עברית
Library

Likkutei Sichos

Sukkos

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1159מען דאַן פּרשת האזינו, וואָס דורך דעם איז מען קוראכ) און ממשיך פון אויבערשטן דעם נתינת כח אויף די אַלע סוגי עבודות, און דורך דעם באַקומט מען אויך דעם שכר פון אויבערשטן וועלכן ער איז משפּיע דורך די שמים וארץ, במשך כל השנה.

(משיזזת ש"פ האזינו תשכ"ג) סוכות

אתרוג, וואָס האָט אין זיך טעם און ריח, איז מרמז אויף דעם סוג אידן וואָס האָבן אין זיך תורה — טעם, ווייל לימוד התורה דאַרף זיין מיט הבנה והשגה, אין וואָס דער מענטש האָט אַ געשמאַק, און מעשים טובים — ריח, ווייל קיום המצוות דאַרף זיין בעיקר מיט קבלת עול). „כפות תמרים אלו ישראל, מה התמרה הזו יש בו טעם ואין בו ריח כך הם ישראל יש בהם שיש בהם תורה ואין בהם מעשים טובים" („כפּות תמרים" אַ לולב, ווייזט אויף דעם סוג אידן, וואָס האָבן אין זיך טעם — תורה — און ניט ריח — מעשים טובים, ווי טייטלען, וואָס האָבן אין זיך אַ טעם און ניט קיין ריח). „וענף עץ עבות אלו ישראל מה הדס יש בו ריח ואין בו טעם כך ישראל יש בהם שיש בהם מעשים טובים ואין בהם תורה" („ענף עץ עבות", אַ הדס, האָט אין זיך ריח און ניט טעם, אַזוי זיינען אויך פאַראַן אידן וואָס האָבן אין זיך מעשים טובים און ניט קיין תורה). „וערבי נחל אלו ישראל מה ערבה זו אין בה טעם ואין בה ריח כך הם ישראל יש בהם בני אדם שאין בהם לא תורה ולא מעשים טובים" (ערבה, וואָס פאַרמאָגט ניט אין זיך ניט קיין טעם און ניט קיין ריח, אַזוי זיינען צווישן אידן פאַראַן אַזעלכע וואָס איז ניט פאַראַן אין זיי ניט קיין תורה און ניט קיין מעשים טובים).1160„אמר הקב"ה יוקשרו כולם אגודה אחת והן מכפּרין אלו על אלו")) (זאָגט דער אויבערשטער ; זאָלן זיי צוזאַמענגעבונדן ווערן אַלע אין איין אגודה, און זיי וועלן מכפּר זיין איינע אויף די אַנדערע).

נאָך מער ; עס ווערט אויפגעטאָן אין דער התאחדות פון סוכות אויף דער התאחדות פון ר"ה ויו"כ; אין דער התאחדות פון ר"ה מיט יו"כ הערט זיך ניט אָן די פאַראייניקונג פן אָט־י אַלע פאַרשידענע סוגים פון אידן. אין דער עבודה פון תקיעת שופר בר"ה און אין דער תשובה פון יו"כ הערט זיך בלויז דער ענין כללי, ווי אַלע אידן זיינען גלייך, מצד דער עבודה פון פּנימיות הנפש, און ס'איז מלכתחילה ניט קענטיק די פאַרשידנקייט פון די סוגים, עס איז „בכסה". אָבער בחג הסוכות קומען די אַלע חילוקי הסוגים אַרויס בגילוי; עס הערט זיך אָן דער אתרוג, דער לולב וכו' — אדרבה, די מצוה באַשטייט דאָך אַז מען זאָל נעמען דוקא פיר מינים — און פונדעסטוועגן ווערט פון די פיר באַזונדערע סוגים אַן אגודה אחתז).

ב. עפ"י המבואר במדרש, קומט אויס אַז דער העכסטער פון אַלע פיר מינים איז דער אתרוג, וואָרום ער האָט דאָך ביידע מעלות; טעם און ריח. און ער איז אויך מרמז אויפן העכסטן סוג צווישן אידן ; די וועלכע האָבן אין זיך תורה און מצוות. לויט דעם איז אָבער נים מובן; פאַרוואָס מאַכט מען די ברכה „על נטילת לולב"? שטייט אויף דעם דער טעםח), אַז מען מאַכט די ברכה אויפן לולב, ווייל ער איז העכער פון די איבעריקע מינים. מען דאַרף דאָס אָבער פאַרשטיין; אַלע זאַכן, ובפרט עניני מצוה, זיינען אַזוי ווי זיי זיינען בגשמיות, ווייל אַזוי איז עס אין זייער שורש ברוחניות, פון וואַנען זיי נעמען זיך. איז דאָך דאָס גופא וואָס לולב איז דער העכסטער בגשמיות באַווייזט, אַז ברוחניות האָט ער אַ מעלה אויף אַלע אַנדערע מינים. לכאורה, וואָס איז די מעלה פון לולב אויף אתרוג, וויבאַלד אַז לולב האָט אין זיך בלויז טעם און אתרוג האָט טעם און אויך ריח?

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דעם חילוק צווישן תורה און מצוותט). אויף מצוות שטייט אַז זיי זיינען „אברים דמלכא"י); אויף תורה שטייט; „אורייתא וקוב"ה כולא חד"יא). די אברים פון גוף זיינען ניט איין1161זאַך מיט נפש ; זיי זיינען טאַקע בטל צום נפש, ביז אַז זיי פירן אויס דעם רצון הנפש בדרך ממילא, באַלד ווי דער נפש וויל דאָסיב), אָבער דאָך זיינען זיי ניט נפש. און אַזוי איז עס אויך ביי קיום המצוות; זיי ווייזן און דריקן אויס דעם ביטול פון אַ אידן צום אויבערשטן, אַז ער טוט און פאָלגט אויס דעם רצון העליון; אָבער דאָך פאַרבלייבט דער מקיים המצוה אין זיין אייגענער מציאות, און ער ווערט ניט איינס, כביכול, מיט בורא. משא"כ דורך לערנען תורה מיט הבנה והשגה, וואָס דער שכל פון דעם אידן באַגרייפט, כביכול, חכמתו של הקב"ה, ביז אַז זיין שכל ווערט תורה־שכל — ווערט ער דורך דעם פאַראייניקטיג) מיט חכמתו של הקב"ה, וואָס „הוא וחכמתו אחד".

וויבאַלד, אַז די מעלה מיוחדת פון לימוד התורה איז דער יחוד מיט דעם אויבערשטן וואָס ווערט דורך דעם, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז וואָס מער אַ איד גיט זיך אָפּ מיט לערנען און פאַרשטיין תורה, אַלץ מער ווערט ער מיוחד מיט אלקות. און דעריבער איז דער וואָס איז אינגאַנצן אָפּגעגעבן צו לימוד התורה — „לולב" — „שיש בהם תורה ואין בהם מעשים טובים",

(זיכער איז ער אויך מקיים מצוות, וואָרום אויב ניט, פאָלגט ער דאָך ניט אויס וואָס ער לערנט, און אויף אַזאַ שטייט „ולרשע אמר אלקים מה לך לספּר חוקי"יד) ; נאָך מער, אַפילו אַז זיין ניט טאָן איז ניט באופן דאיסור ע"פּ שלחן ערוך, נאָר ער האָט ניט סתם מעשים טובים, איז דאָך כל האומר אין לי אלא תורה — איז אפילו תורה אין לוטו) ; דאָ מיינט מען אַזאַ, וואָס איז יאָ מקיים מצוות, ער האָט מעשים טובים, אָבער בלויז אויף אַזוי פיל, אויף וויפל ער איז מחוייב עפ"י דיני השו"ע און אָפּגעגעבן איז ער און ליגט אין תורה),

איז ער מער מיוחד מיט אלקות ווי דער וואָס איז אין סוג „אתרוג", וואָס ער איז אָפּגעגעבן סיי צו תורה און סיי צו מצות. וואָרום וויבאַלד אַז ער איז איבערגעגעבן ניט בלויז צו תורה אַליין (אפילו ווען די אַנדער זאַך איז קיום רצון העליון), איז ער דאָך צייטענווייז אין דעם אופן פון צוותא וחיבור מיט אלקות ווי דורך מצות, כנ"ל, און ניט אין דעם יחוד מיט אלקות וואָס דורך תורהי).

און דעריבער איז מען מדגיש אין דער נטילת ד' מינים די מעלה פון לולב — די מעלה פון תכלית ההתאחדות מיטן אויבערשטן וואָס איז פאַראַן ביי די אידן וואָס גיבן זיך אינגאַנצן אַוועק צו תורה — ווייל די כוונה פון נטילת ד' מינים איז די פאַראיינציקונג פון אַלע אידן צווישן זיך, וואָס קומט דורך דער התאחדות פון אידן מיטן אויבערשטןיז), אחדות הפּשוטה.

ג. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין, וואָס ביי לולב געפינען מיר אַ באַזונדער ענין וואָס איז ניטאָ ביי די1162אַנדערע מינים — דער ענין פון נענועים. הגם אַז די הולכה והובאה צו אַלע ששה קצוות ווערט געטאָן מיט אַלע פיר מינים, ווערן אָבער די נענועים, דער טרייסלען כפשוטו, געפּראַוועט נאָר מיטן לולב. ובפרט על פּי מנהג רבותינו, אַז נאָך יעדער הולכה פלעגן זיי געבן אַ טרייסל דעם לולב, און ערשט נאָך דעם האָבן זיי געטאָן די הובאה. און אויף אַזוי פיל איז נוגע דער טרייסלען מיטן לולב, אַז צוליב דעם מוז דער לולב האָבן דעם שיעור פון פיר טפחים — אַ טפח מער פון די הדסים וערבות „כדי נענוע"יח).

די נשמות ווי זיי זיינען למעלה ווערן זיי אָנגערופן „עומדים", בכללות שטייען זיי אויף איין מדריגה (וואָרום די עליות וואָס זיי האָבן דאָרט, זיינען זיי אין אַ סדר און הדרגה), און דורך דעם וואָס די נשמה קומט אַראָפּ למטה בגוף און זי אוט איר עבודה אין תורה ומצות, קומט זי צו צו אַ הילוך ועלי' שלא בהדרגה — וואָס דאָס איז אמיתית מדריגת „מהלך"יט). אָט־דער אופן פון הילוך ועלי' בלי גבול, וואָס אַ נשמה דערגרייכט דורך איר עבודה למטה, דריקט זיך אויך אויס אין דעם וואָס אידן זיינען זיך מתנענע ביי זייער דאַוונען און לערנען תורה.

(ועל דרך ווי עס שטייט אין זוהרכ) דער טעם אויף דעם וואָס אידן שאָקלען זיך בעת לימוד התורה — ווייל „נר הוי' נשמת אדם", אַ נשמה איז געגליכן צו אַ נר, פּונקט ווי אַ נר שאָקלט זיך ווייל ער ציט זיך צו זיין שורשכא), אַזוי שאָקלט זיך אויך די נשמה בשעת לימוד התורה, וואָס דאָס ווייזט אַז דורך תורה ציט זיך די נשמה און באַהעפט זיך מיט אלקות. און כאָטש אַז תורה דאַרף געלערנט ווערן מיט הבנה והשגה, און בכדי קלאָר צו פאַנאַנדערקלייבן אַן ענין אין תורה דאַרף מען זיך פאַרטיפן מיט ישוב הדעת, וואָס דאָס איז היפך פון נענוע *כא) — פונדעסטוועגן דאַרף זיין דער נענוע ביים לימוד התורה, צו באַווייזן אַז אויך תורה ווי זי איז אָנגעטאָן אין השגה, איז חכמתו של הקב"ה, און אויך בעת דער איד איז פאַרנומען אין השגת התורה דאַרף זיין קענטיק די פּנימיות דערפון, די דביקות בהקב"ה).

און די מדריגת ההילוך בלי גבול, קומט דורך דער דביקות בהקב"ה, וואָס ער איז דער אמת'ער בלי גבולכח). וויבאַלד אַז אמיתית הדביקות בהקב"ה איז דורך לימוד התורה, כנ"ל, אַז דורך תורה איז דער עיקר ההילוך בלי גבול, דעריבער איז דער ענין הנענוע שייך צו תורה — לולב. און אָט־י דביקות פון תורה טוט אויף דעם הילוך אויך אין מעשה המצוות — ווי דורך דעם מנענע זיין דעם לולב ווערט אַ נענוע אויך אין די איבעריקע מיניםכח).

ד. דער נענוע פון תורה מיינט ניט נאָר דער הילוך בלי גבול וואָס ווערט דורך לימוד התורה, נאָר אויך אַז אין דעם לימוד התורה גופא איז פאַראַן אַן ענין פון נענוע, און דאָס — אין צוויי פּרטים;

1163א) לימוד התורה דאַרף זיין אין אַן אופן פון „לאפשא לה בכל יומא"כד) (צו מוסיף זיין אין איר אַלע טאָג), ביים לומד תורה דאַרף צוקומען אין לימוד התורה. וואָס דאָס איז איינער פון די אונטערשיידן צווישן תפלה און תורה; אין תפלה איז יעדן טאָג דער זעלבער נוסח (אין די זעלבע וואכ־טעג, שבתים א.א.וו.) אָבער אין תורה מוז יעדן טאָג צוקומען.

ב) „אין אדם עומד על דברי תורה אלא אם כן נכשל בהן"כה). בכדי צו פאַרשטיין ריכטיק אַן ענין פון תורה דאַרף פריער דערביי זיין אַ שקלא וטריא; פריער קומט אויס אין שכל הלומד, אַז די סברא איז באופן כזה, דערנאָך קומט ביי אים אויס, באופן אחר, שפּעטער זעט ער אין דעם אַ דריטן אופן, און אַזוי איז ער „מנענע", ער באַוועגט די סברא צו אַלע „ששה קצוות"כו), ביז ער דערגייט צו דעם אמת פון דעם ענין וואָס ער לערנט.

ה. על פּי הנ"ל וועט מען פאַרשטיין אַ דבר פּלא; לויט דעם מדרש, אַז לולב איז מרמז אויף בעלי תורה, צוליב דעם וואָס „יש בו טעם ואין בו ריח", האָט מען דאָך לכאורה געדאַרפט נעמען ניט די כפּות תמרים נאָר די תמרה אַליין, ווייל אין דער פּרי איז פאַראַן דער טעם און געשמאַק אָבער ניט אין די כפות תמרים. והביאור;

ווי גערעדט פריער, איז דער ענין פון מצות נאילת ד' מינים — די התאחדות פון אַלע סוגים שבישראל. בכדי אַז איין איד זאָל זיך פאַראיינציקן מיט אַ צווייטן אידן, דאַרף ער שטיין אין ביטול, ווייל ישות און גאוה, שטערט צו פאַראייניקונג מיט אַ צווייטן אידןכז). און ווי דאָס איז ברוחניות, אַזוי איז עס אויך בגשמיות; אין יעדערן פון די ד' מינים דאַרף זיין נרמז דער ענין הביטולכח), וואָס דורך דעם קען זיין די התאחדות פון אים מיט די אַנדערע מינים.

ביי וועמען דאַרף מען בעיקר באַזואָרענען אַז ער זאָל האָבן ביטול — ביי דעם העכסטן. וואָס גרעסער ער איז, אַלץ מער איז ער עלול צו האָבן ישות, און אַלץ מער דאַרף מען עס ביי אים באַוואָרענעןכט). דעריבער איז אין אתרוג, וואָס ער איז דער חשוב'סטער פון די ד' מינים — יש בו טעם ויש בו ריח — איז אויך אין זיין נאָמען מרומז דער ענין הביטול — אתרג איז ר"ת; „אל תבואני רגל גאוה"ל).

און ווי אויבן גערעדט, אַז אין לולב איז פאַראַן אַ מעלה אפילו אויף אתרוג — דוקא דערמיט וואָס ער האָט נאָר טעם און ניט ריח — דעריבער דאַרף אויך אין לולב זיין אַ רמז מיוחד אויף דעם ענין הביטול, און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס מען נעמט ניט די פּירות פון תמר נאָר זיינע עלים.

1164ו. אַ מענטש איז געגליכן צו אַ בוים, און שכל, וואָס אין אים באַשטייט דער עיקר מעלה פון דעם מענטשן, איז געגליכן צו פּירות, וועלכע זיינען דער עיקר מעלה פון אַ בוים *י). באַזונדערס איז שכל געגליכן צו אַ תמר, וואָס זיין ענין איז טעם (ניט — ריח). און ווי כנ"ל במדרש, ווייזט דער תמר אויף תורה. די עלים, די בלעטער פון אַ בוים, באַשטייט זייער מעלה אין דעם וואָס זיי באַשיצן די פּירותלא). אַזוי איז עס אויך אין שכל גופא; די אמת'קייט פון דער סברא, די מסקנא — דאָס איז די פּרי, און די שקלא וטריא פון דער סברא, וואָס זיי נעמען אַראָפּ די קוטיות און באַשיצן פון סתירות אויפן ענין — דאָס איז ווי די בלעטער וואָס באַשיצן די פירות.

בטבע האדם איז, אַז דער תענוג פון אַ שכל איז ווען דער מענטש דערגרייכט די מסקנא, דעם אויספיר פון דער סברא. בעת דער מענטש האַלט אינמיטן דער שקלא וטריא, איידער ער האָט זיך פאַנאַנדערגעקליבן און אַראָפּגענומען די קושיות און סתירות, האָט ער ניט קיין עונג, אדרבה, ער האָט יסורים דערפון וואָס דער ענין איז פאַר אים ניט קלאָר. ער האָט ניט דאַן קיין שביעת רצון און דעריבער איז ניט שייך אַז ער זאָל דערפון האָבן ישות.

און דאָס איז דער רמז פון „כפּות תמרים"; מען דאַרף אַלע מאָל וויסן אַז מען האַלט ערשט ביי די „עלים". ווי הויך און ווי טיף מען זאָל צוקומען אין תורה, דאַרף מען וויסן, אַז דאָס אַלץ איז נאָר כטיפּה מן הים, און נאָך ווייניקער, וואָרום די תורה איז „ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים"לב), און אמיתית התורה איז „נעלמה מעיני כל חי" *לב).

און אָט־די הנחה, אַז מען האַלט ערשט ביים אָנהויבס, איז שולל די ישות וגאוה וואָס קען קומען פון ידיעת התורה. אדרבה, דאָס וואָס מען ווייסט ווי מען איז ווייט פון תכלית אמיתית התורה, רופט עס אַרויס אַ ביטול און העדר הישות.

דאָס איז אויך דער רמז אין כפות תמרים, כפות מלשון כפותא) (צחאמענגעבונדן) — ער איז ניט קיין אָפּגעזונדערטער און אַ נפרד ח"ו, נאָר ער איז, דורך דעם ביטול, צונויפגעבונדן און פאַראייניקט מיט דעם אויבערשטן.

און דוקא דורכן ביטול פון לולב איז ער דער העכסטער, וואָרום וואָס מער ער איז בטל, אַלץ העכער דערגרייכט ער און קומט צו צו מכוון זיין די הלכה לאמיתתה, ווי מרז"ל אויף די בית הלל, אַז צוליב דעם וואָס „נוחין ועלובין היו" איז הלכה כמותם**)).

ז. די הוראה פון דעם אַלעם איז; מען דאַרף לערנען אין אַן אופן פון „לולב", אָפּגעבן זיך אינגאַנצן צו תורה, און בעת דער פאַראיינציקונג מיט תורה זאָל ער ניט טראַכטן וועגן קיינע אַנדערע זאַכן. און דערמיט מיינט מען ניט בלויז די תלמידי הישיבות און יושבי אוהל, נאָר, ווי געזאָגט1165פריער, אַז די אַלע ד' מינים דאַרפן ווערן אַן אַגודה אחת ז זיי זאָלן זיין אַזוי פאַראייניקט, ביז אַז יעדער סוג זאָל פאַרמאָגן די מעלות פון אַלע אַנדערע סוגים אידן, ד.ה. אַז אפילו די וועלכע זיינען אין סוג ערבה, דאַרפן ביי זיי זיין זמנים קבועים ווען זיי זאָלן זיין אין דער בחינה פון לולב — לערנען תורה אין אַן אופן פון התאחדות גמורה.

און די זמנים ווען זיי לערנען תורה באופן הנ"ל, פּועל'ן אַז זיי זאָלן אַרויסגיין פון זייער מעמד ומצב, אַז עס זאָל ביי זיי זיין הילוך בלי גבול אויך אין די איבעריקע ענינים — ווי דער נענוע פון לולב וואָס פּועל'ט אַ נענוע אויך אין די איבעריקע דריי מינים כנ"ל — אין קיום המצוות וכו', ביז אַז אויך די עבודה פון עניני הרשות, פון „בכל דרכיך דעהו" במשך כל היום, זאָל ביי זיי זיין אין אַן אופן פון הילוך.

די התחלה פון דעם אַלעמען איז דער האָרעווען און פאַרטיפן זיך אין תורה און — „לאפשא לה", גיין אַלע טאָג

שמחת

א. דער פּסוק „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב", וואָס שטייט אין פּרשת ברכה, איז די ערשטע זאַך פון תורה, וואָס מען הויבט אָן צו לערנען מיט אַ אידיש קינד, ווי חז"ל זאָגןא): „קטן כו' יודע לדבר אביו לומדו כו' תורה צוה לנו משה".

דער פּסוק „תורה צוה לנו משה" רעדט וועגן דער תורה ווי זי איז געקומען פון משה רבינו, וואָס ער העכער און העכער. און בשעת מען האָרעוועט איז דאָ די הבטחהלח), אַז דער „יגעת" וועט ברענגען צו „מצאת", ניט לפי ערך היגיעה, ווי אַ מציאה וואָס קומט „בהיסח הדעת". און דורך דעם וועט מען סוף כל סוף צוקומען אויך צום גילוי פון פּנימיות התורה דורך משיח צדקנו — וואָס ביאת המשיח איז אויך אַן ענין פון מציאה, וכמ"של) „מצאתי דוד עבדי", וואָס דאָס גייט אויף משיח'ן, וואָס ער איז באַ בהיסח הדעתלז) — און די ענינים אויף וועלכע מען האָט איצט געהאָרעוועט און גענומען בלויז די בחינת הגליא וואָס אין זיי — וועט מען דאַן זוכה זיין צו פאַרשטיין אויך זייערע טעמים — טעמי תורהלח), בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת שמחת ביה"ש תשכ"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-kgd959e3

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources