עברית
Library

Likkutei Sichos

Shelach

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1041שלח

א. אין פּרשת שלח דערציילט די תורה ווי די מרגלים האָבן געזאָגט, — און מיט זייערע רייד אָנגעשראָקן די אידן — אַז מען וועט ניט קענען אייננעמען ארץ ישראל „כי עז העם היושב בארץ וגו'" (אַז שטאַרק איז דער פאָלק וואָס זיצט אין לאַנד), און דעריבער, האָבן זיי גע'טענה'ט, וועלן מיר ניט קענען אַרויפגיין צו מלחמה האַלטן מיטן פאָלק, „כי חזק הוא ממנו", און די חז"ל דערציילעןא) אַז די מרגלים האָבן געזאָגט, אַז די יושבי הארץ זיינען שטאַרקער ח"ו („ממנו" — פון אים) פון דעם [אויבערשטן און „כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו משם" (אַז דער „בעל הבית" קען ניט אַרויסציען זיינע כלים פון דאָרט).

אַלע סיפּורים פון תורה זיינען דאָך אַ הוראה פאַר אונז אין אונזער עבודה בכל דור ודור, דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די הוראה פון דעם סיפּור המרגלים. אמת טאַקע, אַז מען דאַרף אונז דערציילן דעם סיפּור וועגן די מרגלים בכדי מיר זאָלן מתקן זיין די „בכי' לדורות"א) וואָס איז אַרויסגעקומען פון זייערע טענות, צוליב דעם איז דאָך אָבער ניט נוגע צו וויסן די אַלע פּרטים פון זייערע טענות און די פּרטים פון דעם ענטפער וואָס מען האָט זיי געגעבן.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין, ווי אַזוי האָבן עס די מרגלים מיט אַזוינע טענות געקענט אָנשרעקן די אידן און זיי איינריידן אַז „לא נוכל לעלות". אידן האָבן דאָך שוין דאַן געזען אַז דער אויבערשטער פירט זיי מיט נסים גלויים למעלה מן הטבע:

זייענדיק אין אַ מדבר „נחש שרף ועקרב" — און דער מדרש דערציילט)) ווי מורא'דיק די נחשים שרפים ועקרבים זיינען געווען — האָבן די אידן כסדר געזען דעם נס למעלה מן הטבע ווי דער ארוןח) מיט די ענני כבוד) הרג'ענען אויס די נחשים כו'. אַזוי איז עס געווען ביים אויסהיטן די אידן פון רע, און אַזוי איז עס אויך געווען בנוגע דער השפּעה פון טוב; טאָג טעגליך האָבן זיי געהאַט דעם מן, לחם מן השמים, צום עסן און מים פון בארה של מרים צום טרינקען, וואָס אין דעם אַלעמען זיינען דאָך געווען גאָר אַ סך אָפענע נסים שלמעלה מהטבע ווי ס'איז מבואר אין מדרשים.

דאָס איז בנוגע דער נסים'דיקער הנהגה מיט די אידן זייענדיק אין מדבר. אויך האָבן זיי געזען די איבערנאַטירלעכע נצחונות אין דער צייט פון מלחמה מיט אַן אַנדער פאָלק: ווען די מצריים זיינען אָנגעפאַלן אויף זיי, האָט דאַן דער אויבערשטער אַליין מלחמה געהאַלטן פאַר זיי און געשפּאָלטן פאַר זיי דעם ים, וואָס קריעת ים סוף איז דאָך איינער פון די גרעסטע נסים, ביז אַז חז"ל באַנוצן אויף דעם דעם לשוןח) „קשה". און ביי די אַלע זאַכן האָבן די אידן ניט געדאַרפט1042אָנקומען צו אמונה נאָר זיי האָבן דאָס אַליין געזען מיט זייערע אויגן. האָבן זיי דאָך געדאַרפט פאַרשטיין, אַז פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט געטאָן מיט זיי נסים ביי דער מלחמה מיט מצרים, וועט ער אַזוי אויך מיט זיי טאָן נסים ביי דער מלחמה מיט כנען.

נאָך מער פּלא איז, אַז אויך ווען כלב האָט זיך קעגנגעשטעלט און געענטפערט אויף די טענות פון די מרגלים, האָט ער דערביי ניט געבראַכט אַ באַווייז פון די נסים ביי יציאת מצרים און אין מדבר, נאָר ער האָט געזאָגט סתם, „עלה נעלה וירשנו אותה" (מיר וועלן אַרויפגיין און זי (די לאַנד) ירש'נען). ולכאורה, האָט ער דאָך צום אַלעם ערשטן געדאַרפט אויפווייזן אַז די אידן האָבן ניט וואָס צו שרעקן זיך פאַר דעם עז העם (שטאַרקן פאָלק) וואָס זיצט אין כנען, דורך די נסים פון מצרים און מדבר.

ב. מען קען עס ניט פאַרענטפערן דערמיט, אַז דער נצחון איבער פּרעה איז ניט קיין באַווייז אַז דאָס זעלבע וועט זיין ביי די איין און דרייסיק מלכים פון כנען, ווייל זיי זיינען געווען חזקים וגבוריםח) — וואָרום אין שירת הים האָבן דאָך אַלע אידן געזונגען „נמגו כל יושבי כנען"ז), אַז דער נצחון פון די אידן אין מלחמת מצרים האָט אָנגעוואָרפן אַ גוואַלדיקע שרעק אויך אויף אַלע יושבי כנען. און די שרעק איז דאָך געווען אַזוי גרויס, אַז פערציק יאָר שפּעטער, ווען די מרגלים וואָס יהושע האָט געשיקט זיינען געקומען קיין יריחו, האָבן זיי געהערט ווי דאָס וואָס „הוביש ה' את מי ים סוף"ח), די נסים פון קריעת ים סוף, מאַכן צעגיין פון שרעק די הערצער פון די יושבי כנען. איז דאָך אַודאַי, אַז בעת משה רבינו האָט געשיקט די מרגלים, וואָס דאָס איז דאָך געווען נאָענט צו יציאת מצרים און קריעת ים סוף, האָבן די אידן געוויס געדאַרפט זיין זיכער ביי זיך אַז זיי וועלן מנצח זיין די ל"א מלכים.

נאָך מערער: עס שטייט אין גמרא*, אַז די אומה צו וועלכער די אידן זיינען משועבד, מאַכט איר דער אויבערשטער פאַר דער שטאַרקסטער פון אַלע אומות, און אין דער צייט ווען די אידן זיינען געווען אין גלות מצרים האָט דעמאָלט מצרים געהערשט איבער דער גאַנצע וועלטי). קומט דאָך אויס אַז די ל"א מלכים זיינען גאָר דאַן געווען אונטערטעניק, אַזוי ווי אַלע פעלקער, צו מצרים — איז דאָך ממילא מובן, אַז נאָכן נצחון איבער מצרים האָבן די אידן ניט געהאַט וואָס צו שרעקן זיך פאַר די מלכי כנען.

ג. עס שטייט אין חסידותיא), אַז דער טעם פאַרוואָס די מרגלים האָבן ניט געוואָלט אַריינגיין אין ארץ ישראל און געוואָלט פאַרבלייבן אין מדבר, איז ווייל זיי האָבן זיך ניט געוואָלט אַראָפּלאָזן און דאַרפן זיך פאַרנעמען מיט גשמיות.

זייענדיק אין מדבר, זיינען די אידן געווען אינגאַנצן אָפּגעשלאָסן פון וועלט. אויך זייער גשמיות'דיקע אכילה ושתי איז געווען העכער פון ארציות (ערדישקייט); דער מן איז געווען לחם מן1043השמים, מים — מבארה של מרים, און אפילו זייערע בגדים — וואָס לבושים זיינען דאָך אָפּגעטיילט, זאַכן אויסערלעכע פון דעם מענטשן, זיי ווערן ניט פאַראיינציקט מיט עם צו ווערן דם ובשר כבשרו, ווי אכילה ושתי' — זיינען אויך מיטגעוואַקסן מיט די אידישע גופים, כמרז"ל על פּסוקיא) „שמלתך לא בלתה מעליך".

אָבער קומענדיק קיין ארץ ישראל, האָט זיך אָפּגעשטעלט דער מן, און זיי האָבן געדאַרפט עסן לחם מן הארץ, וואָס בכדי צו באַקומען דעם לחם מן הארץ דאַרף מען זיך פאַרנעמען מיט וועלט, מיט די מלאכות פון חרישה וזריעה וכו' ; אויך האָבן זיי דאַן ניט געהאַט קיין מים מבארה של מרים אאז"וו.

דעריבער האָבן די מרגלים ניט געוואָלט אַריינגיין אין ארץ ישראל, טענה'נדיק, אַז זי איז „אוכלת יושבי'", זי עסט־אויף די וואָס באַזעצען זיך אין איר, זיי ווערן אויך „ארץ"יח), נאָר גשמיות, ניטאָ די רוחניות'דיקע ענינים וועלכע מען קען האָבן בעת מען איז אָפּגעשלאָסן פון וועלט און מען איז פאַרנומען נאָר מיט רוחניות, ביז אפילו דער גוף הגשמי שפּייזט זיך און לעבט מיט לחם מן השמים, וואָס איז מזכך דעם מענטשן ער זאָל ווערן אַ כלי צו תורה, וואָס דערפאַר איז „לא ניתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן"יד) (די תורה איז געגעבן געוואָרן נאָר צו די וואָס האָבן געגעסן דעם מן).

דער אמת איז אָבער אַז די מרגלים האָבן אין דעם געהאַט אַ טעות ; די גאַנצע כוונה איז צו מאַכן פאַר דעם אויבערשטן כביכול אַ „דירה בתחתונים"יח) — האָבן צו טאָן מיט וועלט און מאַכן פון איר אַ כלי צו אלקות. און דער זיין פון די אידן אין מדבר איז געווען בלויז אַ הכנה צו דער „דירה בתחתונים", וואָס מען האָט געמאַכט קומענדיק אין ארץ ישראלי).

ד. לויט דעם ווערט פאַרענטפערט וואָס ניט קוקנדיק אויף די אַלע נסים גלויים ביי יציאת מצרים און קריעת ים סוף, און אויך די נסים גלויים וואָס זיינען געווען אין מדבר, האָבן די מרגלים גע'טענה'ט „כי חזק הוא ממנו":

זיי האָבן געזאָגט, אַז פון די נסים און דעם נצחון שלמעלה מן הטבע וואָס די אידן האָבן געהאַט אין מדבר, זייענדיק אויסגעטאָן פון ענינים ארציים, איז ניט קיין ראי' אויף דער צייט און דעם סדר והנהגה וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט ארץ ישראל, ווען עס פאָדערט זיך די עבודה פון „ארץ נושבת", פון זיין אָנגעטאָן בהתיישבות אין וועלט. אין מדבר, אַז מען האָט צו טאָן מיט הימל־זאַכן, האָבן דאָרט אַן אָרט נסים שלמעלה מהטבע; בשעת אָבער עס הויבט זיך אָן אַ סדר עבודה פון „ארץ נושבת", איז דאַן די הנהגה פון אַלע עניני העולם על־פּי טבע (ווי ס'איז טאַקע — אין כמה ענינים — גלייך געוואָרן בפּועל; ס'האָט אויפגעהערט דער מן, דער בארה של מרים,1044די ענני הכבוד א.ז.וו.) — און לויט דער הנהגה, קען מען ניט מנצח זיין די „ילידי הענק", וואָס זיינען בטבע שטאַרקער פון די אידן.

און דאָס איז געווען זייער טענה; „כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו". אַודאַי האָבן זיי געוואוסט און נאָכמער — געזעען אַז דער אויבערשטער איז דער „בעל הבית" אויף דער גאַנצער וועלט און קען מיט איר טאָן וואָס ער וויל, ס'איז „כליו" — זיינע כלים ; זיי האָבן אָבער געמיינט, אַז בכדי „להוציא את כליו" — אַרויסנעמען די ניצוצות וועלכע געפינען זיך אין גשמיות פון ארץ כנען און מעלה זיין זיי צו קדושה — קען עס זיין נאָר אויב מען איז ניט אין וועלט און די הנהגה איז העכער פון וועלט (מדבר און אַ מדברהנהגה). אָבער אַז די וועלט זאָל בלייבן וועלט, מיט אַלע אירע טע־זעצ, און דאָך זאָל זי ווערן אַ כלי צו אלקות, אויף דעם — האָבן זיי געהאַלטן — האָט זיך דער אויבערשטער געמאַכט פאַר אויס בעל הבית ח"ו; אויב די וועלט פירט זיך לויט דעם בעל־הבית (אויבערשטנס) רצון אין אַ הנהגה פון טבע, ווי קענען דאָרט האָבן אַן אָרט נסים — היפך פון טבע?

און אויף דעם האָבן געענטפערט כלב און יהושע; „אם חפץיא) בנו ה'". וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז פּנימיות רצונו אַז מיר זאָלן דאָרט אויספירן זיין כוונה פון דירה בתחתונים — איז „לחמנו הם וגו' וה' אתנו אל תראום", מיר האָבן ניט וואָס צו נתפּעל ווערן און מורא האָבן פון וועלט, ווייל כאָטש אַז וועלט בלייבט טאַקע אין גדר הטבע, איז אָבער דער אויבערשטער אַלע מאָל מיט אידן און ער גיט זיי אין טבע גופא אַ הצלחה למעלה מן הטבע צו מאַכן פון וועלט לחמנויח) — „דם ובשר כבשרו" ווי מיר זיינען יעצט במדבר, ושכנתי בתוכם, אַ כלי צו אלקות.

ה. באמת זיינען די נסים וואָס זיינען אָנגעטאָן אין דרכי הטבע נאָך העכער ווי די נסים גלויים שלמעלה מהטבעיח). די נסים וואָס זיינען העכער ווי טבע, ווייזן ווי אלקות איז ניט באַגרענעצט ח"ו אין הגבלות הטבע, ער קען ברעכן די טבע; אָבער די נסים וועלכע זיינען אָנגעטאָן אין טבע ווייזן ניט בלויז אַז אלקות איז ניט מוגבל אין טבע, נאָר אויך אַז ער איז ניט מוגבל אין דער הגבלה פון למעלה מהטבע. ער איז העכער סיי פון טבע און סיי פון למעלה מהטבע, און דעריבער קען ער זיי ביידן מחבר זיין, אַז טבע און למעלה מהטבע זאָלן זיין צוזאַמען.

אָט דער גילוי איז בעיקר געווען אין קדשי קדשים. דאָרט איז געווען דער חיבור פון מקום מיט למע' מן המקום; דער „מקום הארון" וואָס איז געווען מדוד מיט דער מאָס על־פּי תורה פון ארון — „אמתים וחצי ארכו ואמה וחצי רחבו" — איז אָט דער מקום מוגבל אַליין געווען „אינו מן המדה *א), ער האָט ניט פאַרנומען קיין אָרט אין קדשי קדשים; ס'איז געווען דער חיבור פון מקום ובלי מקום כאחדי).

1045און בכדי אַז אידן זאָלן אָט דאָס אויפטאָן אין וועלט האָבן זיי געדאַרפט אַריינגיין אין ארץ ישראל. אין מדבר איז געווען למעלה מן הטבע, אָבער אין ארץ ישראל האָט זיך דורכגעפירט דער חיבור פון טבע מיט למעלה מהטבע צוזאַמען. דאָס איז אויך דער טעם, וואָס די בקיעה פון ירדן — די התחלה פון דעם אַריינגיין אין ארץ ישראל — איז געווען דורך דעם ארוןכא), ווייל דאָס זיין אין ארץ ישראל און ענין הארון איז די זעלבע זאַךיא) — חיבור פון טבע און העכער פאַר טבעכז).

ו. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דעם לשון פון כלב'ס ענטפער; „עלה נעלה וירשנו אותה". דער לשון „עלה נעלה" ווייזט אויף צוויי פאַרשיידענע סוגים פון עליות. ניט צוויי עליות וואָס ביידע זיינען אין זעלבן סוג, וואָרום אויב אויך די צווייטע עלי' איז אין זעלבן סוג און איז בערך צו דער ערשטער, איז עס נאָך אַלץ אין דעם כלל פון דער ערשטער עלי'כד) און מ'קען עס ניט רופן אַ צווייטע עלי'. „עלה נעלה" מיינט צוויי סוגים עליות. און דערמיט האָט כלב מרמז געווען, אַז קומענדיק אין ארץ ישראל וועט מען צוקומען צו אַ נייעם סוג עלי'. ניט בלויז די עלי' צו העכער פון טבע (ווי אין מדבר), נאָר אויך צו העכער פון למעלה מן הטבעכח).

און דאָס איז אויך וואָס ער איז מסיים „וירשנו אותה"; ירושה באַדייט אַז דער יורש שטעלט זיך אַוועק אין דעם אָרט פון דעם מוריש ממש. ביי מכירה און מתנה גייט טאַקע איבער דער חפץ פון דעם מוכר און דעם נותן צו דעם לוקח ומקבל, אָבער זיי שטעלן זיך ניט במקום המוכר והנותן, ד.ה. אַז זיי נעמען ניט די עצמיות פון מוכר און נותן. אַנדערש איז ביי ירושה; דער יורש איז עומד במקום המוריש ממשכ), ער נעמט די עצמיות פון דעם מוריש. און דאָס מיינט „וירשנו אותה"; דורך דער כניסה אין ארץ ישראל, „ארץ נושבת", און פאַרנעמען זיך מיט ענינים גשמיים בכדי צו מאַכן1046פון זיי כלים צו אלקות, ווערט דער „נעמען וועלט" אין אַן אופן פון ירושה. מען נעמט עצמות אלקות.

ז. די הוראה פון פרשת המרגלים אין עבודה;

ביי יעדער אידן זיינען פאַראַן אין זיין לעבן די צוויי תקופות — מדבר און ארץ ישראל. און אַזוי אויך — יעדער טאָג. אין אָנהויב פון טאָג איז אַ איד פאַרנומען מיט דאַוונען, לערנען אַ שיעור בתורה נאָכן דאַוונען, וכדומה, און ער האָט ניט צו טאָן מיט גשמיות. כאָטש אַז די מצות פון ציצית און תפילין וואָס ער טראָגט זיינען דאָך אָנגעטאָן אין דברים גשמיים, האָט ער דאָ אָבער ניט צו טאָן מיטן מיצר והגבלה פון וועלט, כמובן; אָבער נאָכן דאַוונען און לערנען דאַרף ער זיך פאַרנעמען מיט וועלט־זאַכן, אין די עסקים פון עניני הרשות, און טאָן די עבודה פון „בכל דרכיך דעהו".

קען ער דאָך טענה'ן; מילא בשעת לימוד התורה, בעת ער לערנט חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא, איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָ איז פאַראַן נאָר דער אויבערשטער און ער; על אחת כמה וכמה בשעת התפלה, ווען ער שטייט בתכלית הביטול צו אלקות, איז דאַן אפילו זיין ער, זיין מציאות, אויך ניטאָ, דאָ איז פאַראַן נאָר דער אויבערשטער אַליין. בשעת אָבער ער איז פאַרנומען בעניני הרשות, אין ענינים פון עולם לשון העלם והסתרכז), און תורה אַליין פאָדערט ביי אים „תעשה", ער זאָל זיך פירן לויטן סדר העולם — איז ווי קען ער פּועל'ן ביי זיך אַז זייענדיק אין סדר העולם, זאָלן די ענינים הגשמיים ביי אים ניט פאַרנעמען קיין אָרט, ער זאָל ניט האָבן אין זיי קיין געשמאַק און נוצן זיי בלויז צו עבודת ה'? אדרבה — טענה'ט ער — בעת ער איז פאַרנומען רוב היום מיט עניני העולם, איז ניט נאָר וועט ער ניט קענען פּועל'ן ביי זיך צו זיין אַ גאַנצן טאָג ווי ס'דאַרף צו זיין, נאָר נאָך מער; „ארץ (איז) אוכלת יושבי'" ; דאָס וועט אים מבלבל זיין און שטערן אויך אין דער צייט פון זיין תורה ותפלה, אַז אויך דעמאָלט וועלן אים אַריינפאַלן מחשבות זרות פון זיין פאַרטראָגנקייט אין עניני העולם אַ גאַנצן טאָג.

אויף דעם זאָגט מען אָן, אַז דאָס איז געווען די טענה פון די מרגלים; זיי האָבן געהאַלטן, אַז אויב מען האָט צו טאָן מיט וועלט און מ'געפינט זיך אין אַ סדר פון וועלט, איז „כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו". דער אמת איז אָבער, אַז קיום התורה ומצוות דאַרף זיך דורכפירן אין אַ סדר פון טבעכח), און ניט קוקנדיק אויף די הגבלות הטבע — אויב נאָר „חפץיח) בנו ה'", מען גייט אין וועלט בשליחותו ובחפצו של הקדוש ברוך הואל) — האָט מען דעם כח, דורך דעם ארון וואָס ער איז גאַנץ אויך איצטער — ס'איז מער ניט וואָס „נגנז"לא) אָבער ער איז אויך איצטער בשלימותו — צו מייחד זיין טבע מיט למעלה מן הטבע און מאַכן בתחתונים אַ דירה לו יתברך.

ח. עס שטייט אין קבלה און עס ווערט געבראַכט אין לקוטי תורהב),1047אַז די מרגלים האָבן געוואָלט זיין אין עולם המחשבה און ניט געוואָלט אַראָפּקומען אין דיבור. נאָך אַ דיעה איזכב), אַז אויך אויף עולם הדיבור האָבן זיי מסכים געווען, אָבער זיי האָבן ניט געוואָלט אַראָפּקומען אין מעשה.

דער חילוק צווישן מחשבה און דיבור איז; מחשבה איז פאַר זיך אַליין און דיבור איז אַז מען וויל אויפטאָן אין אַ צווייטן. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער אויפטו פון דער עבודה אין ארץ ישראל אויף דער עבודה אין מדבר באַשטייט ניט נאָר אין דעם אַז עס מוז זיין די עבודה אין קיום המצוות ווי זיי זיינען אָנגעטאָן אין דברים גשמיים (ניט בלויז אין תורה אַליין), און אויך די עבודה פון בכל דרכיך דעהו (ווי פריער גערעדט) — דאָס אַלעס קען זיין אין אַ אופן אַז ער טוט נאָר מיט זיך; און כל־זמן אַ איד טוט נאָר מיט זיך אַליין, כאָטש ער פאַרנעמט זיך טאַקע אויך מיט דברים גשמיים, איז עס נאָך אַלץ מדבר, עולם המחשבה — דער אויפטו פון ארץ ישראל איז; עבודה מיטן זולת, אָפּגעבן זיך מיט אַ צווייטן אידן און מאַכן אים פאַר אַ תורה־ומצות־איד.

קען דאָך דער יצר הרע טענה'ן; אויב איך וועל זיך אָפּגעבן מיט אַ צווייטן און פּועל'ן אויף אים, וועל איך זיך זיכער פילען העכער פון עם (ובפרט אַז יענער וועט מיר פאַר דעם אָפּדאַנקען, אָפּגעבן כבוד און משבח זיין), ווער איך דורך דעם אַ מציאות ויש, וועל ח"ו אַריינפאַלן אין גאוה, מקור כל המיני רעלד) ; איז דאָך גלייכער אַז איך זאָל זיין אָפּגעשלאָסן פאַר זיך. איז דער ענטפער אויף דעם ; דאָס איז געווען טענת המרגלים, וואָס האָבן געזאָגט „ארץ אוכלת יושבי' היא". דער אמת איז אָבער, אַז „אם חפץ בנו ה'", אויב מען טוט עס בכדי צו דורכפירן דעם אויבערשטנס חפץ, איז ניט נאָר וואָס עס קומט ניט אַרויס דערפון קיין ירידה, נאָר אדרבה — „עלה נעלה".

קען דאָך אָבער דער יצר הרע טענה'ן ; אמת טאַקע אַז מען דאַרף טאָן אויך מיט אַ צווייטן, ס'איז אָבער גענוג אַז איך זאָל משפּיע זיין אויף אַזאַ וואָס איז בערכי, אין מיין ערך, און איך דאַרף ניט אַראָפּלאַזן זיך צו מציל זיין אַזאַ וואָס איז לגמרי נידעריקער פון מיין סוג, וואָרום דורך האָבן צו טאָן מיט גאָר נידעריקע מענטשן קען איך גאָר ח"ו אַליין באַווירקט ווערן פון זייער נידעריקייט.

איז דאָ נאָך אַ הוראה פון פּרשת המרגלים, אַז אויך דיבור איז ווייניק און עס מוז זיין דוקא מעשה. דער חילוק צווישן דיבור און מעשה איז; דיבור איז טאַקע צו אַ זולת, אָבער צו אַ זולת שבערכו, מ'קען ריידן נאָר צו אַ מדבר, צו אַ מענטשן און צו אַזאַ וואָס הערט, פאַרשטייט די שפּראַך א.ז.וו. משא"כ מעשה פּועל'ט אפילו אין אַ דומם. אָט־די הוראה, אַז ס'מוז זיין מעשה, לערנט אונז אַז מען דאַרף זיך אָפּגעבן צו מקרב זיין אַפילו אַזאַ אידן וואָס איז לגבי אים אין אַ בחינת דומם, און דוקא דורך דעם קומט מען צו צו דער אמיתית העלי' — „עלה נעלה וירשנו אותה".

(משיזזת ש"פ שלח תשכ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hep0xe41

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources