עברית
Library

י"ב סיון

י"ב סיון, שיחה ד

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ה. אין יענעם טייל פון י"ב אדער ל"ג סיון בשנת תרנ"ה - וואס אין דעם יאהר האט דער רבי נ"ע אריינגענומען זיין זון דעם רבי'ן אין עסקנות הכלל וואס דאס איז געווען די התחלה פון דעם וואס דערנאך איז ער געווארן א מנהיג ישראל - האט דער רבי נ"ע געזאגט אז י"ג סיון איז דער יום השביעי צו דער הילולא פון בעש"ט. - וי"ל בד"א, הגם אז די הסתלקות הבעש"ט איז געווען ביום א' דחגה"ש, אעפ"כ איזי דאך ידוע מאמר הבעש"ט שאמר לפני הסתלקותו אז ער קען עולה זיין בסערה השמימה אזוי ווי אלי' הנביא נאר ער וויל דורכגיין דעם עפר אתה ואל עפר תשוב, הייסט דאך דאס אז דער ואל עפר תשוב איז נאך געווען מכלל עבודתו במילא איז דאך גמר שליחותו בעלמא דין געווען ביום ז' סיון, וואס דער שביעי צו דעם טאג איז י"ג סיון -

און דער רבי נ"ע האט ממשיך געווען: דער אלטער רבי איז דאך געווען א עצמי, און בשעת א נשמה דאצי', א עצמי, ווערט א מנהיג, איז די הנהגה שטריינג. ס'איז געווען תלמידים וואס האבן די שטריינגקייט פון די הנהגה גענומען ניט ריכטיק, איז ארויסגעגיינגען דער אלטער רבי און געזאגט א תורה בשם הבעש"ט: ושננתם לבניך - זאלסט לערנען און איינלערנען מיט די וואס ווילן פארשטיין. - קענטיק אז לבניך האט ער גיטייטשט מלשון בינה - ודברת בם - זאלסט אריינריידן אין זיי. און דאס וועט געבען בשבתך בביתך - מברר זיין די איינגענע בירורים - ובלכתך בדרך - אויך די בירורים פון דרך, ד.ה. די פרעמדע בירורים - ובשכבך ובקומך - און דאס איז נוגע אויך ביום השכיבה און ביום הקימה. בשעת דער אלטער רבי האט פארענדיקט די תורה האבן כמה תליידים געחלטש. און דער רבי נ"ע האט מסביר געווען, אז דאס וואס זיי האבן געחלשט ו דאס געווען ניט מצד דעם וואס זיי האבן מורא געהאט פארן יום השכיבה און ניט מצד דעם וואס זיי האבן געזשאלעוועט דעם יום הקימה, נאר דער פחד פון די עצם תורה פון בעש"ט וואס דער אלטער רבי האט איבער געזאגט.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
12 Sivan 5720 (7 June 1960)
Events
12 Sivan
Id
rh-3mezw4de

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1NkNANlqMKjLOhxcn0LxCU0…