Likkutei Sichos
Pirkei Avos 5
1220ט. מען האָט שוין גערעדט, אַז פון איז „על פּי הדיבור", וואָרום מען יעדער זאַך דאַרף מען אַרויסנעמען הייסט און מען שיקט עם, אָדער ער אַ הוראה אין עבודה; די הוראה פון זעט ווי די השגחה פּרטית האָט אים
געפירט און געבראַכט אין דעם אָרט,
שטופּן זיך מעצמו אין „ענגע ער־האָבן דאַן קיין אָרט ניט קיינע טענות טער" דאַרף מען ניט. מען קען טאַקע ואדרבא: עס איז דאָך ע"פּ הדיבור. — אַ סך אויפטאָן, אָבער „כל הדרכים ער דאַרף וויסן, אַז בשעת ער גייט בחזקת סכנה", איז וואָס דאַרף מען אַהין „על פּי הדיבור", ער מצד עצמו אַליין קריכן אין סכנה? פאַרוואָס זאָל איז אַן אנוס נאָר ער גייט ווייל דער ער זיין דאָרט — ניט צווישן חסידים אויבערשטער שיקט אים אַהין, דאַרף און זיין אַ משפּיע, עס איז דאָך גליי־ער עס טאָן בשמחה, און דאַן איז ער כער צו זיין צווישן חסידים און זיין אַ זיכער אַז „אעלך גם עלה" און נאָך מקבל; אַי דער גודל העלי' וואָס עס מער — ווער — „אנכי", און דער סוף וועט זיין דורך אָט־דער ירידה? — וועט זיין אַז ער וועט אַרויסגיין — דאָס קען מען דאָך ניט וויסן אויף ברוחניות און אויך בגשמיות — זיכער, וואָרום „כל הדרכים בחזקת „ברכוש גדול".
פּרק חמישי
א. אין אָנהויב פון פינפטן פּרק בין הבתרים" ווען דער אויבערשטער אין אבות רעכנט אויס דער תנא האָט אים מודיע געווען וועגן דעם פאַרשידענע ענינים וועלכע זיינען גלות מצרים, איז ער באַלד נאָך דעם אויסגעשטעלט אין מספּר פון עשרה, ממשיך — „עשרה נסים נעשו לאבואון ער רעכנט זיי אויס לויטן סדר תינו במצרים ועשרה על הים עשר הדורות; ער הויבט אָן מיט „בעשרה מכות הביא הקב"ה על המצרים במצמאמרות נברא העולם"; דער לעצטער רים ועשר על הים"; פון מצרים פון די עשרה מאמרותא) — איז בנוגע זיינען דאָך די אידן געגאַנגען אין אדם הראשון — קומט גלייך נאָך דעם מדבר, רעכנט ער באַלד דערנאָך „עש„עשרה דורות מאדם ועד נח"; און רה נסיונות ניסו אבותינו את הקב"ה דאַן „עשרה דורות מנח ועד אברהם" ; במדבר"; פון מדבר זיינען די אידן דערנאָך — „עשרה נסיונות נתנסה אַריין אין ארץ ישראל, וואָס דער אברהם אבינו"; און ווייל איינער פון תכלית פון ארץ ישראל איז דאָך דער זיינע נסיונות איז געווען דער „ברית בית המקדש, קומט נאָך דעם — „עש־
רה ניסים נעשו לאבותינו בבית המק־1221„עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות". איז דאָך לגמרי ניט מובן ; פאַרוואָס האָט דער תנא אַוועקגעשטעלט „עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות" צום סוף און ער האָט דאָס ניט געשטעלט לויטן סדר, באַלד נאָך די עשרה מאמרות?ח)
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס ער רעכנט די „עשרה ניסים" פאַר די „עשר מכות". די עשרה ניסים זיינען באַשטאַנען — ווי די מפרשים טייטשןח) — אין דעם „והפלה גו' בין מצרים ובין ישראל", אַז די מכות האָבן געשאַדט בלויז צו די מצריים און ניט צו אידן. זיינען דאָך די ניסים געווען שייך נאָר דאַן ווען עס זיינען שוין געווען די מכות, איז פאַרוואָס רעכנט ער די עשרה ניסים פאַר די עשר מכות?
נאָך מער איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס ער רעכנט אויך די ניסים וועלכע זיינען געטאָן געוואָרן צו אידן אויפן ים פאַר די עשר מכות וועלכע זיינען געווען אין מצרים, די עשרה ניסים וואָס זיינען געווען אויפן ים זיינען דאָך געוויס געקומען נאָך די עשר מכות שבמצרים, האָט ער דאָך פריער געדאַרפט רעכענען די עשר מכות שבמצרים און ערשט שפּעטער די עשרה ניסים שעל הים?
מען קען ניט זאָגן, אַז דער תנא האָט אַוועקגעשטעלט אין אַזאַ סדר, בכדי צו איינשפּאָרן עטלעכע ווערטער, ווייל ערשטנס וואָלט ער סייווי געקענט איינשפּאָרן עטלעכע ווערטער דורך זאָגן „עשרה ניסים נעשו לאבותינו ועשר מכות למצרים במצרים ועשרה ניסים ומכות על הים", צווייטנס, צוליב איינשפּאָרן עטלעכע ווערטער וואָלט ער ניט משנה געווען דעם סדר הדורות.
ב. בכדי עס זאָל קענען זיין דער „והפלה גו' בין מצרים ובין ישראל", אַז אין דער זעלבער צייט וואָס פאַר די מצריים איז געווען די מכות, זאָלן זיי די אידן לגמרי ניט אָנרירן — כאָטש אַז אויך אידן זיינען דאַן געווען עובדי עבודה זרה) — האָט געמוזט מאיר זיין אַן אור וואָס איז העכער פון השתלשלות ; מצד סדר השתלשלות האָט ניט געקענט זיין גלייכצייטיק „נגוף למצרים ורפוא לישראל". און דאָס מיינט „עשרה ניסים נעשו לאבותינו" — נס מלשון הרמהח), אויפגעהויבן, אַז דער אויבערשטער האָט דאַן אויפגעהויבן די אידן העכער פון השתלשלות, און די מכות האָבן זיי ניט געשאַדט*
דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס דער תנא איז מקדים די „עשרה ניסים" פאַר די עשר מכות ; בכדי די עשר מכות זאָלן זיין אין דעם אופן ווי זיי האָבן געדאַרפט זיין, אַז זיי זאָלן זיין אַ הכנה צו יציאת מצרים (ניט נאָר אַז די מכות זאָלן ניט שאַטן די אידן, נאָר אַדרבה, זיי זאָלן ברעכן די קליפּת מצרים און דורך דעם ברעכן אויך דעם גלות און שעבוד פון מצרים), האָבן געמוזט קומען פריער די „ניסים"; די אויפהייבונג פון אידן1222למעלה מהשתלשלות, און דוקא נאָך די „ניסים" האָבן די מכות געקענט קומען באופן, אַז זיי זאָלן ברענגען צו יציאת מצרים.
ג. דער תכלית וגמר פון יציאת מצרים איז ערשט געווען ביי קריעת ים סוףז). כל־זמן עס איז נאָך ניט געווען דער נס פון קריעת ים סוף, האָט זיך נאָך ניט פאַרענדיקט די יציאה פון מצרים ; סיי מצד די מצריים — וואָס אויך נאָך מכות בכורות און נאָך דעם ווי זיי האָבן די אידן אַרויסגעלאָזן פון מצרים, זיינען די מצרים נאָך אַלץ נאָכגעלאָפן די אידן בכדי צו מלחמה האַלטן מיט זיי, און ערשט ביי קריעת ים סוף איז נתבטל געוואָרן לגמרי קליפת מצרים און „אחד מהם לא נותר"; און סיי מצד די אידן — וואָס אַפילו נאָך די עשרה ניסים און נאָך יציאת מצרים איז געווען אַ סברא ביי טייל אידן („שכולם קומה אחת שלימה") „לשוב למצרים"ח) און ערשט ביי קריעת יום סוף, דורך די גילויים וואָס זיינען דאַן געווען, זיינען זיי נתעלה געוואָרן אין אַזאַ הויכע מדריגה וואו קליפּת מצרים האָט לגמרי קיין אָרט ניט, און במילא איז זייער יציאה פון מצרים געווען אַ פולשטענדיקע.
און דאָס זיינען געווען די עשרה ניסים און די עשר מכות ביי קריעת ים סוף, וועלכע האָבן פאַרענדיקט און משלים געווען די ניסים און מכות שבמצרים ; דורך די עשרה ניסים שעל הים זיינען די אידן דערהויבן געוואָרן אין אַ מדריגה וואָס איז לגמרי העכער און גיט ניט קיין שום אָרט פאַר מצרים, און דורך די עשר מכות שעל הים איז קליפּת מצרים בטל געוואָרן לגמרי.
ד. די התחלה פון יעדער עלי' — כאָטש מען האַלט נאָך ביי אַ נידעריקער מדריגה — דאַרף זי זיין אין אַזאַ אופן אַז זי זאָל צוברענגען צום תכלית העילוי; דער תכלית העילוי זאָל זיך געפינען בכח ובהעלם אין דער התחלה. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דער התחלת העלי' דורך די עשרה ניסים שבמצרים איז געווען באַהאַלטן בכח, אַז ס־סוף וועלן די אידן נתעלה ווערן בתכלית העילוי דורך די עשרה ניסים שעל הים. און אַזוי איז עס אויך בנוגע דעם צעברעכן קליפּת מצרים, אַז אין די עשר מכות שבמצרים איז געווען בהעלם אויך דער כוח, אַז סוףסוף וועט די קליפ צעבראָכן ווערן לגמרי דורך די עשר מכות שעל הים.
לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס דער תנא איז מקדים די עשרה ניסים שעל הים פאַר די עשר מכות שבמצרים; ווי געזאָגט, האָט פריער געדאַרפט זיין דער ענין פון ניסים, און ערשט דאַן האָבן די מכות געקענט זיין באופן הנרצה. דערפאַר, בכדי אַז די מכות אין מצרים זאָלן זיין אין אָן אופן אַז זיי זאָלן צוברענגען צו די מכות שעל הים, האָבן די ניסים שבמצרים געמוזט אין זיך האָבן די ניסים שעל הים.
ה. די אַלע זאַכן וואָס די משנה רעכנט במספּר עשרה, אָנהויבנדיק פון די עשרה מאמרות ביז צו די עשרה ניסים שבבית המקדש, זיינען אַלע ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט השתלשלות. ניט נאָר די ניסים שבמצרים און די ניסים שעל הים, נאָר אפילו די ניסים שבבית המקדש (וואָס1223דער אמיתית הגמר פון יציאת מצרים איז געווען ביי „ירדן ירחו"), כניסה לארץ ישראל, וואָס עיקרה איז דער בית המקדש כנ"ל) זיינען אַלץ ענינים וואָס האָבן אַ שייכות צו השתלשלותי). דערנאָך רעכנט ער די „עשרה דברים שנבראו בערב שבת בין השמשות", וואָס די אַלע צען זאַכן זיינען ענינים שלמעלה מהשתלשלותיא), וואָס דעריבער זיינען זיי באַשאַפן געוואָרן בערב שבת בין השמשות, וואָס דאָס איז דער איבערגאַנג פון השתלשלות אין למעלה מהשתלשלות.
„בין השמשות" ווערט בכללות אויסגעטייטשט אין דריי אופניםיב) ; א) ס'איז אַ ספק יום ספק לילה; ב) יום און לילה; ג) מציאות בפני עצמו ניט יום און ניט לילה. און דאָס אַליין וואָס ער קען מחבר זיין די צוויי הפכיים פון יום ולילה איז אַ ראי' אַז ער איז העכער פון ביידן, און ער האָט אַ שייכות צו למעלה (מהזמן) מהשתלשלות. אַזוי איז עס אין דעם „בין השמשות" פון יעדן טאָג, און בפרט דער בין השמשות פון ערב שבתיח),
— וואָס שבת איז דאָך למעלה מהגבלות הזמן, און דעריבער איז בשבת בראשית ניט געווען קיין לילה ווי חז"ל זאָגן44)): „ל"ו שעות שימשה אותה האורה", ס'איז ניט געווען די הגבלה פון זמן, וואָס איז פאַנאַנדערגעטיילט אויף יום און לילה (און כאָטש אַז עס איז שוין געווען נאָך חטא עץ הדעת, איז אָבער מצד מעלת השבת, וואָס ער איז העכער פון עניני העולם, האָט עס אָפּגעהאַלטן התחלת פּעולת החטא ביז נאָך שבת און ער איז געווען כולו אור)יח) —
וואָס ער איז מחובר פון ערב שבת מיט שבת, האָט ער דאָך אַודאַי אַ שייכות צו למעלה מהשתלשלות, ווייל אין אים איז דער איבערגאַנג פון השתלשלות (ששת ימי החול) צו למעלה מהשתלשלות (שבת)יח) — זיינען דאַן באַשאַפן געוואָרן די עשרה דברים וואָס ער רעכנט אויס אין דער משנה, וואָס זיי אַלע זיינען ניט באַגרענעצט אין דער הגדרה פון השתלשלותיז).
און די „עשרה דברים" זיינען נאָך העכער פון די „עשרה ניסים" פון בית המקדש. וואָרום ביי די ניסים פון בית המקדש איז געווען שייך אַז עס זאָל זיין אַנדערש און ס'איז געווען אַ1224נס, אַז „לא הפּילה כו' לא הי' פּסול כו'". מה־שאין־כן „בין השמשות" פון דעם אַריינגאַנג אין שבת, איז דוגמת „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"יח), ווען ס'וועט גאָר מלכתחילה ניט זיין שייך דער גאַנצער מציאות פון ירעו און ישחיתו, ואדרבה, „וראו כל בשר יחדיו (אויך די בעלי חיים הטמאים ומזיקים כו') כי פי הוי' דיבר"*1)).
ו. די התחלת הפּרק — בעשרה מאמרות נברא העולם — איז אויך אַ טעם וסיבה; דער טעם וסיבה אויף דעם, וואָס אַלע ענינים פון התחלת הבריאה אָן זיינען במספּר עשרה, איז עס ווייל „בעשרה מאמרות נברא העולם": וויבאַלד אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן מיט צען מאמרות וואָס יעדערער פון זיי איז כלול פון אַלעכ) — און אויך שפּעטער שטייען זיי שטענדיק אין דער וועלט און באַשאַפן זי נאָכאַנאַנד, און אויב זיי וואָלטן זיך פון איר אָפּגעטראָגן אויף איין רגע, וואָלט די וועלט צוריק געוואָרן אין ואפס ממש ווי פאַר דער בריאהכא) . — דערפאַר איז אויך יעדער ענין פון בריאה האָט אין זיך דעם מספּר עשרה.
און ווי עס ווערט ערקלערט אין קבלהכז), אַז וויבאַלד אַז אַלץ איז באַשאַפן געוואָרן דורך עשרה מאמרות, דערפאַר ווערט יעדער זאַך איינגעטיילט אין מספּר עשרה. לדוגמא ; יעדער זאַך האָט זיך איר אורך, רוחב און עומק (לענג, ברייט און טיף, אָדער הויך), וואָס יעדערער פון די דריי באַשטייט פון דריי, ראש תוך סוף (דער אָנהויב, דער מיטן און דער סוף), און צוזאַמען מיטן חומר (מאַטעריאַל), וואָס טראָגט אויף זיך אָט־די ניין פּרטים, באַקומט זיך דער מספּר עשרה.
און אַזוי ווי דאָס איז בנוגע מקום, אַזוי איז אויך בנוגע זמן, אַז יעדער תקופה האָט אירע „עשרה", ווי אויסגערעכנט אין משנה. דערפון איז דאָך אָבער מובן, אַז דער מספּר פון עשרה איז פאַראַן אין אַלע תקופות, אויך נאָך דעם זמן הבית, און אויך לעתיד לבוא, ווי רז"ל זאָגןכח): „כנור של עולם הבא עשר נימיןכד). איז ניט מובן; פאַרוואָס רעכנט דאָ דער תנא דעם מספּר עשרה ביז דעם זמן פון בית המקדש, די תורה איז דאָך אַ נצחיתכח), האָט ער געדאַרפט דערמאָנען די ענינים שבמספּר עשרה אויך פון דעם זמן וואָס נאָך דעם בית המקדש.
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס דער תנא שטעלט אַוועק די „עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות" נאָך די עשרה ניסים שנעשו לאבותינו בבית המקדש, און ניט באַלד נאָך די עשרה מאמרות, וואו זיי געהערן לויטן סדר הדורות? הגם אַז מען האָט שוין מבאר געוועןכ) אַז זייער קומען צום סוף איז צוליב זייער מעלה — ווייל אַלע זאַכן שבמספּר עשרה, פון די עשרה מאמרות ביז די עשרה ניסים שבבית המקדש, זיינען1225פאַרבונדן מיט סדר השתלשלות און די עשרה דברים שנבראו בערב שבת בין השמשות זיינען העכער פון השתלשלות — פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז אַלע ענינים אין אונזער פּרק, זיינען אויסגעשטעלט לויטן סדר הדורות, לייגט זיך בשכל צו זאָגן, אַז אויך די משנה איז ניט יוצא מן הסדר און אין די עשרה דברים שנבראו בערב שבת בין השמשות, איז דער תנא מרמז אויך די ענינים שבמספּר עשרה פון נאָכן זמן הבית, און דערפאַר רעכנט ער זיי נאָך די עשרה ניסים שבבית המקדש.
דערמיט ווערט אויך פאַרענטפערט די פריערדיקע שאלה, פאַרוואָס דערמאָנט ניט דער תנא דעם מספּר עשרה וואָס נאָכן זמן הבית — ווייל זיי ווערן מרומז אין די עשרה דברים שבערב שבת בין השמשות.
ז. על דרך ווי די בריאה איז איינגעשטעלט במספּר עשרה צוליב די עשרה מאמרות, אַזוי איז זי אויך איינגעשטעלט במספּר ששה — צוליב די ששת ימי בראשית, וואָס „כל יומא ו'ומא עביד עבידתי'"כא) (יעדער טאָג (ספירה) טוט זיין אַרבעט אין דער בריאה), און דעריבער איז אין יעדער זאַך פאַראַן דער מספּר ששה: סיי אין מקום — יעדער באַשאַפענע מציאות האָט ששה קצוות (זעקס זייטן), און סיי אין זמן — זעקס טעג פון דער וואָך, זעקס יאָר פון דער שמיטה, זעקס טויזנט יאָר פון קיום העולם (נאָר די אַלע פון דעם מספּר ששה האָבן אַ מספּר שביעי, וואָס איז העכער פון זיי, וואוהין זיי ווערן נתעלה; שבת, שמיטה, אלף השביעי — בדוגמת שבת בראשית, וואָס אויך ער איז שייך צו דער בריאה, נאָר אין אַ סך אַ העכערן אופן — די „מנוחה" וואָס אין בריאה)לח).
דערפון איז מובן, אַז דער סדר ההנהגה אין די שית אלפי שנין איז ענלעך צום סדר ההנהגה אין ששת ימי בראשיתב): שלימות גמר הבריאה איז געווען ביום הששי, ווי עס שטייטל) ביים יום הששי: „וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד". ביז דאַן איז נאָך ניט געווען „טוב מאד", ווייל די בריאה איז נאָך ניט געווען בשלימות; איידער דער אדם איז באַשאַפן געוואָרן ביום הששי האָט געפעלט שלימות אויך אין די נבראים וואָס זיינען באַשאַפן געוואָרן פריער, און ערשט ביום הששי, מיט באַשאַפן דעם אדם, איז אַריינגעבראַכט געוואָרן אַ שלימות אויך אין די פריערדיקע נבראיםלא).
און ביום הששי גופא, איז די בריאה פאַרענדיקט געוואָרן ערשט בין השמשות — וואָס מזה מובן, אַז ערשט בין השמשות איז געקומען די שלימות הבריאה — אַז זי איז פאַרפולקאָמט געוואָרן ערשט דורך די עשרה דברים,1226וואָס זיינען באַשאַפן געוואָרן „ערב שבת בין השמשות". און דעריבער איז דער „בין השמשות" פון ערב שבת דער איבערגאַנג און הכנה צו שבת; נאָך דער שלימות המלאכה אין דער בריאה, קען קומען די שלימות פון מנוחה אין בריאה.
און אַזוי איז עס אויך בנוגע די שית אלפי שנין, אַז זייער תכלית, די עלי' אין „יום שכולו שבת", אין אלף השביעי, ווערט אויפגעטאָן באלף הששי בכלל, ובעיקר אין „בין השמשות", דור היותר אחרון, דור פון עקבתא דמשיחא. און הגם אַז דער דור איז דער נידעריקסטער, עקבתא דעקבתא, האָט ער אָבער אין זיך די מעלה, אַז דוקא אין דעם דור פירט זיך אויס די כוונה פון דער גאַנצער עבודה פון אַלע פריערדיקע דורותלח), ווייל דוקא אין אונזער דור דסוף הגלות — וועט אויסגעפירט ווערן דער תכלית פון דירה בתחתונים, בגאולה העתידה און — בקרוב. מזה מובן די גרויסע חביבות, דער גרויסער זכות און די גרויסע אחריות פון דעם דור, וויבאַלד אַז אין זיין עבודה איז אָפּהענגיק אויך דער תכלית השלימות פון דער עבודה פון אַלע דורות הקודמים. עס זיינען טאַקע געבליבן צו מברר זיין נאָר די „פּכים קטנים", עבודה מועטת, אָבער אין אָט־דער עבודה איז תלוי די שלימות פון דער גאַנצער פריערדיקער עבודה.
ח. און דערפאַר שטעלט דער תנא די „עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות" באַלד נאָך די „עשרה ניסים נעשו לאבותינו בבית המקדש", ווייל אַזוי איז עס אויך לויטן סדר הדורות; גלייך אין דער רגע פון חורבן בית המקדש „נולד מושיען של ישראל"לח) — פון דעמאָלט אָן, האָט זיך אָנגעהויבן דער סדר העבודה צו ברענגען משיח'ן, דער ערב שבת בין השמשות פון די שית אַלפי שנין — וואָס אויך די עבודה איז אין מספּר עשרה („עשרה דברים" פון „בין השמשות"), ווי גערעדט פריער — וואָס דאָס וועט ברענגען אויך דעם מספּר עשרה „כינור של עשרה נימין" וכו', בגאולה האמיתית והשלימה, בקרוב ממש.
ט. אין פינפטן פּרק פון אבות רעכנט אויס די משנה כמה ענינים וואָס זיינען אין דעם מספּר עשרה.1227דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס דערמאָנט ניט די משנה די עשרת הדברות. ולכאורה, וויבאַלד אַז אַלע זאַכן נעמען זיך פון תורה — דאָס וואָס אין עולם איז דער מספּר עשרהלד), ולכל לראש — וואָס בעשרה מאמרות נברא העולם נעמט זיך עס פון די עשרת הדברות (כידוע מרז"ל על הפּסוקלח) „עשרה עשרה הכף בשקל הקודש", אַז די עשרה מאמרות זיינען מכוון און זיי נעמען זיך פון די עשרת הדברות) — האָט מען דאָך צום אַלעם ערשטן געדאַרפט רעכענען די עשרת הדברות, וואָס פון זיי נעמען זיך די אַנדערע ענינים וועלכע זיינען עשרה און ווערן אויסגערעכנט אין דעם פּרק?
דער ביאור אין דעם; די עשרת הדברות, כאָטש אַז אַלץ נעמט זיך פון זיי, זיינען זיי אָבער אינגאַנצן מובדל באין־ערוך פון עולם. אַלע ענינים קומען טאַקע פון תורה, די תורה איז אָבער ניט אין דעם זעלבן גדר און סוג מיט זיי. און דעריבער רעכנט ניט די משנה די עשרת הדברות, ווייל מען קען זיי ניט צונויפנעמען און רעכענען צוזאַמען מיט די אַלע אַנדערע ענינים וועלכע די משנה רעכנט דאָרטן.
י. צווישן די זאַכן וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין מספּר פון עשרה, זיינען דאָ ניט נאָר ענינים פון טבע, נאָר אויך ניסים, ביז אויך די ניסים וואָס זיינען געווען אין בית המקדש, דעם אָרט אין וועלט וואו ס'איז געווען דער ושכנתי פון עצמות, נמנע הנמנעות, וואָס דעריבער איז אין די ניסים פון בית המקדש געווען דער חיבור פון נס מיט טבע צוזאַמען*)).
פונדעסטוועגן, ווערן די עשרת הדברות ניט גערעכנט אין דער משנה, ווייל די עשרת הדברות זיינען מובדל אפילו פון די עשרה ניסים וואָס אין בית המקדש; בית המקדש איז דער תכלית השלימות פון וועלט. דער תכלית בריאת העולם איז עס זאָל זיין דירה לו יתברך בתחתונים, און דער תכלית אין וועלט ווערט אויסגעפירט דורכן בית המקדש. מה־שאיןכן די תורה איז „קדמה לעולם"לז), זי איז לגמרי העכער פון עולם, אפילו פון בית המקדשלח), און ווי שוין אַמאָל גערעדט, אַז וויבאַלד די תורה איז חד מיט הקב"ה, איז פּונקט ווי ביי קודשא בריך הוא איז ניט שייך צו זאָגן אַז זיין תכלית איז צוליב עמעצן אַנדערש ח"ו, נאָר דער תכלית איז אין אים אַליין, אַזוי איז עס אויך ביי תורהלח).
יא. אַלע ענינים פון תורה (מלשון הוראה) זיינען אַ הוראה בעבודתינו. און כשם ווי מען דאַרף אַרויסנעמען אַ הוראה פון די ענינים וועלכע שטייען אין תורה, אַזוי דאַרף מען אויך אַרויסנעמען אַ הוראה פון דעם וואָס די תורה האָט ניט אַריינגעשטעלט אַן ענין.
דאָס וואָס דער תנא דערמאָנט ניט אין דעם פּרק די עשרת הדברות — האָט אין זיך אַ הוראה: לימוד התורה דאַרף זיין „לשמה" — לשם התורה, צוליב תורה אַליין, ניט צוליב אַנדערע תכליתים.
און אָט דער אופן פון לימוד התורה „לשמה" — דריקט זיך אויס אין דעם, וואָס זיין לערנען איז ניט באַגרענעצט אין קיינע הגבלות ; בשעת דער לימוד1228איז צוליב אַ תכלית, אַ גשמיות'דיקן אָדער אַפילו אַ רוחניות'דיקן, איז וויבאַלד אַז אַלע ענינים זיינען בהגבלה, איז אויך זיין לימוד אַ מוגבל'דיקער. בשעת אָבער ער לערנט לשם פון תורה וואָס זי איז בלי גבול — לערנט ער אָן קיינע הגבלות. און ווי שוין גערעדט
א. אין זעקסטן פּרק פון אבות שטייט: „אמר רבי יהושע בן לוי בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, שכל מי שאינו עוסק בתורה נקרא נזוף (רבי יהושע בן לוי זאָגט ; טאָגטעגליך גייט אַרויס אַ בת קול פון באַרג חורב און רופט אויס און זאָגט, וויי איז צו די בריות פאַר דער פאַרשעמונג פון דער תורה, ווייל יעדערער וואָס איז זיך ניט עוסק אין תורה ווערט אָנגערופן נזוף — אָנגעשריגענער, אָפּגעזונדערטער), שנאמר נזם זהב באף חזיר אשה יפה וסרת טעם. ואומר והלוחות מעשה אלקים המה והמכתב מכתב אלקים הוא חרות על הלוחות, אל תקרא חרות אלא הירות, שאין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתלמוד תורה, וכל מי שעוסק בתלמוד תורה הרי זה מתעלה (ווייל עס קען ניט זיין קיין בן חורין נאָר דער וואָס איז עוסק אין ת"ת, און יעדער זואָס איז עוסק אין תלמוד תורה ווערט ער דערהויבן), שנאמר וממתנה נחליאל ומנחליאל במות".
אין פּשטות, איז די משנה, פון אָנהויב ביזן סוף, ניט פאַרשטאַנדיק; אַמאָל, אַז די הגבלות אין לימוד התורה וועלכע זיינען דאָ עלפּי שלחן ערוך זיינען נאָר בנוגע מצות תלמוד תורה, אָבער תורה אַליין איז אָן הגבלות פון זמן אָדער מקום0)). — ביז אַז ואהי' אצלו (אצלו דוקא) שעשועיםלח).
(משיחת ש"פ בחוקותי, תשי"ט) ש שי
א) דער לשון „מהר חורב"? דער באַרג האָט דאָך פינף נעמעןא), איז רעדענדיק וועגן תורה, וואָס ווערט בעצייכענט „קיבל תורה מסיני" — האָט ער דעם באַרג געדאַרפט אָנרופן מיטן נאָמען „הר סיני", ובפרט אַז דאָס איז דער שם הרגיל פון דעם באַרג. אָדער ער האָט געדאַרפט זאָגן „הר האלקים", בכדי צו אָנדייטן אויף דער שווערקייט פון דעם עלבון „עלבונה של תורה", ווייל תורה קומט פון הר האלקים.
ב) וואָס מיינט „עלבונה של תורה"? לכאורה, אויב איינער איז ניט עוסק אין תורה (אין דער צייט וואָס ער קען יאָ לערנען) האָט ער דאָך ניט דאַמאָלס תורה אויף מעליב זיין איר; עס ווייזט אויף זיין אייגענער נידעריקייט, אַז ער האָט ניט גענוג דעת צו אָפּשאַצן די מעלה פון תורה. דאָס איז ניט קיין עלבון פאַר דער תורה, נאָר פאַר דעם מענטשן וואָס לערנט איר ניט. וואָס מיינט „עלבונה של תורה"?
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-xd3nj3c4