עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 7

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1258זאת ח נ ו כ ה

. . מענינא דקריאה דיומא; מבואר בלקו"ת ס"פ נשא דזאת חנוכת המזבח הי' ביום המשח ואחרי המשח, כי שמן המשחה הוא מעורב וממוצע בין פנימי למקיף. וי"ל שבתורה גופא זהו דוקא תורת החסידות חב"ד, ודוקא לאחר פ"ב, כי לפני פ"ב האָט געברענט, ועייג"כ שייכות חנוכה וי"ט כסלו בשיחת י"ט כסלו תרס"ד (תורת שלום ע' 44).

(ממכתב ב' טבת — זאת חנוכה תש"ט)

0

ו י ג ש

. . . אין ענטפער אויף אייער בריף פון אור ליום השני, אין וועלכען איר פרעגט, אין דעם שינוי לשון פון פירוש רש"י על התורה (ויגש מו, כח) פון דעם לשון פון מדרש (בראשית פרשה צה) וואָס רש"י בריינגט דעם לשון, שמשם תצא הוראה, און אין מדרש שטייט, שיהא מורה בו דברי תורה.

והנה ס'איז באַוואוסט, אַז פילע מדרשים וועלכע עס האָט געזעהען רש"י און ראשונים בכלל, זיינען צו אונז ניט דערגאַנגען. און אין די מדרשים וועלכע זיינען יע פאַראַן, איז אויך — פערשידענע נוסחאות דאָ אין זיי. דער לשון אין תנחומא איז ; שיהא מורה שם הוראה.

און דאָס וואָס רש"י האָט אויסגעקליבען דעם נוסח, ווי אין תנחומא און ניט דעם נוסח פון מד"ר, קען מען זאָגען על פּי פּשוט, וואָרום דאָס איז נעהנטער צום פּשט פון פּסוק „להורות" ולא „ללמד". וואָס דאָס איז דער חילוק צווישען לערנען תורה, צו דעם אופן (וואָס קומט שפּעטער צו) פּסק'נען אַ דין. און רש"י בפּירושו על התורה, מיהעט זיך שטענדיג דער אָפּטייטש זאָל זיין וואָס נעהנטער צום פּשט הכתוב. דאַגעגען אין מדרש וויל מען אַמאָל דוקא באופן הדרוש, וק"ל.

ואם תמצי לומר, איז רש"י כולל דעם פּשט פון מד"ר. דער חילוק פון די ביידע ענינים; שיהא מורה שם תורה, קען דאָך זיין דער לימוד תורה, און ניט בהנוגע לפּסק דין. אָבער צו אַ פּסק דין מוז דאָך זיין לימוד תורה. דעריבער בריינגט רש"י דעם לשון הוראה, וועלכעס איז נעהנטער צום לשון הכתוב, און גלייכצייטיג, איז דאָך הוראה כולל דעם לימוד התורה, שיש בכלל מאתים מנה.

ולהעיר וואָס מיר האָבען געהערט, פון דעם וואָרט פון רבנו הזקן אויף דער סדרה ויחי יעקב, און אויף דעם פירוש רש"י, וועגען וועלכען איר שרייבט (זעה היום יום י"ח טבת).

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-9y5wzcea

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources