Likkutei Sichos
Pinchas
1070פנהחס
א. אין אָנהויב פון פּרשת פּנחס דערציילט די תורה אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט, אַז „פּנחס בן אלעזר וגו' השיב את חמתי גו' בקנאו את קנאתי וגו'", און דערפאַר; „הנני נותן לו את בריתי שלום", און דער אויבערשטער האָט געגעבן „כהונת עולם" אים און זיינע קינדער נאָך אים. הגם אַז כהונה איז שוין פון פריער געגעבן געוואָרן לזרעו של אהרן, איז עס נאָר געגעבן געוואָרן צו אהרן און זיינע קינדער וואָס זיינען נמשח געוואָרן מיט אים און אַזוי אויך זייערע קינדער וואָס זיי האָבן געהאַט נאָך דער משיחה; פּנחס איז אָבער געבוירן געוואָרן פריער און איז אויך ניט געזאַלבט געוואָרן, דערפאַר איז ער ניט געקומען צו כהונה ביז ער האָט גע'הרג'עט זמרי'ןא).
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַר עבודה גיט מען שכר, און וואָס די עבודה איז גרעסער און העכער, איז אַלץ גרעסער איר שכר; אָבער כהונה איז דאָך ניט קיין ענין פון שכר, נאָר זי איז אַ זאַך וואָס געהערט צו „טבע", טבע אהרן ובניו. בשעת דער אויבערשטער האָט געהייסן מושח זיין את אהרן ובניו, האָט ער זיי דאַן אָפּגעטיילט פון אַלע אידן און זיי געהייליקט, ווי עס שטייט; „ויבדל אהרן להקדישו קודש קדשים
הוא ובניו עד עולם"ב), אַז זיי און אַלע יוצאי חלציהם זאָלן זיין כהנים, אָבער די וואָס שטאַמען אָפּ ניט פון אהרן ובניו שנמשחו, דאַרף קיין עבודה ניט העלפן צו ווערן כהנים. ד.ה. אַז כהונה איז אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט זי אַריינגעגעבן ווי אַ טבע אין דער בריאה, אַז אהרן ובניו זיינען — בטבעם קדוש.
— ווי רש"י זאָגטח) בנוגע צו כהונה, אַז פּונקט ווי מען קען ניט מהפּך זיין בוקר צו ערב, אַז דורך קיינע פּעולות קען מען ניט פאַרוואַנדלען טאָג אין נאַכט, ווייל אַזוי זיינען די „גבולות" פון וועלט, טבע הבריאה, אַזוי קען מען ניט מבטל זיין כהונת אהרן „שנאמר ויהי ערב ויהי בוקר ויבדל כך ויבדל אהרן להקדישו וגו'" —
איז דאָך ניט מובן, וויבאַלד אַז מצד עצמו איז פּנחס ניט געווען קיין כהן, איז ווי האָט ער געקראָגן כהונה דורך זיין עבודה פון „בקנאו את קנאתי וגו'", „תחת אשר קנא לאלקיו וגו'"?
ב. נאָך דעם ווי די תורה פאַרענדיקט דעם סיפּור וועגן פּנחס'ן און די ענינים וואָס זיינען דערמיט געווען פאַרבונדן און דערפון אַרויסגעקומען (דער אָנזאָג אויף מלחמת מדין און דאָס ציילן די אידן, וואָס איז געקומען1071בסיבת המגיפה), דערציילט ווייטער די סדרה וועגן דעם סדר פון חלוקת ארץ ישראל, וועגן דער התמנות פון יהושע פאַר דעם רועה ישראל וואָס זאָל די אידן אַריינברענגען אין ארץ ישראל, און דערנאָך, ביזן סוף פון דער סדרה, קומט די פּרשת הקרבנות, וואָס אַ טייל פון קרבנות (ווי שתי הלחם, כמה מקרבנות ציבור, נסכים)*) האָט מען געקענט מקריב זיין נאָר אין ארץ ישראלח). וויבאַלד אַז וועגן די אַלע ענינים ווערט דערציילט אין דער סדרה וואָס ווערט אָנגערופן על שם פון פּנחס, איז מובן, אַז די כניסה לארץ ישראל, מיט די אַלע זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט איר, האָבן אַ שייכות מיט פּנחס'ן, אַז דורך דער עבודה פון פּנחס קומט מען אַריין אין ארץ ישראל.
רז"ל זאָגן*), אַז אלמלא חטאו, וואָלט שוין דאַן, ביי דער ערשטער כניסה לארץ, געווען די גאולה שלימה, און הגם אַז בפּועל איז דאַן נאָך ניט געווען קיין גאולה שלימה, איז אָבער מובן, אַז אין פּרטים איז דאָס אַריינגיין אין ארץ ישראל געווען ענלעך צו דער גאולה העתידהז). און מיט דעם, וואָס די כניסה לארץ ישראל איז געווען בדומה צו דער גאולה העתידה, וועט מען פאַרשטיין דעם פאַרבונד פון כניסה לארץ ישראל מיט פּנחס, ווייל „פּנחס הוא אלי'"ח), און אלי' איז דער וואָס וועט מבשר זיין די גאולה שלימה בקרוב.
ג. דער אויפטו פון דער גאולה העתידה וועט זיין, אַז דעמאָלט וועט זיין „ולא יכנף עוד מוריך", אַז דער אור־יןסוף וועט ניט זיין פאַרדעקט מיט קיין לבושים און ער וועט מאיר זיין בגילוי*). איצטער איז דער אור מאיר ווי ער איז אָנגעטאָן אין לבושים און ווי ער איז זיך מצמצם לפי ערך העולמות, אָבער לעתיד וועט לייכטן דער אור אַליין אָן דעם פאַרשטעל פון לבושים, בחינת האור שלמעלה מהשתלשלות.
דער אדם שלמטה איז דאָך בדמות אדם העליון. און אַזוי ווי אין אדם העליון זיינען פאַראַן די צוויי מדריגות, דער אור ווי ער קומט אין השתלשלות און דער אור שלמעלה מהשתלשלות, אַזוי איז אויך אין דעם אדם למטה, אין דער נשמה, זיינען פאַראַן די צוויי מדריגות ; די נשמה ווי זי איז אָנגעטאָן אין כוחות כו' — וואָס ווערט געטיילט אין פיר מדריגות; נפש, רוח, נשמה און חי', פּונקט ווי דער אור שבהשתלשלות איז איינגעטיילט אין די פיר עולמות; עשי', יצירה, בריאה און אצילות — און די נשמה ווי זי איז העכער פון כוחות, בחינת „יחידה", וואָס איז פאַרבונדן מיט „יחיד". און בכדי צו ממשיך זיין מלמעלה בחינת יחיד, דער אור שלמעלה מהשתלשלות,1072דאַרף זיין למטה די עבודה מיט יחידה שבנפש, שלמעלה מכוחות הגלוייםי).
דאָס איז דער פּירוש פון דעם מאמר רז"ליא): אם ישראל עושין תשובה נגאלין ואם לאו אין נגאלין. דער לשון „ואם לאו אין נגאלין" לערנט אונז, אַז דאָס וואָס די גאולה וועט קומען דורך תשובה דוקא, איז עס ניט בלויז מצד ענין החטא, ווייל תשובה וועט אָפּווישן די חטאים, וואָס פאַרשטעלן און לאָזן ניט צו גאולה, נאָר אַז צוליב דעם ענין פון גאולה אַליין פאָדערט זיך די עבודת התשובה. דער טעם אויף דעם; דער עיקר פון תשובה איז מצד בחינת יחידה שבנפש (וואָס דעריבער קען תשובה אַראָפּווישן אַלע פּגמיםיב), וואָס ווערן דורך חטאים, ווייל די פּגמים זיינען אין די כוחות הגלויים, און בעת מען טוט תשובה און מ'איז ממשיך פון העכער, פון יחידה שבנפש, ווערן במילא נתמלא אַלע פּגמים), און דעריבער דאַרף מען צו דער גאולה העתידה האָבן די הקדמה פון תשובה, בחינת יחידה, בכדי צו ממשיך זיין די גאולה שלימה, בחינת יחיד.
ד. די בחינה פון יחידה, וואָס איז העכער פון כוחות הגלויים, דריקט זיך אויס אין דער עבודה פון מסירת נפש, וואָרום אויך מסירת נפש איז העכער פון כוחות הגלויים, פון טעם ודעת, ווייל אין שכל איז ניט פאַראַן קיין טעם אויף מסירת נפש (האמתית — ניט צוליב שכר), און דער כח אויף מסירת נפש קומט פון יחידה. וואָס דעריבער איז דוקא באַ די דורות פון עקבתא דמשיחא די עבודה פון מסירת נפש, בכדי צו מגלה זיין בחינת יחידה, און דורך דעם ממשיך זיין בחינת יחיד, וואָס עס וועט נתגלה ווערן בביאת המשיח.
און הגם אַז מסירת נפש האָט געמוזט זיין אַלע מאָל (ווי ס'איז מבואר אין תניאיח) אַז דער קיום פון גאַנץ תורה ומצוות הענגט אָפּ אין דעם, אַז מ'זאָל שטענדיק געדענקען דעם ענין פון מסירת נפש, וואָס דערפאַר איז אויך דער דור וואָס איז אַריין אין ארץ ישראל אָנגעזאָגט געוואָרן צו לייענען קריאת שמע (מסירת נפש) פּעמים בכל יום, כאָטש מ'האָט זיי מבטיח געווען „פּחדכם ומוראכם גו'"), איז עס אָבער ניט אַן עבודה פון מסירת נפש בפועל ; די עבודה בפּועל איז דער קיום פון תורה ומצוות, און די מסירת נפש איז נאָר בכח אין דער עבודה פון תורה ומצוות. ובמילא איז עס בחינת יחידה (מסירת נפש), ווי זי איז אָנגעטאָן אין נרנ"ח (די עבודה פון תורה ומצוות).
מה־שאין־כן בעקבתא דמשיחא, ווען עס פאָדערט זיך מסירת נפש ווי אַ הקדמה צו די גילויים דלעתיד, גילוי עצם האור, „ולא יכנף", מוז זיין די עבודה פון מסירת נפש בגילוי, בפּועל, וואָס קומט פון דעם גילוי פון יחידה אָן קיין לבוש.
ה. אויך אין מסירת נפש בפּועל גופא זיינען פאַראַן דרגות; ס'איז פאַראַן אַ מציאות, ווען ער איז זיך טאַקע מוסר נפש, אָבער די מסירת נפש גופא איז ביי אים מיט אַ מדידה והגבלה — יעדעס מאָל, ווען אים קומט צום האַנט אַן ענין פון תורה ומצוות וואָס איז פאַרבונדן מיט1073מסירת נפש, קוקט ער אַריין אין שולחן ערוך, און אויב עלפּי שו"ע איז מען מחוייב זיך צו מוסר נפש זיין אויף אַזאַ זאַך, איז ער זיך דאַן מוסר נפש. דער אמת'ער ענין פון מסירת נפש איז אָבער, צו זיין איבערגעגעבן צו דעם אויבערשטן אָן קיין שום הגבלות, וואָס דאַן איז זיין מסירת נפש אינגאַנצן העכער פאַר טעם ודעת, אָן קיין שום חשבונות.
און אין דעם איז באַשטאַנען דער אויפטו פון מסירת נפש דפּנחס; נוסף אַף דעם וואָס ביי אים איז געווען דער ענין פון מסירת נפש בכלל, האָט ער זיך דערצו מוסר נפש געווען אויף אַזאַ זאַך וואָס על־פּי־דין איז עס ניט קיין חיוב צו טאָן (און אדרבה, אויב ער וואָלט געפרעגט ביי בית דין וואָס צו טאָן, איז דאָך אין מורין לו*1)), מען זאָגט עם ניט די הוראה) 140)) און נאָר „קנאין פּוגעין בו"טו) — איז עס דאָך אַן ענין פון אמיתית המסירת נפש.
און דאָס איז די שייכות פון פּנחס'ן מיט דער גאולה העתידה; די גאולה העתידה וועט קומען דוקא דורך אַזאַ עבודה פון מסירת נפש, וואָס איז ניט באַגרענעצט דורך חשבונות, גילוי בחי' יחידה, וואָס וועט מגלה זיין בחינת יחיד.
ו. בנוגע די גילויים פון דער גאולה העתידה, זאָגט די גמראטז) אויפן פּסוק „ושמתי כדכד שמשתיך": „חד אמר שוהם וחד אמר ישפה אמר להו הקב"ה להוי כדין וכדין".
שוהם איז אַן אבן טוב וואָס ער לייכט און באַלייכט מיט אַ רואיקע ליכטיקייט, ישפה איז אַן אבן טוב וואָס שפּריצט און פאַרבלענדט מיט זיין ליכטיקייטיז). און אין דעם באַשטייט די פּלוגתא, צי דער גילוי אור פון דער גאולה העתידה וועט קומען בדרך המשכה מלמעלה למטה — „שוהם", אָדער דורך זיכוך און העלאה מלמטה למעלה — „ישפה". און דער אויבערשטער זאָגט: „להוי כדין וכדין", אַז עס וועלן זיין ביידע מעלות: די מעלה פון המשכה און די מעלה פון העלאהיח).
דער חילוק צווישן המשכה און העלאה איז; אין המשכה מלמעלה למטה, איז דער אור אָן באַגרענעצונגען, מהשאין־כן אין העלאה מלמטה למעלה, ווערט נמשך אַזאַ אור וואָס איז לפיערך און לויט דעם אופן פון דער עבודה שלמטה. עס איז אָבער אויך פאַראַן אַ מעלה אין העלאה מלמטה למעלה. בשעת דער אור ווערט נמשך מלמעלה למטה, ניט דורך עבודת התחתון, קען דער תחתון ניט אַלעמאָל נעמען דעם אור אין אַ פּנימיות, ווייל ער איז ניט קיין כלי צו אים, און דער אור איז מאיר אויף דעם תחתון נאָר בדרך מקיף; מה־שאיןכן בשעת1074דער אור ווערט נמשך דורך העלאה, וויבאַלד אַז דער תחתון איז זיך מזכך דורך עבודה, ווערט ער אַ כלי צו נעמען דעם אור אין אַ פּנימיות.
און דאָס וועט זיין דער אויפטו אין דער גאולה העתידה, אַז עס וועלן זיין ביידע מעלות; עס וועט מאיר זיין דער אור, ווי ער איז אָן הגבלות, אויך דער אור וואָס ער איז העכער פון צו קענען נמשך ווערן דורך אתערותא דלתתא, און פונדעסטוועגן וועט אויך דער אור מאיר זיין אין אַ פּנימיות. און אַזאַ אופן המשכת אור, וואָס וועט האָבן אין זיך ביידע מעלות, איז נאָך ניט געווען און וועט זיין נאָר לעתיד לבוא. דאָס וואָס דער אַלטער רבי זאָגט) „וגם כבר הי' לעולמים מעין זה בשעת מתן תורה" (אַז אַ מעין פון דעם גילוי דלעתיד איז שוין געווען בעת מתן תורה), איז עס בנוגע דער מעלה, אַז בשעת מתן תורה איז נמשך געוואָרן אַן אור בלתי מוגבל, מעין דעם גילוי דלעתיד; אָבער דער מטה איז נאָך דאַן ניט אויסגעאיידלט געוואָרן אַז ער זאָל ווערן אַ כלי צו אָט דעם אור, וואָס דעריבער איז „במשוך היובל", באַלד נאָך מתן תורה, איז צוריק געוואָרן ווי פאַר מתן תורה, ביז עס האָט געקענט קומען דער חטא העגליט). אָבער לעתיד וועט זיין „כדין וכדין", אַז די וועלט וועט נזדכך ווערן און נעמען דעם אור הבלתי מוגבל אין אַ פּנימיות.
און אויך דער ענין איז מרומז אין פּנחס, וואָס „פּנחס הוא אלי'", מבשר הגאולה ; כהונה איז, ווי געזאָגט פריער, ניט אַ זאַך וואָס מען קען באַקומען דורך עבודה, נאָר מ'באַקומט עס מלמעלה און עס ווערט אַ „טבע". מוז מען דעריבער זאָגן. אַז פּנחס איז מצד עצמו געווען ראוי צו כהונה, נאָך איידער וואָס הרג לזמרי, נאָר פונדעסטוועגן האָט מען אים ניט געגעבן כהונה בפּועל ביז ער האָט מקנא געווען קנאת ה' און גע'הרג'עט זמרי'ן, בכדי אַז די המשכת הכהונה שמלמעלה זאָל צו אים קומען דורך זיין עבודהז וואָס דאָס איז מרומז אויך אין דעם פסוק „הנני נותן לו את בריתי שלום" (שלום איז — פאַראייניקונג פון קעגנזאַצן), אַז ביי פּנחס'ן זאָל זיין דער היבור פון ביידע קוין, גילוי שלמעלה מיט עבודה שלמטה. און אַזאַ שלום וחיבור איז אַ מעין פון דער גאולה העתידה — „פּנחס הוא אלי'", וואָס ער וועט זי מבשר זיין בקקוב ממש.
ז. דער חיבור פון די ביידע קוין — המשכה והעלאה — אין עבודת האדם ;
עס דאַרף זיין דער חיבור פון בחינת יחידה מיט די כוחות פּנימיים, אַז אויך אין זיי זאָל זיך הערן יחידה אין אַ פּנימיות *כ). ניט נאָר ווי דער קיום פון תורה ומצוות וואָס קומט נאָך דער הקדמה פון קריאת שמע, מסירת נפש בכח, ווען די עבודה בפּועל איז נאָר מיט די כוחות פּנימיים, און דער מסירת נפיט פון יחידה איז אָנגעטאָן און באַהאַלטן אין די כוחות פּנימיים, אָבער ניט בחינת יחידה ווי זי איז בעצם ; נאָר עס מאָנט זיך, אַז שטענדיק, אַ גאַנצן טאָג, זאָל די עבודה זיין אין דער תנועה פון מסירת נפש בפּועל, אַז בחינת יחידה ווי זי איז1075ניט בהתלבשות, זאָל ביי אים מאיר זיין בגילוי אין אַ פּנימיות, אין די כוחות פּנימיים.
וואָס דאַן זיינען דאָ ביידע מעלות; יחידה און פּנימיות וכלי. און דורך דעם טוט מען אויף דעם גילוי דלעתיד — „כדין וכדין".
ח. אין די יאָרן ווען די פּרשות מטות ומסעי זיינען מחוברות, איז פּרשת פּנחס דער ערשטער שבת פון „בין המצרים". אַלע ענינים זיינען דאָך בהשגחה פּרטית, איז במילא מובן, אַז פּרשת פּנחס האָט אַ שייכות מיט „בין המצרים"כא). והביאור: גלייך נאָכן חורבןכב) איז „נולד מושיען של ישראל", דאָס מיינט, אַז פון דעם מיצר (החורבן) גופא הייבט מען אָן גיין צום מרחב העצמי וואָס וועט נתגלה ווערן לעתידכג). און דער גילוי דלעתיד קומט דורך דער עבודה פון „פּנחס" — חיבור יחידה מיט די כוחות פּנימיים.
דאָס איז אויך מרומז אין דעם סיום ההפטרה פון דעם ערשטן שבת שבבין המצרים: „קדש ישראל להוי' ראשית תבואתה כל אוכליו יאשמו גו'". אין פּשטות רעדט דער פּסוק וועגן די אומות העולם, וועלכע זיינען „אוכליו" (עסער, פאַרפאָלגער) פון ישראל, און דעריבער איז „יאשמו", זיי וועלן ווערן פאַרשולדיקט און „רעה תבוא אליהם". וויבאַלד אָבער אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן צו די אידן, דאַרף מען זאָגן, אַז אין דעם פּסוק איז אויך פאַראַן אַ הוראה צו אידןכד) ; בשעת אַז ביי אידן זיינען פאַראַן חטאים וועלכע עסן אויף, זיי זיינען „אוכליו" און זיינען מאבד די בחינת „ישראל", איז די עצה צו דעם, „יאשמו" — קרבן אשם — גילוי פון יחידה שבנפש38)). ביי קרבן אשם שטייט „וחמישיתו יוסף עליו"; ס'איז ניט גענוג די עבודה פון די פיר בחינות נרנ"ח, נאָר עס דאַרף אויך צוקומען דער גילוי פון דער פינפטער בחינה — וחמישיתו — יחידה שבנפש. און דער דיוק הלשון „וחמישיתו יוסף עליו", צוגעבן אַפ'ן קרן, מיינט אַז בחינת היחידה זאָל מאיר זיין בבת אחת מיט די פיר בחינות28)) — דער חיבור פון יחידה מיט נרנ"ח — „כדין וכדין".
וואָס דאָס איז אויך וואָס דער אַלטער רבי ברענגטכה) דעם פסוק „ומספּר את רובע יטראָל" אַלס אַן אָפּטייטש אויפן פסוק „יאשמו"; „ומספּר", איז אויך פון לשון „ספּיר", ליכטיקייט, אַז בחינת יחידה זאָל לייכטן אין „רובע ישראל", אין די פיר בחינות („רובע") נרנ"ח (פון „ישראל") אין זייער פּנימיות — „כדין וכדין".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-11m3na5h