עברית
Library

י"ט כסלו

י"ט כסלו, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. וואס דערמיט וועט מען אויך פארשטיין אט דאס וואס מ'האט גערעדט אז דער ענין פון תורת הבעש"ט וואס דאס איז דערנאך ארויסגעגעבן געווארן אין תורת חב"ד דורכ'ן אלטן רבי'ן, איז ענינה אויף מאכן פון דער גאנצער וועלט א ענין פון הקדש.

וואס דאס איז דאך ניט ח"ו א ענין חדש, נאר דאס איז די פנימיות התורה ד.ה. דער פנימיות פון כל התורה כולה, אז ס'זאל זיין דער "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" פון יעדער ענין ופרט וואס ס'איז דא אין וועלט.

וואס דאס איז דער דיוק וואס מ'האט געזאגט אז תורת הבעש"ט גיט ארויס א הסברה ארוכה אויפן ענין פון השגח"פ, ווי אזוי דאס איז ניט נאר אויף דעם מין המדבר נאר אפילו אויפן דומם, און ניט נאר אויף ענינים כלליים נאר אפילו אויף ענינים פרטיים, און ניט נאר אויפן ענין אליין נאר אפילו אין דעם אופן ווי אזוי דער ענין זאל זיך אפטאן.

ביז וואנעט אז חסידות זאגט אז דער פרט (ווי אזוי דער ענין זאל זיך אפטאן) . איז דאס איז ממשיך דער רצון העליון ביז אין א"ק אין אדם קדמון.

וואס דאס איז דער העכסטער ענין אין קדושה וואס ס'קען זיין, איז דאך דאס ביז א"ק. און מ'זאגט אז דאס האט דער בעש"ט מגלה געווען - אז דאס איז נוגע אין, א ענין פרט שבפרט, ביז אין דומם שאין למטה מזה, ביז אפילו אין אן אופן ווי דער ענין זאל זיך אפטאן. .

ד.ה. אז אפילו דארטן מאכט מען דערפון הקדש, קדושה.

נאר וואדען ווי אזוי קען דאס געטאן ווערן - איז דאס טאקע דורך דערויף וואס "אני המתחיל - וירד ה' על ה"ס" אבער דאס האט אויפגעטאן אז דערנאך "ואל משה אמר עלה אל האלוקים", און גופא בתר רישא אזיל האט משה מיטגענומען אלע אידן, און אידן האבן מיטגענומען די גאנצע וועלט "עד הים האחרון" ווי ער טייטשט אין ספרי "עד היום האחרון" ביז משיח,וואס דעמולט וועט דאס ארויס בגלוי.

וואס דערמיט איז פארשטאנדיק נאך א ענין וואס איז דא אין תורת הבעש"ט וואס דער רבי בריינגט דאס אראפ אין שער היחוד והאמונה אויכעט אלס אן ענין עיקרי:

וואס דאס איז אז דער "ואתה מחי' את כולם א"ת מחי' אלא מהוה" - אז מ'דארף האבן אז דער דבר ה' זאל שטייען אין דער בריאה בכל רגע ווארום "אילו הי' סר כרגע" ווערט דאס אין ואפס "כמקודם הבריאה". ווי יעדער ענין אין פנימיות התורה דארף זיך דאס דאך אפשפיגלען אין נגלה דתורה, איז אין דערויף אויכעט א חילוק פון חולין ביז הקדש: ' דער ענין אין הקדש איז דאך דא אזא מין הקדש וואס היינגט ניט אפ אויף מעשה בני אדם וואס דאס איז מצד התולדה ווי'בכור; איז דארט איז א זאך וואס דארט איז ניט שייך קיין"שאלה; ס'איז קיין נפק"מ ניט ער זאל קומען צוגיין און זאגן אז ער האט חרטה - בשעת ס'איז קדוש ממעי אמו איז דאס פארפאלן, וואס דאס איז ע"ד ווי רוחניות מצ"ע וואס דארט האט מ"ת ניט אויפגעטאן וואס עבודת האדם קען דערגרייכן.

ס'איז אבער דא דער ענין וואס מ"ת האט אויפגעטאן עבודת האדם, וואס דאס איז קדושה וואס'האדם מקדש , דורך וואס איז ער דאס מקדש - דורך דערויף וואס ער זאגט "הרי זה הקדש" אדער "הרי"ז עולה" אדער "הרי עלי" מיט די אלע פרטים שבזה.

איז אין דערויף דא א דין אז דערנאך קען זיין אין דערויף שאלה.

וואס הייסט שאלה? - אז ער קומט צוגיין לאחר זמן און זאגט אז ער האט חרטה איז אט דעמולט ווערט דאס חולין מעיקרו.

וואס איז די הסברה אין דעם? איז דאך דער פארשטאנד אין דערויף איז,אז ס'איז דא אזא מין ענין וואס טוט זיך אויף לרגע און דאס איז פארפאלן, ס'איז דא א ענין וואס ער הויבט זיך אן אין א רגע אבער דערנאך איז דאס הולך ונמשך במשך כל התקופה.

אויב דער אמירת האדם אין הקדש וואלט זיך אפגעטאן בשעת ער זאגט "הרי זו עולה עולה" אדער "הרי זו תרומה",און דערמיט האט זיך זיין ענין אפגעטאן, איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז ער קען ניט מארגן קומען און ציען צוריק ווארוסדי זאך האט זיך שוין אפגעטאן, והראי', ווארום, אין די ענינים אין תורה וואס דיבור טוט אויף א מעשה איז אויב מ'כאפט נאך אריין תוך כדי דיבור קען מען נאך חרטה האבן ווייל די מעשה איז נאך ניט אראפ אין פועל, לאחרי תוך כדי דיבור איז זיין דיבור שוין אוועקגעגאנגען.

דער ענין פון הקדש איז אבער אז דער דיבור וואס ער זאגט "הרי"ז הקדש" און ז "הרי"ז עולה", איז דאס א זאך וואס ס'ווערט נמשך כל זמן די מציאות איז דא,וויבאלד - י"ט כסלו תש"כ - אז אט דער דיבור איז נמשך כל זמן די מציאות איז דא, קען ער דאס אלעמאל חרטה האבן פונקט ווי ער קען חרטה האבן אין יענע ענינים תוך כדי דיבור ווארום די פעולה איז נאך נמשך.

דערפון איז אויך פארשטאנדיק אז וויבאלד תכלית הבריאה איז געווען ווי דער בעש"ט און תורת החסידות איז מבאר אז "ועשו לי מקדש" פון יעדער ענין אין וועלט זאל מען מאכן דערפון הקדש, דערפאר דארף מען אויכעט האבן אז ס'זאל זיין אין דערויף דער "דבר" וואס האט דאס אויפגעטאן, וואס דאס איז דער "דבר ה'", זאל דאס נמשך ווערן כל ימי הקיום, כל זמן הקיום.

ווארום דאס איז ניט א פעולה וואס ס'האט זיך איינמאל אפגעטאן און דערנאך איז דאס בטל, און דערנאך איז דאס שוין ניט נוגע אויף ווייטער - נאר דאס איז א פעולה וואס דאס איז נמשך כל משך קיום הענין. .

וואס באמת איז ווי אלע ענינים וואס מ'געפינט אין חסידות פון דעם אלטן רבי'ן און בפרט אין חסידות פון צ"צ בריינט מען אראפ דעם רמב"ם.

וואס אט דער ענין מיינט מען דאך אז דאס האט אויפגעטאן דער שער היחוד והאמונה פון תניא, איז אין רמב"ם אין אנהויבס פון יד החזקה, זאגט ער גלייך אז "אם יעלה בדעת" ער זאל בטל ווערן די מציאות פון דעם בורא לאחרי שנתהוה העולם, איז דעמולט איז בטל כל המציאות.

וואס לכאורה נאך דעם טעות ווי ער זאגט אין שער היחוד והאמונה אז "מדמין מעשה ידי אדם מעשה צורף כלי", וואס לאחר וואס ער האט געמאכט דער כלי קען דער צורף אוועקגיין וועט די כלי ווערן א מציאות, קען מען דאך מיינען אז למעלה איז דאך אויכעט אזוי, אז נאך דערויף ווי ס'איז געווען די התהוות, איז שוין ניט נוגע דער כח המהווה - זאגט דער רמב"ם אין אנהויבס פון יסודי התורה אז "ואם יעלה על הדעת" אז הוא אינו מצוי איז אט דעמולט איז בטלו כל המציאות.

וואס אט דאס וואס ער זאגט "הוא" מיינט אט דער כח וואס ס'טוט-אויף די מציאות. און ער זאגט אז לאחרי שנתהוה המציאות איז אז מ'זאל אפנעמען אט דעם "הוא" אלז אט'דעמולט ווערט בטל די מציאות (ווי ער זאגט אין שער היחוד והאמונה) ווי ס'איז געווען פריער אויכעט.

וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק נאך א דיוק: .

פארוואס איז ביי בריאת העולם איז "שנה עליו הכתוב לעכב"? בשעת די תורה דערציילט די בריאת העולם זאגט ניט די תורה "עולם", פריער זאגט מען "ויאמר אלקים יהי אור" און דערנאך זאגט מען "ויהי כן", וואס לכאורה פארוואס דארף מען דאס זאגן צוויי מאל, ס'האט דאך געקענט שטיין אז ס'איז געווארן אור, אדער געקענט שטייען אז דער אויבערשטער האט געזאגט,איז זיכער אזוי געווען?

נאר וויבאלד דער פנימיות הכוונה איז אז דאס זאל ווערן הקדש", דארף מען האבן אזא מין מציאות אז דאס זאל זיין אין די אלע גדרים ווי הקדש האט, אויף זיך.

און דער גר פון הקדש איז, אז ווען האט דאס א מציאות און א קיום - בשעת אז "שנה עליו הכתוב", איז דערפאר איז "ויאמר אלקים יהי אור", ס'האט טאקע געקענט זיין אור אבער דערנאך קען זיין אז ס'זאל זיין "ויהי כן" - ס'זאל דערנאך בטל ווערן, עולה זיין צוריק למקורו ושרשו, ווארום די בריאה מצד עצמה שטייט דאך אין א תשוקה ווכליון להכלל בשרשה ומקורה, איז במילא לפי שעה איז "ויאמר אלקים יהי אור" איז דאך געווארן אזוי, אבער אז דערנאך זאל זיין "לעכב" - אז דער אורות זאלן... אין דער כלי און דאס זאל זיין אן, און בכלל,א מציאות עולם, איז דאס דאך ניט קיין ראי', מ'דארף האבן "שנה עליו הכתוב" "ויהי כן" ווערט דערנאך א מציאות, ווי ער זאגט אין ירושלמי, אויף "אלה תולדות השמים והארץ בהבראם" אז זיי זיינען חזקים כביום הבראם.

ווארום לולי זאת איז אמת טאקע אז דאס איז א השפעה מלמעלה, אבער די השפעה,מצד די תשוקה וכליון, דארף דערנאך ווערן צוריק א רצוא אויף להכלל במקורו ושרשו, דארף האבן א צווייטער ציווי וואס דאס זאל זיין דער "ואתה משמרה בקרבי".

וואס אזוי ווי דאס איז עולם גדול איז "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ",

איז אזוי איז דאס אויכעט אין דעם עולם קטן זה האדם זאגט מען דאך צוויי ענינים: אז פריער איז דא די נשמה שנתת בי, און ער רעכנט אויס אין אלע דרגות, און דערנאך זאגט מען אז די נשמה וואלט זיך גארניט איינגעהאלטן אין גוף, זי וואלט צוריק עולה געווען לשרשה ומקורה, דארף מען האבן נאך א כה מלמעלה אז ס'זאל זיין דער "ואתה משמרה בקרבי", ווארום לולי זאת איז דער ענין פון "ועלכרחך אתה חי"מ'דארף האבן א הכרח וואס דאס זאל משמר זיין די נשמה בתוך הגוף.

פארוואס איז דאס - וואס דאס איז דער גדר פון "קודש" דארפמען האבן "שנה עליו לעכב" ווארום אז ניט איז דאס צוריק עולה לשרשנ. ווארום דער גאנצער ענין פון קדושה איז דאס א נתינת כח מלמעלה איז דער מטה א ענין של טפל, איז כל זמן ס'איז ניטא דער "ואתה משמרה בקרבה" דער"מכריח,, איז אט דעמולט איז טאקע "יהי אור" לפי שעה, אבער דערנאך ע"ד ווי אין עבודה איז דער לשון "לפני ה'", איז אט דעמולט גייט מען אויס מיט א כליון הנפש.

וואס דאס איז וואס חסידות ... די הדגשה אז ס'דארף זיין די עבודה מיטן גוף און דוקא דא למטה, ביז אין מעשה "למטה מעשרה טפחים און ווי דער בעש"ט טייטש אין "עזב תעזב עמו" מיטן גוף צוזאמען ולא ע"י סיגופים ותעניות, אט דאס איז דער "היא היא" צוויי מאל, דער "שנה עליו לעכב" אז מ'זאל מעכב זיין דער אור אין דער כלי, און דער אור מיט דער כלי צוזאמען זיינען דערנאך ממשיך א תוספת ברכה מלמעלה, ווי מ'זאגט אז "זכר ונקבה ברא אותם" איז דעמולט "ויברך אותם אלקים" ויאמר פרו ורבו וומילאו את הארץ - אז מ'זאל די זעלבע אויפטאן און ממלא זיין די גאנצע וועלט מיט אט דעם ענין וואס דאס איז זייער "פרו ורבו".

וואס דאס ווערט דערנאך נתגלה דורך תורת החסידות, דורך דערויף וואס "פדה בשלום נפשינו ואור וחיות נפשינו ניתן לנו" אז מ'זאל ממשיך זיין דער אור וחיות ביז למטה אין ענינים פון ממונם של ישראל און חלקו בעולם, און אין דערויף אלץ זאל זיין דער אורות בכלים און דאס צוזאמען זאל זיין א מקדש לו ית'.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
19 Kislev 5720 (20 December 1959)
Events
19 Kislev
Id
rh-34yt30zw

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive10fFZt-fC3W8MXOBXnnxuSB…