עברית
Library

Likkutei Sichos

Va'eschanan

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1092ואתחנן

א. אויפן פּסוק „קול גדול ולא יסף" (אַז דער קול פון די עשרת הדברות איז ניט נפסק געוואָרן), ברענגט דער מדרשא) דריי פּירושים: א) „קול אחד נחלק לז' קולות והם נחלקים לע' לשון" (דער קול איז ניט פאַרבליבן ביי לשון קודש אַליין, נאָר ער איז אַראָפּגעקומען אין זיבן קולות און זיי האָבן זיך צעטיילט אין אַלע שבעים לשון). ב) „שממנו נחנבאו כל הנביאים שעמדו" (דער קול האָט זיך ניט אויסגעלאָזט בעת מעשה, נאָר ער ציט זיך שטענדיק, ד.ה. אַז פון דעם קול פון מתן תורה נעמען זיך אַלע ענינים וואָס זיינען דערנאָך נתגלה געוואָרן דורך די נביאים (און די חכמים)) שבכל דור ודור). ג) „שלא הי' לו בת קול" (ער האָט ניט געהאַט קיין ווידער־קול (עכא), ווי עס איז ביי אַלע קולות, וואָס קלינגען אָפּ צוריק).

דאַרף מען פאַרשטיין: מיט וואָס דריקט אויס דער דריטער פּירוש (אַז „לא הי' לו בת קול") — די גרויסקייט און בלי גבול פון דעם קול ביי עשרת הדברות? לויט די ערשטע צוויי פּירושים איז פאַרשטאַנדיק; דער קול איז ניט געווען באַגרענעצט צו לשון קודש אַליין אָדער צום זמן פון מתן תורה אַליין, נאָר ער איז אַראָפּגעטראָגן געוואָרן און זיך צעשפּרייט אין אַלע לשונות און ער ציט זיך אין אַלע דורות. אָבער דאָס וואָס „לא הי' לו בת קול" ווייזט ניט לכאורה אויף דער שטאַרקייט פון קול. אדרבה — וואָס דער קול איז שטאַרקער האָט ער אַלץ אַ שטאַרקערן אָפּקלאַנג. וויבאַלד אַז דער קול האָט ניט געהאַט קיין אָפּקלאַנג, ווייזט דאָך עס, לכאורה, גאָר אויף זיין שוואַכקייט.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין; דער אויבערשטער מאַכט דאָך ניט קיין נס אומזיסט), אָן אַ נייטיקייט, און וויבאַלד אַז יעדער קול האָט בטבע אַ בת קול, און אַ קול גדול האָט אַ שטאַרקן ווידער־קול, איז צוליב וואָס האָט דאָ געדאַרפט זיין שינוי הטבע, אַז דער קול גדול פון מ"ת זאָל ניט האָבן קיין ווידערקולז

דאָ מפרשים וואָס זיינען מבאר, אַז די נויטיקייט פון דעם נס איז געווען, בכדי ניט צו געבן קיין אָרט צו האָבן אַ טעות, און מיינען אַז דער אָפּקלאַנג איז אַן אַנדער קול. דער פּירוש איז אָבער ניט מובן, וואָרום אין אַ בת קול איז דאָך קענטיק אַז ער איז אַ1093אָפּקלאַנג פון דעם קול אַליין; אין אים הערט מען דאָך די זעלבע שטימע און די זעלבע ווערטער. ומה־דאָך אַז ס'איז ניט געווען קיין טעות ווען דער קול פון מתן תורה איז געקומען פון ד' רוחות העולם ומשמים וארץ) פון אַלע זייטן אין דער זעלבער צייט — איז דאָך געוויס ניט שייך צו חושש זיין פאַר אַ טעות ביי אַ בת קול וואָס קומט אַ קליינע וויילע נאָך דעם קול, און ס'איז קענטיק אין אים (דורך דעם וואָס אין אים הערט זיך די זעלבע שטימע און ווערטער) אַז ער איז בלויז אַן אָפּקלאַנג פון דעם קול וואָס איז געווען מיט אַ וויילע פריער.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין; תורה דערציילט דאָך ניט סתם קיין סיפּורים, נאָר בכדי צו אָפּלערנען פון זיי אַ הוראה בעבודתינו — וואָס פאַר אַ הוראה אין עבודה האָבן מיר פון דעם סיפּור אַז ביי מתן תורה איז געווען אַ קול גדול ולא יסף?

ב. די התחלה, וואָס האָט אין זיך כולל געווען אַלע עשרת הדברות, איז דער וואָרט „אנכי"ח). זאָגט אויף דעם די גמרא)) אַז אנכי איז ר"ת „אנא נפשי כתבית יהבית". ד.ה. אַז ביי מתן תורה האָט זיך עצמות אַליין כביכול אַריינגעשריבן און אַריינגעגעבן אין די עשרת הדברות וועלכע ער האָט דאַן געזאָגט, און געזאָגט האָט ער זיי צו יעדער אידן באַזונדער — „אנכי הוי' אלקיך" לשון יחיד, און ניט בלויז צו די אידן פון יענעם דור, נאָר, ווי די רז"ל זאָגןז), אַז אַלע נשמות, סיי די וועלכע זיינען געווען פאַר מתן תורהח) און סיי די אַלע שפּעטערדיקע דורות, זיינען געווען ביים מעמד הר סיני, און צו יעדערן פון זיי האָט דער אויבערשטער געזאָגט „אנכי הוי' אלקיך" און „אנא נפשי כתבית יהבית" — צו יעדער אידן באַזונדער האָט ער זיך כביכול אָפּגעגעבן מיט זיין גאַנצע עצמיות.

קען מען דאָך מיינען, אַז דער „אנא נפשי כתבית יהבית" איז געווען נאָר ביי די עשרת הדברות, אָבער די ענינים פון תורה וועלכע זיינען נתגלה געוואָרן נאָכדעם ובפרט — דורך די נביאים און חכמים שבכל דור ודור — איז כאָטש אויך זיי האָבן די נביאים און חכמים ניט געזאָגט ח"ו פון זיך אַליין, נאָר „רוח הוי' דבר בם ומלתו על לשונם")) (דעם אויבערשטנס גייסט האָט גערעדט אין זיי און זיין וואָרט — אויף זייער צונג) — האָבן זיי ניט דעם כח פון מתן תורה; אין זיי שטייט ניט דער „אנכי", עצמותו ומהותו, נאָר זיי זיינען בדוגמת די ציווים וואָס זיינען געווען צו די אבות פאַר מתן תורהי), און — אַז זיי1094זיינען צום גאַנצן כלל און ניט קיין הוראות צו יעדערן באַזונדער, (יעדער איד איז זיי טאַקע מחוייב צו טאָן, אָבער נאָר ווייל ער איז אַ חלק פון דעם כלל, און ניט עס איז אַ ציווי מיוחד צו יעדער יחיד) — אויף דעם זאָגט מען: „קול גדול ולא יסף" — אַלע ענינים פון תורה, וואָס ווערן נתגלה בכל דור ודור, איז אַלץ דער זעלבער „קול גדול" פון מתן תורה, דער קול פון „אנכי הוי' אלקיך" (לשון יחיד), וואָס עצמות רעדט צו יעדער איד־יחיד באַזונדער ; און דאָס וואָס ס'איז ניט נתגלה געוואָרן ביז דער נביא און חכם האָט עס געזאָגט, איז עס ווייל „עד אותה שעה לא ניתנה לו רשות להתנבאות"א), וואָרום „ועת לכל חפץ"יב), יעדער ענין אין תורה האָט זיך זיין זמן ווען ער דאַרף נתגלה ווערן פון דעם קול פון מתן תורה.

דאָס זעלבע איז אויך בנוגע דעם פּירוש אין „קול גדול גו'", אַז דער קול פון מתן תורה איז צעטיילט געוואָרן אין שבעים לשון; בני נח זיינען מחוייב אין די שבע מצוות*12), און אַ איד דאַרף צווינגען (ובזמן שאין יד ישראל תקיפה — משתדל זיין זיך) אַז בני נח זאָלן מקיים זיין זייערע שבע מצוותיז). איז בכדי מען זאָל ניט מיינען, אַז זייערע שבע מצוות זיינען אַ זייטיקע זאַך, וואָס האָט ניט צו טאָן מיט מתן תורה, זאָגט די תורה; „קול גדול ולא יסף", דער קול פון מתן תורה איז „נחלק לע' לשון", אַז אויך די מצוות פאַר די שבעים לשון, די אומות העולם, קומען פון דעם קול גדול פון מתן תורה, וואָס דעריבער איז אויך דער קיום פון זייערע מצוות דאַרף ביי זיי זיין מצד דעם ציווי ביי מתן תורה; ניט נאָר דאַרפן זיי מקיים זיין די מצוות מצד ציווי הוי' — און ניט ווייל דער שכל איז זיי מחייב — נאָר נאָך מערער, זיי דאַרפן דאָס מקיים זיין ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אין תורה און מודיע געווען דורך משה רבינו, אַז בני נח דאַרפן מקיים זיין די שבע מצוותיט). און די ידיעה איז נוגע אויך צו אידן; אַ איד דאַרף צווינגען (און משתדל זיך זיין) די אומות העולם, אַז זיי זאָלן מקיים זיין זייערע זיבן מצוות איבער דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אויף זיי דורך משה רבינו ע"ה.

ג. נאָך אַ הוראה עיקרית אין דעם „קול גדול גו' ", וואָס „נחלק לע' לשון"; ס'איז ידוע דער פּירוש אויף דעם מארז"ליד) „לא הגלה הקב"ה את ישראל לבין האמות אלא כדי שיתוספו עליהם גרים" (די אידן זיינען פאַרטריבן געוואָרן אין גלות נאָר בכדי עס זאָלן צוקומען צו זיי גרים), אַז „גרים" ווערן דאָ געמיינט די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין גלות ביי די אומות העולם, און דורך דעם וואָס אידן זיינען אין גלות און טוען דאָרט זייער עבודת הבירורים, ווערן ניתוסף „גרים" — די ניצוצות וועלכע זיי זיינען מברר און מעלה אין קדושה. אויך ווערט מיט „גרים" געמיינט די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין די שבעים לשון; דורך דעם וואָס אידן באַנוצן זיך מיט ווערטער פון די שבעים לשון אין זייערע געשעפטן1095על־פּי תורה לשם שמים, און ווער רעדט, ווען מ'באַנוצט זיך מיט אָט־י ווערטער אין לימוד התורה אַליין (ווי מיר געפינען אַז תנאים ואמוראים האָבן זיך באַנוצט אין משנה און גמרא מיט ווערטער פון לשון ארמי וכדומה), איז מען מעלה אָט־די ניצוצות הקדושה פון די שבעים לשון, עס ווערט ניתוסף „עליהם גרים"טז).

קען מען דאָך מיינען, אַז די תורה וועלכע מען לערנט אין די שבעים לשון האָט ניט אין זיך די קדושה פון תורה ווי זי איז באַ מתן תורה — זאָגט מען, אַז אָט־דער קול גדול פון מתן תורה איז נחלק לע' לשון. ער איז אַראָפּגעקומען און זיך אָנגעטאָן אין נידעריקערע לבושים, אָבער דער פּנימיות פון דעם קול איז דער זעלבער ווי דער קול גדול פון „אנכי הוי' אלקיך" (ואדרבה, עס האָט נאָך אַ טיפערן שורשי), „דכל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר")יא).

דאָס איז אַלץ אַ ביאור אויף די ערשטע צוויי פּירושים. וואָס איז אָבער דער ביאור אויף דעם דריטן פּירוש פון „קול גדול ולא יסף", „שלא הי' לו בת קול"?

ד. בת קול איז בדוגמא פון „אור חוזר"; ווען אַן אור ווערט נמשך און קומט צו אַן אָרט וואו עס איז דאָ אַ זאַך וואָס פאַרשטעלט און לאָזט ניט דעם אור גיין ווייטער, איז דער אור „חוזר", ער קלאַפּט זיך אָפּ און גייט אויף צוריק. אַזוי איז עס אויך ביי אַ בת קול; בשעת דער קול טרעפט אָן אויף אַ וואַנט אָדער אויף עפּעס אַנדערש וואָס פאַרהאַלט אים, קלינגט אָפּ דער קול אויף צוריק, און דאָס ווערט גערופן (דאָ אין מדרש)יח) בת קול. ועל דרך ווי אַ כדור (אַ באָל) וואָס שפּרינגט אָפּ פון אַ וואַנט. אַ תנאי באַ דעם אַלעם איז אָבער, אַז די וואַנט אָדער די זאַך „זאַפּט" ניט אַריין אין זיך דעם כדור אָדער דעם קול ואור.

ווען דער אויבערשטער האָט געזאָגט „אנכי הוי' אלקיך" איז דאָס געווען בקול גדול — קיין זאַך האָט ניט געקענט אָפּשטעלן דעם קול, ער האָט דורכגענומען די גאַנצע וועלט, אויך דעם דומם; יעדער זאַך האָט אין זיך איינגעזאַפּט און דורכגענומען געוואָרן מיט דעם קול פון „אנכי" (ווייל ביי מתן תורה איז געווען ווי דער גילוי דלעתידכח), ווען עס וועט זיין „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר", אַז דער גילוי פון כבוד הוי' וועט דורכנעמען און נקלט ווערן אפילו אין דעם בשר הגשמי), און דעריבער האָט על פּי טבע ניט געקענט זיין קיין בת קול. „לא הי' לו בת קול" — ניט צוליב חלישות פון דעם קול, נאָר אדרבה; ווייל ער איז געווען אַ „קול גדול" איז דערפאַר „ולא יסף" — „לא הי' לו בת קול".

דאָס איז ניט געווען קיין נס, נאָר אַן ענין טבעי ; ווען ס'איז ניטאָ קיין אָפּהאַלט און פאַרשטעל אויף אַ קול,1096אָדער ווען אַ קול ווערט נקלט (איינגעזאָפּט) האָט ער ניט קיין בת קולכ).

ה. באמת איז איצט אויך אַזוי; ווען אַ איד לערנט תורה, נעמט דורך דער קול התורה ניט נאָר עם נאָאפילו די ווענט פון דער הויז אין וועלכער ער לערנט, ווי חז"ל זאָגןכא), אַז לעתיד „קורות ביתו של אדם מעידים בו" (די באַלקנס פון זיין הויז וועלן עדות זאָגן וועגן דעם מענטשן), ווייל איצטער זאַפּן זיי אין זיך אַריין זיינע רייד און מעשים, נאָר איצטער איז עס בהעלם (און דער העלם האָט אויך אַן אָרט על פּי תורה, תורת אמת, וואָס דערפאַר זיינען פאַראַן חילוקים אין הלכה — לדוגמא בהנוגע לצניעותכב) — צי מען טוט אַ זאַך בחדרי חדרים אָדער בגלוי) און לעתיד וועלן די ווענט און באַלקנס אַרויסשרייען דאָס וואָס זיי האָבן איינגעזאַפּט אין זיך איצטער — „אבן מקיר תזעק וכפיס מעץ יעננה"יג).

און פון דעם גילוי דלעתיד איז פאַראַן אַ מעין אויך איצטער באַ צדיקים. ווי עס ווערט דערציילט אין ירושלמיכד) אויף איינעם פון די זקני גליל; „מקלו של ר"מ היתה בידו והיא היתה מלמדתו דעת" (ר' מאיר'ס שטעקן איז געווען ביי אים, און דער שטעקן האָט אים געלערנט דעת). ולכאורה, ווי קען אַ מקל לערנען דעת? און נאָך אַזאַ דעת וואָס מאַנכע תנאים דאַמאָלס, זיינען דערצו ניט צוגעקומעןכה) ? נאָר ווייל די תורה פון ר' מאיר'ן האָט דורכגענומען אויך די גשמיות'דיקע זאַכן, וועלכע זיינען געווען אַרום אים בשעת זיין לערנען, ווי גערעדט פריער, איז זיין תורה איינגעזאַפּט געוואָרן אויך אין דעם מקל. און בשעת דער זקן האָט באַקומען דעם מקל, איז אים צוגעקמען דעת אין תורה, ווייל פאַר אים האָט זיך אַנטפּלעקט דאָס וואָס עס איז נעווען בהעלם אין דעם מקלי).

(דאָס איז אויך דער טעם אויף דעם וואָס כמה האָבן אָנגעזאָגטכז), אַז דעם אָרון פאַר זיי זאָל מען מאַכן פון דעם1097טיש אָדער שטענדער אויף וועלכע זיי האָבן געלערנט (אָדער געגעבן עסן אָרעמעלייט) — ווייל די האָלץ פון טיש אָדער שטענדער וועט עדות זאָגן אויף זייער לערנען תורה ווייל זי איז אין זיי איינגעזאַפּט געוואָרן דורך זייער לערנען).

ו. די הוראה דערפון בעבודתינו;

אַלע גילויים דלעתיד הענגען אָפּ אין אונזער איצטערדיקער עבודהכח). מען דאַרף זיך משתדל זיין אַז די תורה וואָס מ'לערנט זאָל עם דורכנעמען אינגאַנצן — ביז צו דעם חלק הדומם שבאדם. אַזוי ווי די כללות הבריאה ווערט געטיילט אין פיר סוגים, דומם צומח חי מדבר, אַזוי איז אויך ביי דעם אדם, עולם קטןכט), זיינען פאַראַן די פיר סוגים; מדבר — ראש (שכל) שבאדם כו', דומם — עקב (מעשה) שבו. דאַרף די תורה דורכנעמען אויך דעם עקב, ווי עס שטייט אויף אברהם אבינו; „עקב אשר שמע אברהם בקולי" — אַז אויך זיין פּיאַטע האָט דערהערט אלקותל).

און על־דרך ווי ביי מתן תורה האָט דער קול פון עשרת הדברות דורכגענומען אויך דעם גשמי, דערפאַר ווייל ער איז געווען אַ „קול גדול ולא יסף", אַ קול אָן הגבלות — וואָרום רוחניות און גשמיות זיינען הפכיים; גשמיות קען ניט איינזאַפּן רוחניות און רוחניות קען ניט דורכנעמען גשמיות ; נאָר דוקא דער קול גדול, וואָס איז העכער פון הגבלות והשתלשלות, פאַר וועמען גשמיות און רוחניות זיינען גלייך, ער דוקא קען קומען אויך בגשמיות82)) — על דרך זה איז עס אויך אין עבודת האדם; אָט־דער כח, אַז די תורה וואָס אַ איד לערנט זאָל דורכנעמען אויך דעם עקב, איז עס ניט מצד דעם שכל פון תורה, וואָרום שכל מיט דומם האָבן צווישן זיך קיין שייכות ניט, נאָר דאָס איז מצד דעם אלקות שבתורה, וואָס פאַר אלקות זיינען ניטאָ קיין הגבלותלא). און בשעת דער לימוד התורה נעמט דורך דעם גאַנצן מענטשן ביז צו זיין עקב, „ערוכה בכל רמ"ח אברים", איז זי „משתמרת"לג), זי ווערט געהיט, וואָרום דאָס דערלאַנגט אין בחינה פון „לפני כסא כבודך"לד), וואָס דאָרט איז „אין שכחה", עס איז ניטאָ קיין הגבלה (וואָס דערפון קומט — הפסק ושכחה) — „ולא יסף".

בשעת דער לימוד התורה איז אין1098אַזאַ אופן וואָס נעמט דורך אויך דעם

דומם שבאדם, איז עס „ולא יסף"

אויך אין זמן (כנ"ל — שאין שוכח —

און אויך) אַז די תורה דערנעמט אים

ניט נאָר בשעת'ן לערנען, נאָר אויך

שפּעטער38)), ווען ער איז פאַרנומען

(בהיתר התורה) אין דברי הרשות, איז

אין אַלע זיינע הנהגות קענטיק אַז ער איז אַ איד וואָס לערנט תורהכ), און די תורה הערט זיך אָן אין אַלע זיינע ענינים, אויך אין די גשמיות'דיקע, ביז אַז „בכל דרכיך — דעהו"לז), און ער מאַכט פון חלקו בעולם אַ דירה

(משיחת זזגה"ש תשכ"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-81jwgye5

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources