Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 57
1369די נקודה העיקרית פון די שיחות איז, אַז מען דאַרף לערנען חסידות בשופי, בהתמדה ובשקידה. ניט נאָר די וואָס „תורתם אומנתם" (אויף וויפל עס איז דאָ „תורתם אומנתם" בזמן הזה) — יושבי אוהל ובפרט תלמידי הישיבות, — נאָר אויך בעלי עסק וואָס די מערסטע צייט גייט ביי זיי אַוועק — ברשות התורה — אויף אַנדערע זאַכן, דאַרפן זייערע ליידיקע שעות פאַרפלייצט ווערן און פאַרטרונקען ווערן מיט לערנען תורה בכלל, און מיט לימוד פּנימיות התורה, חסידות, בפרט.
מען רעדט דאָך אַ סך מאָל וועגן דעם גודל המעלה פון עבודת הצדקה און פון אהבת ישראל, פון הפצת המעינות חוצה, מ'דאַרף אָבער ניט פאַרגעסן אויפן ענין פון לימוד החסידות. ס'איז דאָ אַ לשון המורגל אין שיחות, „עס איז נחלש געוואָרן דער ענין העבודה"; ובימינו אלה קען מען זאָגן, אַז עס איז נחלש געוואָרן אויך דער לימוד התורה ובפרט לימוד החסידות. מען מעג זיך פאַרגינען צו קלאָר ווערן תורה אור, לקוטי תורה — וועגן תניא דאַרף מען דאָך גאָרניט ריידן — המשכים, מאמרים א. אַ. וו. „וכל המוסיף מוסיפין לו". צו ווערן בקי מיט די אותיות, דאַרף פאַרנעמען צופיל צייט, זאָל מען אָבער ווערן בקי אין די ענינים.
איך מיין עס גאָר פּשוט; מ'זאָל מוסיף זיין אין דער שקידה והתמדה פון לימוד החסידות. דער לימוד וועט במילא ברענגען לידי מעשה, אָבער וואָס איך רייד איצטער — און פּי ולבי שוין; התמדה ושקידה בלימוד החסידות. און די הוספה אין שמן דתורה (רזין דרזין) און יין דתורה (רזין) וועט צוגעבן אויך אין דער הבנה והשגה פון לחם ומים דתורה (נגלה).
ויהי רצון, אַז פון היינט ביינאַכט אָדער פון מאָרגן אינדערפרי זאָלן נתרבה ווערן לומדי תורת החסידות ועוסקים בה על מנת להבינה ולהשיגה, ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים.
0
בדורנו זה, האָט מען געגעבן מלמעלה אַזוינע מעגלעכקייטן וואָס איז נאָך קיין מאָל ניט געווען, און בעונותינו הרבים, און נאָך מערער — לצער הכי גדול, נוצט מען זיי ניט אויס כדבעי.
איינע פון די געלעגנהייטן איז דאָס וואָס לעצטנס איז געוואָרן אַ שטאַרקע התעוררות ביי דער יוגנט, ווי זיי האָבן דאָס אַ נאָמען געגעבן — „לשוב אל המקורות". זיי זיינען רעב און צמא לדבר ה', ס'איז מער ניט וואָס דער וויילע איז אַ טייל פון זיי ווייסן נאָך ניט וואו דער דבר ה'1370געפינט זיך. ואין הדבר תלוי נאָר אין די וועלכע געפינען זיך שוין בתוך המים, אין מים אלא תורה (ב"ק יז, אַ וש"נ), זיי זאָלן זיי מסביר זיין אַז זייער הונגער און דאָרשט איז צו תורה תמימה אָן פּשרות.
איין ענין, די שלילה, האָבן זיי אַליין שוין אָפּגעטאָן, זיי האָבן צובראָכן די פּסלים און צלמים וועלכע זיינען געווען ביי אַ טייל פון זייערע עלטערן. זיי האָבן איינגעזען אַז די שיטות מעשה ידי אדם פון וועלכע מען האָט געהאַלטן מיט פערציק־פופציק יאָר צוריק, זיינען פאַלש. מען דאַרף זיי נאָר צוברענגען צום צווייטן ענין, צום חיוב — לימוד התורה וקיום המצוות.
בתקופתינו זו איז אַ שעת הכושר און אַן עת רצון, און מען קען אין דער צייט זייער פיל אויפטאָן. דאַרף מען דאָך די צייט ניט פאַרלירן ח"ו.
ס'איז קול דודי דופק פּתחי לי, דער אויבערשטער קלאַפּט ביי יעדער אידן אין האַר־טיר און בעט זיך מען זאָל אים עפענען. און נאָך מערער דער אויבערשטער פאַרלאַנגט ניט מען זאָל ברעכן ווענט און האַקן טירן נאָר — פּתחי לי כחודה של מחט על כל פּנים, שראשי נמלא טל קוצותי רסיסי לילה, ער קען שוין מער ניט פאַרטראָגן, כביכול, די ענינים פון דעם חושך ליל הגלות. און בשעת מען וועט אים עפענען אַ פּתח כחודה של מחט על כל פּנים, זאָגט ער צו, אַז ער וועט שוין פאַרענדיקן די איבעריקע, און כהרף עין *) וועט ער ברענגען די גאולה האמיתית על ידי משיח צדקנו.
(משיחת פורים תשכ")1371איז פאַרשטאַנדיק אַז דער לימוד דאַרף ניט זיין אין אַ מטללתא* נאָר אין אַ בית המדרש. און אין אַ הויז גופא איז דאָך דירה נאה (וכלים נאים) מרחיבים דעתו של אדםח).
וואָס דאָס איז דאָך אַן ענין וואָס עס שטייט אַפילו אויף צדיקים גדולים, אַז אויך ביי זיי איז אַ דירה נאה פּועל'ט הרחבת הדעת. ועל־דרך ווי עס ווערט געבראַכט אין מהרי"ל אויף רבינו תם)), און אַזוי דערציילט מען אויך אויפן צמח צדק, אַז אין געוויסע פאַלן פלעגט מען אַוועקשטעלן פאַר זיי בעת הלימוד „תל של זהובים", וואָס דאָס האָט גע'פּועל'ט הרחבת הדעת.
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק דער גודל הנחיצות פון אַ בנין נאה פאַר דער ישיבה, וואָס דאָס וועט העלפן און צוגעבן אין דעם לימוד התורה פון די תלמידים.
עס שטייט אין פּרדסז) און עס ברענגט זיך אין חסידות, אַז ברוחני איז אַ יסוד פאַרקערט ווי בגשמי. בגשמי איז דער יסוד נידעריקער פון דעם בנין; ברוחני איז דער יסוד העכער פון דעם בנין.
א־ע־פּ־כן, איז דאָך אויך דאָ למטה וואָס דער יסוד איז למטה מהבנין, און ער האָט דאָך ניט קיין חשיבות לגבי דעם בנין וואָס אויף אים, און מכל־שכן — לגבי די חשיבות פון די ענינים צוליב וועלכע מען האָט געבויט דעם בנין, פונדעסטוועגן, איז דאָך אויך דאָ למטה הייסט ער מיטן נאָמען יסוד. וואָס דער נאָמען ווייזט אַז ניט נאָר וואָס פון אים הויבט זיך אָן דער בנין (מען קען דאָך ניט אָנהויבן בויען כל־זמן מ'האָט ניט געלייגט דעם יסוד), נאָר אויך אַז ער האַלט אויף דעם בנין. און וואָס דער יסוד איז שטאַרקער, איז אויך דער בנין שטאַרקער.
על־אחת־כמה־וכמה בעת עס רעדט זיך וועגן אַ בנין פאַר אַ ישיבה, אַן אָרט פון תורה ותפלה), איז דאָך אַוודאי אַז זיין יסוד איז על־דרך ווי יסוד ברוחני, וואָס דער יסוד איז למעלה מהבנין, ער איז דער שורש להבנין און אין דעם אופן היסוד איז תלוי דער אופן הבנין.
אין לימוד התורה איז כאָטש אַז אַפילו אחד שיושב ועוסק בתורה איז אַ גרויסער ענין), קומט עס אָבער ניט צו דער מעלה פון תלמוד1372תורה דרבים. און אין תלמוד תורה דרבים גופא איז וואָס מערער רבים איז אַלץ מערער מעלהי).
נאָך אַן ענין עיקרי איז דאָ אין לימוד התורה, אַז דער לימוד דאַרף זיין בשמחהיא). כאָטש אַז אויך ווען עס פעלט שמחה איז מען יוצא מצות תלמוד תורה, און מען מאַכט ברכת התורה, קומט עס אָבער ניט צו דער מעלה אין לימוד התורה ווען זי ווערט געלערנט בשמחה.
על־פּי הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך אין די הנחת היסוד — אבן הפּינה, דאַרפן זיין די צוויי ענינים; עס זאָל זיין ברוב עם און בשמחה.
וואָס דעריבער איז כדאי זיך משתדל זיין און טאָן את התלוי בו אַז צו הנחת אבן הפּינה זאָל זיין רוב עם, וואָס ברוב עם הדרת מלך, מלכו של עולם.
און דער אויבערשטער זאָל געבן אַז די הנחת אבן הפּינה זאָל זיין בהרחבה, און דערנאָך זאָל אויך דער בנין זיין בהרחבה, און דער עיקר — אַז דער לימוד פון די תלמידים אין דעם בנין זאָל זיין בהרחבה, און דאָס זאָל ברענגען אַז דער אויבערשטער זאָל אַראָפּנעמען דעם גלות און די הגבלות' פון גלות און יעלה הפּורץ לפנינו — דאָ מלכא משיחאיא) — בקרוב ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-rbz7hsmf