עברית
Library

Likkutei Sichos

Korach

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1048קורח

א. עס שטייט אין סדר עולםא), אַז די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף משה ואהרן איז פאָרגעקומען נאָך דער מעשה המרגלים (און ברענגט אויף דעם אַ ראי' פון דער טענה פון דתן ואבירם; „אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאותנו וגו'", אַז משה רבינו האָט זיי אַרויסגענומען פון מצרים צו אומברענגען זיי אין מדבר כו', וואָס די טענה באַווייזט, אַז דעמאָלט איז שוין געווען נאָך דער גזירה „במדבר הזה יתמו")ח).

דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס האָט קרח אָפּגעוואַרט מיט זיין מחלוקת ביז דאַן ? דער ציווי פון דעם אויבערשטן, אַז מען זאָל צונעמען די עבודה פון די בכורים און זי איבערגעבן צו אהרן ובניו, איז געווען בשעת מתן תורה אָדער משהוקם המשכןב), לכל הדעות איז כהונה גדולה דאהרן — וואָס האָט אַרויסגערופן די מחלוקת קרח — געווען בפּועל בשמיני למילואים*)), (ד.ה. ששי בסיון מיט אַ יאָר פריער, כ"ג אדר, אָדער ראש חדש ניסן), אָבער מעשה המרגלים איז געווען אַ סך שפּעטער, און איז פאַרענדיקט געוואָרן ערשט אין תשעה באב — איז פאַרוואָס האָט קרח ניט געקריגט אויף משה ואהרן ביז נאָך דער מעשה המרגלים?

אפילו אויב מ'זאָל זאָגן, אַז דער עיקר המחלוקת פון קרח'ן איז געווען איבער דעם וואָס אליצפן בן עוזיאל איז נתמנה געוואָרן פאַר אַ נשיא אויף די בני קהתה), איז דאָך אויך די התמנות פון אליצפן געווען אַ סך פריער — בעת מען האָט געציילט די לויים (וואָס מנין בני ישראל איז געווען אָנהויב חודש אייר) — אָבער קרח האָט זיין מחלוקת אָנגעהויבן ערשט נאָך תשעה באב. מוז מען זאָגן, אַז מחלוקת קרח האָט געהאַט אַ פאַרבונד מיט מעשה המרגלים.

ב. די טענה פון די מרגלים — ווי שוין גערעדטו) — איז געווען, אַז מען דאַרף זיין אָפּגעזונדערט פון וועלט; און דעריבער האָבן זיי געוואָלט אידן זאָלן בלייבן אין מדבר, בכדי אַז וועלט זאָל זיי ניט שטערן צו זייער דביקות מיט דעם אויבערשטן דורך לימוד התורה. אָבער משה רבינו האָט זיי געענטפערט, אַז המעשה הוא העיקר און דער תכלית העילוי איז דוקא דורך מעשה המצוות בגשמיות.

דער חילוק צווישן תורה און מצוות איז; אין תורה, וואָס איר ענין איז דאָך הבנה והשגה, זיינען פאַראַן פאַרשידענע מדריגות; איינער האָט אַ קלענערע השגה און איינער האָט אַ גרעסערע השגה; מה־שאין־כן אין מעשה המצוות, זיינען אַלע אידן גלייך; די מעשה הנחת תפילין וואָס משה רבינו האָט מקיים געווען איז געווען די זעלבע מעשה וואָס עס טוט אַ איש פּשוט. חילוקים זיינען דאָ אין1049כוונת המצוות, אָבער אין מעשה המצוות זיינען אַלע אידן גלייך.

און דעריבער איז מחלוקת קרח געקומען ערשט נאָך דעם ענין המרגלים: קרח האָט געוואוסט אַז אין לימוד התורה שטייען משה רבינו און אהרן הכהן אַ סך העכער ווי אַנדערע אידן. משה רבינו איז דאָך געווען דער מקבל ראשון פון הקב"ה, דערנאָך האָט ער די תורה געלערנט מיט אהרן, דערנאָך מיט די בני אהרן, דאַן מיט די זקנים, און ערשט שפּעטער מיט אַלע אידןז), וואָס דאָס מיינט אויך, אַז דער לימוד התורה פון משה ואהרן איז געווען ניט בלויז פריער אין זמן נאָר אויך העכער אין מעלה — בערך דעם לימוד התורה פון אַלע אַנדערע אידן. קרח'ס טענה „מדוע תתנשאו" איז געווען בנוגע דעם מעשה (שהוא העיקר) פון מצוות מעשיות, וואָס אין דעם זיינען אַלע אידן גלייך. און דעריבער האָט ער זיין מחלוקת אָנגעהויבן ערשט נאָך ענין המרגלים ; נאָך דעם זוי די מרגלים האָבן געוואָלט אָפּגעבן זיך נאָר מיט תורה ועבודה רוחנית, פאַרבלייבן אין מדבר און זיין אָפּגעשלאָסן פון וועלט, און אויף דעם האָט משה רבינו געענטפערט אין נאָמען פון דעם אויבערשטן, אַז מ'מוז דוקא אַריינגיין אין ארץ ישראל צו מקיים זיין מצוות בגשמיות און צוליב דעם איז כדאי צו פאַרלאָזן דעם מדבר, די אָפּגעשלאָסנקייט פון ענינים גשמיים וואו מען קען האָבן גרויסע השגות, ווייל המעשה הוא העיקר — דאַן איז קרח אַרויסגעקומען מיט זיין טענה; למה תתנשאו — וואָס איז אַזוי די גרויסקייט פון משה ואהרן, זייער מעלה לגבי אַלע אַנדערע אידן איז דאָך נאָר אין רוחניות'דיקע ענינים און אין לימוד התורה, אָבער אין דעם עיקר, אין מעשה המצוות בגשמיות, זיינען דאָך אַלע גלייך.

ג. דערמיט וועט ווערן פאַרענטפערט נאָך אַ קשיא; ווי אַזוי האָבן קרח מיט די „חמישים ומאתים נשיאי העדה" געקענט מאָנען ביי משה ואהרן „ומדוע תתנשאו" וויבאַלד אַז „כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה'" — זיי אַליין זיינען דאָך אויך געווען „נשיאי עדה", און אַזוי אויך איז דער גאַנצער שבט לוי געווען העכער פון אַלע שבטים (און מיט זייערע טענות האָבן זיי דאָך ניט געמיינט צו אויפגעבן זייער אייגענע העכערקייט, אדרבה, זיי האָבן פאַר זיך געוואָלט אויך כהונה, ווי ס'איז מובן פון דעם ענטפער פון משה רבינו „ובקשתם גם כהונה") — איז ווי אַזוי זיינען זיי געקומען מיט אַזאַ טענה וואָס איז שולל זייער אייגענע מעלה?

מוז מען זאָגן, אַז מיט „ומדוע תתנשאו" האָבן זיי ניט געמיינט צו מבטל זיין התנשאות בכלל, זיי האָבן נאָר געוואָלט שולל זיין די סאָרט התנשאות פון משה רבינו, דאָס וואָס ער איז געווען בהתנשאות פון אַ מלך). זיי האָבן גע'טענה'ט; אמת טאַקע אַז עס זיינען פאַראַן חילוקי מדריגות צווישן אידן, און אַז די גרעסטע בעלי מדריגה קענען און דאַרפן צוליב זייער העכערקייט זיין1050כולם קדושים", האָבן דאָך אַלע מדריגות פון אידן אַן ערך איינע צו די אַנדערע — ווייל די העכערקייט פון איינעם אויף אַ צווייטן באַשטייט דאָך נאָר אין השגות רוחניות, וואָס איז אַ טפל (לגבי „המעשה הוא העיקר"), און אין דעם עיקר זיינען אַלע גלייך כנ"ל — במילא, האָט קיין אָרט ניט אַז משה רבינו זאָל זיין אַ מלך, וואָס דאָס איז אַ דערהויבנקייט שבאין ערוך210)) ; וויבאַלד אַז אין דעם עיקר זיינען אַלע אידן גלייך, קענען דאָך צווישן זיי ניט זיין אַזעלכע חילוקים, אַז איינער זאָל זיין באין ערוך העכער פון די אַנדערעיא).

ד. נאָך האָבן זיי געמיינט מיט זייער טענה וועגן דער מלוכה פון משה רבינו; דער פאַרבונד פון די אנשי המדינה מיט זייער מלך איז ניט גלייך צו אַן אַנדער פאַרבונד. לדוגמא — פון אַ תלמיד צו זיין רב. דער פאַרבונד פון אַ תלמיד מיט זיין רב איז נאָר אין די ענינים (פון תורה) וועלכע ער דאַרף פון אים מקבל זיין; אָבער דער פאַרבונד פון די אנשי המדינה וואָס האָבן צו טאָן מיט מלוכה, נאָר זייער גאַנצע מציאות איז אונטערוואָרפן דעם מלךיא).

על־דרך ווי די גמרא דערציילטיח) וועגן איינעם וואָס „מחוה במחוג קמי מלכא" (ער האָט אין דער אָנוועזנהייט פון מלך אָנגעוויזן אויף עפּעס מיט אַ רמז), האָט מען אים דן געווען למיתה, ווייל דערמיט האָט ער אַרויסגעוויזן זיין אייגענע מציאות אין געגנוואַרט פון מלך, וואָס דאָס איז אַ מרידה במלכות. כאָטש אַז דורך „מחוה במחוג" האָט ער נאָר אַרויסגעוויזן זיין מציאות, אַן ענין וואָס האָט ניט געהאַט צו טאָן און ניט אָנגערירט די עניני המלוכה1051(ניט ווי דאָס וואָס ביי אַ תלמיד טאָר ניט זיין „מורה הלכה בפני רבו" — ווייל דאָס האָט צו טאָן מיט די ענינים וואָס ער איז מקבל פון דעם רב) — פונדעסטוועגן איז עס שוין אַ מרידה במלכות. ווייל מלוכה דאַרף דורכנעמען די גאַנצע מציאות פון יעדערן פון די בני המדינה, אויך אין זייערע פּשוט'ע זאַכן, מחוויי (באַוועגונגען פון הענט) וכו'.

און אַזוי איז עס אויך געווען ביי משה רבינו, אַז דורך זיין התנשאות האָבן אידן באַקומען דורך אים ניט בלויז השגות נעלות וכדומה, נאָר אויך אַלע זייערע ענינים, ביז צו ענינים פּשוטים ביותר*1)) (און דאָס זעלבע איז אויך ביי אתפּשטותא דמשה שבכל דרא ודראי), ביי די נשיאים, ראשי בני ישראלי) אַז אַלע אנשי דורם 117)) דאַרפן מקבל זיין זייער חיות דורך די נשיאים)יח).

און דאָס איז געווען טענת קרח; „כי כל העדה כולם קדושים" — אין די זאַכן וואָס אַלע אידן זיינען גלייך קדושים, אין קיום המצוות „מדוע תתנשאו"יט) — פאַרוואָס איז בנוגע1052די ענינים וואָס אַלע זיינען גלייך, די ענינים פּשוטים — דאַרפן אויך אידן מקבל זיין זיי דורך משה רבינו?

ה. אויף דעם האָט זיי משה רבינו געענטפערט; „בקר וידע ה' את אשר לו ואת הקדוש והקריב אליו", אינדערפרי וועט דער אויבערשטער לאָזן וויסן „את אשר לו — לעבודת לוי', ואת הקדוש — לכהונה"כ).

רש"י זאָגטכא) דעם טעם פאַרוואָס משה רבינו האָט געהייסן וואַרטן ביז בקר; א) זיי זאָלן דערוויילע קענען תשובה טאָן; ב) צו ווייזן, אַז פּונקט ווי די גרענעצן מיט וועלכע דער אויבערשטער האָט פאַנאַנדערגעטיילט צווישן ערב און בוקר קען קיינער ניט צעשטערן, אַזוי קען קיינען ניט מבטל מאַכן דאָס וואָס „ויבדל אהרן להקדישו קודש קדשים"כב).

די ביידע טעמים פאָדערן אַ ביאור; לויטן ערשטן טעם איז דאָך אַודאַי ניט מובן, פאַרוואָס מען האָט געדאַרפט וואַרטן אַ גאַנצע נאַכט ביז בוקר, מען קען דאָך תשובה טאָן אין איין וויילע, „בשעתא חדא וברגעא חדא"; און אויב אַנדערע ווערן ניט באַלד נתעורר בתשובה — איז דאָך אין דעם קיין שיעור ניטאָ: איינער טוט תשובה גלייך אויפן אָרט, ביי אַ צווייטן קען עס געדויערן ביז בוקר, און ביי אַ דריטן נאָך לענגער.

אויך לויטן צווייטן טעם איז ניט מובן וואָס האָט מען געדאַרפט וואַרטן ביז אויף צו מאָרגן אינדערפרי, ס'וואָלט דאָך געווען גענוג צו וואַרטן ביז ביינאַכטכח), וואָס דאַן זיינען פאַראַן די גבולות וואָס טיילן פאַנאַנדער צווישן בוקר און ערב?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס איז טאַקע געווען דער ענטפער אויף דעם וואָס קרח האָט גע'טענה'ט „מדוע תתנשאו", וויבאַלד אַז „כולם קדושים" און „המעשה הוא העיקר". דורך „קחו לכם מחתות" האָט משה רבינו לכאורה נאָר געוואָלט באַווייזן (און באַוויזן) אַז קרח איז ניט גערעכט און אַז אַלץ האָט משה געטאָן בציווי הקב"ה, דאָס האָט אָבער ניט מבאר געווען פאַרוואָס קרח איז ניט גערעכט. (אויך איז די מעשה הקטורת לכאורה געווען נוגע נאָר צו דער טענה אויף כהונת אהרן, אָבער ניט בנוגע דער טענה אויף דער מלוכה־התנשאות פון משה רבינו).

דאַרף מען זאָגן, אַז אין דעם הייסן וואַרטן ביז בוקר, איז פאַראַן אויך אַ ביאור פאַרוואָס קרח איז אומגערעכט.

ו. דער אַלטער רבי איז מדייקכא) דעם לשון „תשובה ומעשים טובים"1053וואָס ווערט אָפט געבראַכט אין דברי רז"ל (און ניט — תשובה ומצות) און איז מבאר: מעשה המצוות קענען זיין אין אַזאַ אופן אַז זיי זיינען ניט „טובים" (מאירים), זיי לייכטן ניט, — כאָטש אַז אויך דאַן זיינען זיי מצוות — זיינען חז"ל מדייק צו זאָגן „תשובה ומעשים טובים", דורך ריכטיקע תשובה זיינען די מעשים טובים ומאירים.

אַ משל אויף דעם איז פון אבנים טובות וואָס האָבן אויף זיך בלאָטע, וואָס דאַן איז ניט נאָר וואָס די אבנים טובות לייכטן ניט, נאָר אויך אַז דורך דער בלאָטע וואָס אויף זיי פאַרשטעלן זיי אויף ליכטיקייט און זיינען היפּך האור, כאָטש אַז אויך ווען זיי זיינען אין בלאָטע האָבן זיי אין זיך בהעלם אַלע תכונות פון אבנים טובות.

עלדך־זה איז אויך אין מצוות; ענינם איז להוסיף אור בעולם. פאַראַן אָבער אַמאָל וואָס לפי שעה ובגילוי זיינען זיי היפּך ענינם. דער לימוד התורה און קיום המצוות פון אַ רשע, איז ניט נאָר וואָס זיי מאַכן ניט ליכטיק, נאָר אדרבה, זיי מאַכן נאָך גרעסער דעם חושך און העלם אין וועלט, זיי זיינען מוסיף חיות אין קליפּותכח). און ניט נאָר די תורה און מצוות פון אַ רשע, נאָר אַזוי איז עס אויך אין תורה און מצוות שלא לשמה, צוליב פּניותכח). וכנראה גם במוחש, אַז בשעת עס פעלט די ריכטיקע כוונה אין תורה ומצוות, קען דעם מענטשן דערפון צוקומען ישות און גאוהכז), פילנדיק ביי זיך די אייגענע מעלה וואָס ער איז בייגעשטאַנען שוועריקייטן און האָט מקיים געווען די מצוה, ובפרט נאָך אויב ער איז מקיים אַ מצוה בהידור. וואָס דאָס איז גאָר דער היפּך פון ענין המצוה; מצוה איז פון לשון צוותא וחיבורכח), דורך אַ מצוה ווערט מען באַהעפט מיטן אויבערשטן, אָבער דורך ישות און גאוה ווערט מען, ר"ל, אָפּגעריסן פון דעם אויבערשטן, דער אויבערשטער זאָגטכט) אויף אַ בעל גאוה „אין אני והוא יכולים לדור".

בהעלם ובפּנימיות איז עס אויך דעמאָלט תורה ומצוות, וואָס דערפאַר ווערט אָפּגע'פסק'נט אין שולחן ערוך 80)), אַז אפילו אַ רשע גמור דאַרף לערנען תורה און געוויס דאַרף ער מקיים זיין מצוות, און כאָטש אַז דערוויילע איז ער דורך זיין תורה ומצוות מוסיף חיות אין קליפּה, איז אָבער שפּעטער, ווען ער וועט תשובה טאָן — און ער וועט געוויס תשובה טאָן, וואָרום „לא ידח ממנו נדח" — וועלן די ניצוצות הקדושה פון זיין תורה ומצוות אַרויסגענומען ווערן פון קליפּה און אָנהויבן לייכטן. אָבער כל־זמן ער האָט ניט געטאָן קיין תשובה איז זיין תורה ומצוות — ווי אַן אבן טוב וואָס איז אין בלאָטע, און זיי מאַכן נאָך גרעסער דעם חושך בעולם.

קען ער דאָך ביי זיך טראַכטן; וואָס איז אים נוגע צי זיינע מצוות זיינען ליכטיקע צי זיי זיינען פינסטערע — די ליכטיקייט אָדער דער היפּך, איז דאָך בלויז אַן ענין וואָס האָט צו טאָן מיט „גילויים" — המשכת העצמות איז דורך מעשה בפּועל, המע־1054שה הוא העיקר, און דורך דעם מאַכט מען אַ דירה לעצמותו ; און דער רצון העליון איז דאָך (ווי עס ווערט אָפּגע'פּסק'נט אין שו"ע) אַז ער זאָל לערנען תורה און מקיים זיין מצוות — וועט ער אַזוי טאָן. דאָס וואָס ער איז מוסיף חיות אין קליפּות — איז עס ניט זיין געשעפט, זיין ענין איז — „לשמש את קוני"לא), צו טאָן דעם רצון העליון, און דער רצון העליון איז, אַז אויך ער זאָל מקיים זיין תורה ומצוות.

איז דער ענטפער אויף דעם, אַז דער רצון העליון איז ניט נאָר אויפן קיום המצוות, נאָר אויך אויף כוונת המצוות. וואָרום אין „דירה לו בתחתונים" זיינען דאָ צוויי ענינים 38)) ; מען דאַרף מאַכן אַ דירה לעצמותו, און אַז דער עצם זאָל דאָרט שטיין בגילוי, עס זאָל זיין אַ ליכטיקע דירה, ובכדי אַז די דירה זאָל זיין אַ ליכטיקע דאַרפן זיין ליכטיקע מצוות, מצוות וועלכע באַלייכטן און איידלען אויס דעם מענטשן מיט דער וועלט וואָס אַרום אים.

ז. און דאָס איז געווען דער ענטפער פון משה רבינו אויף טענת קרח ועדתו: אמת טאַקע אַז המעשה הוא העיקר, אָבער דער קיום פון מצוות דאַרף זיין אין אַן אופן פון „בוקר", עס זאָלן זיין ליכטיקע מצוות, וועלכע זאָלן ברענגען צו „ויודע הוי'", צו ידיעת וגילויכח) אלקות. מען קען טאַקע מקיים זיין מצוות אויך אָן דער ריכטיקער כוונה, אָבער דאָס זיינען ניט קיין ליכטיקע מצוות („בקר") און זיי ברענגען ניט צו ידיעת (גילוי) אלקות („ויודע הוי'").

און דאָס איז אויך רש"י מרמז אין די צוויי טעמים פאַרוואָס משה רבינו האָט זיי געהייסן וואַרטן ביז „בקר";

א) „שמא יחזרו בהם", בכדי זיי זאָלן האָבן שהות צו תשובה טאָן. און כאָטש אַז תשובה קען מען טאָן בשעתא חדא וברגעא חדא, האָט זיי אָבער משה רבינו מרמז געווען, אַז עס פאָדערט זיך אַ „בקר"'דיקע תשובה, אַ ליכטיקע תשובה, וואָס דאַן פּועל'ט די תשובה אַז די „מעשים" (מצוות) זאָלן זיין „טובים". אויך ווען זיין תשובה קומט פון יראת העונש, איז מען אים מוחל אויף זיינע עבירות, דאָס איז אָבער נאָך ניט מזכך דעם מענטשן; ער פאַרבלייבט אין זיין ישות. עס דאַרף זיין אַ ליכטיקע תשובה, ביז — תשובה מאהבה רבה, וואָס דאַן דוקא איז „זדונות נעשים לו כזכיות", עס ווירקט אויף די זדונות ממש און אַודאַי אויף די מצוות וועלכע זיינען געווען אין גלות (ווי „זדונות") בתוך הקליפּות, אַז זיי זאָלן נתהפּך ווערן לזכיות, אָנהויבן מאיר זיין.

ב) „בקר, א"ל משה גבולות חלק הקב"ה בעולמו כו'". משה רבינו האָט זיי מרמז געווען די מעלה פון ליכטיקע מצוות אויף די מצוות וועלכע זיינען בגלות בתוך הקליפּות, כאָטש אויך זיי זיינען מצות ה', מיט דעם משל פון ערב ובוקר; ערב און בוקר זיינען ביידע דעם אויבערשטנס באַשעפענישן, און דוקא פון דעם ערב מיטן בוקר צוזאַמען ווערט „יום אחד", און רז"ל זאָגןכד) אַז דאָס איז יום הכפּורים, און פונדעסטוועגן איז ערב — פינסטער, און בוקר — ליכטיק.

און אין דעם איז אויך דער ענטפער אויף דער טענה „ומדוע תתנשאו";1055אמת טאַקע אַז „כל העדה כולם קדושים ובתוכם הוי'", אַז יעדער איד איז הייליק און ניט בלויז מצד זיין נשמה נאָר אויך מצד זיין גוף, און דורך זיין קדושה האָט ער בכח (דורך זיינע מצוות) צו ממשיך זיין עצמות — „ובתוכם הוי'", שם העצם — דאָך וויבאַלד אַז מצוות איז ענינם, זיי זאָלן לייכטן, זיי זאָלן זיין מעשים טובים ומאירים, איז א) דאָ אַן עילוי אויך אין מעשה המצוות פון משה רבינו אויף די מצוות פון אַלע אַנדערע אידן, און דער עילוי איז אַן עילוי שבאין ערוך. ב) מען דאַרף מקבל זיין אַלע השפּעות פון משה רבינו, ואתפּשטותי' דילי' שבכל דרא ודרא, ניט בלויז בנוגע עבודת המוח והלב, נאָר אויך בנוגע מעשה המצוותח, ובפרט — אַז זיי זאָלן זיין מעשים טובים ומאירים.

ח. די הוראה פאַר אונז פון די צוויי סדרות, שלח און קרח, איז;

פאַראַן אַזוינע וואָס טענה'ן, אַז מעשה המצוות בפּועל איז ניט נוגע אויף אַזוי פיל, דער עיקר איז — עס זאָל זיין אַ אידישע האַרץ, „רחמנא ליבא בעי"ל) ; פאַראַן אַזוינע וואָס טענה'ן, אַז מען דאַרף האָבן בלויז מעשה המצוות, אָבער לימוד החסידות און עבודה שבלב איז ניט אַזוי וויכטיק, ווייל המעשה הוא העיקר. לערנט אונז דאָ תורה, אַז דער סדר העבודה דאַרף זיין ניט ווי שיטת המרגלים, אַז מען קען יוצא זיין מיט רוחניות אַליין, און ניט ווי שיטת קרח ועדתו, אַז מען קען יוצא זיין מיט מעשה אַליין, נאָר ביידע זאַכן מוזן זיין צוזאַמען.

און ווי מען האָט געזען די הנהגה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער בעל השמחה פון י"ב תמוז, אַז ער האָט זיך מוסר נפש געווען אויף ביידע זאַכן; ער האָט געלייגט די גרעסטע כוחות, ביז צו מסירת נפש בפּועל, אויף ענינים פון מעשה, אַז אַ אידיש קינד זאָל לערנען אַל"ף בי"ת; אַז אַ איד זאָל מקיים זיין אפילו נאָך איין מצוה (כאָטש יענער איז נאָך לגמרי ניט געווען שייך צו כוונת המצוות און צו דער פּנימיות'דיקער אויסאיידלונג וואָס ווערט דורך איר, און אפילו פון מצוות בפּועל איז ער נאָך אויך געווען ווייט, דאָך האָט זיך דער רבי מוסר נפש געווען, אַז דער איד זאָל מקיים זיין לכל הפּחות איין מצוה); און גלייכצייטיק האָט דער רבי געלייגט די גרעסטע כוחות און זיך מוסר נפש געווען צו פאַרשפּרייטן תורה, פּנימיות התורה ביז צו עבודת התפלה כדבעי.

און דאָס איז דער וועג וואָס דער רבי האָט אָנגעוויזן פאַר אַלע וואָס זיינען שייך צו אים און הולכים בעקבותיו, אַז מען זאָל טאָן אין ביידע קוים: פּונקט ווי מען דאַרף טאָן אין „המעשה הוא העיקר", דאַרף מען אויך זען, אַז די מעשה זאָל זיין אַ ריינע און אַן איידעלע, וואָס דאָס טוט זיך אויף דורך לימוד פּנימיות התורה און עבודת התפלה.

און דורך דער עבודה אין ביידע קוים צוזאַמען מאַכט מען אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אַ דירה אין ביידע זאַכן; עס זאָל זיין אַ דירה לעצמותו און אַז דער עצם זאָל זיין בגילוי.

(משיחת ש"פ קרח תשכ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7qsq1rhv

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources