עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 11

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1263(כשמסרו לכ"ק אדמו"ר שליט"א את „ספר החסידים" (בו נרשמו שמות אנ"ש יחיו ומחבבי תורה ומצוה יחיו, לזכרון. וכל הנכתבים בו, יהיו שמותיהם נזכרים בעזה"י במועדים קבועים לרצון, לטובה ולברכה), ביום ההילולא של רבינו הזקן נ"ע — כ"ד טבת תשכ"ג, הואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לאמר):

יה"ר שיהי' ספר החסידים זה — ספר החיים, חיים אמיתים, חיים רוחניים וחיים גשמיים, חיים גשמיים וחיים רוחניים,

, דער אויבערשטער זאָל העלפין אַז דאָס זאָל ממשיך זיין הצלחה בגשמיות וברוחניות.

אַ יישר כח צו די אַלע מתעסקים אין דעם ביז יעצט, יעצט און אויך — לעתיד.

יישר כח.

(עיין מכ' כ"ק מו"ח אדמו"ר מיום ח"י שבט ת"ר צדיק (קונ' ח.

1264די נקודה פון איינע פון די ערקלערונגן אין דעם איז *)), אַז צייט, איז ווען מען טוט דערמיט גאָרניט, אָדער — (אין אַנדערע ווערטער) — ווען מען איז זיך ניט משתדל מאַכן אַן אונטערשייד פון דעם טאָג ביז אַן אַנדער טאָג פון דער וואָך ביז אַן אַנדער וואָך, איז דעמאָלט טיילן זיך ניט אויס די פיר און צוואַנציק שעה פון דעם מעת לעת פון די פיר און צוואַנציק שעה פון אַן אַנדער מעת לעת. און דאָס איז וואָס דער מדרש שטרייכט אונטער; ווי די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן, מצד בריאה אַליין, איז דעמאָלט זעהט מען ניט אָן אין וועלט אַז ס'איז דאָ אַן אונטערשייד אין צייט, ס'קאָן דורכגיין אַ טאָג און אַ וואָך און אַ חודש און אַ יאָהר און קיינע זאַכן זאָלן זיך ניט ענדערן.

און משבחר הקב"ה בעולמו, בשעת אַז דער אויבערשטער האָט געהאַט אַ רצון אויף אויסקלייבן די וועלט, ניט נאָר איר באַשאַפן — נאָר מאַכן דערפון אַ זאַך וואָס מען האָט דערצו אַ רצון אויסקלייבן דאָס, איז ווי אַזוי מאַכט מען פון דער וועלט אַז דאָס זאָל ווערן ניט סתם אַ בריאה, אַ באַשעפעניש — נאָר אין דערויף זאָל זיין אַ ספּעציעלער רצון, אַז דער אויבערשטער זאָל דאָס וועלען אויסקלייבן?

איז דאָס בשעת מען מאַכט אויף אַן אונטערשייד פון די פיר און צוואַנציק שעה ביז די אַנדערע פיר און צוואַנציק שעה. (מען טוט אויף, מען שטייגט אין די טעג און אַלץ מער און מער — ביז) אַז אַ טאָג ווערט אויפגעהויבן צו ווערן די קאָפּ (און טאָן געבער) פון אַ גאַנצן חודש (וואָס דאָס איז דער טייטש פון ראשי חדשים). און אַן אַנדער טאָג ווערט אַ טאָג וואָס ער איז די קאָפּ פון אַ גאַנץ יאָהר (וואָס דעמאָלט ווערט ער אָנגערופן ראש השנה).

(מען אונטערשטרייכט די צוויי צייטאָפּשניטן פון חדש און שנה — ווייל)

בכלל איז דאָך דער שינוי הזמנים מצד הבריאה — איז דאָס תלוי (אָפּהיינגיק) פון דעם שמש און דער לבנה, וואָס מצד דער לבנה טיילט זיך די צייט אויף חדשים, און מצד דער זון טיילט זיך די צייט אויף שנים. (און אין דעם חודש און אין דער שנה) איז דאָס ניט אַ טאָג ווי אַלע טעג, נאָר „משבחר הקב"ה בעולמו" איז דעמאָלט ווערט אַן אונטערשייד אַז ס'איז דאָ אַ טאָג וואָס ער ווערט אַ קאָפּ — פּונקט אַזוי ווי אַ קאָפּ פירט אָן מיט אַלע אברים אַזוי פירט ער אָן מיט די טעג וואָס קומען נאָך אים. דורך וואָס קען דאָס ווערן? דורך דעם וואָס אַ מענטש הויבט אַן אַרבעטן אויף אויסנוצן די צייט און מאַכן דערפון אַ כלי אַז דאָס זאָל ווערן אָנגעפילט מיט אַ תוכן (וואָס בחר הקב"ה) — פון צדק און יושר און טוב.

דאָס איז ווי מען אַרבעט אין וועלט גופא און מען ווערט ניט „אויסגעלייזט" פון דער וועלט; דעמאָלט איז דאָ דער סדר אַז מען מאַכט אויף אַן אונטערשייד אין וועלט — אַ טאָג וואָס מען האָרעוועט מערער און1265מען איז זיך משתדל אויף אויפטאָן מערער ווערט דאָס אַ קאָפּ, ווי דער אונטערשייד פון אַ קאָפּ און אַנדערע אברים. אָבער — דאָס איז נאָך ניט קיין גאולה, דאָס איז נאָך ניט אויסגעלייזט געוואָרן פון די הגבלות, פון די באַגרענעצונגען וואָס וועלט מאַכט; דאָס איז — אין וועלט גופא קלייבט מען אויס האָרעווען און ניט אַז מען זאָל שטופּן די צייט און ס'זאָל אַוועק גיין אַ טאָג נאָך אַ טאָג און אַ וואָך נאָך אַ וואָך אַן ענדערונגן.

דערנאָך זאָגט דער אויבערשטער, אַז דאָס איז נאָך ניט גענוג: משבחר ביעקב ובניו — בשעת דער אויבערשטער קלייבט אויס אַ פאָלק און ער וויל אַז דער פאָלק זאָל זיין העכער מכל העמים, איז דורך וואָס קען דאָס געמאַכט ווערן? דורך דעם וואָס דער פאָלק איז זיך משתדל, ער טוט וואָס עס היינגט אָפּ אַן עם אויף ווערן העכער פון די באַגרענעצונגען פון וועלט, אַז ס'זאָל זיין גאולה אויסגעלייחט געוואָרן פון די הגבלות און די באַגרענעצונגען וואָס וועלט האָט.

און דעמאָלט ווערט דאָס ניט נאָר סתם אַ ראש חודש אַ טאָג אין חודש וואָס איז אָפּגעטיילט פון די אַנדערע טעג, נאָר ער איז אָפגעטיילט אין אַזאַ מין מאָס — אַז דאָס ווערט גאולה, ער שטעלט זיך אַוועק אין אַן אופן און אין אַ מצב אַז מען זעהט אַז ער איז אויסגעלייזט געוואָרן פון די אַלע באַגרענעצונגען וואָס ער האָט אפילו נאָכדעם ווי ער האָרעוועט אין וועלט.

וואָס דערפאַר איז אויך ווי עפ"י פּשוט — איז דער חודש של גאולה איז דאָס חודש ניסן, און דער חודש סתם (דער ערשטער — ווען בחר הקב"ה בעולמו — פון די) ראשי חדשים וראשי שנים סתם איז דאָס חודש תשרי. וואָס דער אונטערשייד איז; אין תשרי הויבט זיך דאַן אָן אַ הנהגה פון וועלט ווי דאָס איז אין וועלט, נאָר וואָס דען — אַ פרומע וועלט. חודש ניסן איז לויט ווי די גמרא זאָגט אין ברכות)) איז ניסן פון לשון נס, מערערע נסים, און אַזוי איז אויך געווען, אַז אין חודש ניסן האָבן זיך אָנגעהויבן די נסים מיט אידן וואָס מען האָט זיי אַרויסגענומען פון דעם גלות, פון גלות מצרים — כפּשוטו. און דאָס איז אויך אַ רמז אויף גלות פון די אַלגעמיינע איינשטעלונג (אין מצרים) פון וועלט. וואָס דאָס איז אויך ווי דער מדרש רופט דאָס אָן אַז דאָס איז אַ חודש של גאולה — אין וועלט גופא וואָס מען קלייבט אויס פון דער וועלט אַ טייל אַז ער זאָל שטיין העכער ווי די גאַנצע וועלט.

דער כללות'דיקער לימוד ווי דער מדרש טייטשט איין אין דער פּרשה פון היינטיגער סדרה איז; די צייט איז אַ זאַך וואָס איז אָפּגעגעבן געוואָרן צו דעם רשות פון דעם מענטשן און ער האָט אין דעם דריי מעגליכקייטן: ער קאָן לאָזן די צייט לויפן, דאָס הייסט לאָזן זיין לעבן לויפן ניט אַריינמישענדיק זיך בכל כחות נפשו, וואָס דעמאָלט איז דאָס אפילו ניט „בחר" בעולמו, נאָר ס'איז אַ וועלט ווי עולם* איז — אין איר זעהט זיך ניט

1266הוספות כא

אָן קיין רוחניות און היפּך פון חומר וגשם. עס איז דאָ אַ העכערער סדר החיים משבחר בעולמו — מען גייט ניט אַרויס פון די מדידות, פון די באַגרענעצונגען פון וועלט, אָבער אויף וויפיל עס לאָזט זיך — האָרעוועט מען מיט זיך און מיט דעם אַרום לויט די מעגליכקייטן וואָס מען האָט, ווערט דעמאָלט די וועלט אַן אויסגעקליבענע וועלט, אין איר איז מען מקיים דעם רצון פון דעם אויבערשטן. עס איז דאָ דער תכלית ושלימות העבודה — דאָס איז די אַרבעט מיט זיך און די אַרבעט מיט דער וועלט אַרום זיך אויף מאַכן וועלט העכער פון וועלט.

דאָס איז אויך איינע פון די נקודות פון חינוך וואָס מען גיט אידן — העכער פון דעם חינוך וואָס מען גיט אַלגעמיין; אין בתי ספר הכלליים, דאָרטן גיט מען אַ מעגליכקייט מען זאָל נעמען וויסענשאַפט און מען זאָל נעמען די פאַרשידענע הדרכות וואָס מען לערנט — אין די ראַמען פון וועלט. אין די הגבלות פון וועלט איז מען דאָרט משריש דעם ענין פון צדק ויושר. דאָס אָבער וואָס בחר ביעקב ובניו, אַז מען קלייבט אויס אידן, אַז זיי זיינען בחרתנו מכל העמים, איז אין דעם דער תכלית — אַז מען זאָל האָרעווען מיט זיך און אויך איינווירקן אויפ'ן אַרום זיך, אַז ס'זאָל ווערען אַן ענין של גאולה, מען זאָל ניט זיין באַגרעניצט מיט דאָס וואָס וועלט זאָגט, אפילו די בעסערע טייל פון וועלט, נאָר, אדרבא — מען זאָל מאַכן פון דער וועלט אַ כלי און אַ דירה פאַר געטלעכקייט און פאַר דעם אויבערשטן, ביז אַז דער אויבערשטער זאָגט — ושכנתי בתוכם.

דאָס איז אויך פון די צילען וואָס דער רבי דער שווער האָט מיסד געווען בית רבקה. זיין כוונה איז געווען אַז אפילו ווען מען לערנט די לימודי חול זאָל זיין דער לערנען אין אַזאַ וועג אַז מען זאָל זיי אויפהויבן און ניצן אַז ניט נאָר ס'זאָל זיין דער בחר בעולמו, מען זאָל דאָס נוצן נאָר אויף גוטע זאַכן, נאָר — וואָס נאָך העכער — מען זאָל דאָס נוצן אויף הייליקע זאַכן, ביז וואַנעט מען זאָל פון זיי מאַכן אַ כלי צו געטלעכקייט.

און דערפאַר וויל איך האָפן — וויבאַלד דאָס איז אַ מוסד וואָס דער רבי דער שווער האָט מיסד געווען און האָט אָפּגעגעבן אויף דערויף זיינע כחות, אַז יעדערע פון אייך און אַלע צוזאַמען, וועלען באַטראַכטן דאָס וואָס איר האָט פאַרענדיקט דעם שלב פון בית רבקה אַז דאָס איז מער ניט ווי אַ הכנה אויף צו אַריבערגיין אויף אַ העכערן שלב, אין דעם סעמינאַר, און די כוונה און דער תכלית וועט זיין; פריער — דער בחר בעולמו, אויף אויסנוצן אַלע אייערע מעגליכקייטן נאָר אויף טוב, צדק און יושר, אָבער אויך דאָס זאָל זיין מער ניט ווי אַ הכנה און אַ הקדמה צו דעם תכלית האמיתי פון אידישע קינדער, אַז זיי זאָלען זיך אויסלייזן פון די הגבלות פון וועלט,1267און אויך די גאַנצע סביבה אַרום זיך ; דורך דעם לערנען ווי עס דאַרף צו זיין און דער לימוד וועט מביא זיין לידי מעשה, זאָל זיין דער ענין פון גאולה, די אייגענע גאולה און די גאולה פון דער סביבה; מאַכן דאָס אַלעס באופן אַז ס'זאָל קענען דערנאָך אויפגעבויט ווערן אַ ענין אויף וועלכן דער אויבערשטער וועט זאָגן ושכנתי בתוכם — עס ווערט אַ מקדש לו יתברך.

וואָס דאָס וועט אויך זיין אַ מיטל אויף מקרב זיין די גאולת כל העולם כולו בביאת המשיח.

דער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין אַז דער גמר פון די כתות וואו איר האָט געלערנט זאָל זיין אַ התחלה אויף לערנען אין אַ העכערן שלב, ביז וואַנעט אַז מען זאָל אויף אייך קענען זאָגן דעם ענין פון בחר בעולמו און נאָך העכער דעם ענין פון גאולה.

אַז איר זאָלט מתאים זיין צו דעם תואר וואָס תורה גיט צו יעדע אידישע טאָכטער, מען זאָל דערקענען אין יעדערע פון אייך אַז דאָס איז בת שרה רבקה רחל ולאה

זייט מצליח אין גמר הלימודים און הערן פון אייך בשורות טובות.

(שיחת ב' שבט תשכ"ד צו די תלמידות המסיימות פון בית רבקה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-cfx8ks3n

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources