עברית
Library

שלח, מבה"ח תמוז

שלח, מבה"ח תמוז, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ו. וועט מען עס פארשטיין בהקדים מאמר הבעש"ט ע"פ כי תראה חמור גו' עזב העזה עמו. כי תראה חמור - אז דו וועסט זיך אייקוקן אין דיין חומר הגוף, וועסט דו זעהן - שנאך, אז ער איז דיינער א שונא.

וכמבואר בתניא אז אפילו כשיהי' צדיק גמור עובד הוי' ביראה ואהבה רבה בתענוגים לא יגיע למעלת דביקותו בהוי' ווי ער איז געווען למעלה קודם ירידתו למטה. זייענדיק למעלה, איז אפילו אין קלענערע מדריגות ווי אהבה בתענוגים איז ער געווען בתכלית הדביקות, וכמ"ש אשר עמדתי לפניו, און קומענדיק למטה איז אפילו אין א דרגא פון אהב"ת שטייט ער אויך ניט בדביקות, און ער איז נאך אלץ בבחי' ישות, און פארוואס איז דאס - מצד הגוף. היינט בשעת ער איז דיך מתבונן אין דעם, איז ער מיטן גוף ווערן די גרעסטע שונאים, וויבאלד אז דער גוף איז אים מונע מחייו, ניט נאר פון א ענין וואס איז נוגע לחיי עוה"ז נאר פון א ענין שמונע לחיי עוה"ב.

וואס לפי ביאור הנ"ל וועט מען אויך פארשטיין אז דער מאמר הבעש"ט הנ"ל איז געזאגט געווארן צו אלעמען, אזוי ווי יעדער ענין פון תורה וואס איז שייך צו אלעמען אפילו צו אזא ווי דער בעש"ט אליין, וכמו"כ שארי צדיקים גדולים. דאע"פ אז בא אים האט דער גוף ניט מעלים געווען אויפן גילוי הנשמה און אויך דער גוף אליין איז געווען א גוף קדוש, אעפ"כ איז דאס אן ענין פון שנאך, ווארום אפילו א צדיק גמור לא יגיע למעלת דביקותו ווי ער איז געווען למעלה, כנ"ל.

אעפ"כ איז מסיים דער פסוק עזב תעזב עמו. וכפירש הבעש"ט, ניט ברעכן אים דורך תעניתים וסיגופים נאר דינען מיט אים אליין דעם אויבערשטן. וכמבואר, אז דורך עבודת הגוף ווערט נאך א תוספת מעלה אין דער נשמה, נאך העכער ווי זי איז געווען קודם ירידתה, וואס דאס איז דאך א עילוי גדול ביותר, וואס פון די ירידה קען מען פארשטיין דעם גודל העלי' אז צוליב דעם האט זיך געליינט די ירידה און אלץ דורך וועמען ווערט עס - דורכן גוף.

איז דאך פארשטאנדיק פון דעם, אז כאטש בתחילת העבודה איז שנאך, איז אבער דער נאך, פילט ער מעלת הגוף.

און דאס איז אויך דער פשט אין מגילה, שהיהודים אהובים כו', וואס דאס איז ז מצד מעלת הגוף. פריער ווערט דערציילט אין מגילה, ווי אידן און גוים זיינען געווען שונאים, וויילע בתחילת העבודה איז דער גוף שנאך, אבער דערנאך ווערט אהובים ומצד דעם גיט מען אויך אפ יקר למלכות העמים, וויילע דורך דעם קומט מען לתכלית העילוי, דכד אתכפיא סט"א אסתלק יקרא דקוב"ה בכולהו עלמין.

און דאס איז דער ענין פון כ"ג סיון, וואס ווי גערעדט פריער אז יעדער טאג שבחודש סיון האט אין זיך א ענין מיוחד בנוגע למ"ת, איז דער טאג פון כ"ג סיון . איז ענינו מאכן גשמיות פאר א כלי צו אלקות.

ז. המאמר ד"ה ועתה יגדל נא.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
23 Sivan 5720 (18 June 1960)
Id
rh-646yxnpp

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive18kjMH4lvES5pdeowvRMnKP…