עברית
Library

Likkutei Sichos

Ki Savo

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

1130אַ כוונה צו פאַרבינדן זיך מיטן אויבערשטן.

איז אָבער דער אמת, אַז יעדער איד, בפּנימיות נפשו האָט ער אַ רצון טאָן טוב*61)). און הגם אַז אָט־דער רצון איז ביי אים בהעלם, איז ער דאָך פאַרבונדן אויך מיט זיינע ענינים שבפּועל82)) און דעריבער איז עס על דרך „עסוקין באותו ענין". ובדוגמת ועל־דרך ווי ביי קרבנות, אַז אפילו אויב די כהנים זיינען ניט מכוון די כוונות וועלכע דאַרפן זיין ביי די קרבנות, איז „לב בית דין מתנה עליהם"68)) — צוליב דער פּנימיות'דיקער איבערגעגעבנקייט פון יעדער אידן צו בית דין (און זייער פּסקדין) 61)), העלפט דער תנאי פון בית

תב

א. דעם ציווי „והלכת בדרכיו" (וואָס עס שטייט אין פ' תבוא) רעכנט דעם רמב"םא) אין דעם מנין פון די תרי"ג מצוות. און ער טייטשט אויס די מצוה: „להדמות בו יתעלה כפי היכולת" (מען זאָל זיך גלייכן צום דין און ס'איז אַזוי ווי די כהנים אַליין זיינען מכוון*44)).

און דעריבער איז מצוות אין צריכות כוונה, ווייל ביי יעדער אידן איז זיין טאָן אַ מצוה אין אַ גדר פון „עסוקין באותו ענין", און בעת ער טוט אַ מצוה, אפילו אָן כוונה, גיט ער בפּנימיות רצונו איבער דעם אויבערשטן זיין גוף און זיין חלק אין וועלט, און עס ווערט די צוותא וחיבור פון אים מיטן אויבערשטן — אין אַן אופן פון אירוסין, וואָס דאָס ברענגט דערנאָך צו נישואין, ביז אַז כמ"ש 68)) — ביום ההוא גו' תקראי אישי ולא תקראי לי עוד בעלי, בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת כ"ד טבת תשכ"נ) וא

אויבערשטן יתעלה לויט דער מעגלעכקייט). ד.ה. מען זאָל זיך פירן לויט די מדות פון דעם אויבערשטן, און ווי דער רמב"ם ברענגט דאָרט די דרשהב): „מה הקב"ה נקרא חנון אף אתה הי' חנון, מה הקב"ה נקרא רחום1131אף אתה הי' רחום, מה הקב"ה נקרא חסיד אף אתה הי' חסיד".

צווישן די שרשים וועלכע דער רמב"ם גיט בנוגע מנין המצוות, זאָגט ער)), אַז אַ ציווי כולל, אַזוי ווי „את חקותי תשמרו גו'" אָדער „קדושים תהיו", ווערן ניט גערעכנט אין מנין המצוות, ווייל זיי זיינען ניט קיין ציוויים אויף אַ געוויסן פּרט, נאָר זיי נעמען אַרום די גאַנצע תורה. ולכאורה, איז דאָך אויך די מצוה „והלכת בדרכיו" אַ ציווי כללי, וואָרום כאָטש די פרטים הנ"ל פון דער מצוה; „הי' חנון", „הי' רחום" און „הי' חסיד" גייען אַריין אין גמילות חסדים, וועלכע גייט אַריין אין מצות „ואהבת לרעך כמוך). איז דאָך אָבער לויט דעם ווי מ'איז מבאר דעם פּירוש פון „והלכת בדרכיו" — „להדמות בו יתעלה כפי היכולת" — גייט דאָך דאָס אויף אַלע מצוות, וואָס זיי אַלע זיינען „דרכיו" של הקב"ה, וואָרום דער אויבערשטער איז מקיים אַלע מצוותה) — איז דאָך דער ציווי „והלכת בדרכיו" ניט קיין מצוה פּרטית, נאָר ער איז כולל אַלע מצות, און פונדעסטוועגן ציילט אים דער רמב"ם אין מנין המצוות*5?

מוז מען זאָגן, אַז אין דעם ציווי „והלכת בדרכיו" איז פאַראַן אַ געוויסער ענין וואָס איז ניטאָ אין אַנדערע ציוויים, און צוליב דעם חידוש אין דעם ציווי, ווערט ער געציילט אין דעם מנין המצוותח). עלדרך ווי די מצוה „ועבדתם את ה' אלקיכם", וואָס כאָטש אַז זי איז פון די ציוויים כוללים — וואָרום מיט יעדער מצוה דינט מען דעם אויבערשטן — פונדעסטוועגן, מצד דעם חידוש וואָס איז פאַראַן אין דער מצוה, ווערט זי געציילט אין מנין המצוותז).

ב. וואָס איז דער חידוש אין דעם ציווי „והלכת בדרכיו" וואָס שטייט ניט אין אַנדערע מצוות ? — „והלכת", אַז דער אופן קיום המצוות דאַרף זיין בדרך הליכה. עס קען זיין אַז מען זאָל מקיים זיין מצוות און פונדעסטוועגן בלייבן שטיין אויפן זעלבן אָרט, אין דעם זעלבן מעמד ומצב ווי מען איז געווען איידער מען האָט מקיים געווען די מצוה. אויף דעם קומט דער ציווי „והלכת", אַז מען זאָל מקיים זיין מצוות אויף אַזאַ אופן, אַז זיי זאָלן פּועל'ן אַ הליכה אין דעם מענטשן וואָס איז זיי מקיים ; ער זאָל אַרויסגיין *) פון זיין פריערדיקן מצב און דערהויבן ווערן אין אַ העכערער מדריגה.

און דורך וואָס פּועל'ט מען דעם „והלכת" — דורכן „בדרכיו": ער איז מקיים יעדער מצוה צוליב דעם וואָס זי איז דרכו של הקב"ה, ער טוט עס בכדי „להדמות בו יתעלה", און דאַן ווירקן אויף אים די מצוות דעם ענין פון — „הלכת".

און כאָטש אַז דער קיום המצוות פּועל'ט זיכער אַ זיכוך אין דעם אדם וואָס איז מקיים די מצוות, אין וועלכן אופן ער זאָל זיי נאָר מקיים זיין, אויך ווען ער איז דערביי ניט מקיים דעם באַזונדערן ציווי „והלכת בדרכיו" (ביז אַז אפילו ווען ער איז מקיים אַ מצוה אין דעם נידעריקסטן אופן פון „שלא לשמה" אויך דאַן ווירקט די מצוה אין אים) און דורך יעדער זיכוך גייט ער1132דאָך אַוועק פון זיין פריערדיקן מצב — דאָס איז אָבער אַן ענין שבהעלם. דער ציווי „והלכת" איז, צו מקיים זיין די מצוות באופן כזה אַז עס זאָל זיך פילן בגילוי ווי דורך דער מצוה; ווערט ער והלכת.

ג. אויפן פּסוקט) „ונתתי לך מהלכים בין העומדים האלה" שטייט אין חסידות*) אַז מלאכים, און אַזוי אויך נשמות איידער זיי נידערן אַראָפּ למטה, ווערן אָנגערופן „עומדים", און נשמות למטה, דורך זייער קיום פון תורה ומצוות, ווערן גערופן „מהלכים". און חסידות איז מבארי), אַז כאָטש אויך מלאכים, ומכל־שכן נשמות למעלה, זיינען כסדר עולה בעילוי אחר עילוי, פונדעסטוועגן ווערן זיי גערופן „עומדים", ווייל זייערע עליות זיינען בסדר והדרגה — ממילא זיינען זיי באַגרענעצט ; יעדער עלי' איז בערך צו דער פריערדיקער און ווי הויך עס זאָל ניט זיין די מדריגה צו וועלכער זיי דערהויבן זיך, איז זי נאָך פאַרבונדן און האָט אַ שייכות צו דער נידעריקסטער מדריגה ביי וועלכער זיי האָבן געהאַלטן גאָר פון אָנהייבס. און דעריבער הייסן זיי „עומדים", זיי שטייען אַלץ אויף איין אָרט; אויך דורך זייערע העכסטע עליות גייען זיי ניט אַוועק אינגאַנצן פון די פריערדיקע, נידעריקע מדריגות. „מהלכים" (וואָס ווערט אויפגעטאָן אין נשמות נאָך זייער אַראָפּקומען למטה) מיינט, אַז די עליות זיינען העכער פון סדר און אָן קיין גרענעץ; דערגרייכנדיק צו דער העכערער מדריגה זיינען זיי שוין אינגאַנצן „אַוועק" און האָבן ניט קיין שייכות מיט דער דרגא אין וועלכער זיי זיינען געשטאַנען פריער.

פון דעם איז מובן, אַז דער פּירוש פון „והלכת בדרכיו" איז, אַז דער קיום המצוות זאָל זיין אין אַזאַ אופן, אַז ער זאָל דערהויבן ווערן דורך זיי אין אַן אופן בלתי מוגבל, אַן איבערגאַנג פון גבול אין בלי גבול, וואָס דאַן איז ער אַ „מהלך".

אַ נברא איז דאָך אָבער אַ מוגבל, איז ; א) ווי קען ער דורך זיין באַגרענעצטער עבודה עולה זיין בלי גבול? און ב) אויב ער דערגרייכט יאָ צו בלי גבול, ווי קען ער דאַן בלייבן אַ נברא מוגבל? לכאורה מוז ער דאָך ווערן אויס נברא. אויף דעם זאָגט ער „והלכת בדרכיו", דו זאָלסט זיך פאַרבינדן מיט דרכיו של הקב"ה (דורך מקיים זיין די מצוות צוליב דעם וואָס זיי זיינען דרכיו של הקב"ה, כנ"ל). און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז „נמנע הנמנעות"יא) און איז „נושא הפּכים", קען ער יתברך פאַרבינדן גבול מיט בלי גבול צוזאַמען, אַז א) אַ נברא דורך זיין עבודה מוגבלת זאָל זיך ביי אים אויפטאָן דער „והלכת", ער זאָל עולה זיין בעילוי בלתי מוגבל, און ב) אַז אויך נאָך זיין אַומבאַגרענעצטער עלי' זאָל ער פאַרבלייבן במציאותו המוגבלת.

ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; די כוונה העליונה איז דאָך, אַז אַלע עילויים צו וועלכע אַ מענטש קומט צו, זאָלן זיין דורך עבודה דוקא. אויב מען זאָל דעם מענטטן געבן די אַלע השפּעות מלמעלה, אָן זיין עבודה, איז עס ניט תכלית הטוב, וואָרום ס'איז

1133דכיסופא"

ברויט")כב). מוז מען זאָגן, אַז אויך דער עילוי פון „והלכת", הילוך בלי גבול, קומט דוקא דורך זיין עבודה. לפי הנ"ל אָבער קומט אויס, לכאורה, אַז דורך זיין באַגרענעצטער עבודה קען ער נאָר צוקומען צו מוגבל'דיקע עליות, און צו דעם „הילוך" בלי גבול קומט ער צו נאָר ווייל דער אויבערשטער איז אים מעלה צו דעם.

און כאָטש אַז אָט־די עלי' פון „הילוך" מיינט ניט אַז דער מענטש בעבודתו איז עולה בהגבלה, און נאָך דעם ווי ער דערגרייכט וויפל ער קען, הויבט מען אים אויף מלמעלה העכער, בלי גבול — נאָר דער אויבערשטער וואָס ער איז „נמנע הנמנעות" גיט אַריין אַ כח אין עבודת האדם אַז די עבודה זאָל אים מעלה זיין בלי גבול; פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז דאָס גופא וואָס די עבודה טוט אויף דעם „הילוך", קומט עס דאָך ניט מצד עבודת האדם, איז עס דאָך, לכאורה, ניט ווי די כוונה עליונה, אַז אַלע עליות זאָלן קומען דורך עבודה דוקאיח).

מוז מען זאָגן, אַז אויך דאָס גופא וואָס די עבודה טוט אויף דעם הילוך אין דעם מענטשן, איז עס פאַרבונדן מיט עבודת האדם.

ה. דער ביאור אין דעם;

בכדי אַז די מצוות זאָלן זיין „דרכיו" של הקב"ה, אַז זיי זאָלן אין זיך האָבן אַ כח בלתי מוגבל, איז עס דורך דעם וואָס ביי דעם אדם העובד איז זיין קיום המצוות פאַרבונדן מיט זיין עצם הנשמה, וואָס זי איז אַ „חלק אלקה ממעל ממש"יד) — בלי גבול. און דורך דעם וואָס דער אדם העובד איז ממשיך זיין עצם הנשמה אין דער מצוה פּרטית, פון חנון כו' (וואָס דאָס מיינט „אף אתה הי' חנון; אתה הי' רחום; אתה הי' חסיד", אַז דו אַליין (דער עצם הנפש) זאָלסט זיין אַ חנון רחום און חסיד). ד.ה. (בעבודה) אַז ער איז מקיים די מצוות מצד אמונה פּשוטה און מסירת נפש (שלמעלה מטעם ודעת) וואָס קומט פון עצם הנשמה, דורך דעם טוט ער אויך אויף, אַז אין די זיינע ענינים פון חנון רחום וחסיד, ווערט נמשך דער אויבערשטער אַליין — „הקב"ה נקרא1134חנון, הקב"ה נקרא רחום, הקב"ה נקרא חסיד". קומט דאָך אויס, אַז אויך דער ניט באַגרענעצטער הילוך אין קיום המצוות, טוט זיך אויף דורך (אופן) עבודת האדםטו).

ו. דער כח פון נמנע הנמנעות, וואָס איז דאָ אין „והלכת בדרכיו", דריקט זיך אויס, ווי געזאָגט פריער, אין צוויי אופנים; א) אַז די עבודה המוגבלת פון דעם אדם זאָל אים קענען מעלה זיין בלי גבול. ב) אַז נאָך אַלע עליות פון בלי גבול, זאָל דער אדם פאַרבלייבן אין אַ מציאות מוגבלת. און וויבאַלד, אַז אַלע ענינים און עילויים דאַרפן קומען דורך עבודת האדם, מח מען זאָגן אַז אויך דער עילוי וואָס ער פאַרבלייבט אין אַ מציאות מוגבלת, קומט דורך זיין עבודה:

דער אמת'ער חיות פון אַ אידן איז פון זיין נפש האלקיתטז) (ס'איז בלויז וואָס דער חיות גייט דורך דורכן נפש הבהמית), הגם אַז דער גוף איז אַ גשמי, אַ מוגבל, און נעמט זיך פון קליפת נוגה, און די נשמה איז „חלק אלקה ממעל ממש" — דאָך איז ניט נאָר וואָס דער גוף ווערט ניט נתבטל דורך דער נשמה, נאָר אדרבה, זי באַלעבט אים. זיין חיות איז פון נפש האלקיות.

אָבער אָט־דער חיות, וואָס דער גוף לעבט פון דער נשמה, איז — בהעלם (מצד עצמו). און דער אדם דורך זיין עבודה דאַרף עס אַרויסברענגען בגילוי, אַז עס זאָל זיך אין אים דערהערן, ווי זיינע אברי הגוף לעבן פון נפש האלקית; פּונקט ווי דער גוף, וואָס לעבט בגילוי פון נפש החיונית, איז באַלד ווי דער נפש וויל עפּעס טאָן, פאָלגן עס אויס אברי הגוף בדרך ממילא „תיכף ומיד בלי שום ציווי ואמירה להן ובלי שום שהיי' כלל"יז), אַזוי דאַרף עס זיין בנוגע דעם נפש האלקית ; ווען אַ איד נעמט אַראָפּ די זאַכן וואָס פאַרשטעלן אויף דער נטמה און ער דערהערט אַז זיין חיות איז פון נפש האלקית, טוען זיינע אברים בדרך ממילא די רצונות פון נפש האלקית. ווי דער ירושלמייח) ברענגט: „כרע מגרמי'" (ווען עס קומט צו „מודים", איז די קאָפּ כורע פון זיך אַליין).

און דורך דעם וואָס אַ איד פּועל'ט דורך זיין עבודה בגילוי דעם חיבור פון נשמה און גוף, אַז זיין גוף מוגבל1135לעבט פון נפש האלקית, איז ער ממשיך דעם כח העצמות, אַז די אַלע העכסטע עליות אין אופן פון „הילוך" זאָלן קענען זיין בגופו הגשמי, און ער זאָל זיין אַ כלי צו אָט־די עליות.

ז. ניט יעדער איינער קען דאָך אָבער פּועל'ן ביי זיך דעם ביטול אַז אברי גופו זאָלן טאָן פון זיך אַליין די רצונות פון נפש האלקית — אויף דעם קומט דער פריערדיקער ציווי (וואָס אויך דער סדר הציוויים איז בדיוק און איז נוגע צו עבודת השי"ת) — „ובו תדבק", און ווי דער רמב"ם ברענגטי) פון ספרי, אַז דאָס מיינט „הדבק בחכמים ובתלמידיהם", באַהעפטן זיך מיט די „חכמים", די וואָס שטייען אין אַ ביטול (חכמה, כח מה, ביטול)י) אין אַן אופן פון מרכבה. און וויבאַלד אַז זיין יניקה איז פון די חכמים, זיי זיינען זיין „קאָפּ"יא), איז דורך דער דביקות אין זיי, ווערט ער אויך „נדבק בשכינה ממש"כא), און זיין גוף ווערט אַ כלי צום אור הנשמה, כנ"לכב).

דער ציווי „ובו תדבק" איז אָבער אַן ענין כללי: ער זאָל זיך באַהעפטן מיטן אויבערשטן דורך דער דביקות בחכמים ובתלמידיהם ; וואָס דורך דעם ווערט זיין גוף בכלל אַ כלי צו אלקות און ער ווערט ראוי אַז ביי אים זאָל קענען זיין דער „והלכת", בלי גבול. דער הילוך בפּועל אָבער מח קומען דורך מעשה המצות, וואָרום „המעשה הוא העיקר", עשיית המצוה בפּועל דוקא דערלאַנגט און איז ממשיך עצמות. און בכדי אַז די המשכה זאָל זיין בגילוי, קומט אויף דעם דער ציווי „והלכת בדרכיו", אַז דער קיום המצות זאָל זיין אין אַן אופן פון „בדרכיו", ער זאָל זיי מקיים זיין צוליב דעם וואָס זיי זיינען דרכיו של הקב"ה, „להדמות בו יתעלה", און דאַן, נאָך דער הקדמה פון „ובו תדבק", פּועל'ן זיי דעם „והלכת", אַז עס ווערט1136דער „צדיקים אין להם מנוחה כו', שנאמר ילכו מחיל אל חיל"239)), ביז מען וועט צוקומען צו אַ העכערן זמן

ח"י א

חי אלול איז דער יום הולדת פון מורנו הבעש"ט (בשנת נח"ת) און פון כ"ק רבינו הזקן (בשנת קה"ת).

ס'איז ידועא) אַז דער אַלטער רבי פלעגט רופן דעם בעש"ט „זיידע". כפּשוטו איז עס צוליב דעם וואָס דער אַלטער רבי איז געווען תלמיד תלמידו פון בעש"ט, און חז"ל זאָגןג): „כל המלמד בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו" (דער וואָס לערנט זיין חבר'ס זון תורה, איז ווי ער האָט אים געבוירן).

אָבער אין דעם מאמר חז"ל שטייט „כאילו (אַזוי ווי) ילדו", מיט אַ כ"ף הדמיון, און ניט אַז ער האָט אים טאַקע געבוירן. אַזוי רעדט זיך אויך אין חסידות)), אַז יעדער השפּעה פון שכל איז בלויז אַ הארה פון דעם משפּיע, ניט קיין המשכה פון זיין עצם ווי ס'איז ביי הולדה, און דעריבער איז עס נאָר „כאילו ילדו". דער אַלטער רבי אָבער האָט גערופן דעם בעש"ט „זיידע", אָן אַ כ"ף הדמיון, און נאָך ובחינה — „ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים".

(משיחת יו"ד שבט תשכ"א) אלול

מער; ס'איז ידוע*) וואָס ער האָט געזאָגט בנוגע ר' ברוך מעזבוזשער, וועלכער איז געווען דעם בעש"ט'ס אַן אייניקל (און ער איז געווען אַן אייניקל דורך אַ טאָכטער, וואָס אין בן בתו איז אַ געוויסע מעלה אויף בן בנו), אַז ער — ר' ברוך — איז דעכ בעש"ט'ס אַן אייניקל אין גשמיות, און איך — האָט דער אַלטער רבי געזאָגט אויף זיך — בין אַן אייניקל ברוחניות — און ער האָט עס געזאָגט למעליותא. ד. ה. אַז דער אַלטער רבי האָט גענומען די פּנימיות פון דעם בעש"ט; ניט בלויז השפּעת השכל וואָס איז אַ הארה, נאָר אפילו אָט־די פּנימיות וואָס גיט זיך ניט איבער אין דער השפּעה עצמית פון הולדה.

דער ביאור אין דעם בקצרה8 „הצדיקים דומים לבוראם"ח). על־דרך ווי דער אויבערשטער זאָגט „אנא נפשי כתבית יהבית"ז), אַז ער האָט אַריינגעגעבן זיין עצמות אין תורה, אַזוי איז אויך ביי צדיקים, אַז זיי גיבן אַריין זייער עצמות אין תורה. אין תורת החסידות האָט דער בעש"ט אַריינגעגעבן זיין עצם, אויך דאָס וואָס ווערט ניט איבערגעגעבן אפילו צו אַ קינד. און וויבאַלד אַז דער אַלטער רבי האָט

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-wqr18wbp

Copies

Recent activity

#172 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · open
#119 Likkutei Sichos vol 4: machine reading · approved

Sources