עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 27

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1301זיינען געבאָרן געוואָרן זין און טעכטער א.ז.וו. ער איז נפטר געוואָרן אין עלטער פון 110 יאָר; און זיין פרוי האָט עם איבערגעלעבט מיט צוויי יאָר.

דערציילענדיג דעם סיפּור האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר אויף דעם געבראַכט דעם אַלטע'ן רבי'ס תורה, אַז דאָס וואָס עס שטייט באַ ספירת העומר (וואָס דאָס איז דאָך די צוגרייטונג צו שבועות — מקבל זיין די תורה) וספרתם לכם — „איר זאָלט אייך ציילן", מיינט אויך „איר זאָלט דעם לכם — זיך — ליכטיק מאַכן" (פון וואָרט ספּיר, אַן איידלשטיין).

די לערע פון דעם סיפּור, צווישן די אַנדערע טיפע ענינים אין אים, איז; כאָטש די מטבעות פון צדקה זיינען די זעלבע אין צאָל און אין ווערט, איז אָבער אַז מען גיט עס מיט מסירות נפש און שמחה באַקומען די זעלבע מטבעות גאָר אַן אַנדער ווערט און אַן אַנדער ליכטיקייט, און עס מאַכט ליכטיק דאָס לעבן אפילו אויף דער וועלט, און אַודאי אין דער ליכטיקער וועלט.

דאָס גלייכן, פאַרשטייט זיך, אויך אין צדקה ברוחניות. יעדע אַרבעט און טעטיקייט צו פאַרשפּרייטן תורה און מצוות, ווי דאָס איז באַלויכטן מיט דער ליכטיקייט און וואַרעמקייט פון חסידות, וואָס דאַן טוט מען עס מיט מסירות נפש און שמחה, איז אין צוגאָב צו דעם וואָס די טעטיקייט גופא איז מיט מער הצלחה, האָט עס אַ פילפאַכיקע ווירקונג און ברענגט אַ גאָר באַזונדערן זכות.

דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז יעדע איינע פון אייך, בתוך כלל ישראל, זאָל דערפילן דעם וספרתם לכם, ווי דער אַלטער רבי האָט עס דערקלערט, מען זאָל ליכטיק מאַכן זיך און באַ זיך און אַרום זיך מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות און חסידישער הנהגה ביז אין טאָגטעגלעכן לעבן, וואָס דאַן וועט זיין ליכטיק אין אַלע הינזיכטן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות . . .

(ממכתב ל"ג בעומר תשכ"נ)

0

פסח שני

מה בין פסח הראשון לשני, הראשון אסור בבל יראה ובל ימצא, והשני חמץ ומצה עמו בבית (פסחים צה, א).

ויובן בהקדים ההפרש בין יציאת מצרים — נקודה התיכונית של כל ימי חודש ניסןא) — לספירת העומר — השייכת ביחוד לחודש איירב), שיצי"מ1302היתה מצד אתערותא דלעילא, משכני. וספה"ע — אתערותא דלתתא, אחריך נרוצה.

ואף שהגילוי הבא מלמעלה הוא נעלה יותר מהגילוי שנמשך ע"י עבודת האדם, כי הנברא בעבודתו יכול להגיע רק עד שרשו (ובפרט שהעבודה דספה"ע הוא קודם למ"ת), שלכן הגאולה דחודש ניסן היתה מ"בכבודו ובעצמו", וחודש אייר נקרא בשם „זיו" (הארה ולא עצמות) שבו נולדו זיותני עולם (ר"ה יא, א)

— הם האבות (שזהו ג"כ מה שאייר ר"תג) אברהם יצחק יעקב רחל), שהמצות שלהם ריחות היו (שהש"ר פ"א) —

מ"מ בנוגע לעבודת האדם, הגילוי הבא מלמעלה אינו פועל אתהפכא בנה"ב, והעבודה הוא רק אתכפיא (שלכן יצי"מ היתה בדרך בריחה. תניא פל"א), משא"כ מצד עבודת האדם נעשה אתהפכא. (ראה לקו"ת ויקרא ג, א. במדבר ג, א).

ולכן, בפסח ראשון — ניסן — חמץ אסור בבל יראה ובל ימצא, כי מאחר שמדותיו אינם מבוררות עדיין צריך ליזהר ביותר מהרע, דוגמת הבעל תשובה שצריך לומר אי אפשי (לקו"ת ואתחנן ט, ד) משא"כ בפסח שני — אייר (אבות — הן הן המרכבה) — הוא דוגמת הצדיק שצריך לומר אפשי. ואף שפסח שני הוא באמצע ימי הספירה ונשארו בו עדיין מדות שצריך לבררם, מ"מ באותן המדות שכבר בירר אותן, הוא בחי' צדיק.

(ממאמר ד"ה קדושים תהיו תשכ"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-f1se3em2

Copies

Recent activity

#173 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · open
#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources