עברית
Library

Likkutei Sichos

Masei

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1083מסעי

א. וועגן די מ"ב מסעות שבפּרשת מסעי, זאָגט דער בעש"טא), אַז זיי זיינען אַלע פאַראַן ביי יעדער אידן, במשך שנות חייו; „אשר יצאו מארץ מצרים" — לידת האדם, דערנאָך במשך ימי חייו — שאר המסעות, ביז ער קומט צו ארץ החיים העליונה.

און כאָטש אַז צווישן די מסעות זיינען דאָך דאָ מסעות היפּך הרצון העליון, איז לכאורה ווי קען מען אויסשטעלן אַ סדר אַז בחיי כל אחד ואחד מוזן זיין ענינים היפּך הרצון? איז דאָס מובן על פּי ביאור הבעש"ט, אַז די מסעות מצד עצמם זיינען קדושה, נאָר (עס איז דאָך געגעבן געוואָרן בחירה, איז) מצד מעשיהם זיינען אַרויסגעקומען די ענינים היפּך הטוב. אָבער בשעת די בחירת האדם איז ווי עס דאַרף זיין, „ובחרת בחיים" (און מען האָט אויך אַ נתינת כח וסיוע אויף דעם, ווייל די תורה זאָגט דאָך אים „ובחרת בחיים"), דאַן זיינען אַלע מסעות — עליות מחיל אל חיל בקדושה.

ולדוגמא ברענגט ער דעם מסע פון קברות התאוה, וואָס „שם קברו את העם המתאוים". איז דער ענין אין קדושה, ובמדריגה נעלית בקדושה, אַ מדריגה וואו ס'איז ניט שייך קיין תאוה, ניט נאָר וואָס בפּועל איז ניטאָ קיין תאוה נאָר „קברו גו' המתאוים", אַז ס'איז גאָרניט בגדר עס זאָל זיין שייך תאוה. נאָר מצד התערבות הלעומת זה איז געוואָרן אין אַ ציור היפּך הטוב. ע"כ תוכן הביאור.

ומזה בנוגע דעם ענין פון די מ"ב מסעות ווי זיי זיינען בחיי האדם הישראלי; די מסעות און ענינים וועלכע זיינען געווען ביז איצטער, ווייסט מען דאָך שוין וועלכע ענינים מען האָט אויסגענוצט לטוב און וועלכע להיפּך. אָבער בנוגע מכאן ולהבא, די מסעות וועלכע ער דאַרף נאָך דורכגיין, האָט ער די בחירה און דעם אָנזאָג אויסנוצן אַלע זיינע מסעות אין דעם קו הטוב.

ובפרט מצד דעם ענין פון ובחרת בחיים, אילנא דחיי, פּנימיוות התורה, וועלכע איז מגלה דעם טוב פון יעדער ענין און איז מהפּך אויך דעם ניט־טוב — לסם חיים.

ב. די זעלבע זאַך איז בנוגע דעם ענין פון בין המצרים (וואָס אין די טעג לייענט מען אַלעמאָל פּרשת מסעי))), אַז די ענינים וועלכע האָבן צוגעבראַכט צו בין המצרים, איז ווען ניט די התערבות פון לעומת זה, האָט מען זיי געקענט אויסנוצן אין עבודה נעלית8)) אין קדושה.

ובדוגמת חטא העגל, וואָס ער איז דער שורש פון די אַלע חטאים שלאחריו, איז דאָך ידוע), אַז דער חטא איז געקומען פון דעם וואָס אידן האָבן זיך מתבונן געווען אין דער מרכבה (און דעם פני שור שבמרכבה) בשעת מתן תורה. קומט דאָך אויס, אַז אפילו אַזאַ ענין וואָס קען ברענגען צו אַ חטא גדול ביותר — ביז צום חטא העגל, איז בשעת ס'איז ובחרת בחיים,1084פאַרמיידט מען דעם חטא און נאָך מער, מען נוצט אויס דעם ענין אין אַ מדריגה נעלית בקדושה, ביז צו התבוננות בהמרכבה און אלפי שנאן וכו' — העכער ממה שראה יחזקאל בן בוזי*

און על דרך ווי מיר געפינען ביי ירבעם בן נבט, וואָס בשעת די משנה וויל ברענגען אַ דוגמא פון אַזאַ איינעם וואָס „חטא והחטיא את הרבים", דערמאָנט זי ירבעם בן נבט, פונדעסטוועגן זאָגט אויף אים די גמרא8)), אַז ער האָט געלערנט ק"ג פּנים בתורת כהנים ; „והוא מתכסה בשלמה חדשה ושניהם לבדם בשדה", ער האָט געלערנט צוזאַמען מיט אחי' השילוני און מחדש געווען אַזוינע חידושים אין תורה וואָס נאָר זיי ביידע האָבן עס געקענטז. נאָר דורך דער התערבות פון לעומת זה איז עס ביי אים אַרויסגעקומען אין קצה היותר הפכי (ק"ג בגימטריא עגל); איז אָבער מובן, אַז דורך ובחרת בחיים וואָלט ער געקענט דעם זעלבן שכל אויסנוצן אין אַן אופן נעלה ביותר.

און אַזוי איז עס אויך בנוגע „בין המצרים", אַז די ענינים וועלכע האָבן דערצו צוגעבראַכט, איז ווען ניט די התערבות דלעומת זה וואָלט פון זיי געקענט אַרויסקומען אַן ענין נעלה בקדושה. און אויך נאָכדעם ווי דער לעומת זה האָט זיך אַריינגעמישט, איז דורך תשובה זדונות נעשים כזכיות — דורך תשובה איז מיד נגאלין, בגאולה השלימה, און הימים האלו יהפכו לששון ולשמחה; דורך דעם „בין המצרים" וועט מען צוקומען צו „נחלה בלי מצרים", וואָס עס וועט נתגלה ווערן בקרוב דורך משיח צדקנו.

(משיחת ש"פ מטו"מ תשי"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7r4q786f

Copies

Recent activity

#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources