Likkutei Sichos
Nitzavim
1139אַזוי וועט אויך זיין לעתיד לבוא, ווען עס וועט זיך אויספירן די כוונה עליונה פון דירה בתחתונים — דירז לעצמותו, וואָס מצד עצמות וועלן נתחבר ווערן די צוויי הפכיים פון גשמיות מיט רוחניות, אַז עס וועט זיין „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר", אַז דער בשר הגשמי וועט זען אלקות, און דאָס וועט ביי אים זיין בהתיישבות.
ויש לומר, אַז דאָס איז דער פּירוש הפּנימי פון דעם צמח צדק'ס וואָרט „גם מזקיני נ"ע שמענו עתידות": מיטן וואָרט „עתידות" איז ער דאָ מרמז
א. ס'איז ידועא) וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט וואָס ער האָט געהערט פון מגיד אין נאָמען פון דעם בעש"ט נ"ע (אַ טעם אויף דעם וואָס מען בענטשט ניט דעם חודש תשרי אין דעם שבת שלפניו, אַזוי ווי אַלע חדשי השנה), וז"ל: „החדש השביעי שהוא החדש הראשון לחדשי השנהד), אויך אויף די גילויים דלעתיד.
און דאָס אַלץ האָט דער אַלטער רבי אַריינגעשטעלט אין חסידות חב"ד; דורך לערנען חסידות „נעמט מען" די העכסטע ענינים ביז צום „אור הגנוז" און נאָך העכער, און דאָס קומט אין שכל פון נפש האלקית — אין אַן אופן פון התיישבות אור בכלי — ביז צו הבנת שכל פון נפש הבהמית, ביז עס וועט זיין „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר" אפילו, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.
הקב"ה בעצמו מברכו בשבת מברכים שהוא השבת האחרון דחדש אלול, ובכח זה ישראל מברכים את החדשיםח) י"א פּעמים בשנה, כתיב אתם נצבים היום, דהיום קאי על ר"*) ה שהוא יום הדין, וכמ"שח) ויהי היום וגו' ותרגם והוה יום דינא רבא, ואתם1140נצבים קיימים ועומדיםח), והיינו שזוכים בדין, ובשבת שלפני ר"ה שהוא השבת האחרון דחדש אלול קורין אז פרשת אתם נצביםז, דזהו ברכתו של הקב"ה, בשבת מברכים חדש השביעי שהוא המושבע והמשביעח) ברוב טוב לכל ישראל על כל השנה" (דעם זיבעטן חודש, וואָס ער איז דער ערשטער חודש פון די חדשי השנה, בענטשט אים דער אויבערשטער אַליין אין שבת מברכים, וואָס ער איז דער לעצטער שבת פון חודש אלול, און מיט דעם כח בענטשן אידן די חדשים עלף מאָל אין יאָר. עס שטייט „אתם נצבים היום", וואָס „היום" גייט עס אויף ראש השנה וואָס ער איז דער יום הדין כו' און „אתם נצבים — קיימים ועומדים", ד.ה. אַז זיי זיינען זוכה בדין. און אין שבת וואָס פאַר ראש השנה, וואָס ער איז דער לעצטער שבת פון חדש אלול, לייענט מען דאַן פּ' אתם נצבים, וואָס דאָס איז די ברכה פון דעם אויבערשטן אין דעם שבת מברכים פון „חדש השביעיד, וואָס ער איז דער „מושבע" און דער „משביע" (דער זאַטער און דער וואָס מאַכט זאָט) ברוב טוב לכל ישראל אויף אַ גאַנץ יאָר).
די מפרשי התורה טייטשן די פּסוקים „אתם נצבים גו' לעברך בברית גו'", אַז משה רבינו האָט אַריינגעבראַכט אידן אין ערבות, אַז איין איד זאָל זיין ערב און פאַראַנטוואָרטלעך פאַר אַ צווייטן אידן — „כל ישראל ערבים זה בזה". דאַרף מען פאַרשטיין א) דעם קישור פון דעם פּירוש מיטן פּירוש הבעש"ט). ב) מיר געפינען *א), אַז הגם די ערבות איז געקומען דורך דער כריתת ברית וואָס משה רבינו האָט דאַן געמאַכט מיט די אידן, איז אָבער די ערבות בפּועל ממש (אין כמה פּרטים) האָט זיך אָנגעפאַנגען ערשט מיט זייער אַריינקומען אין ארץ ישראל. פאַרוואָס האָט זיך די ערבות ניט אָנגעהויבן בפּועל שוין גלייך ביי דער כריתת ברית?
ב. בכדי דאָס צו פאַרשטיין דאַרף מען פריער מבאר זיין אַ כללות'דיקן ענין אין דער ערבות פון אידן איינעפאַרן צווייטן;
על פּי שכל איז דער ענין פון ערבות אַז דער גרעסערער (בנוגע דעם פּרט אין וועלכן עס פאָדערט זיך זיין ערבות) ווערט אַן ערב פאַר אַ קלענערן פון אים. ווי לדוגמא ערבות ביי געלטזאַכן ; בשעת מען האָט צו טאָן מיט אַן עני און מען פאַרלאָזט זיך ניט אויף אים אַז ער וועט האָבן מיט וואָס צו באַצאָלן, פאַרלאַנגט מען דאַן די ערבות פון אַן עשיר. עס האָט אָבער ניט קיין אָרט אין שכל, אַז אַ קלענערער זאָל זיין ערב פאַר אַ גרעסערן פון אים. דער כלל אָבער פון „ישראל ערבים זה בזה" איז, אַז יעדער איד, אפילו אַ קטן שבקטנים (במדריגה), איז ערב פאַר יעדער אידן, אפילו פאַר דעם גדול שבגדולים (וואָס דערפאַר איז דאָך דער דין, אַז מיט ברכת המצוות איז יעדער איד, אפילו אַ קטן ופּחות בישראל — הגם ער אַליין האָט שוין יוצא געווען — קען ער מוציא זיין אַ צווייטן אידן מיט דער ברכה, אויך1141ווען יענער איז אַ סך גרעסער פון אים, ווייל „כל ישראל ערבים זה בזה")יא).
ג. אויפן פּסוק „אתם נצבים גו' כלכם", זאָגט דער אַלטער רבייא), אַז אַלע אידן זיינען אַ „קומה אחת שלימה" (איין גאַנצע געשטאַלט). און פּונקט ווי אין דעם מענטשלעכן קערפּער איז פאַראַן אַ געוויסע מעלה אין די פיס אויף דער קאָפּ און ס'איז ניט פאַראַן קיין שלימות אין ראש אָן די רגלים, אַזוי איז אויך ביי דער „קומה" פון כל ישראל; אויך דער איד פון דעם נידעריקען סוג, „חוטב עציך ושואב מימיך", האָט אַ מעלה אויף די אידן פון דעם סוג „ראשיכם", זיי מוזן אָנקומען צו די „חוטב עציך ושואב מימיך" און האָבן ניט קיין שלימות אָן זיי.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין ווי „כל ישראל ערבים זה בזה", ווייל יעדער איד איז אַ ראש און איז העכער, אין אַ געוויסן פּרט, און צוליב אָט־דעם פּרט דאַרפן כל ישראל אָנקומען צו זיין ערבות.
ד. ווען דער אַלטער רבי איז מבאר, אין דעם אויבנדערמאָנטן מאמר, די אחדות פון אַלע אידן, ברענגט ער דעם פּסוק „בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל", און ער פאַרטייטשט „שכולם מתאספים יחד להיות לאחדים כאחד" (אַז זיי אַלע פאַרזאַמלען זיך צוזאַמען צו זיין פאַראיינציקט ווי איינס). און ער איז דאָס מבאר מיט דעם משיל פון אברי גוף האדם, אַז יעדער אבר האָט אַ מעלה וואָס צוליב איר דאַרף דער צווייטער אבר אָנקומען צו אים; אַזוי האָט אויך יעדער איד אַ מעלה אויפן צווייטן און דעריבער „וכולם צריכין זה לזה" (זיי אַלע דאַרפן אָנקומען איינער צום אַנדערן), און דאַן לייגט ער אויך צו די ווערטער „כל ישראל קומה אוזת שלימה".
דער לשון פון אַלטן רבי'ן איז זיכער בדיוק, און זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז ביי אים זיינען ניטאָ קיין איבעריקע ווערטער. אין פּסוק שטייט דער לשון „יחד", און דער אַלטער רבי באַנוגנט זיך ניט מיטן וואָרט „יחד" און ער איז מוסיף „להיות לאחדים", און אויך דערמיט איז ער זיך ניט מסתפק און ער לייגט נאָך צו דעם וואָרט „כאחד". און דאָס איז ער מסביר מיט צוויי אַלגעמיינע הסברים ; א) „וכולם צריכין זה לזה", ב) „כל ישראל קומה אחת שלימה".
קען מען עס מבאר זיין; אין דער התאחדות פון אידן זיינען פאַראַן פאַרשידענע מדריגות ; „יחד" (וועלכע שטייט בפירוש אין פּסוק); „לאחדים" און „כאחד". און די צוויי מדריגות — „לאחדים" און „כאחד" — וועלכע דער אַלטער רבי איז מוסיף, איז ער מבאר מיט די צוויי הסברים ; „וכולם צריכין זה לזה" — אַ ביאור אויף „לאחדים"; „כל ישראל קומה אחת שלימה" — אַ ביאור אויף „כאחד".
דער פּשוט'ער אָפּטייטש פון דעם וואָרט „יחד" איז „צוזאַמען", אַ צונויפזאַמלונג פון פאַרשידענע זאַכן, וועלכע קומען זיך צונויף צוליב אַ געוויסן צוועק. די זאַכן אַליין זיינען פאַרשידענע און אָפּגעטיילט איינע פון דער צווייטער; זיי האָבן ניט קיין אינערלעכע שייכות צווישן זיך, ס'איז בלויז וואָס זיי זיינען צונויפגעזאַמלט צוזאַמען. דעריבער לייגט צו דער אַלטער רבי „לאחדים כאחד", אַז די התאחדות פון אידן איז ניט בלויז וואָס אַלע1142קומען זיך צחאַמען און פאַרבינדן זיך אין איין אגודה צוליב אַ צוועק, צוליב „לעשות רצונך בלבב שלם", נאָר זיי האָבן צווישן זיך אַ אינערלעכן פאַרבונד, וואָס אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי אַלגעמיינע מדרינות „לאחדים" און „כאחר".
„לאחדים" איז דער טייטש — פאַראיינציקט. ס'איז ניט בלויז וואָס זיי זיינען געקומען אין איין אָרט צוליב איין צוועק, אָבער צוליב זייער פאַרשידנקייט, צוליב דעם ענין הפּרטי פון יעדן איינעם, זיינען זיי באַזונדערע זאַכן (אַזוי ווי דער פּשוט'ער טייטש פון יחד), נאָר אויך, אַז זייערע פאַרשידענע פּרטים זיינען צווישן זיך פאַרבונדן; וואָרום יעדערנס ענין פּרטי ווערט נשלם דורכן צווייטן. און דאָס איז דער אַלטער רבי מבאר — ווייל „וכולם צריכין זה לזה".
דאָך איז אויך „לאחדים" (לשון רבים) — אַ התאחדות פון מערערע (אפילו בשעת דעם צוזאַמענקומען) זאַכן. זאָגט ער נאָך מער „כאחד"; זיי ווערן ווי איין זאַך; די פאַראייניקונג פון די באַזונדערע זאַכן — מאַכט פון זיי אַ „קומה אחת", איין קערפּער. דער פאַרבונד פון אַלע אברי האדם באַשטייט ניט בלויז אין דעם וואָס זיי דאַרפן אָנקומען איינער צום צווייטן, נאָר זיי זיינען איין זאַך, ווייל יעדער אבר מיט אַלע זיינע פּרטים איז אַ טייל פון דעם מענטשן; ער האָט ניט אין זיך קיין אייגענעם, באַזונדערן אינהאַלט מחוץ פון דעם וואָס ער איז אַ חלק פון גוף האדם, ובמילא זיינען זיי דאָך אַלע איין זאַך — „כאחד"40)).
ה. לכאורה איז ניט מובן; וויבאַלד אַז דער אַלטער רבי איז דאָ מבאר דעם „כאתד", ווי אַלע אידן זיינען אַ „קומה אחת שלימה", וואָס אָט־די התאוזדות איז דאָך אַ סך טיפער ווי די התאחדות פון „לאחדים" — איז צוליב וואָס דאַרף ער אויך זאָגן „לאחדים" און מבאר זיין אַז „כולם צריכין זה לזה", און נאָך נאריך זיין דעם ביאור המשל פון ראש און רגלים?
מוז מען זאָגן אַז ס'איז אויך דאָ אַ מעלה אין „לאחדים" אויף „כאחד"; כאָטש אַז אַלע אברים צוזאַמען זיינען*) איין קערפּער, פונדעסטוועגן איז די שלימות פון אַ קערפּער דוקא דורך דעם וואָס ער האָט אין זיך פאַרשידענע רמ"ת אברים, און אויב עס וואָלט אין אים געפעלט דער ענין פּרטי פון איין אבר, וואָלט ער דאַן ניט געווען קיין גוף שלםיד). און וויבאַלד אַז די אברים מוזן האָבן די פאַרשידנקייט פון איין אבר לגבי דעם צווייטן, איז דאָ אַ מעלה אין „לאתדים" אויף „כאחד". „כאחד" מיינט אַז דער תוכן הפּנימי פון אַלע אברים איז איינער דער עיקר ענין פון יעדן אבר איז ניט דאָס1143אין וואָס ער איז אַנדערש פון אַ צווייטן אבר, נאָר דאָס וואָס ער איז אַ טייל פון דעם גוף האדם, אָבער עס הערט זיך ניט אָן אַז אויך אין זייער חיצוניות (וואָס דאָס בלייבט דאָך פאַרשידן און אָפּגעטיילט) — זיינען זיי פאַרבונדן צווישן זיך. אָבער „לאחדים" מיינט, אַז אויך אין חיצוניות זיינען די ענינים פּרטים — אין וואָס די אברים זיינען אַנדערש איינע פון די אַנדערע — צווישן זיך פאַרבונדן און זיינען משלים איינער דעם צווייטןיח).
און בעיקר איז דער אַלטער רבי מאריך אין „לאחדים", וואָרום אין דעם באַשטייט דער עיקר העבודהי) ; יעדער איד ווי ער שטייט אין זיין מציאות הפּרטית, אַ נשמה אין אַ גוף, דאַרף זיין „שפל רוח בפני כל אדם", וויסנדיק אַז יענער האָט אַ מעלה לגבי אים און ער דאַרף אָנקומען צו יענעם.
ו. די צוויי סוגים התאחדות — „לאחדים" און „כאחד — זיינען תלוי זה בזה; דורך „לאחדים", וואָס אויך אין זייער תיצוניות און אין זייערע פּרטיות'דיקע ענינים זיינען זיי פאַראייניקט, קען זיין דער „כאחד", אַז אין זייער פּנימיות זיינען זיי איין זאַך (וואָרום אויב בחיצוניות וואָלטן זיי געווען „ענפין מתפּרדין", וואָלטן זיי ניט קענען זיין איין זאַך בפּנימיות; דער ביטול חיצוני, דאָס וואָס זיי זיינען מקבל זה מזה, איז אַ כלי צום ביטול הפּנימי, אַז יעדער איינער איז זיין גאַנצע זאַך ניט ער, נאָר דער ענין הכללי); און דורך דעם וואָס בפּנימיותם זיינען זיי „כאתד", זיינען זיי אויך בחיצוניותם — „לאחדים", און זיי גיבן שלימות איינער דעם אַנדערןיז). וואָרום אויב די עיקר זאַך פון יעדן איינעם וואָלט געווען זיין ענין הפּרטי, וואָלט ער צוליב אָט־דעם פּרט — וואָס ער איז זיין עיקר — ניט געדאַרפט אָנקומען צום צווייטן; און נאָר ווייל בפּנימיות זיינען זיי איין זאַך, דערפאַר איז אויך אין זייער חיצוניות'דיקער איינטיילונג, דאַרפן זיי מקבל זיין זה מזה.
ז. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס דער ענין פון ערבות האָט זיך אָנגעהויבן ערשט מיט זייער כניסה לארץ ; דאָס וואָס יעדער איד איז ערב פאַרן צווייטן, איז עס צוליב דעם פּנימיות'דיקן פּירוש פון „כל ישראל ערבים זה בזה" („ערבים" — אויסגעמישט), אַז אַלע אידן זיינען אויסגעמישט איינער מיטן אַנדערן — די צוויי סוגים התכללות פון אידן, „לאחדים" און „כאחד". און ווייל התכללות בכלל קען זיין נאָר ווען עס לייכט אַן אור עליוןיח), און אָט־דער אור עליון האָט מאיר געווען ערשט בכניסתם לארץ, צוליבן משלים זיין די כוונה עליונה פון דירה בתחתונים — „טובה הארץ מאד מאדיט) — דעריבער האָט זיך דוקא דאַן, מצד דער התכללות פון אידן, אָנגעהויבן דער שלימות הענין פון ערבותכ).
1144ח. על פי כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות צווישן דעם פירוש הפּשוט פון „אתם נצבים" מיטן פירוש הבעש"ט: „אתם נצבים" — אַז אידן זיינען זוכה בדין, „היום" — אין דעם טאָג פון ראש השנה;
דורך דעם וואָס „אתם נצבים גו' כולכם" כפּירוש הפּשוט, אַז יעדער איד איז זיך כולל מיטן כלל ישראל אין אַן אופן פון „לאחדים כאחד", מען
א. אויפן פּסוקא) דרשו הוי' בהמצאו, זאָגן רז"לב) „אלו עשרה ימים שבין ראש השנה ליוה"כ" (דאָס זיינען די צען טעג וואָס צווישן ראש השנה און יום כיפּור). אין אָט־דעם לשון פון רז"ל זיינען לכאורה דאָ צוויי ענינים הפכיים; פון דעם אויסשפּראַך „שבין ר"ה ליוה"כ" איז משמע אַז ראש השנה און יו"כ גייען ניט אַריין אין די עשרה ימיםח) ; פון דעם אָבער וואָס די גמרא זאָגט „אלו עשרה ימים", איז מוכח אַז אויך ר"ה און יו"כ גייען אַריין אין דעם חשבון פון די עשרה ימים, וואָרום צווישן ר"ה און יו"כ זיינען דאָך בלויז זיבן טעג.
מוז מען זאָגן, אַז אין ראש השנה ויו"כ זיינען דאָ צוויי ענינים; זייער עצמיות'דיקער ענין, וואָס איז ניט מאַכט ניט קיין חשבונות ווער ס'איז העכער און ווער נידעריקער; מען גייט אַרויס פון דעם אייגענעם מציאות און מען ווערט אַ טייל פון כלל ישראל — דאַן האָט מען די הבטחה אַז מען איז זוכה בדין, וואָרום כלל ישראל איז דאָך אַודאַי און אַודאַי גוט, און מען באַקומט אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
(משיחות ש"פ נצו"י תשח"י ותשי"ט) השנה
דער ענין התשובה, און דער ענין פון תשובה וואָס אין זיי, צוליב וועלכן זיי ווערן אַריינגערעכנט אין די עשרת ימי תשובה. און דער סדר איז, אַז פריער דאַרף זיין די עבודה מצד דעם ענין העצמי פון ר"ה און דערנאָך — די עבודת התשובה פון ראש השנה. דעריבער שטייט דער לשון „עשרה ימים שבין ר"ה כו'", ווייל די עבודת התשובה פון ר"ה — וואָס צוליב איר איז ר"ה אין דעם חשבון פון די עשרת ימי תשובה — קומט נאָך דער עבודה פון ר"ה מצד עצמו
ב. תשובה איז העכער פון אַלע מצוות. וואָס דערפאַר העלפט תשובה צו פאַרריכטן אַלע פּגמים פון מצוות, ווייל זי דערלאַנגט העכער ווי אַלע מצוות דערלאַנגעןח) היינט וויבאַלד אַז מען זאָגט, אַז דער ענין התשובה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-6cfw54ne