עברית
Library

Likkutei Sichos

Balak

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1067רבים", און עס וועלן זיין „בהמות יער", זיי וועלן די גאולה פון אידן ניט וועלן ליידן, איז פונדעסטוועגן, ניט נאָר „לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם", נאָר „צפון תני", אַז צפון אַליין וועט מוזן

אויפן פּסוק „כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" זאָגן רז"לא) „מראש אלו אבות ומגבעות אלו אמהות".

דער חילוק צווישן אַ פאָטער און אַ מוטער אין שייכות מיט זייער קינד:

דעם פאָטער'ס שייכות גלוי' *א) — איז די כללות'דיקע מציאות פון קינד אָן התחלקות אברים ; דער ציור הגוף פון ולד מיט אַלע זיינע פּרטי אברים — ווערט דורך זיין געפינען זיך ניין חדשים אין בטן האם27)) ; און דערפאַר איז אויך נאָך דעם ווי דאָס קינד ווערט געבאָרן, שטייט די מוטער צו אים מיט מער קירוב ווי דער פאָטער, ווייל זי האָט געשאַפן זיינע פּרטים. דעריבער זעט מען אויך במוחש, אַז די ליבשאַפט פון אַ קינד איז מער צו דער מוטער ווי צום פאָטער און זיין מורא איז מער פאַר דעם פאָטערג), ווייל אהבה איז אַ תנועה פון קירוב און יראה — אַ תנועה פון ריחוק. מסייע זיין צו דער גאולה, אין עס וועט זיין דער „ובני ישראל יוצאים ביד רמה — בריש גלי", בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת י"ג תמוז תשכ"ב) ן

דער זעלבער חילוק איז אויך צווישן די אבות און אמהות פון כלל ישראל. און דאָס איז אויך דער טעם אויף דעם וואָס ביי „מראש צורים אלו האבות" זאָגט דער פּסוק דעם לשון „אראנו", וואָס ווייזט אויף אַ זען מרחוק ; און ביי „ומגבעות אלו אמהות" איז דער לשון „אשורנו", וואָס מיינט אַז דער זען איז בקירוב (דאָס איז אויך וואָס דער תרגום טייטשט דעם וואָרט „אשורנו"; „סכיתה", דער זעלבער אָפּטייטש ווי פון דעם וואָרט „ותבט")), און הבטה מיינט דאָך קוקן מיט אַ כוונה און צוגעטראָגנקייט)ח).

ב. לידת הולד פון אב ואם, ווי יעדער ענין אין גשמיות, נעמט זיך פון זיין שורש אין רוחניות. מדות ווערן אָנגערופן „תולדות", ווייל זיי ווערן געבאָרן פון שכל; דער פאַרשטאַנד און התבוננות אין גדולת הוי', איז מוליד אהבה צו דעם אויבערשטן און יראה פאַר אים. און דער שכל המוליד גופא ווערט פאַנאַנדערגעטיילט בכלל אין צוויי טיילן; חכמה און בינה. חכמה איז די נקודה פון דעם פאַרשטאַנד, און דעריבער ווערט חכמה1068אָנגערופן „אב", און בינה איז ווי דער פאַרשטאַנד קומט אין פּרטים, און דעריבער ווערט בינה אָנגערופן „אם")).

די כוחות פון דער נשמה נעמען זיך פון די עשר ספירות שלמעלהז), איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז אויך אין די עשר ספירות איז דער זעלבער סדר ווי אין די כוחות הנפש (וויבאַלד אַז זיי נעמען זיך פון די עשר ספירות שלמעלה).

פּונקט ווי די כוחות הנפש ווערן געטיילט אין צוויי סוגים; שכל און מדות, און די מדות ווערן געבאָרן פון דעם שכל, אַזוי איז אויך למעלה), אַז די מדות — וואָס מיט זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן די עולמות*) — ווערן געבאָרן פון חכמה און בינה. חכמה איז דער „פאָטער" פון די מדות; חכמה שטייט בריחוק פון די מדות און אַודאַי פון די עולמות וועלכע ווערן געשאַפן פון זיי; און בינה איז די „מוטער", וואָס שטייט בקירוב צו די מדות און אויך צו די עולמות וועלכע ווערן געשאַפן פון זיי.

דאָס מיינט, אַז בינה, ווייל זי איז אַ נאָענטער מקור צו מדות, שורש הנבראים, פאַרנעמט וועלט אין איר אַן אָרט, און דאָס וואָס בינה טוט אויף אַז אין וועלט זאָל זיך הערן ג־עכקייט, ברענגט נאָר צו ביטול היש, מה־שאיןכן חכמה, וואָס זי איז לגמרי העכער פון מדות, פאַרנעמט דאָרט וועלט קיין אָרט ניט; מצד חכמה הערט זיך אָן אַז „הוא לבדו הוא ואין זולתו"י), וואָס דאָס איז אויך מרומז אין דעם וואָרט חכמה — כח מ"היא), ביטול במציאות.

ג. די אבות און אמהות זיינען דאָך אבות און אמהות פון יעדער אידן, ד.ה. אַז די אבות און אמהות האָבן מוריש געווען זייערע ענינים צו יעדער אידןיב), און יעדער איד פאַרמאָגט די צוויי ענינים; פון די אבות האָט ער בחינת החכמה, דעם כח אויף ביטול במציאות און יחודא עילאה, און פון די אמהות — בחינת הבינה, דעם כח אויף ביטול היש און יחודא תתאה.

און ווייל דער תכלית הכוונה איז1069דאָך דירה בתחתונים און ניט דוקא צו זיין אָפּגעטראָגן פון וועלט, נאָר מאַכן פון וועלט גופא אַ כלי צו אלקות, דעריבער (הגם בינה איז מקבל פון חכמה) איז דאָ אַ מעלה אין די אמהות אויף די אבות, וואָס דערפאַר שטייט: „כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה"יג).

און די עבודה אין די ביידע אופנים, יחודא עילאה און יחודא תתאה, וואָס קומט פון „ראש צורים" און פון „גבעות", גיט דעם כחיד) עס זאָל זיין „הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב" (דער אויספיר פון דעם פּסוק „כי מראש גו'"), אַז אויך זייענדיק אין גלות ווערן די אידן ניט פאַרלאָרן ח"ו צווישן די אומות העולם ; ואדרבה, דורכן גלות וועלן די אידן צוקומען צו נאָך אַ העכערן עילוי ווי פריער, ווי דער תרגום זאָגט אויף דעם פּסוק; „עתידין דיחסנון עלמא", אין דער גאולה העתידה על ידי משיח צדקנו, בקרוב ממש.

ד. יעדער אידישע הויז איז אַ וועלט פאַר זיך, און אין יעדער אידישער הויז איז פאַראַן דער גאַנצער ציור פון די עשר ספירותיח). און פּונקט ווי אין די ספירות שלמעלה און אין כוחות הנפש, איז פאַראַן אַ מעלה אין בינה אויף חכמה — הגם בינה איז מקבל פון חכמה — אַז דוקא דורך איר איז די הנהגת המדות — זי איז משפּיע צו די מדות וואָס זי איז מקבל פון חכמה, — אַזוי איז אויך אין אב ואם שבכל בית ישראלי:

די פרוי דאַרף טאַקע הערן פון איר מאַן און אויספאָלגן זיינע הוראות, ווי די חז"ל זאָגןי), „איזוהי אשה כשרה כל שעושה רצון בעלה", אָבער — אָן איר הענגט עס אָפּ, אַז די הוראות — בנוגע חינוך הבנים והבנות על יסודי התורה והמצוה; הכנסת אורחים; נתינת צדקה בריבוי, א.ז.וו. זאָלן דורכגעפירט ווערן בפּועל.

דער מאַן איז דאָך דעם גרעסטן טייל פון טאָג ניט אין הויז, צי ער איז פאַרנומען אין תורה ותפלה, אָדער ער איז פאַרנומען אין עניני פּרנסה — דאַרף די אשה כשרה זיין „עושה (אַראָפּטראָגן אין עשי') רצון בעלה", אַז דער רצון זאָל אַראָפּקומען אין אַ פּועל ממש.

אויך איז לפעמים די פליכט פון דער „אשה כשרה" צו מאַכןיז) „רצון בעלה"; ווען איר מאַן איז פאַריאָגט אין זיינע טרדות און ביי אים פעלט דער רצון צו דעם וואָס מען דאַרף, מוז די אשה כשרה, בדרכי נועם ובדרכי שלום, מאַכן — און מגלה זיין — זיין אינערליכן רצון, וואָס יעדער איד וויל דאָך לעשות רצון קונויח).

און אַז איש ואשה „זכו (איז) שכינה ביניהן"י), אַז דאָס הויז פירט זיך1070אויף אַזאַ אופן אַז זי איז אַ מקדש (מעט), אויף וועמען דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם"; און וויבאַלד אַז שכינה שרוי' איז דאָך „לא יגורך

פנה

א. אין אָנהויב פון פּרשת פּנחס דערציילט די תורה אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט, אַז „פּנחס בן אלעזר וגו' השיב את חמתי גו' בקנאו את קנאתי וגו'", און דערפאַר; „הנני נותן לו את בריתי שלום", און דער אויבערשטער האָט געגעבן „כהונת עולם" אים און זיינע קינדער נאָך אים. הגם אַז כהונה איז שוין פון פריער געגעבן געוואָרן לזרעו של אהרן, איז עס נאָר געגעבן געוואָרן צו אהרן און זיינע קינדער וואָס זיינען נמשח געוואָרן מיט אים און אַזוי אויך זייערע קינדער וואָס זיי האָבן געהאַט נאָך דער משיחה; פּנחס איז אָבער געבוירן געוואָרן פריער און איז אויך ניט געזאַלבט געוואָרן, דערפאַר איז ער ניט געקומען צו כהונה ביז ער האָט גע'הרג'עט זמרי'ןא).

דאַרף מען פאַרשטיין: פאַר עבודה גיט מען שכר, און וואָס די עבודה איז גרעסער און העכער, איז אַלץ גרעסער איר שכר; אָבער כהונה איז דאָך ניט קיין ענין פון שכר, נאָר זי איז אַ זאַך וואָס געהערט צו „טבע", טבע אהרן ובניו. בשעת דער אויבערשטער האָט געהייסן מושח זיין את אהרן ובניו, האָט ער זיי דאַן אָפּגעטיילט פון אַלע אידן און זיי געהייליקט, ווי עס שטייט; „ויבדל אהרן להקדישו קודש קדשים רע", אַז עס ווערט נמשך נאָר טוב, בטוב הנראה והנגלה, בבני חיי ומזוני וכולם — רויחי.

(ממאמר ושיחת י"ג תמוז תשכ"ב) חס

הוא ובניו עד עולם"ב), אַז זיי און אַלע יוצאי חלציהם זאָלן זיין כהנים, אָבער די וואָס שטאַמען אָפּ ניט פון אהרן ובניו שנמשחו, דאַרף קיין עבודה ניט העלפן צו ווערן כהנים. ד.ה. אַז כהונה איז אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט זי אַריינגעגעבן ווי אַ טבע אין דער בריאה, אַז אהרן ובניו זיינען — בטבעם קדוש.

— ווי רש"י זאָגטח) בנוגע צו כהונה, אַז פּונקט ווי מען קען ניט מהפּך זיין בוקר צו ערב, אַז דורך קיינע פּעולות קען מען ניט פאַרוואַנדלען טאָג אין נאַכט, ווייל אַזוי זיינען די „גבולות" פון וועלט, טבע הבריאה, אַזוי קען מען ניט מבטל זיין כהונת אהרן „שנאמר ויהי ערב ויהי בוקר ויבדל כך ויבדל אהרן להקדישו וגו'" —

איז דאָך ניט מובן, וויבאַלד אַז מצד עצמו איז פּנחס ניט געווען קיין כהן, איז ווי האָט ער געקראָגן כהונה דורך זיין עבודה פון „בקנאו את קנאתי וגו'", „תחת אשר קנא לאלקיו וגו'"?

ב. נאָך דעם ווי די תורה פאַרענדיקט דעם סיפּור וועגן פּנחס'ן און די ענינים וואָס זיינען דערמיט געווען פאַרבונדן און דערפון אַרויסגעקומען (דער אָנזאָג אויף מלחמת מדין און דאָס ציילן די אידן, וואָס איז געקומען

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3bq6cphd

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources