Likkutei Sichos
12-13 Tamuz
1061י' — ווג תמוז
א. צווישן די סיפּורים וואָס דער רבי, בעל השמחה והגאולה, האָט דערציילטא) וועגן זיין מאסר און גאולה, זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס דערציילן וועגן דער צייט ווען דער אַרעסט איז נאָך געווען בתקפו.
איינער פון די סיפּורים איז;
באַלד ווי מען האָט דעם רבי'ן אַריינגעפירט אין תפיסה, האָט ער ביי זיך געמאַכט אַ פעסטן באַשלוס, אַז ער זאָל זיך ח"ו ניט פאַרלירן, און ער זאָל פאַר זיי (די לייט פון גע־ּע־) כלל ניט נתפּעל ווערן. ניט נאָר זאָל ער זיך ניט רעכענען מיט זיי אין זאַכן וואָס זיינען נוגע צו יראת שמים, נאָר ער זאָל זיי בכלל ניט האַלטן פאַר קיין מציאות. ביז ער האָט אויף זיי געקוקט ווי זיי וואָלטן זיין — בלשון הרב — „כאין ואפס ממש".
אָט דער מצב הנפש האָט זיך ביי אים ניט געענדערט אויך נאָך דעם ווי ער איז שוין באַשטראָפט געוואָרן פאַר ניט וועלן ענטפערן אויף זייערע אַ שאלה. די שטראָף איז געווען, אַז מען האָט אים פאַרשפּאַרט אין אַ קעלער וואָס איז געווען אָנגעפילט ביז אַ געוויסער הויך מיט בלאָטע. אויף וואָס צו אָנשפּאַרן זיך איז ניט געווען. דער
צו זיינען אין דער בלאָטע און אויף די ווענט אַרומגעקראָכן עכברים ורמשים. און אין אָט־דעם קעלער האָט מען אים אָפּגעהאַלטן אַ קאַרגן מעתלעת. אָבער אויך נאָכדעם, איז ביי אים אַלץ געבליבן די שטאַרקע החלטה, אַז ער זאָל זיך ניט רעכענען מיט זיי — זיי זיינען כאין ואפס ממש.
אין דער תפיסה־אַמער וואו דער רבי איז געזעסן, האָט מען ניט געקענט אונטערשיידן צווישן טאָג און נאַכט, ווייל אין דער קאַמער איז געווען ניט מער ווי איין קליינע פענסטער אונטער דער סטעלע (סילינג), און אויך די פענסטער איז געווען פאַרשטעלט מיט אַ קעגנאיבערדיקער וואַנט, וואָס האָט צום חדר ניט צוגעלאָזן די ליכט פון טאָג. נאָר לויט די איינגעשטעלטע סדרי בית הסוהר, און די באַשטימטע שטונדן אויף צו ברענגען וואַרעם וואַסער א.א.וו., האָט דער רבי געוואוסט צו מבחין זיין די שעות פון טאָג)).
דאָנערשטיק, ר"ח תמוז, עלף אַזייגער פאַרמיטאָג (אין דעם סיפּור האָט דער רבי צוגעגעבן, אַז בכלל פלעגט ער אין טורמע דאַוונען באריכות) זיינען אַריינגעקומען שוצרים אין זיין צימער און1062אים באַפוילן זיך אויפצושטעלן. — די שוטרים האָבן גערעדט רוסיש, אָבער דעם רבי'נס סדר איז געווען, אַז ער פלעגט זיי ענטפערן אויף אידיש — האָט ער זיי געענטפערט, אַז ער וועט זיך ניט אויפשטעלן.
— אין דער טורמע איז געווען איינגעפירט, אַז בשעת מ'גיט איבער דעם אַרעסטירטן עפּעס אַ ידיעה, דאַרף ער זי אויפנעמען שטייענדיקערהייט, דאָס האָט געדאַרפט ווייזן אַז דער אַרעסטירטער איז אונטערוואָרפן זייער הערשאַפט, און דערפאַר האָט דאָס דער רבי ניט געוואָלט אויפשטיין. —
ווייזט אויס, אַז איינער פון די שוטרים איז געווען אַ איד, וואָס האָט פאַרשטאַנען דעם ענטפער אויף אידיש. אויף דעם רבי'נס ענטפער האָבן זיי צו אים ווידער געזאָגט אויף רוסיש; „אויב דו וועסט ניט פאָלגן, וועלן מיר דיר שלאָגן!" האָט דער רבי געענטפערט: „נו". די שוטרים האָבן טאַקע געטאָן אַזוי ווי זיי האָבן געזאָגט, און זיינען אַרויס פון חדר.
שפּעטער איז אַריינגעקומען אַ צווייטע גרופּע שוטרים, צווישן וועלכע ס'איז געווען אויך לולאָוו (איינער פון די וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין אַרעסטירן דעם רבי'ן, אין ברענגען אים אין תפיסה און אויך אין זיין אויספאָרשונג). לולאָוו האָט געשטאַמט פון חסידים, און ער האָט זיינע רייד צום רבי'ן אָנגעהויבן מיטן וואָרט „רבי", זאָגנדיק: „רבי! וואָס פארפירט איר זיך מיט זיי? וואָס מאַכט איר מיט זיי מחזקות? זיי קומען דאָך אייך אָנזאָגן אַ פאַרלייכטערונג — איז אַז מ'הייסט אייך שטעלן זיך, דאַרפט איר זיך אויפשטעלן!" דער רבי האָט אויף דעם גאָרניט געענטפערט. האָט לולאָוו ווידער געזאָגט; „וועלן זיי דאָך אייך שלאָגן ?" אָבער אויך אויף דעם האָט דער רבי ניט געענטפערט. האָבן זיי אים נאָכאַמאָל געשלאָגן (איינער פון זיי האָט אים געגעבן אַ קלאַפּ תחת הסנטר, אונטער דער קין, וואָס דעם ווייטיק דערפון האָט דער רבי געפילט אַ לאַנגע צייט שפּעטער), און זיינען אַוועק.
אויך דערנאָך ווען ס'איז געקומען אַ גרופּע שוטרים צום דריטן מאָל (אויך צווישן זיי איז געווען אַ איד מיטן נאָמען קאַוואַלאָוו), און אים געהייסן זיך אויפשטעלן, האָט דער רבי געענטפערט אַז ער וועט זיך ניט אויפשטעלן. מען האָט אים ווידער געשלאָגן (דער וואָס האָט געשלאָגן איז געווען קאַוואַלאָוו), אָבער עס האָט גאָרניט געהאָלפן, קאַוואַלאָוו אין אַריין אין רציחה און מיט כעס געזאָגט ; „מי טיעביאַ נאַאוטשים" (מיר וועלן דיר אָנלערנען), האָט דער רבי געענטפערט (באידיש): „עס ווענדט זיך ווער וועמען".
אַ געוויסע צייט שפּעטער זיינען אַריינגעקומען שוטרים און האָבן אים געזאָגט, אַז ער זאָל אַריינגיין אין קאַנצעלאַריע (אָפיס). דאָרט האָט מען אים אָנגעזאָגט די ידיעה — די פאַרלייכטערונג וואָס לולאָוו האָט דערמאָנט — אַז מ'לאָזט אים אַרויס פון בית האסורים, און מ'פאַרשיקט אים אויף דריי יאָר גלות אין דער שטאָט קאַסטראַמאַ.
בשעת דער רבי איז צוגעגאַנגען צום טיש, האָט ער געזען אַז עס ליגט אויפן טיש די פּאַפּירן פון זיין „דיעלע" (קעיס). אויף די פּאַפּירן האָט ער באַמערקט אַן אָנגעשריבענע שורה וואָס איז געוואָרן אויסגעשטראָכן, (אין דער1063שורה איז געשטאַנען אַז מ'האָט אים פאַר'משפּט למות ר"ל. וויבאַלד אַז דער רבי האָט עס דערציילט בחיים חיותו בעלמא דין, האָט ער דאָס ניט געוואָלט אַרויסזאָגן בדיבור, נאָר האָט דערציילט אַז אַ שורה איז געווען אָנגעשריבן און אויסגעמעקט). ווייטער איז געווען אַ געשריבענע שורה מיט אַ פּסק דין, אַז דער רבי זאָל פאַרשיקט ווערן אויף צען יאָר קאַטאָרגע אויף סאָלאָווקי. דערביי איז געשטאַנען דאָס וואָרט „ניעט!" (ניין!), צום סוף איז געווען צוגעשריבן דער אורטייל: „דריי יאָר קאַסטראַמאַ".
בשעת מ'האָט מודיע געווען דעם רבי'ן אַז מ'פאַרשיקט אים אויף דריי יאָר קיין קאַסטראַמאַ, האָט מען אים געפרעגט, מיט וועלכער באַן וויל ער פאָרן אַהין, האָט ער געענטפערט; מיט „מעזשדונאַראָדנע" („מעזשדונאַראָדנע" האָט מען גערופן די וואַגאָנען אין וועלכע עס פלעגן פאָרן רעגירונגסבאַאַמטע אָדער גבירים). האָט מען אים געפרגעט, צי ער האָט מיט וואָס צו באַצאָלן פאַר דעם — עס קאָסט דאָך טייער ? האָט ער געענטפערט, אַז אויב דאָס געלט וואָס ער האָט ליגן אין דער ביוראָ, וואָס מ'האָט ביי אים צוגענומען בשעת מ'האָט אים אַרעסטירט, איז ניט גענוג, וועט ער הייסן אַז מ'זאָל פאַר דער נסיעה באַצאָלן פון דער היים.
די באַאַמטע האָבן אויף דעם מסכים געווען און זיי האָבן אים געלאָזט וויסן, אַז צוויי אַזייגער בייטאָג וועט מען אים באַפרייען פון תפיסה. זיי האָבן אים דערלויבט צו פאַרברענגען זעקס שעה מיט זיינען בני בית, און אים אָנגעזאָגט אַז ביינאַכט וועט ער מוזן פאַרלאָזן די שטאָט און פאָרן קיין קאַסטראַמאַ.
אַזוי ווי דאָס איז געווען דאָנערשטיק, האָט דער רבי געפרעגט; ווען וועט ער אָנקומען אין קאַסטראַמאַ? האָבן זיי געענטפערט אַז ער וועט אַהין אָנקומען שבת. דער רבי האָט אויף דעם געזאָגט, אַז שבת וועט ער בשום אופן ניט פאָרן. דערציילנדיק דעם סיפּור האָט דער רבי מסיים געווען; ב"ה, איך בין שבת ניט געפאָרן! איך בין געבליבן זיצן אין טורמע ביז זונטאָג — וויבאַלד אַז דאָנערשטיק האָט ער דאָך ניט געוואָלט פאָרן, און צו פאַרבלייבן אַ לענגערע צייט אין דער היים האָט מען אים ניט געוואָלט דערלויבן, האָט מען אים פאַרהאַלטן אין תפיסה ביז זונטאָג. זונטאָג בייטאָג איז ער געקומען אַהיים און ביינאַכט איז ער אַרויסגעפאָרן קיין קאַסטראַמאַ.
צו דעם סיפּור האָט דער רבי מוסיף געווען אַז החסיד ר' מיכאל דוואָרקין איז אין קאַסטראַמאַ אָנגעקומען פריער (ווי דער רבי) און אין דער צייט (ביז דעם רבי'נס קומען), האָט ר' מיכאל צוזאַמענגעקליבן אינגלעך, און מיט זיי געגרינדעט אַ חדר, און ער האָט אויך געזען אַז מען זאָל פאַרריכטן די מקוה וואָס איז דאָרט געווען.
דאָס הייסט ; אָט־די זעלבע פּעולות, פאַר וועלכע מ'האָט דעם רבי'ן אַרעסטירט און פאַר'משפּט למות ר"ל — און דורך השתדלות ובאופן ניסי האָט מען דעם אורטייל פאַרביטן אויף דריי יאָר גלות — די זעלביקע אַרבעט האָט ער געטאָן באַלד ביים אַרויסגיין פון תפיסה; נאָך איידער ער אַליין איז געקומען אין קאַסטראַמאַ — „שלח להורות לפניו גושנה", ער האָט אַהין געשיקט אַ שליח, ער זאָל דאָרט גרינדן אַ חדר און פאַרריכטן אַ מקוה לרבים.
ב. סיפּורים וועגן מאורעות וואָס האָבן פּאַסירט ביי אַ נשיא, ובפרט אַז ער האָט עס נאָך איבער־דערציילט, זיינען — הוראות בעבודתינו.
1064איינע פון די הוראות פון דעם סיפּור איז; נאָכדעם ווי דער רבי נשיא הדור פּתח)) — האָט געעפענט דעם וועג — איז אַז אַ איד באַשליסט ביי זיך מיט אַ תוקף גדול, אַז אַלע פאַרשטעלונגען אויפן נפש האלקית און אַלע שטערונגען און מניעות אויף הפצת היהדות זיינען כאין ואפס ממש; אַזאַ שטאַרקע החלטה, וואָס אַפילו ווען מ'קומט צוגיין און מ'שלאָגט אים דריי מאָל — וואָס דריי מאָל איז אַ חזקה עפ"י שו"ע און ס'איז דערפון לכאורה אַ באַווייז אַז ס'איז אַ מציאות — רירט עס פונדעסטוועגן ניט אָן זיין התלטה,
פּועל'ט עס, אַז אויך אַזאַ איד, וואָס געפינט זיך בעת מעשה אין לעומת זה, דערפילט אויך ער אַז עס איז דאָ אידישקייט, חסידות, אַ רבי און ז. וו. און ביז אַז דאָס איז זיין לעבן, ביז אַז ער רופט מיט אַ פשיטות: „רבי".
און סו־סוף פירט דער איד דורך מיט הצלחה און אויב נייטיג — באופן ניסי — ניט נאָר די ענינים עיקריים נאָר אויך די ענינים וועלכע זיינען טפלים בערך העיקר, און ווי דער לשון*) פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע, אַז „מ'איז גאַנץ ניט נאָר מיטן עצם נאָר אויך מיט דער התפּשטות", און מיט די אַלע ענינים גייט מען אַרויס לחירות, און — „ביד רמה" ו"בריש גלי"ח).
על אחת כמה וכמה ווען אַ איד געפינט זיך אין אַ מעמד ומצב וואָס ער האָט די מעגלעכקייט צו מפיץ זיין אידישקייט אָן קיין העלמות והסתרים, און אַדרבה, ער ווערט נאָך אין דעם אַרויסגעהאָלפן, ביז אַז מ'גיט אים זיין שכר ניט נאָר בעולם הבא נאָר אויך בעולם הזה — איז אויב מ'האָט נאָר ביי זיך דעם החלט הגמור, אַז מ'מוז דורכפירן דעם אויבערשטנס שליחות און מ'ווערט ניט נתפּעל פון די שוועריקייטן וועלכע מ'טרעפט אָן, קען מען זיין זיכער, אַז חפץ ה' בידם יצליח אויף צו פאַרשפּרייטן תורת הנגלה והחסידות און קיום המצוות בהידור, ביז אַז עס וועט זיין „ומלאה הארץ דיעה את הוי' כמים לים מכסים", בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.
ג. אויפן פּסוק (אין היינטיקער פּרשה)ח) „כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" שטייט אין מדרשז; „כי מראש צורים אראנו אלו האבות וכו' משל למלך שהי' מבקש לבנות מדינה כו' בא ליתן היסוד והיו המים עולים כו' עד כו' ומצא שם צור גדול כו' כך מתחילה כו' כיון שבאו האבות וזכו אמר הקב"ה על אלו אני מכונן העולם כו'" (גלייך פון אָנהויב האָט דער אויבערשטער געזוכט אויף וואָס צו באַגרינדן די וועלט און ער האָט ניט געפונען ביז עס זיינען אויפגעשטאַנען די אבות. אַ משל צו אַ מלך וואָס האָט געזוכט צו בויען אַ מדינה כו'. ער איז געקומען לייגן דעם יסוד האָבן די וואַסערן ניט געלאַזן . . . ביז ער האָט געפונען אַ גרויסן פעלז, האָט ער געזאָגט, אויף די פעלזן שטעל איך אויף די מדינה. אַזוי . . . האָט דער אויבערשטער געוואָלט אויפשטעלן די וועלטן . . . וויבאַלד עס זיינען געקומען די אבות און האָבן זוכה געווען, האָט דער1065אויבערשטער געזאָגט, אויף די וועל איך אויפשטעלן די וועלט וכו').
דער תכלית הכוונה פון בריאת העולם וועט זיך אויספירן בביאת המשיח*). און פּונקט ווי דער אָנהויב פון דער בריאה איז געווען אין זכות פון די אבות*), אַזוי וועט אויך דער תכלית הבריאה — ביאת המשיח — קומען בזכות האבות. ווי דער נביא זאָגט20)), „כל הנקרא בשמי ולכבודי גו'" און דער תרגום טייטשט: „כל דא בדיל אבהתכון צדיקיא . . . עבדית להון ניסין" (דאָס אַלץ איז צוליב אייערע אבות די צדיקים וואָס מיין נאָמען ווערט גערופן אויף זיי און צוליב מיין כבוד האָב איך זיי באַשאַפן; איך האָב צוגעגרייט זייערע גלות'ן. כ'האָב (אָבער) אויך געטאָן צו זיי ניסים).
דער פּסוק „כל הנקרא בשמי" קומט אין המשך צו פריערדיקע פּסוקים וועלכע ריידן וועגן דעם אופן פון דער גאולה העתידה; „ממזרח אביא זרעך וממערב אקבצך אמר לצפון תני ולתימן אל תכלאי".
אין דער גאולה העתידה וועלן אויסגעלייזט ווערן אַלע אידן וואו נאָר זיי געפינען זיך, בד' רוחות העולם, און דער פּסוק איז מבאר ווי אַזוי עס וועט זיין די גאולה פון אַלע ארבע רוחות; ביי מזרח ומערב זאָגט ער דעם לשון „אביא זרעך . . . אקבצך", איך וועל ברענגען דיינע קינדער און איך וועל דיר צוזאַמענקלייבן. דער אויבערשטער רעדט דאָ צו די אידן, און — ניט צו מזרח ומערב אַליין. ביי דער גאולה פון תימן (דרום) זאָגט ער „אל תכלאי" (דו זאָלסט ניט פאַרשליסן, ניט פאַרמיידן), רעדט ער צו תימן אַליין, אַז זי זאָל ניט שטערן צו דער גאולה; און ביי צפון — וואָס איז דער מקור הרע, „מצפון תפּתח גו'"יא) — זאָגט ער „תני" (גיב, ברענג), אַז ניט נאָר זאָל זי ניט פאַרמיידן, נאָר זי זאָל אויך אַליין אַרויסהעלפן צו דער גאולה.
דאָס איז דער אויפטו פון דער גאולה העתידה, אַז אפילו צפון וועט אויך מסייע זיין צו דער גאולה. און אויף דעם אויפטו פון דער גאולה העתידה, אַז ניט נאָר וואָס קיינער וועט ניט שטערן, נאָר אויך אַז אפילו צפון וועט מסייע זיין, זאָגט דער נביא „כל הנקרא גו'", אַז דאָס אַלץ איז אין זכות פון „אבהתכון צדיקיא", וואָס אויך ביי די אבות זיינען געווען ניסים, ענלעך צו די ניסים ביי דער גאולה העתידה, ביז — אומר לצפון תני.
ד. צווישן די נסים וועלכע זיינען געטאָן געוואָרן צו „אבהתכון צדיקיא", איז פאַרשטאַנדיק, אַז די נסים וועלכע זיינען געווען ביי די צדיקים שבדור האחרון פאַר משיח'ן, וואָס זיי זיינען אַ הקדמה און הכנה צו די נסים פון דער גאולה העתידה, זיינען זיי נאָך מערער בדומה צו די ניסים וועלכע עס וועלן זיין בגאולה העתידה. דאָס מיינט, אַז די נסים פון דער גאולת י"ב וי"ג תמוז זיינען געווען אין דעם סדר פון „אומר לצפון תני".
און ווי דערציילט פריער, אַז בשעת מ'האָט דעם רבי'ן פאַראורטיילט צו ווערן פאַרשיקט אויף דריי יאָר גלות אין קאַסטראַמאַ, און ער האָט געשטעלט אַ תנאי אַז ער וועט אַהין ניט פאָרן אויב די נסיעה וועט אָנרירן שמירת1066שבת, האָט מען דאָס אים נאָכגעגעבן און דערלויבט צו פאַרבלייבן אין טורמע ביז זונטאָג. וואָס דאָס איז דאָך פאַרקערט ווי מען פירט זיך אין בית האסורים; ווייל פּונקט ווי אין דער צייט וואָס זיי ווילן עמעצן האַלטן אין בית האסורים, קען ער פון דאָרט ניט אַרויסגיין, אַזוי איז אויך בשעת זיי ווילן אים דאָרטן ניט האַלטן, קען ער דאָרט ניט אויספירן דעם „חוץ מצא" און פאַרבלייבן אין תפיסה, אָבער דער רבי האָט אויך אין דעם אויסגעפירט ווי ער האָט געוואָלט.
דאָס זעלבע איז אויך געווען ביי דעם רבי'נס פאַרלאָזן די גאַנצע מדינה; זיין אַרויספאָרן פון דאָרט איז ניט נאָר געווען אין אַן אופן פון „אל תכלאי", וואָס מען האָט אים ניט געשטערט אין דעם, נאָר ביז אין אַן אופן פון „תני" — זיי האָבן זיך באַמיט אַז דער רבי זאָל אַרויספאָרן.
וכידוע, אַז דער רבי האָט געזאָגט אַז ער וועט ניט אַוועקפאָרן סיידן מ'וועט אים לאָזן מיטנעמען אַלע זיינע ספרים און כתבים. בשעת עס זיינען געקומען די מבקרים דורכקוקן די ספרים און כתבים און זיי האָבן געוואָלט אָפּהאַלטן געוויסע ספרים און כתבים יקרי המציאות, האָט דער רבי געזאָגט, אַז אויב מ'וועט אַזוי טאָן וועט ער ניט פאָרן. האָבן זיי טעלעפאָנירט פון ליענינגראַד, וואו דער רבי האָט זיך געפונען, צו די העכערע באַאַמטע אין דער עיר הבירה מאָסקווע, און געזאָגט אַז דער ראַבין שניאורסאָהן — געמיינט דעם רבי'ן — סטראַשעט אַז אויב מ'וועט אים ניט מיטגעבן אַלע זיינען ספרים וכתבים, וועט ער אַליין אויך ניט פאָרן. האָט מען פון מאָסקווע געענטפערט, אַז מ'זאָל אים אַלץ נאָכגעבן און מ'האָט דעם צענזאַר באַפוילן צו אַרויפלייגן אויף יעדער ספרים־אַסטן אַ שטעמפל וואָס זאָל עס דערלויבן אַריבערפירן דעם גרעניץ.
וואָס דאָס איז דער ענין פון „אומר לצפון תני"; ס'איז ניט סתם אַ נס למעלה מהטבע, נאָר אַ נס וואָס דער אויבערשטער מאַכט, אַז צפון אַליין, וואָס „מצפון תפּתח", זאָל מסייע זיין אויף צו אַרויסגיין פון מדידה והגבלה אין אַן אָרט פון שחרור וחירות.
ה. די נסים לצדיקים ובפרט אין דעם דור האחרון זיינען אַ הקדמה והכנה (ווי דערמאָנט אויבן) און אַ הוראה ופּסק דין ווי עס וועט זיין דער אופן הגאולה העתידה דורך משיח'ן:
ניט נאָר וואָס „אל תכלאי", מ'וועט די גאולה ניט שטעלן צו אַן אָפּשטימונג און דאַרפן דערביי אָנקומען צו עמעצענס רשיון, און ווי ער זאָגט אין היינטיקער הפטרה (פּרשת בלק) „לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם" (אידן וועלן ניט לייגן זייער האָפענונג אויף מענטשן),
— דאָס וואָס דער אויבערשטער וועט זאָגן „לצפון תני ולתימן אל תכלאי", דאָס איז אַ „שמועס" צווישן דעם אויבערשטן מיט זיי, אָבער שארית יעקב וועט מיט זיי גאָרניט האָבן צו טאָן, „לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם" — און דאָס זעלבע אַז דער אויבערשטער „אומר לצפון תני", אַז צפון אַליין זאָל מסייע זיין צו דער גאולה.
און כאָטש אַז עס וועט אויך דאַן ניט ווערן אויס וועלט, עס וועט בלייבן אַ וועלט מיט אַ סך אומות, ווי ער זאָגט אין דער הפטרה: „בקרב עמים1067רבים", און עס וועלן זיין „בהמות יער", זיי וועלן די גאולה פון אידן ניט וועלן ליידן, איז פונדעסטוועגן, ניט נאָר „לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם", נאָר „צפון תני", אַז צפון אַליין וועט מוזן
מסייע זיין צו דער גאולה, אין עס וועט זיין דער „ובני ישראל יוצאים ביד רמה — בריש גלי", בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-qjgmjafk