Likkutei Sichos
18 Elul
1136דער „צדיקים אין להם מנוחה כו', שנאמר ילכו מחיל אל חיל"239)), ביז מען וועט צוקומען צו אַ העכערן זמן
חי אלול איז דער יום הולדת פון מורנו הבעש"ט (בשנת נח"ת) און פון כ"ק רבינו הזקן (בשנת קה"ת).
ס'איז ידועא) אַז דער אַלטער רבי פלעגט רופן דעם בעש"ט „זיידע". כפּשוטו איז עס צוליב דעם וואָס דער אַלטער רבי איז געווען תלמיד תלמידו פון בעש"ט, און חז"ל זאָגןג): „כל המלמד בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו" (דער וואָס לערנט זיין חבר'ס זון תורה, איז ווי ער האָט אים געבוירן).
אָבער אין דעם מאמר חז"ל שטייט „כאילו (אַזוי ווי) ילדו", מיט אַ כ"ף הדמיון, און ניט אַז ער האָט אים טאַקע געבוירן. אַזוי רעדט זיך אויך אין חסידות)), אַז יעדער השפּעה פון שכל איז בלויז אַ הארה פון דעם משפּיע, ניט קיין המשכה פון זיין עצם ווי ס'איז ביי הולדה, און דעריבער איז עס נאָר „כאילו ילדו". דער אַלטער רבי אָבער האָט גערופן דעם בעש"ט „זיידע", אָן אַ כ"ף הדמיון, און נאָך ובחינה — „ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים".
מער; ס'איז ידוע*) וואָס ער האָט געזאָגט בנוגע ר' ברוך מעזבוזשער, וועלכער איז געווען דעם בעש"ט'ס אַן אייניקל (און ער איז געווען אַן אייניקל דורך אַ טאָכטער, וואָס אין בן בתו איז אַ געוויסע מעלה אויף בן בנו), אַז ער — ר' ברוך — איז דעכ בעש"ט'ס אַן אייניקל אין גשמיות, און איך — האָט דער אַלטער רבי געזאָגט אויף זיך — בין אַן אייניקל ברוחניות — און ער האָט עס געזאָגט למעליותא. ד. ה. אַז דער אַלטער רבי האָט גענומען די פּנימיות פון דעם בעש"ט; ניט בלויז השפּעת השכל וואָס איז אַ הארה, נאָר אפילו אָט־די פּנימיות וואָס גיט זיך ניט איבער אין דער השפּעה עצמית פון הולדה.
דער ביאור אין דעם בקצרה8 „הצדיקים דומים לבוראם"ח). על־דרך ווי דער אויבערשטער זאָגט „אנא נפשי כתבית יהבית"ז), אַז ער האָט אַריינגעגעבן זיין עצמות אין תורה, אַזוי איז אויך ביי צדיקים, אַז זיי גיבן אַריין זייער עצמות אין תורה. אין תורת החסידות האָט דער בעש"ט אַריינגעגעבן זיין עצם, אויך דאָס וואָס ווערט ניט איבערגעגעבן אפילו צו אַ קינד. און וויבאַלד אַז דער אַלטער רבי האָט1137גענומען די פּנימיות פון תורת הבעש"ט*), האָט ער דערמיט גענומען די פּנימיות ועצמיות פון דעם בעל שם טוב), און דעריבער איז ער דער אמת'ער אייניקל.
ביז אַז דער יחוד פּנימי ועצמי פון דעם אַלטן רבי'ן מיטן בעש"ט האָט זיך אויסגעדריקט אויך אין דעם וואָס לידתם בגוף הגשמי, וואָס גוף איז פאַרבונדן מיט עצמותי) — ביידנס יום הולדת — איז אין דעם זעלבן טאָג — ח"י אלול.
ב. דער יחס פון אַ זיידן מיט אַן אייניקל איז אַ צווייענדיקער; דער אייניקל איז מקבל פון זיידן, און ער איז משלים דעם זיידן. וכמאמר רז"ל ע"פּ*11)) „לא ימוש גו' זרע זרעך גו' תורה מחזרת על אכסניא שלה". ונאמר עטרת זקנים בני בניםיב).
וויבאַלד אַז דער אַלטער רבי האָט זיך מייחס געווען אַלס אייניקל פון בעש"ט איז מובן, אַז ביי אים זיינען פאַראַן ביידע ענינים; א)*) ער האָט גענומען די עצמות פון בעש"ט, כנ"ל. ב) ער איז משלים דעם בעש"ט; די כוונה פון תורת הבעש"ט ווערט נשלם דורך תורת חסידות חב"ד. חסידות חב"ד גיט אַ דערהויבונג אויך אין חג"ת און נהי"ם, וכמבואר במקום אחר וואָס חסידות חב"ד האָט אויפגעטאָן, אַז אפילו אנשים פּשוטים, וועלכע זיינען, לכאורה, ניט שייך צו הבנה והשגה, קענען אויך זיי נתעלה ווערן דורך חסידות חב"ד, העכער אפילו ווי דורך תורת החסידות הכללית.
אויסער דעם וואָס דער אַלטער רבי און די נשיאי חב"ד נאָך אים, האָבן אַנטפּלעקט, אַראָפּגעטראָגן און מלביש געווען תורת הבעש"ט אין שכל דקדושה, ביז אַז יעדערער זאָל עס קענען פאַרשטיין אפילו אין שכל אנושי; נוסף לזה, האָבן זיי דורך דעם אויך אויפגעטאָן אַ שלימות אין תורת הבעש"ט, וואָרום בכדי צו קענען אַראָפּטראָגן אין שכל תורת הבעש"ט וואָס איז העכער פון שכל, מוז מען דערצו האָבן אַ גאָר טיפערן כוח, און דורך דעם ווערט נמשך אַ העכערער אור, וואָס ברענגט אַריין שלימות.
ג. על פּי הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער צמח צדק שרייבטיג) וועגן דעם אַלטן רבי'ן: „גם מזקיני נ"ע שמענו עתידות קולע אל השערה" (אויך פון מיין זיידן נ"ע האָבן מיר געהערט עתידות — פּינקטלעך ווי אַריינטרעפן אין אַ האָר). ולכאורה איז דאָס ניט מובן; מיינט דען דאָ דער צמח צדק משבח זיין דעם אַלטן רבי'ן מיט ענינים חיצוניים, ענינים פון מופתים ?יד) צי איז דען1138דאָס דער שבח פון דעם אַלטן רבי'ן ?יח) נאָר דער פּירוש איז; דאָס קומט בהמשך צו דעם וואָס ער זאָגט דאָרט פריער: „שהוא (הבעש"ט) ותלמידו הרב המגיד נ"ע היו רואים מסוף העולם ועד סופו ממש בעין ראי' . . . והיינו ע"י שהי' גלוי לפניהם אור שנברא ביום ראשון שהשי"ת גנזו בתורה"י) (אַז ער (דער בעש"ט) און זיין תלמיד הרב המגיד (פון מעזריטש) נ"ע האָבן געזען מסוף העולם ועד סופו ממש מיט אַ זעעוודיק אויג . . . דורך דעם וואָס עס איז פאַר זיי געווען אַנטפּלעקט דער אור וואָס איז באַשאַפן געוואָרן אין ערשטן טאָג (פון דער בריאה) וואָס השי"ת האָט אים באַהאַלטן אין תורה) ; און אויף דעם זאָגט דער צ"צ; „גם מזקיני נ"ע שמענו עתידות כו'". וואָס פון דעם לשון „גם" איז מוכח אַז די „עתידות" פון אַלטן רבי'ן איז דאָס דער זעלבער ענין וואָס ער האָט פריער געזאָגט בנוגע דעם בעש"ט און הרב המגיד: די התגלות פון דעם „אור שנברא ביום ראשון", נאָר ביים אַלטן רבי'ן איז דערביי געווען — „קולע אל השערה".
„אור שנברא ביום ראשון" איז עס דער אור שלמעלה מהשתלשלותיז), און נאָך העכער — דער אור שקודם הצמצוםי), און דאָרט גופא — דער אור שלגלות עצמותויח). הגם אַז פאַר דעם בעש"ט מיטן מגיד, האָט אָט־דער אור געלויכטן אויך בנוגע גשמיות העולם, וואָס דערפאַר האָבן זיי געזען בראי' ממשכ), איז ביי דעם אַלטן רבי'ן צוגעקומעןיא) ; דער אור האָט מאיר געווען בהתיישבות — „קולע אל השערה". און בכדי אַז אַן אור שלמעלה מהשתלשלות זאָל קענען קומען אין וועלט בהתיישבות, איז עס ניט מצד דעם אור, נאָר מצד עצמות, וואָס ער איז נושא אַלע הפכיםכב).
1139אַזוי וועט אויך זיין לעתיד לבוא, ווען עס וועט זיך אויספירן די כוונה עליונה פון דירה בתחתונים — דירז לעצמותו, וואָס מצד עצמות וועלן נתחבר ווערן די צוויי הפכיים פון גשמיות מיט רוחניות, אַז עס וועט זיין „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר", אַז דער בשר הגשמי וועט זען אלקות, און דאָס וועט ביי אים זיין בהתיישבות.
ויש לומר, אַז דאָס איז דער פּירוש הפּנימי פון דעם צמח צדק'ס וואָרט „גם מזקיני נ"ע שמענו עתידות": מיטן וואָרט „עתידות" איז ער דאָ מרמז
א. ס'איז ידועא) וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט וואָס ער האָט געהערט פון מגיד אין נאָמען פון דעם בעש"ט נ"ע (אַ טעם אויף דעם וואָס מען בענטשט ניט דעם חודש תשרי אין דעם שבת שלפניו, אַזוי ווי אַלע חדשי השנה), וז"ל: „החדש השביעי שהוא החדש הראשון לחדשי השנהד), אויך אויף די גילויים דלעתיד.
און דאָס אַלץ האָט דער אַלטער רבי אַריינגעשטעלט אין חסידות חב"ד; דורך לערנען חסידות „נעמט מען" די העכסטע ענינים ביז צום „אור הגנוז" און נאָך העכער, און דאָס קומט אין שכל פון נפש האלקית — אין אַן אופן פון התיישבות אור בכלי — ביז צו הבנת שכל פון נפש הבהמית, ביז עס וועט זיין „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר" אפילו, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.
הקב"ה בעצמו מברכו בשבת מברכים שהוא השבת האחרון דחדש אלול, ובכח זה ישראל מברכים את החדשיםח) י"א פּעמים בשנה, כתיב אתם נצבים היום, דהיום קאי על ר"*) ה שהוא יום הדין, וכמ"שח) ויהי היום וגו' ותרגם והוה יום דינא רבא, ואתם
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-22cb372v