ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"
ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה טו
יח. און דאס איז אויך דער סיפור פון דעם בעל שם טוב, וואס ער האט אמאל געגעבן א שליחות צו א גרויסן גאון און וא גרויסן רב - ר' חיים הכהן ראפאפארט - ער זאל פארען אין א וואלד און דארטן צוגיין צו א קוואל וואסער און נעמען וואסער פון דעס קוואל און מאכן א ברכה שהכל נהי' בדברו פארן טרינקען און א ברכה אחרונה נאכן טרינקען, און דער בעל שם טוב האט דערנאך ערקלערט אז זינט די וועלט איז באשאפן געווארן העכער פינף טויזנט פינף הונדערט יאר, האט א איד ניט געמאכט קיין ברכה אויף די וואסער פון דעס קוואל. און דעם קוואל האט געהאט א טענה און האט געמאנט פארוואס האט ער ניט זוכה געווען אז אויף זיינע וואסער זאל מען מאכן א ברכה בענטסן דעם אויבערשטען. און דערפאר האט ער געשיקט ספעציעל א גרויסן גאון אזוי ווייט ער זאל מאכן א ברכה אויף די קוואל וואסער און דערמיט פאשאפן א פערגעניגען דעס אויבערשטען. ניט. און דאס איז אויך א אפלערנונג פאר יעדער איינעם פון אונז, אז וואו מ'געפינט זיך און ווי מ'זאל ניט זיין דארף מען זוכן און דעמאלט וועט מען געפינען ווי אזוי צו טאן א גוטע זאך און דערמיט פארשאפן א פערגעניגען דעם אויבערשטען,
און לוט דעם אויפפירונג וועט איר אויסוואקסין און איר וועט זיין אזוי ווי אידישע סאלדזשערס דארפן
זיין, וואס יעדער אידישער קינד ווערט אנגערופן א - 380 סאלדזשער פון דעם אויבערשטענס ארמיי, און ווי דער רבי דער שווער דער בעל השמחה - וואס ס'האט אים ארויסגענו- מען פון פריזאן וואו ער איז געזעסן דערפאר וואס ער האט אויפגעשטעלט חדרים, ישיבות, און האט געוואלט אז אידישע קינדער זאלן לערנען תורה און מקיים זיין מצות און אויפפירן זיך אין דעס אויבערשטענס וועגן לויט די ערקלערונגען פון די רביים, ווי פריער דערמאנט, בענטשט דער יעדערין פון אייך און אלע אידישע קינדער און אלע אידן אומעטוס וואו זיי זיינען, אז מ' זאל מצליח זיין צו גיין אין די וועגן, און ס'זאל צוזאמענשטעלן א ארמיי פאר דעם אויבערשטען, וואס אינגיכן וועלן מיר אלע ארויסגיין אנטקעגן משיח צדקנו. אח"כ אמר: איצטער זאלן זיי זאגן א ניגון, און דערנאך דארף מען זיי באפרייען. ניגנו ניגון שמחה (מה ששרים כיום עם התיבות "ווי וואנט משיח נאו").
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
- Id
- rh-1r4xgw3f
Copies
Recent activity
Sources
- drive