כללות העבודה דתומ"צ.

ווארום דער ענין המצות איז דאך אז מען נעמט א דבר גשמי און מען מאכט אים פאר א כלי צו אלקות. איז ווי קען מען מאכן גשמיות פאר א כלי צו אלקות? איז די ערשטע זאך דארף זיין דער אבד תאבדון, מאבד זיין דעם גאנצן ז ענין פון ע"ז, און ניט נאר די ע"ז אליין, נאר אבד תאבדון את כל המקומות, עס זאל גאר ניט זיין קיין נתינת מקום צו ע"ז, דורך דעם וואס מען וועט אנהערן אז אין עוד מלבדו.

- מען האט אמאל געפרעגט בא דעם בעש"ט, וואס האט ער אויפגעטאן, ס'איז דאך געווען אויך פריער פרומע אידן און צדיקים און וואס האט ער אויפגעטאן מיט זיין דרך. האט דער בעש"ט געענטפערט: בסעת אז א גנב קומט גנב'נען איז דא צוויי דרכים ווי צו שטעלן זיך אנטקעגען אים. איין דרך איז אז מען מאכט א געשריי, במילא דערשרעקט זיך דער גנב און אנטלויפט. אבער אעפ"כ קען ער דאך קומען נאך אמאל טראכטענדיק אפשר וועט אים דער צווייטער מאל מצליח זיין. פאראן אבער נאך א וועג, וואס דאס איז דער דרך הבעש"ט, אז מען כאפט דעם גנב, און מען מאכט אים איבער פאר א איש ישר. וואס בשעת אז מען כאפט אים ובפרט אז מען מאכט אים איבער פאר א איש ישר, איז ניטא קיין חשש

ער זאל שזדונות נעשים כזכיות,

וואס דער טעם אויף דעם איז, כמבואר בדרושים דחג הפסח, אז אמונת ישראל איז בבחי' סובב און אמונת או"ה איז בבחי' ממלא. דערפאר איז בא או"ה עלפט דאס נאר אויף ווייטער, און בא אידן, מצד בחי' סובב, איז ניסא קיינע הגבלות, און מען פועל'ט אז אויך דער דע ווערט נהפך לטוב.

וואס דאם איז אויך דער אויפטו פון פנימיות התורה, דענין התשובה עפ"י נגלה איז כמ"ש הרמב"ם חרטה על העבר וקבלה על להבא שלא ישוב לכסלה עוד. איז דאך דאם מער ניט וי אראפנעמען דעם רע. אבער ענין התשובה עפ"י פנימיות התורה איז מהפך זיין אויך דעם דע לטוב, וואס דאס איז מרומז אויך אין גמרא סזדונות נעשים כזכיות. וואס דאם איז מצד גילוי הסובב, דמזלייהו חזי, אז דאס דערנעמט אויך דעם גוף הגשמי, כנ"ל.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
27 Av 5720 (20 August 1960)
Id
rh-8gy8dhzt

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1r8JE1ZV9phuSRgYu7o1prF…