Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 16
1275ת ר ו מ ה
. . . אין דער סדרה פון דער היינטיגער וואָך, די ערשטע אין אַ ריי סדרות וואו עס רעדט זיך וועגן דעם בויען פון דעם משכן, ווערט באַלד געגעבען אַן אַלגעמיינע אָנווייזונג; מאת כל איש אשר ידבנו לבו — צו נעמען ביישטייערונגען פון אַלע אידן, וועמענס האַרץ וועט באַוויליגען. אַלע אידן האָבן געדאַרפט האָבן אַ חלק אין דעם משכן, אָבער דערביי איז באַגרענעצט געוואָרן דאָס אָננעמען פון ביישטייערונגען פון בלויז די וועלכע וועלן געבן מיט אַ פולער האַרץ. אויבערפלעכלעך שיינט דאָ צו זיין אַ סתירה. אָבער באמת איז דאָ ניטאָ קיין סתירה, וואָרום אַלע אידן גיבן צדקה אויף הייליגע צוועקן מיט אַ וואַרעם האַרץ; מען דאַרף נאָר געפינען דעם ריכטיגען צוגאַנג צו יעדן אידן. דאַן גיט יעדער איד לויט זיינע מעגלעכקייטן; דער וואָס קען געבן זהב (גאָלד), גיט זהב; דער וואָס קען געבן כסף (זילבער), גיט זילבער; און דער וואָס קען געבן נחושת (קופּער), גיט קופּער. און ווען אַ איד גיט מיטן פולן האַרצן, וויל ער דאָך זיכער געבן מער וויפל ער קען, און דער אויבערשטער פאַררעכנט אויך די נדבו לבו אַלס צדקה, און גיט די ברכה פון עשר בשביל שתתעשר, אַזוי אַז דער וואָס קען דערוויילע געבן בלויז נחושת, ווערט געבענטשט, אַז ער זאָל קענען געבן כסף, און דער וואָס קען געבן בלויז כסף, ווערט געבענטשט צו קענען געבן זהב, און דער וואָס קען געבן זהב, ווערט געבענטשט צו קענען געבן אבני שהם ואבני מילואים (טייערע איידלשטיינער).
אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, האָבן אָפט אונטערשטראָכן, אַז דער ענין פון משכן אין אונזער צייט איז אַריבערגעגאַנגען צו די ישיבות, ווי חז"ל זאָגן, אַז נאָך חורבן פון בית המקדש רוט די שכינה אין די ד' אמות של הלכה.
ס'איז באַקאַנט דער וואָרט פון אַלט'ן רבי'ן, בעל התניא און שולחן ערוך, דער גרינדער פון חב"ד, וואָס דעם כ"ד טבת איז געוואָרן 150 יאָר פון זיין הסתלקות; „דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות, און אידן פאַרוואַנדלען גשמיות אין רוחניות". די צדקה וואָס די שטיצער פון דער בראָנקסער ליובאַוויטשער ישיבה גיבן צו אויסהאַלטן און פאַרשטאַרקן די ישיבה איז דער העכסטער אופן פון פאַרוואַנדלען גשמיות אין רוחניות און דערביי אויך געבענטשט צו ווערן מיט אַ שטייגנדער מאָס גשמיות — פון נחושת צו כסף און פון כסף צו זהב, אא"וו, און צו פאַרנוצן עס אויף גוטע, געזונדע און פריילעכע זאַכן, אין גוטן געזונד און מיט אמת אידישן נחת פון קינדער שיחיו . . .
00
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-325eyqs6