Likkutei Sichos
Eikev
1098אַזאַ אופן וואָס נעמט דורך אויך דעם
אויך אין זמן (כנ"ל — שאין שוכח —
און אויך) אַז די תורה דערנעמט אים
ניט נאָר בשעת'ן לערנען, נאָר אויך
שפּעטער38)), ווען ער איז פאַרנומען
(בהיתר התורה) אין דברי הרשות, איז
אין אַלע זיינע הנהגות קענטיק אַז ער איז אַ איד וואָס לערנט תורהכ), און די תורה הערט זיך אָן אין אַלע זיינע ענינים, אויך אין די גשמיות'דיקע, ביז אַז „בכל דרכיך — דעהו"לז), און ער מאַכט פון חלקו בעולם אַ דירה
(משיחת זזגה"ש תשכ"ג)1099דער עינוי איז באַשטאַנען אין דעם וואָס דער מן האָט מיט זיך ניט געבראַכט קיין ריכטיקע זאַטקייט, לויט איין דעה; „אינו דומה מי שיש לו פּת בסלו למי שאין לו פת בסלו" (וויבאַלד אַז דער מן איז געקומען מער ניט אויף דעם איין טאָג, האָבנדיק גאָרניט אויפן מאָרגן, האָט געפעלט די זאַטקייט וואָס אַ מענטש האָט ווען „יש לו פּת בסלו"), לויט אַ צווייטער דעה; אינו דומה מי שרואה ואוכל למי שאינו רואה ואוכל" (ס'איז ניט גלייך די זאַטקייט ביי דעם וואָס זעט וואָס ער עסט צו דעם וואָס זעט ניט וואָס ער עסט, און ביים עסן דעם מן האָט מען געסען בלויז דעם מן און ניט די זאַכן וועמענס טעמים מ'האָט געפילט עסנדיק דעם מן).
ב. דאַרף מען פאַרשטיין; ווי אַזוי פּאַסט זיך אין איין און דער זעלבער :אַך, אין דעם מן, צוויי הפכיים — עניות און עשירות?
דאָס וואָס דער מן האָט אין זיך געהאַט עשירות (אַלע טעמים און אויך אבנים טובות ומרגליות), וואָס אַזאַ מציאות קען גאָר ניט זיין ביי לחם מן הארץ, איז עס צוליב דעם וואָס ער איז געווען לחם מן השמים, אַן ענין אלקי, וואָס פאַר אלקות זיינען ניט פאַראַן קיין הגבלות, און דערפאַר איז דער מן, אפילו נאָך זיין ירידה למטה, פאַרבליבן אין זיין ג־טלעכן מהותז) ; ער האָט ניט געהאַט קיין פּסולת, ער איז ניט געווען באַגרענעצט נאָר צו באַשטימטע טעמים, ביז אַז ער איז ניט געווען מוגבל בלויז צו די מעלות פון וזוג האוכל (בעיקר — לחם — צומח), נאָר ער האָט געבראַכט מיט זיך אויך די שלימות פון דומם — אבנים טובות ומרגליות.
מצד דער מעלה זיינער וואָס דער מן איז לגמרי העכער פון וועלט, און חורש וזורע פון וועלט נעמט עם ניט, און עס ווערט נמשך פון העכער פון וועלט (וזמן) אין וועלט (וזמן) און זמן איז דאָך געטיילט אין טעג — יומי מיפסקי מהדדי)) — איז דאָס געווען דבר יום ביומו — ובדוגמת אַ מתנה וואָס וויפל מ'גיט האָט מען — משא"כ שכר היינגט אָפּ אָן גודל העבודהח).
אויך האָט מען ניט געקענט זען מיט דער מענטשלעכער אויג אַלע זאַכן וועמענס טעמים זיינען געווען אין מן, ווייל אַ מוגבל'דיקע אויג קען ניט פאַרנעמען דעם בלי גבול פון אַן ענין אלקי.
און דאָס זיינען די צוויי ענינים, עשירות און עניות, וואָס זיינען געווען אין מן; דער מן מצד עצמו איז תכלית העשירות, וואָרום וויבאַלד אַז זיין מהות איז רוחניות, האָט ער ניט קיינע הגבלות, אָבער מצד וועלט און דעם מענטשן איז אין דעם מן אויך געווען תכלית העניות, וואָרום דער מענטש האָט אין אים ניט געהאַט קיין זאַך וואָס ער זאָל קענען מאָנען אַז דאָס איז זיינע („אין לו פת בסלו") און די אויג האָט ניט געקענט אויפנעמען די עשירות פון מן, האָט עס אויך ניט געזען אפילו אַ מאכל פּשוט *י) („אינו רואה ואוכל").
יעדער ענין פון אַ מענטשן פאַרמאָגט, לכה"פּ עפּעס, וואָס איז זיינס אייגנס, משא"כ דער מן, כאָטש ער איז תכלית העשירות, איז ער ביי דעם1100אדם די גרעסטע עניות — ער קען אויף גאָרניט אָנווייזן און זאָגן אַז עס איז זיין אייגנס.
ג. על פּי הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם דיוק לשון הפּסוק „וירעיבך ויאכילך את המן" ; ניט נאָר וואָס דער מן האָט ניט זאַט געמאַכט, ווי לחם מן הארץ (צוליב די אויבנגעבראַכטע צוויי טעמים), נאָר „וירעיבך" — ער האָט גע'פּועל'ט אַ רעבוןי). ולכאורה, ווי אַזוי האָט עס דער מן אַרויסגערופן אַן אויסהונגערונג?
יעדער זאַך פון וועלט איז באַשאַפן געוואָרן מיט איר הגבלה; זי האָט זיך איר ענין און צו קיין צווייטער זאַך האָט זי קיין שייכות ניט. אַזוי איז עס אויך אין לחם מן הארץ; ער איז מזון און ניס עפּעס אַנדערש, און אין מזון גופא, איז ער באַגרענעצט צו זיין טעם, וואָס דאָס ווערט אויפגענומען פון מענטשן, און זעטיקט אים. מה־שאין־כן ווען דער מוגבלדיקער מענטש עסט דעם לחם מן השמים, וואָס ער איז בלי גבול כנ"ל, איז כאָטש אַז ער פילט אַז אין דעם מן האָט ער די עשירות פון בלי גבול, איז אָבער אדרבה, דאָס וואָס ער קען עס ניט אויפנעמען אינגאַנצן, און נאָכמער — וויפל ער נעמט איז דאָס אַלץ גבול, און דאָס וואָס עס בלייבט ניט אויפגענומענע — איז בלי גבול טעמים, רופט עס ביי אים אַרויס אַ הונגער, עס ציט אים צו דעם בלי גבול וואָס ער קען ניט תופס זיין — „אשר לא ידעת ולא ידעון אבותיך" — אַן ענין וועלכן מ'קען ניט תופס זיין מיט ידיעה והשגהיא).
די וועג צו נעמען אָט־דעם בלי גבול איז דורך אויסטאָן זיך פון דער אייגענער מציאות ומדידות.
ד. און דאָס איז אויך וואָס ירידת המן ארבעים שנה במדבר איז געווען אַ הכנה צום קיום התורה ומצוות „בארץ נושבת", די עבודה צו בייקומען ביידע סאָרטן נסיונות; עשירות און עניות.
בייקומען דעם נסיון פון עשירות מיינט, אַז מען זאָל ניט טראַכטן אַז „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה", נאָר איינצוקאַרבן ביי זיך אַז דער אויבערשטער „הוא הנותן לך כח לעשות חיל". בייקומען דעם נסיון פון עניות מיינט, אַז מען זאָל וויסן אַז „אין רע יורד מלמעלה"יב), נאָר ער, דער מענטש, איז דער שולדיקער אין זיינע יסורים און דעריבער זאָל ער ניט בועט זיין ביסורים ח"ו, און מקבל זיין זיי בשמחהיג).
און דאָס איז די הוראה פון מן; די השפּעה ווי זי קומט מלמעלה איז זי תכלית העשירות. מצד דעם אדם שלמטה זיינען אַלע זאַכן בהגבלה כנ"ל, און נאָר מצד למעלה קען זיין אמת'ע עשירות. נאָך מערער ; אפילו אין דער השפּעה שמלמעלה, אויב נאָר דער מענטש הויבט זיך אָן אין זיי צו „אַריינמישן", איז ניט בלויז וואָס ער קען דערביי גאָרניט צוגעבן — „לא העדיף המרבה"יד) — נאָר אדרבה,1101מיט זיין אַריינמישן זיך מאַכט ער גאָר קאַליע, ער מאַכט אויף עניות אפילו אין אַזוינע ענינים וואָס מצד עצמם זיינען זיי תכלית העשירות. די וועג אויף צו מקבל זיין עשירות איז דורך אויסטאָן זיך פון דער אייגענער מציאות ורצונוות — מדידות, פון דעם הרגש פון „כחי ועוצם ידי", און פאַרלאָזן זיך בבטחון הגמור אויף דעם אויבערשטן; דאַן ווערט מען אַ כלי צו מקבל זיין די השפּעות מלמעלה, אויך השפּעות בגשמיות, וועלכע אַ נברא מצד הגבלתו קען זיי גאָרניט פאַרנעמעןי).
ה. חכמה ושכל ווערן אָנגערופן מזון: פּונקט ווי שפּייז ווערט אַריינגענומען אין דעם מענטשן אין אַ פּנימיות ביז עס ווערט מיט אים פאַראיינציקט, אַזוי ווערן אויך עניני שכל אַריינגענומען בפּנימיות מוח האדם און פאַראיינציקט מיט איםי). איז אויך אין דעם מזון פאַראַן די אויבנדערמאָנטע צוויי סוגים — לחם מן הארץ און לחם מן השמים: שכל אנושי איז לחם מן הארץ און שכל אלקי — תורה, חכמתו של הקב"ה — איז לחם מן השמים. און באַ די צוויי סוגים מזון זיינען פאַראַן די אַלע אויבנדערמאָנטע חילוקים.
אַלע חכמות, אויסער תורה, זיינען באַגרענעצטע, זיי האָבן אין זיך ניט מער ווי דאָס וואָס זיי זיינען. ניט נאָר פאַרמאָגן זיי ניט אין זיך זאַכן אויסער שכל, נאָר אויך אין שכל גופא, האָט יעדער סברא ושכל וחכמה אירע גרענעצן (ווי לחם מן הארץ וואָס האָט נאָר דעם אייגענעם טעם און ניט מער) נוסף לזה איז אין די חכמות פאַראַן פּסולת.
אָבער טראָץ דער הגבלה פון שכל אנושי, און אדרבה, צוליב דעם, באַפרידיקט עס און עס זעטיקט אָן דעם מענטשן, וואָרום ער באַגרייפט און האָט דעם גאַנצן שכל („יש לו פּת בסלו" און „רואה ואוכל"). און דעריבער ברענגען חכמות חיצוניות צו ישות וגאוהיז).
אַנדערש איז חכמת התורה; זי איז כולה אמת און אין איר איז ניטאָ קיין פּסולת ח"ו; זי איז אויך בליגבול — זי פאַרמאָגט אין זיך אַלע טעמים; ביז אַז זי ברענגט מיט זיך אויך עושר גשמי (אבנים טובות ומרגליות), וואָס דאָס אַלעס איז — תכלית העשירות. נאָר צוליב דעם גופא, קען עס דער מענטש ניט אויפנעמען אינגאַנצן און תופס זיין און ער פילט שטענדיק ווי ער איז ווייט פון צו נעמען דעם אמת און בלי גבול פון תורה, דעריבער ברענגט עס ניט צו ישות, נאָר פאַרקערט, עס פּועל'ט אַ ביטול, אַן אַראָפּגעפאַלנקייט. „ויוסיף דעת יוסיף מכאוב"יח) — וואָס מער ער לערנט און ווייסט די תורה, אַלץ גרעסער ווערט זיין צמאון און הונגער צו תורה („וירעיבך").
על דרך זה — איז אין תורה אַליין אויך פאַראַן די אויבנדערמאָנטע חילוקים — צווישן גליא דתורה און פּנימיות התורהיט). גליא דתורה הגם זי1102איז חכמתו ורצונו של הקב"ה, לחם מן השמים, וויבאַלד אָבער זי איז אָנגעטאָן געוואָרן אין שכל אנושי און אין דברים גשמיים, דערפאַר איז אין איר שייך אַ געוויסע הגבלה און זי גיט אויך אַן אָרט פאַר לא זכה נעשה לו — באַ דעם מענטשן — סם כו'כ) פּסולת, משא"כ אין פּנימיות התורה כו' איז ניטאָ קיין הגבלות און זי גיט ניט קיין אָרט פאַר פּסולת.
ו. דער יצר הרע איז אַן „אומן במלאכתו". בשעת ער וויל אָפּרייסן אַ אידן פון לימוד התורה בכלל און פון לימוד פּנימיות התורה בפרט, און ער זעט אַז אַראָפּוואַרפן די חשיבות פון תורה קען ער ניט, ווייל ביי אידן איז די תורה זייער טייער, ביז אפילו אַזאַ וואָס איז נכשל געוואָרן ובמזיד אין ע"ז איז דאָס באַ עם מחמד עיניך *א), כאַפּט ער זיך אויף אַ סברא, ער טענה'ט פאַרקערט; וויבאַלד אַז תורה איז בלי גבול און וויפל דו וועסט ניט לערנען וועסטו קיין מאָל ניט צוקומען לתכליתה; אדרבה, וואָס מער דו וועסט לערנען, אַלץ מער וועסטו זען דיין ווייטקייט פון איר סוף ותכלית, איז דאָך די „גלייכסטע" זאַך, אַז דו זאָלסט זיך פאַרנעמען מיט זאַכן אין דיין ערך, אַריינטאָן זיך אין גשמיות'דיקע זאַכן; זיי וועלן דיך באַפרידיקן, וואָרום גשמיות קענסטו תופס זיין. אַודאַי דאַרף מען לערנען אויך תורה, מען דאַרף וויסן אַ דין ווי צו פירן זיך; און ס'איז דאָך דאָ אַ חיוב אויף יעדער אידן צו לערנען תורה, פּרק אחד שחרית ופּרק אחד ערבית על כל פּנים — אָבער ס'וועט פאַר דיר זיין גענוג אַ סעיף שולחן ערוך, ביסט דו אַ מהדר — פּרק אחד שחרית כו' ; מהדרין מן המהדרין — אַ שיעור קבוע יעדן טאָג, אָבער ניט זיך אַריינלאָזן און פאַרטיפן זיך אין תורה — אַ זאַך וועלכע דו וועסט סיי ווי ניט דערגרייכן מער ניט דו וועסט מצער זיין אַ אידן (זיך) — יוסיף מכאוב.
אויך טענה'ט ער, גענוג לימוד פון גליא דתורה אַליין, און ניט לערנען פּנימיות התורה וועלכע איז זיך עוסק אין זאַכן וואָס זיינען ניט שייך צו אָנטאַפּן זיי מיטן האַנט, און מאַנכע פון זיי — איז מהותם בכלל העכער אינגאַנצן פון שכל אנושי 32)).
דאַרף מען וויסן, אַז דאָס וואָס דער יצר הרע פּרואווט אים איינרעדן, ער זאָל ניט זיין פאַרקאָכט אין לחם מן השמים נאָר פאַרנעמען זיך מיט ענינים ארציים, איז דאָס די התחלה — עס בריינגט צו אַראָפּפירן ח"ו דעם אידן אינגאַנצן פון דרך התורה. דאָס נאָכגעבן אים אין איין פּרט, איז אַ שריט אויף אַריינצופאַלן במצודתו ר"ל אַלץ טיפער, ווי חז"ל זאָגן 28)), אַז דער יצר הרע איז פריער אַ „הולך" (אַ פאַרבייגייער), דערנאָך אַן „אורח" און שפּעטער ווערט ער שוין אַ בעל הבית.
און אויך אין דעם, האָבן מיר די הוראה פון סיפור התורה בנוגע צונט מן; פון דער טענה „ונפשנו קצה בלחם הקלוקל" — זיי האָבן ניט געוואָלט האָבן דעם מן, אַ לחם וואָס איז העכער פון חומריות — נאָר דוקא מזון שיש בו פּסולת — זיינען זיי אַראָפּגעפאַלן ביז „בוכה למשפּחותיו"1103— „על עסקי משפּחותיו" (עניני זיין, וואָרום ניט דאָס איז זיין מהות*34)).
דוקא רוחניות, וואָס דאָס איז אמיתית אזר ות אָט אר ר ב טר ע ערה כלי רי" — אַ מאז יך דער
דער אמת'ער מהות פון אַ אידן איז וויפל אַ נברא קען פאַרנעמעןיח), רוחניות. און אויב ער זאָל זיך ח"ו וואָרום גשמיות מיט רוחניות וועלן אָפּרייסן פון רוחניות און זיך נעמען ביי אים ווערן איין זאַך, און ביידע צו גשמיות, איז וויפל גשמיות ער וועלן זיין אין אַן אופן פון בלי גבול. וועט האָבן, קען עס אים ניט משביע
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-zwwd033f