נשא, ט' סיון
נשא, ט' סיון, שיחה ז
ח. וועגען דעם ענין פון כי תשטה אשתו וואס עס שטייט אין היינטיקע סדרה, האט מען גערעדט (ליל ערב חגה"ש) דעה פירוס הבעש"ט אז אשתו גייט דאס אויפן גוף ונה"ב, און כי תשטה אשתו מיינט אז דער גוף ונה"ב גייען אן א זייט.
- עס איז דאך הכל הולך אחרי החיתות, איז דאך דער סיום הענין פון כי תשטה אשתו, אז ונקתה ונזרעה זרע. אז כאטש צום אנהייב איז דאך כי תשטה, איז אבער ונקתה ונזרעה זרע, והכל הולך אחרי החיתום. וואס דאס איז דאך
מצד הכלל פון לא ידח ממנו נדח. וכידוע די הוראה פון פסח שני, אז כאטס ער איז געווען א טמא ובדרך רחוקה פונדעסט- וועגען איז ניטא קיין פארפאלן, און מען מאכט פאר אים א פסח שני, און מען איז ממשיך אלע המשכות פון פסח מצה ומרור צוליב אים ביחוד. דוקא צוליב דעם וואס ער איז געווען טמא ובדרך רחוקה, בשעת אז אלע אידן האבן מקריב געווען דעס קרבן פסח. - בשעת, אז רוב ישראל זיינען טמאים איז מען מקריב פסח ראשון און יעמולט מאכט מען ניט קיין פסח שני, נאר דוקא בשעת אז איין יחיד איז געווען טמא בשעת אז אלע אידן האבן מקריב געווען דעם קרבן פסח, יעמולט דוקא מאכט מען ספיציעל צוליב אים דעם פסח שני. - דאס רעדט זיך דאך וועגען א טמא כו', ומכ"ס בא כי חשטה אשתו וואס ס'איז מער ניט ווי א ספק און אעע אידן זיינען דאך בחזקח כשרוח, איז דאך א ודאי, אז סבכ"ם ונקתה ונזרעה זרע -
איז די עצה והובא אל הכהן. וואס ע"ד מי שיש לו חולה ילך אצל חכם ויחרפא, אזוי אויך בחולי הנפש איז די עצה גיין צום כהן, שהו"ע חכמת החורה. און דער כהן דארף נעמען מיס קדושים און אריינגעבן זיי בכלי חרם.
מים קדוסים גייט דאס אויף תורה, דאין מים אלא תורה, און די מים דארף מען אנטאן אין לבושים וכלים באופן אז דער מקבל זאל דאס קענען נעמען. נוסף אויף דעם וואס תורה אליין ווערט אנגערופן משל הקדמוני, דארף מען האבן אבער משלים אויף משל הקדמוני גופא, ביז צו כלי חרם, בכדי אז דער מקבל זאל דאס קענען נעמען.
וואס אין דעם זעט זיך אויך די הוראה פון חסידות
בענין אופן ההפצה, וואס דאס איז נאך מערער ווי ענין נרות חנוכה. נרות חנוכה הגס שמצותם מבחוץ און מען ראט צוטאן מיט תרמודאי לשון מורדת כו' כידוע, פונדעסטוועגען איז אין א כלי חרס דמאיס טאר מען קיין נרות חנוכה ניט צינדן, וויילע אזוי נידעריק קען מען זיך ניט אראפלאזן. קומט צו גיין דער בעש"ט און זאגט א הוראה מצד פנימיות התורה, אז מען זאל נעמען די פנימיות התורה און אריינ- געבן אויך אין א כלי חרס, בכדי אז אויך דער וואס כי תשטה כו' זאל זיך קענען אויסהיילן פון דעם.
נוסף אויף דעם וואס מען נעמט פנימיות התורה שהו"ע השמן, און מען מאכט עס פאר מים, שההפרש בין מים לשמן הוא ששמן צף על כל המשקין ואינו בבחי' ירידה כלל וומים יורדים מגבוה לנמוך ד.ה. אז מען נעמט אן ענין סמצד עצמו איז ער בהבדלה לגמרי און מען זאגט אז מען דארף דאם ממשיך זיין למטה, נידעריקער און נידעריקער - און ניט דער פשט אז דאס ווערט אויס שמן, ווארום מען רעדט דאך דא וועגען פנימיות התורה שהו"ע יין ושמן כידוע, נאר אע"פ אז דאס איז שמן, אויך איצטער, איז דאס יורד למטה מטה - און דערמיט איז מען זיך נאך ניט מסתפק, נאר מען טוט עס אריין אויך אין כלי חרס.
- לגבי דעס משפיע, ד.ה. דעם אדם המפיץ, איז דער זענין פון כלי חרס (מיט עפר המסכן) מיינט מען דעס ענין הביטול. ונפשי כעפר לכל תהי וואס דאס איז דאך אויר וואס מיר געפינען אז שמן דארף מען האלטען אין א כלי חרס, ווארום ביטול דאס איז די כלי אויף איינהאלטען פנימיות התורה, בנוגע ההפצה אבער איז דער פסט פון כלי חרם, אז
דאס קומט אראפ למטה מטה ביז צו כלי חרס -
און דאס איז נאך ווייניק, נאר מען נעמט נאך מעפר המשכן, וואס דאס איז נאך א גרעסערע ירידה ווי כלי חרס, ווארום די עפר פון כלי חרס זיינען דאך כלים עכ"פ משא"כ דאס איז סתם עפר, וואס ס איז גאר קיין כלי ניט.
וואס אזא ענין געפינט מען אינגאנצן ניט בנרות חנוכה, דאפילו לפי הדיעות אז מען קען צינדן אויך בכלי חרס, איז אבער בכלי חרס דמאיס, זיינען אלע מודה אז מען קען ניט צינדן, און דא איז די ירידה פון די מיס קדוסים ביז צו סתם עפר.
און די הנהגה אין הפצת המעינות ביז צו חוצה, צוס וויסטן חוצה, טוט אויף דעס ונקתה ונזרעה זרע, היתה יולדת נקבות תלד זכרים, וואס זכר מיינט עס די גאולה העתידה וואס דאן וועט מען זאגן שיר חדש לשון זכר כדאי' - מתאים לההבטחה אז לכשיפוצו מעינותך חוצה וועט זיין דער קא אתי מר.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 9 Sivan 5720 (4 June 1960)
- Events
- Nasso, 9 Sivan
- Id
- rh-7xjn0tcd
Copies
Recent activity
Sources
- drive