שלח, מבה"ח תמוז
שלח, מבה"ח תמוז, שיחה ה
ה. ווי ס' איז אויסגעשטעלט בהשגחה פרטית אז שבת מברכים איז בחודש שלפניו, און אזוי אויך שבת מברכים תמוז איז בחודש סיון - דער חודש פון מתן תורה. ווארום ניט נאר ששי בסיון איז פארבונדן מיט תורה, נאר דער גאנצער חודש, מערניט וואס במיוחד איז דאס ששי בסיון. א ראי' אויף דעם איז פון דעם וואס די גמרא זאגט אוריין תליתאי בירחן תליתאי, איז דאך דער גאנצער חודש פארבונדן מיט תורה. און אזוי ווי יעדער ענין איז מרומז אין תושב"כ, שטייט אין חומש, בחודש השלישי גו' באו מדבר סיני.
ד.ה. אז דער גאנצער חודש סיון איז פארבונדן מיט מ"ת. און יעדער טאג פון דעם חודש הנאט אין זיך אן ענין מיוחד, דכל יומא עביד עבידתי', וואס מען דארף אויפטאן בנוגע קבלת התורה.
וועגען היינטיקן טאג - כ"ג סיון - דערציילט זיך אין מגילת אסתר (און ווי גערעט פריער אז הקורא את המגילה למפרע לא יצא) האט אחשורוש געשריבן דעם פתשגן הכתב. אזוי ווי אלע ענינים פון תושב"כ ווערן נתבאר אין תושבע"פ, שטייט אין תרגום שני, אז וואס איז געשטאנען אין פתשגן הכתב, אז די יהודים זיינען אהובים לכל העמים און זיי גיבן אפ יקר למלכות. אין מדרש שטייט אז אחשורוש גייט עס אויפן אויבערשטן, שאחרית וראשית שלו. יעדער ענין פון תורה איז דאם פאראן ווי דאס איז אין פשט, רמז דרוש סוד, דארף מען דאך זאגן, אז דער תרגום שני איז אויסעהאלטן אויך לפי מדרש הנ"ל. ד.ה. דער פתשגן הכתב פון אויבערשטן איז אז היהודים אהובים מכל העמים און אז זיי גיבן אפ יקר למלכות העמים.
איז דאך ניט מובן, עס שטייט דאך הלכה שעשו. שונא ליעקב, היינט ווי אזוי קען מען זאגן אז אלע האבן זיי ליב, אויך ווי אזוי קען מען זאגן אז זיי גיבן אפ יקר וכבוד למלכות העמים, וויבאלד אז מען האט זיי פיינט?
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Sivan 5720 (18 June 1960)
- Id
- rh-2386zq9v
Copies
Recent activity
Sources
- drive