עברית
Library

Likkutei Sichos

Bamidbar

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1019א. פּרשת במדבר לייענט מען אַלע מאָל פאַר שבועותא). דער טעם אויף דעם איז, בכדי צו מפסיק זיין צווישן דער תוכחה פון פּרשת בחוקותי און מתן תורה. וויבאַלד אָבער אַז אַלע ענינים פון תורה — בתוכם, דער ענין פון סמוכין — זיינען בדיוק, מוז מען דאָך זאָגן, אַז דאָס וואָס מען לייענט דוקא פּרשת במדבר פאַר שבועות איז עס ניט נאָר צוליב מפסיק זיין צווישן דער תוכחה און מתן תורה27)), נאָר אויך ווייל די ענינים וועלכע עס ריידן זיך אין אָט דער פּרשה זיינען אַ הכנה צו קבלת התורהג).

אין פּרשת במדבר רעדט זיך בעיקר וועגן ציילן די אידן, — וואָס צוליב דעם תוכן פון דער פּרשה (און דעם מנין פון פּרשת פּנחס)*)ווערט דער גאַנצער ספר אָנגערופן מיטן נאָמען חומש „הפקודים"ג) — און ווי מיר געפינען באַ נאָך אַן ענין פון ציילן אַז עס איז אַ הכנה צו מתן תורה; ספירת העומר)). דאַרף מען פאַרשטיין וואָס איז די מעלה פון ציילן און ביז אויף אַזוי פיל אַז דאָס איז אַ הכנה צו מתן תורה?

ב. דער טעם פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן ציילן די אידן, שטייט אין מדרשז), אַז דאָס איז ווייל אידן זיינען זייער חשוב ביי דעם אויבערשטן; „נמשלו ישראל כערימה של חטים, מה החטים הללו נכנסות לאוצר במנין כך אמר הקב"ה שיהיו ישראל נמנים בכל שעה" (אידן זיינען געגליכן צו אַ קופּע פון ווייץ — פּונקט ווי ווייץ ווערן אַריינגעבראַכט אין זייער „אוצר" מיט אַ צאָל, אַזוי האָט געזאָגט דער אויבערשטער, אַז אידן זאָלן ווערן געציילט יעדע וויילע). ס'איז אָבער ניט מובן; דאָס וואָס אַ מענטש ציילט חטים צוליב זייער חשיבות און טייערקייט איז עס דאָך בכדי ער זאָל וויסן זייער צאָל; דער אויבערשטער אָבער ווייסט דאָך דעם מספּר פון אידן אויך אָן דעם ציילן, איז צוליב וואָס האָט ער זיי געהייסן ציילן?

אין של"ה שטייט, און דאָס ווערט געבראַכט און נתבאר אין חסידות*, אַז דורך דעם וואָס מען האָט געציילט די אידן, זיינען זיי געוואָרן אַ „דבר שבמנין", און „דבר שבמנין לא בטל")) ; אידן צווישן די אומות העולם1020זיינען דאָך אַ „כבשה בין שבעים זאבים"י) (ווי אַ שעפּסעלע צווישן זיבעציק וועלף), קענען זיי דאָך ח"ו נתבטל ווערן צווישן די אומות העולם, האָט דער אויבערשטער געהייסן ציילן די אידן, בכדי זיי זאָלן ווערן אַ „דבר שבמנין", און אַ זאַך וואָס ווערט געציילט ווערט ניט בטל.

דאָס איז אָבער נאָך ניט מובן ; דער טעם פון דעם דין וואָס „דבר שבמנין לא בטל" איז, ווייל דאָס ציילן פון אַ זאַך וויחט אויף איר חשיבות, און אַ דבר חשוב ווערט ניט בטל. קומט דאָך אויס, אַז ניט דער ציילן טוט אויף אַז די זאַך זאָל ניט בטל ווערן, דער ציילן איז נאָר אַ סימן צו ווייזן די חשיבות פון דער זאַך. היינט וויבאַלד אַז אידן זיינען אַ דבר חשוב, זיי זיינען ווערט געציילט צו ווערן צוליב זייער חשיבות, זיינען זיי דאָך אַ „דבר שבמנין" אויך ווען זיי ווערן בפּועל ניט געציילט — איז צוליב וואָס האָט מען זיי געדאַרפט ציילן בפּועל?

ג. ווי געזאָגט פריער, איז פּרשת במדבר אַ הכנה צו מתן תורה. דער אויפטו פון מתן תורה איז — דער פאַרבונד פון עליונים און תחתונים — רוחניות מיט גשמיות; די מצוות פון פאַר מתן תורה האָבן ניט געהאַט קיין ווירקונג אויף די דברים גשמיים מיט וועלכע מען האָט זיי מקיים געווען, אַז זיי זאָלן ווערן הייליקיא); מתן תורה האָט געגעבן דעם כח, אַז אידן דורך קיום המצוות זאָלן אויסאיידלען די גשמיות'דיקע וועלט און מאַכן פון איר קדושה.

וויבאַלד אַז די עבודה פון אידן נאָך מתן תורה איז צו מאַכן פון דער וועלט קדושה, אַז זי אַליין זאָל ווערן אַ דירה לו יתברך, דאַרף די חשיבות און כח פון אידן זיין אין אַזאַ אופן אַז די וועלט זאָל עס דערהערן; אויב די חשיבות פון אידן וואָלט פאַרבליבן אין רוחניות און ניט ווערן אויסגעדריקט אויך אין גשמיות, איז כאָטש אַז אויך דאַן וואָלטן זיי ניט נתבטל געוואָרן אין דער וועלט וואָס אַרום זיי; די וועלט וואָלט אויף זיי ניט געהאַט קיין שליטה ח"ו צו מונע זיין זיי ח"ו פון דער עבודה בנוגע זיך אַליין, וואָלט אָבער זייער כח און חשיבות ניט געקענט באַווירקן און באַאיינפלוסן די גשמיות'דיקע וועלט. דעריבער האָט מען זיי געדאַרפט ציילן בפּועל, בכדי צו אויסדריקן זייער חשיבות אין אַ פּעולה וואָס די גשמיות'דיקע וועלט זעהט, וואָס דוקא דאַן קען זייער חשיבות און כח פּועל'ן אויך אויף דער גשמיות'דיקע וועלט.

לויט דעם איז אויך מובן די שייכות פון פּרשת במדבר מיט מתן תורה; דורך דעם וואָס מען האָט געציילט די אידן בפּועל און זייער חשיבות האָט זיך אויסגעדריקט אין אַ פּעולה אין וועלט — קענען זיי מאַכן פון דער וועלט אַ מקדש לו יתברך, וואָס דאָס איז דער תכלית פון מתן תורה.

ד. לויט דעם וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס האָט מען געציילט נאָר די אידן וואָס זיינען „מבן עשרים שנה ומעלה": לכאורה האָט מען דאָך געדאַרפט ציילן אַלע אידן, בכדי זיי אַלע זאָלן ווערן אַ „דבר שבמנין" און דורך דעם ניט בטל ווערן ח"ו צווישן די אומות העולם — פאַר־1021וואָס האָט מען געציילט נאָר „מבן עשרים שנה ומעלה"?

דער חילוק צווישן דער עבודה וואָס אַ איד דאַרף טאָן פאַר צוואַנציק יאָר און דער עבודה וואָס ער דאַרף טאָן מבן עשרים שנה ומעלה; ביז צוואַנציק יאָר דאַרף זיין דער עיקר העבודה אין לימוד התורה (אַ בן חמש, דאַרף לערנען פינף יאָר מקרא ; שפּעטער — פינף יאָר משנה און דערנאָך — פינף יאָר תלמוד)יא), וואָס דער לימוד התורה איז דאָך עיקרו ניט בכדי צו אויפטאָן דורך דעם לימוד גופא אין וועלט, נאָר בכדי צו אויפטאָן מיט זיךיח). ובכלל איז דאָך צו הבנת שכל אַ מעלה התבודדות פון וועלט. בן עשרים אָבער, איז — לרדוף; צו צוואַנציק יאָר דאַרף מען ווערן אַ „יוצא צבא", מען דאַרף אַרויסגיין במלחמה צו אייננעמען די וועלט — „פּרו ורבו ומלאויד) את הארץ וכבשוה" — און מאַכן פון איר אַ דירה לו יתברך, דורך קיום המצוותטו).

און דעריבער האָט מען ניט געדאַרפט ציילן די וועלכע זיינען געווען פאַר צוואַנציק יאָר, וואָרום זייער עבודה איז דאָך בעיקרה ניט צו אויפטאָן אין וועלט, נאָר צו טאָן מיט זיך, און אויף דער עבודה איז גענוג די חשיבות וואָס אידן האָבן בעצם, ווי געזאָגט פריער, מה־שאיןכן די וועלכע זיינען נאָך צוואַנציק, די „יוצאי צבא", צו אויפטאָן און אייננעמען די וועלט, דאַרף זייער חשיבות אַרויסקומען בגילוי אין אַן אופן אַז אויך וועלט זאָל עס דערהערן.

ה. ווי דערמאָנט פריער, ווערט ספר במדבר אָנגערופן „חומש הפּקודים". אַ נאָמען — ובפרט בלשון הקודש — ווייזט דאָך אויפן אינהאַלט פון דער אָנגערופענער זאַךטז). וויבאַלד אַז ספר במדבר ווערט גערופן „פּקודים" — בעיקר על שם פון דער ערשטער סדרה, איז אַ ראי' אַז דער תוכן פון פּרשת במדבר איז די עצם זאַך פון ציילן. און אין דעם ציילן אַליין (ניט בלויז אַלס סימן אויף חשיבות) איז דאָ אַ גרויסע מעלה, וואָס מצד דער דאָזיקער מעלה איז פּרשת במדבר אַ הכנה צו מתן תורה — און ווי דערמאָנט פריער אַז על־דך־זה איז אויך ספירת העומר אַ הכנה צו מתן תורה, כאָטש אַז ביי ספירת העומר איז ניט שייך דער אויבנדערמאָנטער ענין פון חשיבות.

די אייגנשאַפט פון מנין איז; אַלע גלייך; אַ גרויסער איז ניט מער ווי איינס און אַ קליינער איז ניט ווייניקער ווי איינס. און אין דעם גלייכט זיך אויס דער מנין בני ישראל מיט ספירת העומר ; אין מנין בני ישראל איז ניט קוקנדיק אויף דער פאַרשידנקייט צווישן די מדריגות פון די געציילטע — האָט מען געציילט יעדער אידן מיט דער זעלבער צאָל — איינס; און אַזוי ווערן אויך געציילט די ניין און פערציק טעג פון עומר, ניט1022קוקנדיק אויף די חילוקים צווישן די געציילטע טעג, צי זיי זיינען וואָכןטעג, ר"ח, חול המועד, יום־טוב און שבתים, ווערט יעדער טאָג געציילט מיט אַ גלייכער צאָל.

דאָס וואָס מען האָט געציילט אַלע אידן גלייך, ווייזט אויף דעם עצם הנשמה פון אידן. מצד זייערע כוחות הגלויים, שכל און מדות, זיינען פאַראַן חילוקים צווישן איינעם מיט אַ צווייטן, אָבער מצד עצם הנשמה זיינען אַלע אידן גלייךיז).

דער חילוק צווישן דער עבודה מצד כוחות הגלויים און דער עבודה מצד עצם הנשמה; בעת די עבודה איז נאָר מצד כוחות הגלויים, פאַרשטאַנד אָדער געפיל, איז זיין מציאות, זיין אייגענער „איך", אַ באַזונדער זאַך פון אלקות, און זיין קיום התורה און מצוות איז ווי אַ צוגעגעבענע זאַך צו אים — ער איז מקיים תורה ומצוות ווייל אַזוי פאָדערן זיינע כוחות — זיין פאַרשטאַנד און געפיל. מה־שאיןכן ווען ער איז מעורר און מגלה זיין עצם הנשמה, וואָס זי איז „יחידה לייחדך", ווערט דאָך זיין גאַנצע עצמיות איין זאַך מיט אלקות — „ישראל אורייתא וקודשא בריך הוא כולא חד"י).

אָט די עבודה פון עצם הנשמה, וואָס מצד איר ווערן אַלע אידן געציילט גלייך, דריקט זיך אויך אויס אין דעם ענין פון ספירת העומר, וואָס אַלע טעג ווערן געציילט גלייך; בשעת די עבודה איז נאָר*) מיט שכל און מדות, איז פאַראַן אַ חילוק צווישן אַ וואָכעדיקן טאָג און ר"ח יום־טוב ושבת די עבודה פון ר"ח יו"ט און שבת טוט ער מיט אַ חיות, אָבער ווען עס קומט די עבודה מיט וואָכעדיקע ענינים — „בכל דרכיך דעהו" — אין דעם האָט ער שוין קיין חיות ניט. בעת אָבער ער איז מעורר די עצם הנשמה, און זיין גאַנצע עצמיות ווערט איין זאַך מיט אלקות און דאָס פּועל'ט אויף זיינע מוחין ומדות, איז ביי אים דאַן ניטאָ קיין חילוק צווישן חול און שבת — אַלע זיינע צייטן, און אַלץ וואָס ער טוט, איז דורכגעדרונגען מיט ג־טלעכקייט *א).

און דעריבער איז מנין בני ישראל און ספירת העומר אַ הכנה צו מתן תורה, „אנכי הוי' אלקיך", אַז ג־טלעכקייט איז (ניט קיין צוגעגעבענע זאַך צום אידן, נאָר) „אלקיך" — „כחך וחיותך", דאָס איז זיין לעבן, און דערפאַר דינט ער דעם אויבערשטן ניט נאָר מיטן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, נאָר „בכל דרכיך דעהו".

ו. פון דעם וואָס פאַר מתן תורה דאַרף מען האָבן ביידע ציילונגען, סיי ספירת העומר סיי דעם מנין בני ישראל פון פּרשת במדבר, איז מובן, אַז אין יעדער איינער פון זיי איז פאַראַן אַ מעלה מיוחדת וואָס איז ניטאָ אין דער צווייטער זאַך, און דוקא דורך ביידע ציילונגען צוזאַמען ווערט מען אַ כלי צו מקבל זיין די תורה.

מנין בני ישראל איז ניט פאַרבונדן מיט קיין שום אַנדער זאַך אויסער דעם ציילן אַליין; אָבער ספירת העומר איז דאָך כשמה — ספירת העומר: מען ציילט וויפל טעג עס זיינען אַדורך פון הקרבת העומר; איז עס אַ ציילונג וואָס איז פאַרבונדן מיט עבודה.

פון דעם איז מובן, אַז מנין בני1023ישראל איז פאַרבונדן מיטן עצם הנשמה, וואָס איז, אַלע מאָל גאַנץ. אין עצם הנשמה אַליין פאָדערט זיך ניט קיין עבודה, ניט מער וואָס זי קען זיין בהעלם, און דורכן ציילן (אַלעמען גלייך) איז מען זי מעורר און מגלה. מה־שאין־כן ספירת העומר איז די עבודה מיט כוחות פּנימיים (פון נפש האלקית און פון נפש הבהמית))), וועלכע מען דאַרף מזכך זיין און מעלה זיין דורך עבודה, פריער אין אַן אופן כללי דורך דער עבודה פון הקרבת העומר, און דאַן אין אַן אופן פּרטי; יעדן טאָג פון די מ"ט ימי הספירה דאַרף מען מברר זיין איין פּרטית'דיקע מדה (ווי ס'איז ידוע דער חשבון פון „שבע שבתות תמימות", אַז ביי יעדן איינעם זיינען פאַראַן זיבן מדות, און יעדער מדה איז כלול פון אַלע זיבן מדות — דאַרף מען יעדן טאָג מברר זיין איין פּרטית'דיקע מדה).

דאָס איז אויך דער טעם פּנימי אויף דעם וואָס ספירת העומר דאַרף זיין „לכל אחד ואחד"יא) ; די ספירה איז ניט פאַרבונדן מיטן כלל ישראל נאָר מיט יעדן אידן באַזונדער, ביז עס קען זיין אַ מציאות אַז אַ איד (זאָל האַלטן ביי אַן אַנדער ספירה ווי אַ צווייטער, אָדער) זאָל לגמרי ניט ציילן — ניט ווי ביי מנין בני ישראל פון פּרשת במדבר, וואָס משה האָט געציילט, אַלע אידן און אַלע זיינען גלייך, ווייל עס האָט צו טאָן מיט עצם הנשמה. וויבאַלד אַז ספירת העומר איז צו מזכך זיין די כוחות פּנימיים, איז אין דעם אונטערשיידט זיך איין איד פון אַ צווייטן.

ז. ס'איז ניט קיין סתירה צו דעם וואָס איז גערעדט געוואָרן פריער, אַז פון דעם וואָס ביי ספירת העומר ווערן געציילט אַלע טעג גלייך, סיי חול, סיי ראש חודש יום־טוב און שבת — אַז אין דער עבודה פון וואָכעדיקע ענינים האָט ער דעם זעלבן חיות ווי אין דער עבודה פון שבת ויום־טוב — איז אַ ראי' אַז ספירת העומר איז פאַרבונדן מיט עצם הנשמה,

ווייל אָט די עבודה פון ספירת העומר מיט כוחות פּנימיים איז ממחרת השבתכא) — צו אויפהויבן די כוחות און אַריינברענגען אין זיי די ליכטיקייט — „וספרתם לכם", מלשון אבן ספיריז) — פון עצם הנשמה.

מנין בני ישראל איז צו מעורר זיין דעם עצם (מלמעלה למטה) ביז אַז דאָס זאָל פּועל'ן זייער חשיבות אין וועלט; ספירת העומר איז — צו מברר זיין די כוחות פניחיים און מעלה זיין זיי (נרוצה מלמטה למעלה), אַז זייער הנהגה זאָל זיין אַזוי ווי עס פאָדערט זיך מצד עצם הנשמה.

ח. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס פאַר מתן תורה דאַרף מען האָבן ביידע ציילונגען;

דער אויפטו פון מתן תורה, אַז „העליונים ירדו לתחתונים והתחתונים יעלו לעליונים", איז אויך בנוגע נפש האדם*3)), אַז עצם הנשמה — „עליונים", זאָל זיין פאַרבונדן מיט די כוחות פנימיים, שכל און מדות — „תחתונים".1024ד.ה. אַז אויך אין שכל שבמוח און אין מדות שבלב זאָל זיך אָפּלייגן אלקות (ניט ווי אַ צוגעגעבענע זאַך און ניט אין אַ באַגרענעצטן אופן, נאָר) ווי אין עצם הנשמה, וואָס זי איז „חבוקה ודבוקה בך, יחידה לייחדך".

וואָס דער אויפטו איז געווען באַלד ביי דעם ערשטן דיבור פון מתן תורה — „אנכי הוי' אלקיך — כחך וחיותך". אַז „אנכי מי שאנכי"28)), וואָס איז העכער פון השגה לגמרי, און איז

פאַרבונדן מיטן עצם הנשמה, איז געוואָרן — „כחך וחיותך", דער כח און חיות פּנימי פון אידן.

און דעריבער פאָדערט זיך פאַר מתן תורה די הכנה סיי מצד עצם הנשמה, אַז זי זאָל שטיין בהמשכה והתגלות — וואָס דאָס ווערט דורך מנין בני ישראל, סיי מצד כוחות פּנימיים, אַז זיי זאָלן ווערן מזוכך און זיין כלים צום עצם — דורך ספירת העומר28)).

(משיחת ש"פ במדבר תשכ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hqc5mwsa

Copies

Recent activity

#172 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources