עברית
Library

Likkutei Sichos

Yom Kippur

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1149דאָס איז אָבער נאָר בנוגע פּרטים, און נאָר געוויסע פּרטים.

און אַזוי ווי אין דעם ענין פון תפלה, איז דאָך ידוע אַז די פאַרשידענע נוסחאות התפלה נעמען זיך דערפון וואָס „י"ג השתחויות היו במקדש נגד י"ג שעריו שנרמזו לעתיד אי"ה" — די צוועלף שערים פאַר די י"ב שבטים „שער ראובן וגו'" און דער דרייצנטער שער איז דער „שער הכולל" פאַר אַלע שבטים, דער נוסח התפלה וואָס איז פאַר אַלע אידן גלייך. און הגם אַז ס'איז פאַראַן אַ מעלה אין די שערים הפּרטים פאַר יעדן שבט באַזונדער און אין דער צייט ווען ס'איז געווען באַוואוסט צו אַלעמען צו וועלכן שבט וועלכער יעדער איד באַלאַנגט איז געווען בעסער אַז יעדערער זאָל אַריינגיין דורך זיין שער . . . אָבער בזמן הזה ווען מ'ווייסט ניט די שבטים (איז בעסער אַז אַפילו די וואָס ווייסן יאָ זייער שבט ווי כהנים ולווים) זאָלן אַריינגיין דורך דעם שער הכולל — וואָס דאָס איז דער נוסח וואָס דער אריז"ל האָט מתקן געווען

על דרך זה איז אויך אין תורה, סיי גליא דתורה, סיי פנימיות התורה — צוליב דעם וואָס מען ווייסט ניט צו וועלכן שורש מען איז שייך — דאַרף מען גיין דורך דעם שער הכללי.

דעם אַלטן רבי'ן האָט מען אויטגעקליבן)) און ער האָט מחבר געווען דעם שו"ע, מברר זיין די הלכות אין גליא דתורה; מייסד געווען תורת חסידות

פּנימיות התורה ודרכי העבודה ; און מברר געווען דעם נוסח התפלה, אַ נוסח כללי צוגעפּאַסט פאַר יעדער אידןח) — וואָס די אַלע דריי ענינים זיינען צוגעפּאַסט פאַר אַלע אידן און פאַר יעדער אידן — און דורך זיי קען באַ יעדערן דורכגיין אַלע העלאות (בתפלה) און אַלע המשכות (אין תורה און דורך תורה).

ויהי רצון, אַז מען זאָל גיין אין דעם דרך הסלולה וועלכן מען האָט פאַר אונז אויסגעטראָטן, און מען זאָל עס מפיץ זיין צו אַלע אידן (אויך עניני השולחן ערוך און נוסח התפלה גייען אַריין אין הפצת המעיינות), און מיר האָבן די הבטחה, אַז דורך הפצת המעיינות חוצה וועט זיין דער קא אתי מר, דאָ מלכא משיחא, בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ נצו"י תשס"ו)1150געטאָן תשובה איז יו"כ אויף אים מכפּר), ווייל „עיצומו של יום (דער עצם טאָג איז) מכפּר". דער דין 27)) איז ווי די רבנן.

דער ביאור אין דער פּלוגתא איז ניט אַז די רבנן האַלטן אַז „עיצומו של יום" איז ניט מכפר און נאָר תשובה איז מכפּר. אויך לויט די רבנן איז „עיצומו של יום מכפּר"ח), ד.ה. אַז דער מענטש אַליין קען מיט זיין תשובה ניט צוקומען צו אָט־דער כפּרה וואָס עס גיט דער „עיצומו של יום". די פּלוגתא צווישן רבי און רבנן איז; ווי אַזוי קען מען צוקומען צו דער כפּרה פון „עיצומו של יום". רבי האַלט, אַז ווי נאָר עס קומט דער טאָג פון יום כיפּור איז שוין מאיר דער „עיצומו של יום" — אפילו ווען אַ איד טוט ניט קיין תשובה — און דער „עיצומו של יום" אַליין איז מכפּר אויף זיינע עבירות; און די רבנן האַלטן), אַז בכדי צו קענען צוקומען צו דער כפּרה פון „עיצומו של יום", דאַרף זיין עבודת התשובה, און דאַן, האָט מען אויך די כפּרה פון „עיצומו של יום", וואָס איז פיל העכער און גרעסער ווי די כפּרה וועלכע מען האָט דורך תשובה אַליין. אָבער הכל מודים אַז „עיצומו של יום מכפּר"*4.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטייןח) וואָס די גמרא זאָגט אויפן פּסוק דרשו הוי' בהמצאו — „אלו עשרה ימים שבין ר"ה ליוה"כ", וואָס פון דער גמרא איז פאַרשטאַנדיק, אַז כאָטש אויך די טעג פון ראש השנה און יום כיפּור גייען אַריין אין די עשרת ימי תשובה („אלו עשרה ימים"), באַשטייט אָבער ניט זייער עיקר ענין אין דעם וואָס זיי זיינען ימי תטובה („שבין ר"ה ליוה"כ"): דאָס וואָס זיי גייען אַריין אין די עשרת ימי תשובה איז אַ נידעריקערע דרגא פון ראש השנה און יום כיפּור; און זייער אייגענער ענין איז העכער דערפון; דער עיקר פון ר"ה איז — „תמליכוני עליכם", און דער עיקר פון יום כיפּור איז — „עיצומו של יום מכפּר", די כפּרה פון דעם טאָג, וועלכע מען גיט מלמעלה צו יעדער אידן, וואָס זי איז ניט אויסגעמאָסטן לויט זיין עבודת התשובה.

ב. כפּרה מיינט ניט בלויז אַז דער מענטש ווערט ניט באַשטראָפט פאַר זיין חטא, נאָר אויך אַז עס ווערט אָפּגעווישט)) פון זיין נפש דער פלעק און פּגם וואָס איז געוואָרן דורכן באַגאַנגענעם חטא; און נאָך מערער; תכלית הכפּרה איז — אַז ניט בלויז וואָס עס בלייבט ניט איבער קיין רושם פון די עבירות, נאָר ביז אַז די זדונות אַליין ווערן איבערגעקערט און פאַררעכנט ווי זכיותז).

דאַרף מען פאַרשטיין; ווען אַ איד אוט תשובה און ער האָט חרטה אויפן חטא וואָס ער האָט געטאָן, רייסט ער דערמיט אַרויס דעם געשמאַק וואָס ער האָט געהאַט ביים טאָן די עבירה) און דורך דעם ווערט פון אים אָפּגערייניקט1151און אָפּגעווישט דער רע (און ווייל זיינע פריערדיקע עבירות האָבן אים צוגעבראַכט צו באַקומען אַ גרעסערן צמאון צום אויבערשטן, ווערן זיי דערפאַר פאַררעכנט פאַר זכיות)). ווי אַזוי ווערט אָבער אָפּגעווישט און אָפּגערייניקט דער רע פון דעם מענטשן דורך „עיצומו של יום", אָן זיין תשובה טאָן? מען קען פאַרשטיין, אַז „עיצומו של יום" זאָל זיין אַ כפּרה אַז מען זאָל אים ניט מעניש זיין, ווייל יום כיפּור נעמט אַראָפּ דעם עונש אויף עבירות, ווי אַזוי אָבער און מיט וואָס ווערן אַראָפּגענומען די פּגמים פון נפש האדם (ווי געזאָגט, איז דאָך אויך לויט די רבנן וועלכע האַלטן אַז עס פאָדערט זיך תשובה, איז די כפּרה פון יום כיפּור גרעסער פון דער פּעולת התשובה וואָס דער מענטש האָט געטאָן, און בפרט לדעת רבי, אַז יום כיפּור איז מכפּר אויך אָן תשובה)?

דער ביאור אין דעם;

אין דעם פאַרבונד פון אַ אידן מיטן אויבערשטן זיינען דאָ כמה מדריגות: א) דער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן דורך דעם וואָס דער איד איז מקיים דעם אויבערשטנס מצוות און ער טראָגט אויף זיך דעם עול מלכות שמים, אַז ער איז גרייט צו אויספאָלגן אַלץ וואָס דער אויבערשטער הייסט. ב) דער אינעווייניקסטער פאַרבונד פון אַ אידן מיטן אויבערשטן וואָס איז העכער און טיפער פון דעם פאַרבונד דורך קיום המצוות און קבלת עול מלכות שמים, און אָט־דער פּנימיות'דיקער פאַרבונד דריקט זיך אויס אין דעם, וואָס אויך דאַן, ווען ער האָט עובר געווען אויף דעם אויבערשטנס ציווי און פון זיך אַראָפּגענומען דעם אויבערשטנס יאָך — עגבערט עס אים, עס פאַרדריסט אים, און ער טוט תשובה אויף*) דעם; און מצד דעם טאַקע, וואָס תשובה קומט פון אָט־דעם פאַרבונדוואָס איז טיפער בנפש ווי די התקשרות דורך קיום המצוות, האָט תשובה בכח צו צעברעכן און אַראָפּצונעמען די פּגמים בנפש וואָס האָבן זיך געשאַפן דורך עבירות וועלכע האָבן אָפּגעשוואַכט זיין גלוי'דיקן פאַרבונדי). אָבער פונדעסטוועגן איז אויך דער פּנימיות'דיקער פאַרבונד אַ באַגרענעצטער, וואָס קען זיך אויסמעסטן אין דער תנועה פון תשובה. ג) די עצמיות'דיקע התקשרות פון עצם הנשמה מיט עצמותו יתברך. אָט דער פאַרבונד האָט ניט אויף זיך קיינע מדידות והגבלות און איז העכער פון צו קענען זיך אויסדריקן אין וועלכער עס איז תנועה, אפילו ניט אין דער תנועה פון תשובה. און די התקשרות קען ניט ווערן אויפגעטאָן דורך פּעולות און עבודות — ווייל אַלע פּעולות פון מענטשן, ווי הויך זיי זאָלן זיין, האָבן זיי דאָך אַלץ עפּעס אַ מדידה — נאָר דאָס איז פאַראַן ביי יעדער אידן בטבע, מצד זיין עצם הנשמה, וואָס איז אַ „חלק אלקה ממעל ממש", און אויך איצט (בגוף) איז זי „חבוקה ודבוקה בך, יחידה לייחדך".

וויבאַלד אַז די התקשרות איז העכער פון אַלע מדידות און ציורים, איז פּונקט ווי זי קען ניט געשאַפן ווערן דורך עבודה, אַזוי קען מען זי אויך ניט שוואַכער מאַכן אָדער פּוגם זיין אין איר דורך העדר העבודה אָדער

1152יום הכיפורים

דורך עבירות. אין דער מדריגה פון התקשרות דערגרייכן ניט קיינע פּגמים און חטאים. און דערפאַר איז „עיצומו של יום מכפּר", ווייל יום כיפּור ווערט נתגלה ביי יעדער אידן דער עצמית'־*) דיקער פאַרבונד פון זיין עצם הנשמה מיט דעם אויבערשטן, און בשעת עס ווערט נתגלה די מדריגה, פאַלן במילא אָפּ אַלע פּגמים (די פּלוגתא פון רבי ורבנן איז נאָר, צי עס פאָדערט זיך תשובה בכדי עס זאָל נתגלה ווערן די מדריגה. אַלע זיינען אָבער מודה, אַז די כפּרה פון יום כיפּור ווערט ניט אויפגעטאָן דורך תשובה, נאָר „עיצומו של יום" איז מכפּר פון זיך אַליין).

אין יענע מדריגות וואו די חטאים האָבן דערלאַנגט און פּוגם געוועןיא), דאָרט דאַרף מען אויפטאָן אַ כפּרה, און דאָס קומט דורך תשובה, וואָס שאַפט ביי דעם מענטשן, און דורך דעם אויך למעלה, אַ טיפערן פאַרבונד צווישן אים מיטן אויבערשטן, וואָס צעברעכט און נעמט אַראָפּ אַלץ וואָס שטערט צו דער התקשרות. אָבער די כפּרה פון יום כיפּור ווערט דורך דעם וואָס עס איז מאיר אַזאַ דרגא וואו ס'איז מלכתחילה ניטאָ קיין פּגם, כנ"ליב).

ג. לויט דעם קומט אויס אַז דער אָנהויבס פון די עשי"ת — ר"ה, און דער סיום וחותם פון עשי"ת — יו"כ, גלייכן זיך אויס דערמיט וואָס אין ביידן אין פאַראַן זייער ענין העצמי, וואָס איז העכער פון בחינת התשובה וואָס אין זיי — די התקשרות פון עצם הנשמה מיטן אויבערשטן. ראש השנה קומט עס אַרויס בגילוי אין דעם ענין פון „תמליכוני" און „יבחר לנו", און יום כיפּור — אין „עיצומו של יום מכפר"יג).

און פּונקט ווי אין ראש השנה, איז אויסער דעם ענין העצמי פון ר"ה — „תמליכוני", התקשרות פון עצם הנשמה — איז אין עם אויך פאַראַן דער ענין התשובה (וואָס דעריבער גייט ראש השנה אַריין אין חשבון פון עשרת ימי תשובה) און ענין המצוה (שופר), אַזוי זיינען אויך אין יו"כ פאַראַן די אַלע דריי ענינים*13: עצם הנשמה — „עיצומו של יום מכפּר", תשובה פון יום כיפּור (וואָס דערפאַר איז יום כיפּור פון די עשי"ת) און מצוה דיו"כ, די מצות התענית וכו',1153און אויך די מצות התשובה והוידוייד).

ד. אין נאָך אַ זאַך גלייכן זיך אויס יו"כ און ר"ה;

פּונקט ווי ראש השנה קומט צום אויסדרוק דורך די מצוה פון ר"ה, וואָס מצות היום בשופר, אויך בחינת התשובה און בחינות „תמליכוני" *טז), כאָטש זיי זיינען פיל העכער פון דער מצוה — אַזוי איז אויך ביי יום כיפּור; דער גילוי פון עצם הנשמה דורך „עיצומו של יום" דריקט זיך אויס אין די מצוות פון יום כיפּור ; עינוייח), ניט טאָן מלאכה און מקרא קודש.

אף על פּי כן זאָגט די גמרא1)), אַז אויך רבי, וואָס ער האַלט אַז „עיצומו של יום" איז מכפּר אפילו אָן תשובה, איז ער אָבער מודה אַז אויף די עבירות פון יו"כ גופא איז ער ניט מכפּר; אויב ער האָט ניט געפאַסט יום כיפור וכו' איז אויף דעם דער „עיצומו של יום" ניט מכפּר, ווייל עיצומו של יוםטו) מאַכט דעם ניט פאַסטן פאַר אַן עבירה איז ניט שייך אַז ער גופא זאָל אויף דעם מכפּר זייןי).

ה. ענין הנ"ל געפינען מיר אויך אין דער עבודה פון כה"ג אין יו"כ; מעיקרי העבודה פון כה"ג אין דעם טאָג איז געווען זיין אַריינגיין אין קדש הקדשים, וואָס וועגן דער כניסה שטייט אין פּסוקיז) „וכל אדם לא יהי' באוהל מועד", זאָגט אויף דעם דער ירושלמייח) „אפילו אותן שכתב בהן ודמות פניהם פני אדם", אפילו ביי די וועלכע עס שטייט „ופניהם פני אדם" — וואָס דאָס שטייט דאָך באַ חיות הקודש, מלאכים היותר נעליםיט), אויך זיי האָבן זיך דאַן ניט געקענט געפינען אין קדש הקדשים. דאָס הייסט, אַז די עבודה פון יום כיפּור האָט מגלה געווען די פאַראייניקונג פון אידן (וואָס דער כה"ג איז דאָך געווען דער שליח פון כלל ישראל) מיטן אויבערשטן, „ישראל ומלכא בלחודוהי" — נאָר דער אויבערשטער מיט אידן אַליין.

נאָך מערער ; דער אַריינגיין פון כה"ג אין קדש הקדשים איז דאָך געווען אויך אין בית שני, וואָס דאַן איז שוין דער ארון דאָרט ניט געווען. איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַ כניסה אין אַזאַ אָרט און דרגא וואָס איז נאָך העכער פון תורה (אפילו ווי תורה שטייט אין אותיות החקיקה — לוחות)כ). דער חילוק פון תשובה שע"י התורה ביז תשובה שלמעלה מהתורה איזכא), אַז תשובה שעל ידי התורה איז בחינת גילוי לבד —1154הגם אַז תשובה איז העכער פון תורה, וואָס דעריבער העלפט דאָך תשובה אויך אויף די פּגמים פון תרי"ג מצוות התורה (כולל מצות ת"ת), איז זי דאָך בבחינת גילוי, און תשובה שלמעלה מהתורה, איז די פאַראייניקונג מיט עצמות, העכער פון גילוי.

און אַזוי ווי בזמן הבית איז די התקשרות עצמית צווישן נשמות ישראל מיט דעם אויבערשטן געוואָרן דורך דער כניסה פון כה"ג אין קדש הקדשים ביום הכיפּורים, אַזוי דריקט זיך אויס דער ענין איצטער אין די תפלות פון יום כיפּור, וואָרום תפלה איז במקום עבודת הקרבנות;

יום כיפּור איז דער איינציקער טאָג פון יאָר ווען מען איז מחוייב דאַוונען חמש תפלות. די פינף תפלות זיינען כנגד די פינף מדריגות פון נשמה — נפש רוח נשמה חי' יחידה 28)). די פינפטע תפלה, וואָס מען איז מתפלל נאָר יום כיפּור, די תפילת נעילה, ווערט אין איר נתגלה בחינת היחידה שבנשמה, ווי זי איז פאַראיינציקט מיטן אויבערשטן, וואָס דאָרטן האָבן ניט קיין אָרט קיין זאַך אויסער דער אויבערשטער מיט אידן. און דאָס איז דער טייטש פון „נעילה" — מען פאַרשליסט אַלע טויערן, און מען לאָזט אַהין קיינעם ניט אַריין; דאָרט געפינען זיך בלויז אידן מיט עצמותו יתברך.

און הגם אַז בעיקר ווערט אָט־י בחינה אַנטפּלעקט אין תפלת נעילה 28)), איז אָבער בכללותכד) די בחי' פאַראַן אויך דעם גאַנצן טאָג פון יום כיפּור. ווי דער לשון איז; „יום שנתחייב בחמש תפלות", אַז דער טאָג, אַלס גאַנצער, איז מחויב אין חמש תפלות. דאָס מיינט, אַז כאָטש יעדער זמן איז מחוייב אין זיין תפלה (ביי נאַכט מעריב, אינדערפרי שחרית א.א.וו.), פונדעסטוועגן איז עס אַ „יום שנתחייב בחמש תפלות" — ווייל בכללות איז עס אַ יום ווען ס'איז מאיר בחינת „חמש" — בחינת יחידה.

(ממאמר ד"ה וכל אדם ושיחת

שמחת ביה"ש תשכ"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-19vq3m0h

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources