Likkutei Sichos
Haazinu
1154הגם אַז תשובה איז העכער פון תורה, וואָס דעריבער העלפט דאָך תשובה אויך אויף די פּגמים פון תרי"ג מצוות התורה (כולל מצות ת"ת), איז זי דאָך בבחינת גילוי, און תשובה שלמעלה מהתורה, איז די פאַראייניקונג מיט עצמות, העכער פון גילוי.
און אַזוי ווי בזמן הבית איז די התקשרות עצמית צווישן נשמות ישראל מיט דעם אויבערשטן געוואָרן דורך דער כניסה פון כה"ג אין קדש הקדשים ביום הכיפּורים, אַזוי דריקט זיך אויס דער ענין איצטער אין די תפלות פון יום כיפּור, וואָרום תפלה איז במקום עבודת הקרבנות;
יום כיפּור איז דער איינציקער טאָג פון יאָר ווען מען איז מחוייב דאַוונען חמש תפלות. די פינף תפלות זיינען כנגד די פינף מדריגות פון נשמה — נפש רוח נשמה חי' יחידה 28)). די פינפטע תפלה, וואָס מען איז מתפלל נאָר יום כיפּור, די תפילת נעילה, ווערט אין איר נתגלה בחינת היחידה שבנשמה, ווי זי איז פאַראיינציקט מיטן אויבערשטן, וואָס דאָרטן האָבן ניט קיין אָרט קיין זאַך אויסער דער אויבערשטער מיט אידן. און דאָס איז דער טייטש פון „נעילה" — מען פאַרשליסט אַלע טויערן, און מען לאָזט אַהין קיינעם ניט אַריין; דאָרט געפינען זיך בלויז אידן מיט עצמותו יתברך.
און הגם אַז בעיקר ווערט אָט־י בחינה אַנטפּלעקט אין תפלת נעילה 28)), איז אָבער בכללותכד) די בחי' פאַראַן אויך דעם גאַנצן טאָג פון יום כיפּור. ווי דער לשון איז; „יום שנתחייב בחמש תפלות", אַז דער טאָג, אַלס גאַנצער, איז מחויב אין חמש תפלות. דאָס מיינט, אַז כאָטש יעדער זמן איז מחוייב אין זיין תפלה (ביי נאַכט מעריב, אינדערפרי שחרית א.א.וו.), פונדעסטוועגן איז עס אַ „יום שנתחייב בחמש תפלות" — ווייל בכללות איז עס אַ יום ווען ס'איז מאיר בחינת „חמש" — בחינת יחידה.
שמחת ביה"ש תשכ"ג)1155וועגן אַן אַנדער סוג עבודה, און נאָך דעם וואָס ער איז מבאר די פּרטי סוגי העבודה אין די פּירושים (וועלכע זיינען ניט מחולק איינער מיטן צווייטן נאָר „מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פּליגי" — יעדער פּירוש איז מבאר אַן אַנדער סוג), זאָגט ער דעם ענין בכללות — „משה העיד כו'". וכדלקמן.
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס רש"י אין זיין פּירוש אויף חומש — (וואָס ס'איז ידוע אויף וויפל רבותינו נשיאינו האָבן מפליא געווען פּירוש רש"יא), ווייל רש"י אין זיין פּירוש ברענגט אַרויס די פּנימיות פון תורה) — ברענגט בלויז דעם לעצטן ענין פון ספרי, ווייל דאָס איז דער כלל און סך־הכל פון די פירושים.
ב. צווישן די אַנדערע פּירושים אויף דעם פּסוק זאָגט דער ספרי ; ד"א האזינו השמים, על שם שניתנה תורה מן השמים (וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן פון שמים), שנאמר אתם ראיתם כי מן השמים דברתי עמכם, ותשמע הארץ אמרי פי, שעלי' עמדו ישראל ואמרו כל אשר דיבר ה' נעשה ונשמע (וואָס אויף איר, אויף דער ארץ, זיינען אידן געשטאַנען און געזאָגט „נעשה ונשמע"). ד"א האזינו השמים, שלא עשו מצות שניתנו להם מן השמים, ואלו הם מצות שניתנו להם מן השמים (אַז זיי האָבן ניט געטאָן מצוות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן מן השמים און דאָס זיינען די מצוות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן מן השמים:) עיבור שנים וקביעות חדשים שנאמר והיו לאותות ולמועדים ולימים ושנים, ותשמע הארץ, לא עשו מצות שניתנו להם בארץ (זיי האָבן ניט געטאָן מצוות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן בארץ:) לקט ושכחה ופיאה תרומות ומעשרות שמיטים ויובלות. ד"א האזינו השמים, שלא עשו כל מצות שניתנו להם מן השמים ולא עשו כל מצות שניתנו להם בארץ" (אַז זיי האָבן ניט געטאָן אַלע מצוות וואָס זיינען זיי געגעבן געוואָרן מן השמים און זיי האָבן ניט געטאָן אַלע מצוות וואָס זיינען זיי געגעבן געוואָרן בארץ).
דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס גיט צו (אין דעם אָפּטייטש פון פּסוק) דער דריטער פּירוש אויפן צווייטן? לכאורה זאָגט דער דריטער פּירוש די זעלבע זאַך וואָס דער צווייטער, אַז שמים וארץ זאָלן זיין עדים צי אידן זיינען מקיים מצות וועלכע זיינען זיי געגעבן געוואָרן מן השמים און מצוות וועלכע זיינען זיי געגעבן געוואָרן בארץ.
זאָגן אַז דער דריטער פּירוש איז ניט קיין ריכטיקע גירסא)) — איז אָבער אויך אין אַלטע כת"י און דפוסים ישנים געפינט זיך דער זעלבער לשון אין דעם דריטן פּירוש.
דער אונטערשייד אין לשון צווישן דעם צווייטן פּירוש און דעם דריטן איז; אין צווייטן פּירוש רעכנט ער אויס וועלכע מצוות זיינען שייך צו שמים און וועלכע צו ארץ; אין דריטן פּירוש רעכנט ער ניט אויס און ער טיילט ניט פאַנאַנדער זייער שייכות צו שמים אָדער צו ארץ, און דערצו איז ער נאָך מוסיף דעם וואָרט „כל", סיי ביי די מצוות „שניתנו להם מן השמים" און סיי ביי די מצות „שניתנו להם בארץ", וואָס אין דעם איז אויך אַ1156רמז, אַז אַלע מצות האָבן אַ שייכות סיי צו שמים און סיי צו ארץ.
דאַרף מען פאַרשטיין דעם אונטערשייד צווישן דער עבודה פון מצוות וועגן וועלכער עס רעדט זיך אין צווייטן פּירוש — וואָס אין דער עבודה זיינען די מצוות פאַנאַנדערגעטיילט; מצוות וועלכע האָבן אַ שייכות צו שמים און מצות וועלכע האָבן אַ שייכות צו ארץ — און דער עבודה וואָס אין דריטן פּירוש, וואָס אין איר האָבן אַלע מצוות אַ שייכות סיי צו שמים און סיי צו ארץ.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין; לויטן צווייטן פּירוש פון ספרי, אַז ביי „האזינו השמים" רעכנט ער נאָר די מצוות וועלכע האָבן אַ שייכות צו שמים און ביי „ותשמע הארץ" רעכנט ער נאָר די מצות וועלכע האָבן אַ שייכות צו ארץ, קומט דאָך אויס, אַז אויף יעדער מצוה איז פאַראַן בלויז איין עדות — שמים איז מעיד נאָר אויף די „מצות שניתנו להם מן השמים" און ארץ איז מעיד נאָר אויף די „מצות שניתנו להם בארץ" — און עס מוזן דאָך זיין צוויי עדים.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין אין אַלע דריי פּירושים; תורה און מצוות זיינען דאָך געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן, וואָס ער איז דאָך באין ערוך העכער פון שמים וארץ, איז בשעת מען וויל מעורר זיין אַ אידן און דערנעמען אים אַז ער זאָל מקיים זיין תורה ומצוות, וואָלט מען דאָס ביי אים גיכער גע'פּועל'ט מיטן באַטאָנען אַז די תורה ומצוות זיינען געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן (און ווי מען זאָגט אין ברכת התורה און ברכות המצוות; „ונתן לנו את תורתו", ער האָט אונז געגעבן זיין תורה; „אשר קדשנו במצותיו" ער האָט אונז געהייליקט מיט זיינע מצוות) און ניט דערמיט וואָס „ניתנו להם מן השמים" און „ניתנו להם בארץ".
אמת טאַקע אַז מיט „האזינו השמים גו' ותשמע הארץ" מיינט ער אויך צו זאָגן אַז ווען מ'וועט מקיים זיין תורה און מצות וועט מען באַקומען דעם שכר פון דעם אויבערשטן דורך שמים און ארץ)) — צי איז דען אָבער דאָס די התבוננות וועלכע דאַרף מעורר זיין די נשמה פון אַ אידן צו דער עבודה פון קיום התורה ומצוות, בפרט אין די טעג פון עשי"ת אָדער צווישן יו"כ און סוכות (ווען מען לייענט פּרשת האזינו), ווען עס דאַרף זיין „בקשו פני"), די עבודה מצד פנימיות הנשמה?
ג. ווי שוין גערעדט פיל מאָלח), מאָנט זיך ביי אַ אידן אַן עבודה וואָס באַשטייט פון צוויי קצוות: פון איין זייט מאָנט מען ביי אים צו דינען דעם אויבערשטן מיט אמונה פּשוטה און קבלת עול וועלכע קומען פון עצם הנשמה, העכער פון טעם ודעת ; און צוזאַמען דערמיט דאַרף די עבודה דורכנעמען זיינע כוחות פּנימיים, שכל און מדות, אַז אויך אין זיי זאָל זיך הערן ג־טלעכקייט, ד.ה. ממשיך זיין און פאַרבינדן די עצם הנשמה מיט די כוחות פנימיים, אַז ניט בלויז זאָל ער דינען דעם אויבערשטן מיט אמונה פּשוטה, נאָר ער זאָל אויך „פאַרשטיין" אלקות, ליב האָבן דעם אויבערשטן, מורא האָבן פאַר אים, א.א.וו.
1157און ניט בלויז דאַרף אַזוי זיין ביי דער עבודה פון תורה ומצוות אין אַלגעמיין, נאָר אויך תשובה — וואָס איר ענין איז וואָס זי קומט פון פּנימיות הנפש, בקשו פני — אויך זי דאַרף דורכדרינגען אַלע כוחות פּנימיים, וואָס דעריבער זיינען פאַראַן עשרת ימי תשובה — קעגן די עשר כוחות הנפש)), וועלכע תשובה דאַרף דערנעמעןז).
און אַזוי ווי ביי דעם מענטשן דאַרף זיין דער סדר עבודה צו ממשיך זיין פון זיין עצם הנשמה אין זיינע כוחות פּנימיים, וועלכע טיילן זיך בכללות אין צוויי סוגים, שכל און מדות, אַזוי איז אויך דער סדר ווי אַזוי עס ווערט נמשך אלקות מלמעלה אין תורה ומצוות; „אנכי הוי' אלקיך", „אנכי" איז עצמות אַליין, „אנכי מי שאנכי דלא אתפס בשם ולא אתרמיז בשום אות וקוצא כלל")), וואָס דער פאַרבונד פון אַ אידן מיט „אנכי" איז דורך זיין עצם הנשמה; „הוי'" איז אַ שם, אָבער דאָך אַ שם העצם און שם המיוחד, און דער פאַרבונד פון אַ אידן מיט „הוי'" איז דורך זיינע העכערע כוחות, שכל און מדות ; און „אלקיך" איז דער שם אלקים, ווי דער אויבערשטער איז זיך כביכול מצמצם און מגביל לפי ערך הנבראים, און אַ כלי צום שם אלקים איז די עבודה פון מעשה בפּועל.
און דעריבער, בשעת משה רבינו האָט געוואָלט מעורר זיין די אידן אויף קיום התורה ומצוות, וואָס דער קיום דאַרף זיין אויך מיט כוחות פּנימיים, דערמאָנט ער אַז תורה ומצוות זיינען געגעבן געוואָרן דורך שמים וארץ, בכדי צו מעורר זיין אויך ביי אידן די עבודה אין זייער שמים וארץ; די העכערע כוחות (שכל און מחשבה) און די נידעריקערע כוחות (דיבור און מעשה)ח).
ד. די דריי דרגות — עצם הנשמה, „שמים" פון דער נשמה און „ארץ" פון דער נשמה — דריקן זיך אויס בכלל אין דריי סוגי עבודה; לימוד התורה, וואָס דער עיקר פון לערנען תורה איז צו פאַרשציין זי מיט שכל — „שמים"; קיום המצוות, וואָס איז בעיקר די עבודה פון מעשה — „ארץ", און עבודת התשובה, וואָס עיקרה איז „בקשו פני" — פּנימיות און עצם הנשמה (נאָר ווייל אין קדושה איז דאָך אַלץ בהתכללות איז יעדערע פון די דריי כולל אויך די אַנדערע צוויי).
און אָט־די דריי סוגי עבודה זיינען מרומז אין די דריי אויבנדערמאָנטע פירושים פון ספרי.
דער ערשטער פּירוש פון ספרי („על שם שניתנה תורה מן השמים כו'") רעדט וועגן תורה, וואָס עיקרה איז השגהי) — „שמים". נאָר צוליב1158דער התכללות וואָס אין תורה איז אין איר אויך פאַראַן די בחינת „ארץ" (דיבור פון תורה) און בחינת עצם הנשמה (די השגה איז — בהקדמת נעשה — מיוסד אויף אמונה פּשוטה און קבלת עול), אָבער עיקרה איז — „שמים".
דער צווייטער פּירוש רעדט וועגן מצוות, וואָס ביי מצוות איז „המעשה הוא העיקר" — „ארץ", נאָר מצד דער התכללות וואָס אין מצוות, איז פאַראַן מצוותיא) וועלכע האָבן אַ שייכותיא) צו שמים — „עיבור שנים וכו'", (נוסף אויף דעם וואָס אין אַלע מצוות, אפילו אין די מצוות וואָס „ניתנו להם בארץ", איז פאַראַן אויך בחינת „שמים" — כוונת המצוות) 18)). און פּשיטא, אַז אַלע מצוות דאַרפן זיין מיוסד אויף קבלת עול — בחינת עצם הנשמה.
— און דאָס זיינען די צוויי עדים שמים און ארץ, וואָס זיינען פאַראַן ביי יעדער מצוה, וואָרום אין יעדער מצוה דאַרף דאָך זיין ביידע זאַכן; כוונה (שמים) און מעשה בפּועל (ארץ). און זיי זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע ענינים (ווייל דעמאָלט וואָלט דאָך אויסגעקומען, אַז אויף יעדער חלק באַזונדער, כוונה אָדער מעשה, איז דאָ בלויז איין עדות), נאָר אין דער מעשה איז ניכר צי זי איז בכוונה, און די כוונה איז אַנדערש (טיפער) אויב זי קומט אַראָפּ במעשה.
דער דריטער פּירוש רעדט וועגן תשובה, און דעריבער זאָגט ער דעם לשון: „שלא עשו כל מצות כו' מן השמים ולא עשו כל מצות כו' בארץ". דאָ פעלט אין דעם קיום פון אַלע מצוות — און סיי אין „שמים" (כוונה), סיי אין „ארץ" (מעשה). דער פּירוש רעדט וועגן דער עבודה פון תשובה, וואָס קומט פון פּנימיות הנשמה, און ווייל נשמות ישראל האָבן אין זיך אַ מעלה אויף תורה ומצוות44)), נעמט תשובה אַראָפּ די אַלע פּגמים, וואָס ווערן דורך דעם חסרון אין קיום המצוות.
און כאָטש אַז עבודת התשובה איז בעיקרה פון פּנימיות הנשמה, „בקשו פני", איז זי אָבער אין זיך אויך כולל די ביידע בחינות פון „שמים" און „ארץ". נאָר דאָ טיילן זיי זיך ניט אין באַזונדערע סוגים, ווייל ביי עבודת התשובה איז מאיר דער עצם הנפש, וואו אַלע כוחות זיינען דאָרט בהתאחדות.
ה. דורך דעם וואָס משה רבינו האָט געמאַכט שמים וארץ פאַר עדות בנוגע די עבודה פון אידן, איז דאָס אַליין פאַרהיט דאָך פון אַ חטא (בדוגמת ווי ר' יוחנן בן זכאי האָט געזאָגט 18)) שלא יראני אדם) און גיט אַ כח אויף די אַלע דריי סוגי עבודות פון תורה, מצוות און תשובה.
און אַזוי ווי אין חודש תשרי דאַרף מען זיך אָננעמען מיט כחות אויף דער עבודה שבכל השנה, און אַלע המשכות קומען דורך תורה, דעריבער לייענט1159מען דאַן פּרשת האזינו, וואָס דורך דעם איז מען קורא20)) און ממשיך פון אויבערשטן דעם נתינת כח אויף די אַלע סוגי עבודות, און דורך דעם באַקומט מען אויך דעם שכר פון אויבערשטן וועלכן ער איז משפּיע דורך די שמים וארץ, במשך כל השנה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-wkfp177r