עברית
Library

Likkutei Sichos

Behaaloscha

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1035מצות ומע"ט)כ) בצער יולדת בריוח", ביז אַז ער קומט צו צו מרחב העצמי, „במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד שם"א).

(משיחת י"ב תמוז תשי"ז)1036פּסולת ; אַנדערש איז אָבער דער לחם מן השמים; ביי אים האָט מען ניט געדאַרפט האָבן די אַלע מלאכותח), אויך איז אין אים גאָר קיין פּסולת ניט געווען)). און אָט דער לחם מן השמים איז געווען אַ שפּייז ניט נאָר פאַר צדיקים, נאָר אויך פאַר בינונים — ניט דוקא אַזאַ מדריגה וואָס ווערט אין תניאי) אָנגערופן בינוני, נאָר אויך אַ בינוני כפּשוטו, מחצה זכיות ומחצה עוונות — און אפילו פאַר די וועלכע זיינען נאָך אין אַ נידעריקערע מדריגה ווי אַ בינוני כפּשוטו — פאַר רשעים.

און דער אופן ווי דער מן איז געווען אַ מזון אויך פאַר רשעים, איז אַז „לא הי' בו פּסולת": ניט אַז דורך זייער עסן איז דער מן פאַרענדערט געוואָרן און אָנגעוואָרן זיין מעלה, נאָר אויך ווערנדיק אַ טייל פון זייער דם ובשר איז דער מן פאַרבליבן אין זיין מעלה. נאָך מערער; ניט נאָר איז דער מן דורך דעם עסן פון די רשעים (אַפילו אַזאַ וואָס האָט מיט זיך געטראָגן דעם פּסל מיכה)יא) ניט נשתנה געוואָרן, און איז פאַרבליבן במהותו ובמעלתו, נאָר מצד דעם וואָס פאַרבלייבנדיק במעלתו איז דער מן אַריין צו זיי אין אַ פּנימיות, האָט ער גע'פּועל'ט אין זיי אַ זיכוך. וכמארז"ליב) ; „לא ניתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן", אַז דורך זייער עסן דעם מן זיינען די אידן געוואָרן ראוי צו קבלת ודרשת התורה; די פּעולה פון מן איז געווען אין די אַלע סוגים פון ששים רבוא אידן, וואָרום יעדערער פון זיי האָט דאָך מקבל געווען די תורה, און יעדערער פון זיי האָט אַ חלק אין פּשט, רמז, דרוש און סוד פון תורהיג).

הגם אַז אויך נאָכן עסן דעם מן זיינען די רשעים פאַרבליבן ווי געווען, און ס'האָט זיי ניט באַווירקט צו טאָן תשובה באַלד אויפן אָרט — וואָס דערפאַר איז אויך שפּעטער ביי אַ טייל אידן געווען דער סדר פון טחנו דכו ובשלויד), זיי האָבן געדאַרפט האָבן טרחה ביים צוגרייטן דעם מן צום עסן, און אויך דער „וינסו אותי זה עשר פּעמים"טז) איז טיילווייז געווען נאָך דער אכילה פון מןי) — מיינט עס אַז דער מן האָט נאָך דאַן אין זיי ניט גע'פּועל'ט דעם זיכוך בשלימות, אָבער געוויס האָט ער זייענדיק אַן ענין שכולו טוב עפּעס אַן „עגבער געטאָן", און סוף־כל־סוף, כשנתקיים היעוד און דער זיכוך איז נשלם געוואָרן, האָט אויך די אכילה געהאַט אַ חלק אין דעם.

1037ג. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין ספר העיתיםטו) בשם הרס"ג, אַז בשעת מען געפינט זיך שבת אין אַ דרך רחוקה און מען ווייסט ניט וועלכע פּרשה צו לייענען דעם שבת, זאָל מען לייענען פּרשת המן, וואָס י"א דעם טעם ווייל פּרשת המן נאמרה בשבת *יז). ולכאורה, זיינען דאָך פאַראַן כמה פּרשיות פון תורה וועלכע זיינען געזאָגט געוואָרן אום שבת, „ודכולי עלמא בשבת ניתנה תורה"יח), — קען מען דאָך לייענען די עשרת הדברות. וואָס איז דער טעם וואָס מען דאַרף לייענען דוקא פּרשת המן*18?

אָבער לויט ווי פריער גערעדט, אַז דער מן האָט ניט אָנגעוואָרן זיין מעלה אפילו ווען ער איז אַראָפּגעקומען זייער נידעריק, איז פאַרשטאַנדיק די ספּעציעלע שייכות פון פּרשת המן צו שבת; אויך שבת האָט אין זיך די זעלבע תכונה — ס'איז אַן ענין נעלה ביותר, וואָס אויך קומענדיק למטה מטה פאַרבלייבט ער אין זיין עצמיות'דיקן מהות און מעלהכח).

עס שטייט: „ויכולו השמים והארץ וכל צבאם", אַז בשבת שטייען „השמים והארץ וכל צבאם", די גאַנצע בריאה, אין אַ כליון צו דעם אויבערשטן („ויכולו" מלשון כליון, אויסגיין) מיינט עס אָבער ניט אַז עס ווערט אויס וועלט, נאָר אַז די וועלט ווי זי איז, ווערט נתעלה, דערהויבן אין דעם כליון. דערפאַר איז דער דיןכא) ; שבת מצוה לענגו באכילה ושתי', אַז דער תענוג וואָס אַ איד האָט פון דער אכילה ושתי' גשמיים אום שבת, ניט נאָר די אכילה ושתי' נאָר דער תענוג גופא, ווערט אַ מצוה. אין די וואכ־טעג דאַרף מען עסן און טרינקען נאָר אויף אַזויפיל וויפל ס'איז נויטיק פאַרן קיום1038הגוף, און אויך דאַן דאַרף מען ניט אויסן זיין דעם תענוג דערפון, נאָר טאָן דאָס מצד ההכרח, ווייל דער תענוג איז מגשם; מה־שאיןכן בשבת, איז נים נאָר וואָס דער תענוג איז ניט מגשם („פרש חגיכם קאמר ולא פּרש שבתכם")כב), נאָר אדרבה, דער תענוג אַליין איז אַ מצוהכא).

וואָרום דער אור פון שבת דרינגט דורך די גאַנצע בריאה, ביז אַז אפילו אַ רשע גמור אינו משקר בשבת)), איז דאָך ניט דער טייטש, אַז שבת טוט ער תשובה און ער ווערט אויס רשע. דאָ רעדט זיך אויך וועגן אַזאַ וואָס בלייבט דער זעלבער ווי נעכטן, און פונדעסטוועגן זאָגט ער שבת ניט קיין שקר, ווייל דער אור פון שבת נעמט דורך אויך דעם תחתון ביותר.

און דעריבער, בשעת מען ווייסט ניט וועלכע פּרשה מען דאַרף לייענען דעם שבת, לייענט מען פרשת המן דוקא; אַלע המשכות אין וועלט ווערן דאָך נמשך דורך תורה; וואָס דערפאַר, בכדי צו אויפטאָן אין וועלט דעם ענין פון שבת, אַז דער מטה זאָל ווערן דורכגעדרונגען מיטן אור פון שבת, איז אויב מען ווייס ניט דעם ענין בתורה וואָס איז חיווחד פאַר דעם צו דעם שבת דאַרף מען לייענען די כללית'דיקע פּרשה בתורה וואָס אויף דעםכה) — די פרשה פון מן, ווייל אויך דער מן במעלתו העצמית האָט דערגרייכט ביז די נידעריקסטע מדריגות. אָבער אין די עשרת הדברות, אָדער אַן אַנדער פּרשה פון דער תורה, כאָטש זיי זיינען זייער הויך, ווייזן זיי ניט אויף אַזויפיל אויף זייער אַראָפּקומען במעלתן כמו טהן למטה מטה.

ד. אַלע זאַכן פון וועלט נעמען זיך פון תורה. די צוויי סוגים פון לחם, לחם מן הארץ און לחם מן השמים (מן) זיינען פאַראַן אויך אין תורה, וואָס תורה ווערט אָנגערופן לחםכ), און פון די צוויי סוגי לחם פון תורה, נעמען זיך די צוויי סוגי לחם בגשמיות.

די צוויי סוגי לחם אין תורה זיינען; גליא דתורה און פנימיות התורה. גליא דתורה הייסט לחם מן הארץ און פנימיות התורה — לחם מן השמים117)).

גליא דתורה הייסט לחם מן הארץ, צוליב די קושיות ומחלוקות וואָס זיינען אין דעם פאַראַן — ס'איז פאַרבונדן מיט טרחה און יגיעה; פּנימיות1039התורה הייסט לחם מן השמים — „דלית תמן לא קשיא כו' ולא מחלוקת כו'"כח) (אין דעם איז ניטאָ קיין קושיות און מחלוקת).

מען דאַרף אָבער ניט מיינען; וויבאַלד אַז פּנימיות התורה ווערט אָנגערופן לחם מן השמים איז דאָס שייך נאָר צו יחידי סגולה; אויך פּנימיות התורה, פּונקט ווי דער מן, איז שייך צו אַלע אידן, אויך צו רשעים, אפילו צו רשעים אין פּשוט'ן טייטש — ווייל ניט נאָר וואָס עס וועט ניט ברענגען קיין שאָדן ח"ו, פּונקט ווי דער מן וואָס אין בו פּסולת, וואָס האָט ניט געבראַכט קיין שאָדן, נאָר אדרבה, צוליב דעם וואָס „תלמוד גדול שהתלמוד מביא לידי מעשה"298)), וועט דער לימוד החסידות געוויס פּועל'ן אַז ססוף וועלן זיי תשובה טאָן און ווערן לומדי תורה ומקיימי מצוות, וכהבטחת רז"לכ), אַז המאור שבה — דער מאור פון תורה, וואָס דאָס מיינט פּנימיות התורהכא) — מחזירו למוטב.

דערפאַר טאָר מען קיין אידן ניט אָפּרייסן ח"ו פון לימוד פּנימיות התורה, אדרבה. מען דאַרף זיך משתדל זיין און ברענגען יעדן אידן צום לחם מן השמים, צו לערנען פּנימיות התורה, ווייל דורך דעם וועט ער שנעלער קומען צום אמת האמיתי, ער וועט זיין „אינו משקר", עס וועט ביי אים אַראָפּגענומען ווערן דער שקר פון עולם וואָס פאַרדעקט און לייקנט דעם אמת הוי', ביז אַז ביי אים וועט ניט זיין קיין מחלוקת צווישן נפש האלקית און נפש הבהמית; ביי אים וועלן ניט זיין קיין קושיות וספיקות כו', און ער וועט גיין בדרך המלך, מלכו של עולם.

ה. עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס טענה'ן, אַז יענע אידן וואָס זיינען נאָך דערווייל ניט בבחינת צדיקים טאָר מען זיי ניט צולאָזן צו פּנימיות התורה. דאַרף מען וויסן, אַז דערמיט וואָס מען באַווירקט אַ אידן צו לערנען פּנימיות התורה — מחזירו למוטב, ברענגט מען אים ססוף צו תשובה; און אויב מען פירט זיך פאַרקערט, איז ניט נאָר וואָס מ'העלפט ניט יענעם צו ווערן העכער, נאָר אדרבה, מען איז אים ר"ל מדחה, ער זאָל ח"ו ווערן נאָך נידעריקער ווי ער איז.

און אַז מען וועט מאָנען ביים נדחה פאַרוואָס ער איז אַזוי נידעריק, וועט ער ענטפערן: „כי גרשוני היום מהסתפח בנחלת הוי'"לב), מען האָט מיר פאַרטריבן פון זיין באַהעפט צו דעם אויבערשטנס נחלה ; און מען וועט פאָדערן, אַז מען זאָל גוט בודק זיין דעם וואָס האָט אים מדחה געווען, צי ער איז פיינער און בעסער פון אים. נאָך מער; מען וועט מאָנען, אַז מען זאָל דעם מדחה ניט מעסטן אין פאַרגלייך צו די כוחות פון נדחה, נאָר לויט די כוחות פון מדחה.

(ווי אין חסידות ווערט ערקלערט דער פּסוק38)) „והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה"; משה רבינו האָט ביי זיך געטראַכט, אַז אויב אַן אַנדער איד וואָלט געהאַט אַזאַ הויכע נשמה און אַזאַ סייעתא1040דשמיא ווי ער, משה רבינו, האָט — וואָלט יענער געווען גרעסער פון אים).

מען דאַרף מאַכן קלאָר, אַז בשעת מען איז מונע אַ אידן פון לימוד התורה — תורת חיים, ובפרט ווען מען לאָזט אים ניט צו צו פּנימיות התורה — אילנא דחייכח), איז מען ר"ל אַ הורג נפש בדקות, מען רייסט אים אָפּ פון דביקות באלקים חיים84)).

ו. בכלל זעען מיר, אַז וואָס נענטער עס ווערט צו ביאת המשיח, אַלץ ווייניקער ווערן די מחלוקות און די טענות אויף עניני החסידות. אַמאָל זיינען געווען טענות אויף חסידות גופא. היינט, ווען עס איז שוין נאָענט צו עלות השחר — שחרו של משיח, זיינען שוין ניטאָ קיין טענות אויף חסידות גופא. האָט זיך אָבער דער יצר הרע געכאַפּט אויף אַ נייער המצאה, נייע טענות: צו חסידות דאַרף מען האָבן הכנות, חסידות איז שייך נאָר צו יחידי סגולה וכו'.

יעדער העלם והסתר האָט דאָך אין זיך אַ כוונה — און די כוונה איז, אַז מען זאָל אויסנוצן דעם העלם ; ניט נאָר דאַרף מען פון אים ניט נתפּעל ווערן, נאָר אדרבה, דער העלם זאָל פּועל'ן, אַז מען זאָל זיך שטאַרקן, בתוספות אומץ, אין לימוד והפצת החסידות 36)).

און בשעת דער יצר הרע וועט זען אַז דער העלם וואָס ער האָט געמאַכט, האָט נאָך געבראַכט אַ פאַרשטאַרקונג אין דעם לימוד און אין דער הפצה פון חסידות, וועט ער זיך איבערצייגן אַז עס האָט זיך פאַר אים ניט געלוינט, און גם אויביו ישלים עמו — ע? אַליין וועט דעם העלם אַראָפּנעמען.

דער אויבערשטער זאָל העלפן, מען זאָל ניט נתפּעל ווערן פון קיינע נסיונות און פון קיינע העלמות והסתרים, און אדרבה, זיי זאָלן נאָך צוגעבן אַ תוספות כח ואומץ אין הפצת המעיינות, און וואָס מער מען וועט טאָן אין הפצת המעיינות, אַלץ מער וועט מען מקרב זיין די גאולה שלימה ואמיתית למטה מעשרה טפחים, דורך משיח צדקנו, במהרה בימינו.

(מלוקט משיחות יו"ד שבט תשי"ז

וש"פ בשלח תשכ"נ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-x52tqeze

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources