Likkutei Sichos
Nasso
1032וויל דורכגיין דעם „כי עפר אתה ואל עפר תשוב".
די מעלה פון „ואל עפר תשוב" אויף עלי' בסערה איז אויך בדוגמת המעלה פון צווייטן טאָג שבועות; הסתלקות — איז דאָך עלי'. ואל עפר תשוב — שוב.
אַמאָליח), אַז אין דער תורה פון בעש"ט,
א. אין פּרשת נשא ווערט אַרומגערעדט דער דין פון סוטה; בשעת אַ מאַן איז „מקנא" צו זיין פרוי, און ער זאָגט איר אַן „אל תסתרי (זאָלסט זיך ניט באַהאַלטן) עם איש פּלוני", און זי האָט אים ניט געפאָלגט, איז כאָטש עס קען זיין אַז זי האָט מיט דעם איש פּלוני ניט געזינדיקט, איז צוליב דעם אַליין, וואָס זי האָט זיך מיט אים באַהאַלטן נאָך דעם וואָס איר מאַן האָט איר געוואָרנט, ווערט זי אָנגערופן סוטהא) און עס זיינען דאָ כמה דינים וואָס עס דאַרף געטאָן ווערן בענין סוטה, ווי עס ווערט אויספירליך ערקלערט אין דער סדרה.
איש ואשה דאָ למטה מיט אַלע זייערע פּרטים זיינען אַ דוגמא אויף זייער שורש פון וואַנעט זיי נעמען זיך ביז לשרשם הראשון צו כביכול — הקדוש־ברוך־הוא און כנסת ישראל וואָס ווערן אָנגערופן איש ואשהז). איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז די אַלע האָט זיך אַרויסגעגעבן זיין עצמיות:
דער ענין פון בעש"ט איז געווען צו מגלה זיין תורת החסידות, וואָס ענינה איז העלאה מלמטה למעלה, זיכוך הגשמי — „עזב תעזוב עמו"ה) — דעריבער האָט דער בעש"ט מחבב געווען ביחוד דעם צווייטן טאָג שבועות, וואָס מעלתו איז זיכוך הגשמיות, כנ"ל.
פּרטי דינים פון סוטה, זיינען אוין פאַראַן בנוגע כנסת ישראל מיט הקדושברוך־הואג).
דער „קינוי" פון הקב"ה צו כנסת ישראל, איז דעם אויבערשטנס ציווי צו יעדער אידן „לא יהי' לך (ל' יחיד) אלקים אחרים על פני", וואָס בדוגמא צו דעם איז „אל תסתרי עם איש פּלוני". ס'איז אָבער ניט מובן; ווי איז שייך פאַר דעם אויבערשטן אַן ענין פון „סתירה", באַהאַלטן זיך פון אים ? וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז דאָך דאָ אומעטום, „לית אתר פנוי מיני"), און וואו אַ מענטש זאָל זיך ניט פאַרבאַהאַלטן איז ער אַלע מאָל פאַר דעם אויבערשטנס אויגן, ווי עס שטייטח) ; „אם יסתר איש1033במסתרים ואני לא אראנו נאום ה'" (צי אַז אַ מענטש וועט זיך פאַרבאָרגן אין באַהאַלטענישן, וועל איך אים דען ניט זען 1 זאָגט דער אויבערשטער). היינט וואָס מיינט „סתירה" פון כנסת ישראל פון הקב"ה?
דער ענטפער אויף דעם 2 דער אויבערשטער זאָגט אויף אַ בעל גאוה „אין אני והוא יכולין לדור"ח), איך (זאָגט דער אויבערשטער) און ער (אַ בעל גאוה) קענען זיך ניט געפינען אין דעם זעלבן אָרט, קומט אויס, אַז גאוה איז אַן ענין פון „סתירה" פון דעם אויבערשטן כביכולז) ; אין דעם בעל גאוה געפינט ער זיך ניט, און ער זעט ניט כביכול דעם בעל גאוה. וכפּירוש הבעש"ט אויף דעם זעלבן פסוק — בניחותא; „אם יסתר איש במסתרים ואני — לא אראנו", אַז בשעת אַ מענטש איז „ואני", ער איז ביי זיך אַ „איך", איז „לא אראנו", דער אויבערשטער כביכול זעט אים ניט.
ב. עס שטייט אין גמראח), אַז „בעל שמחל על קינויו קינויו מחול", אפילו נאָך דעם וואָס דער מאַן האָט מקנא געווען צו זיין פרוי און געזאָגט אַל תסתרי עם איש פּלוני, קען ער אַראָפּנעמען זיין קינוי, און ס'איז גלייך ווי ער וואָלט קיינמאָל ניט מקנא געווען. און די גמרא פּסק'נט אָפּ, אַז דאָס וואָס דער בעל קען מוחל זיין, איז עס דוקא „קודם סתירה" (איידער זיין פרוי האָט זיך פאַרבאַהאַלטן מיט דעם מענטשן אויף וועלכן דער מאָן האָט איר אָנגעזאָגט „אל תסתרי"), אָבער „לאחר סתירה", העלפט ניט זיין מחילה.
און דער טעם דערפון איז;
כל־זמן שלא נסתרה, איז נאָך ניטאָ קיין זאַך אויסער זיין קינוי, און אויף זיין קינוי איז ער אַ בעל־הבית, און דערפאַר קען ער דאָס מבטל זיין. אָבער לאחר הסתירה, איז דאָך דאָ נאָך אַ זאַך וואָס איז ניט אָפּהענגיק אין אים. דעריבער העלפט ניט זיין מחילה.
אין ירושלמי)) אָבער שטייט, אַז דער בעל קען מוחל זיין אויף זיין קינוי אפילו נאָך דעם ווי נסתרה, „כל זמן שלא נמחקה המגילה" (כל־זמן די מגילה וואָס מען שרייבט פאַר דער סוטה איז ניט אָפּגעמעקט געוואָרן).
איז מבאר אין דעם דער ראָגאַטשאָווערי), אַז ס'איז ניט קיין פּלוגתא צווישן בבלי און ירושלמי ; דער ירושלמי רעדט וועגן אַזאַ סאָרט סתירה, וואָס איר גאַנצע מציאות איז בלויז מצד דעם קינוייא), ווי צ.ב. בעת ער זאָגט איר „אל תסתרי עם אביך" אָדער „עם מאה בני אדם", וואָס אָן זיין מקנא זיין איז עס גאָר קיין סתירה ניט *יא), איז בשעת דער בעל איז מוחל און נעמט צו זיין קינוי, ווערט ממילא בטל אויך די סתירה, די גאַנצע זאַך.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע הקב"ה און כנסת ישראל, אַז וויבאַלד דער אמת איז אַז אַלעמאָל איז „לית1034אתר פּנוי מיני'" — איז דאָך באמת קיינמאָל ניט שייך מציאות הסתירה; די סתירה איז נאָר ווייל דער אויבערשטער וויל ניט קיין גאוה, „תועבת ה' כל גבה לב"12)) און „אין אני והוא יכולין לדור" — און וויבאַלד אַז די גאַנצע מציאות פון דער סתירה ווערט נאָר צוליב זיין רצון, קען דער אויבערשטער אַלעמאָל מוחל זיין, אפילו לאחר שנסתרה.
ג. ווען העלפט אָבער די מחילה (אפילו אין אַזאַ פאַל ווען די גאַנצע מציאות הסתירה איז תלוי אין דעם קינוי), „כל זמן שלא נמחקה המגילה".
מחיקת המגילה כפּשוטה, באַשטייט אין דעם, אַז מען טיילט אָפּ די אותיות פון דעם פּאַרמעט. וואָס דאָס ווייזט און ברענגט אַרויס בגלוי, אַז אויך פאַר דער מחיקה זיינען זיי ניט געווען איין זאַך ; אויב זיי וואָלטן געווען איין זאַך, איז דאָך ניט שייך קיין פאַנאַנדערטיילונג. און דערפאַר איז ביי אותיות החקיקה, ווייל זיי זיינען איינס מיט דער זאַך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט, איז ניט שייך צו אָפּמעקן די אותיות אַליין, סיידן מ'נעמט אויך אַראָפּ אַ חלק פון דער זאַך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט.
איז בשעת אַז „לא נמחקה המגילה", ווען אַ איד לערנט תורה אין אַן אופן פון חקיקה, אַז ס'איז ניט שייך אָפּמעקן ח"ו די אותיות התורה פון אים, ווייל ער מיט דער תורה זיינען איינס 120)), איז כאָטש אַז ביי אים איז געווען „סתירה", עס האָט זיך אין אים אַריינגעכאַפּט גאוה — איז עס נאָר בחיצוניות, און מחילה מלמעלה
12) משלי טז, ה.
** עיין סוטה כא, א. איז אַלץ מבטל און דער אויבערשטער איז דאָך — רב לסלוח 18)). אויב אָבער „נמחקה המגילה", (וואָס דאָס ווייזט אַז אויך פריער זיינען ער מיט דער תורה געווען צוויי זאַכן), איז דעמאָלט מעגלעך אַז די ישות וגאוה האָבן אים דורכגענומען דורך און דורך, דאַן האָט ער דעם דין פון אַ סוטה; ער מוז ברענגען אַ מנחה פון שעורים, מאכל בהמה*), און די מנחה דאַרף זיין עשירית האיפה — וואָס באַווייזט אויף דלי דלותיח) (די מנחה פון די גאָר אָרעמסטע) ד.ה. אַז ער דאַרף ביי זיך פּועל'ן די ידיעה און הרגש אַז ער איז אַן „עני בדעת"י), ביז אַזוי ווי אַ בהמה 17)), וואָס האָט אינגאַנצן קיין דעת ניט.
און בשעת ער פּועל'ט ביי זיך אָט דעם ביטול, איז ניט נאָר וואָס ער ווערט טהור להקב"ה, נאָר ער קומט צו צו אַ דרגא וואָס איז נאָך העכער פון זיין דרגא ווי ער איז געווען פריער, ווי ער איז מסייםיח): „ונקתה ונזרעה זרע" און די גמראיט) איז מפרש ; „היתה יולדת (תולדותיהן של צדיקים — ועמך כולם צדיקים —1035מצות ומע"ט)כ) בצער יולדת בריוח", ביז אַז ער קומט צו צו מרחב העצמי, „במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד שם"א).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-wp5csa2m