Likkutei Sichos
Simchas Torah
1165פריער, אַז די אַלע ד' מינים דאַרפן ווערן אַן אַגודה אחת ז זיי זאָלן זיין אַזוי פאַראייניקט, ביז אַז יעדער סוג זאָל פאַרמאָגן די מעלות פון אַלע אַנדערע סוגים אידן, ד.ה. אַז אפילו די וועלכע זיינען אין סוג ערבה, דאַרפן ביי זיי זיין זמנים קבועים ווען זיי זאָלן זיין אין דער בחינה פון לולב — לערנען תורה אין אַן אופן פון התאחדות גמורה.
און די זמנים ווען זיי לערנען תורה באופן הנ"ל, פּועל'ן אַז זיי זאָלן אַרויסגיין פון זייער מעמד ומצב, אַז עס זאָל ביי זיי זיין הילוך בלי גבול אויך אין די איבעריקע ענינים — ווי דער נענוע פון לולב וואָס פּועל'ט אַ נענוע אויך אין די איבעריקע דריי מינים כנ"ל — אין קיום המצוות וכו', ביז אַז אויך די עבודה פון עניני הרשות, פון „בכל דרכיך דעהו" במשך כל היום, זאָל ביי זיי זיין אין אַן אופן פון הילוך.
די התחלה פון דעם אַלעמען איז דער האָרעווען און פאַרטיפן זיך אין תורה און — „לאפשא לה", גיין אַלע טאָג
א. דער פּסוק „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב", וואָס שטייט אין פּרשת ברכה, איז די ערשטע זאַך פון תורה, וואָס מען הויבט אָן צו לערנען מיט אַ אידיש קינד, ווי חז"ל זאָגןא): „קטן כו' יודע לדבר אביו לומדו כו' תורה צוה לנו משה".
דער פּסוק „תורה צוה לנו משה" רעדט וועגן דער תורה ווי זי איז געקומען פון משה רבינו, וואָס ער העכער און העכער. און בשעת מען האָרעוועט איז דאָ די הבטחהלח), אַז דער „יגעת" וועט ברענגען צו „מצאת", ניט לפי ערך היגיעה, ווי אַ מציאה וואָס קומט „בהיסח הדעת". און דורך דעם וועט מען סוף כל סוף צוקומען אויך צום גילוי פון פּנימיות התורה דורך משיח צדקנו — וואָס ביאת המשיח איז אויך אַן ענין פון מציאה, וכמ"ש 30)) „מצאתי דוד עבדי", וואָס דאָס גייט אויף משיח'ן, וואָס ער איז באַ בהיסח הדעתלז) — און די ענינים אויף וועלכע מען האָט איצט געהאָרעוועט און גענומען בלויז די בחינת הגליא וואָס אין זיי — וועט מען דאַן זוכה זיין צו פאַרשטיין אויך זייערע טעמים — טעמי תורהלח), בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.
(משיחת שמחת ביה"ש תשכ"ג)1166טער. אָבער אויך דאָס וואָס וועט נתגלה ווערן שפּעטער וועט ניט זיין קיין נייע תורה ח"ו (נאָך אַמאָל מתן תורה וועט ניט זיין), נאָר דער גילוי פון דער תורה וואָס „צוה לנו משה". ד.ה. אַז דער אינהאַלט פון דעם פּסוק איז — געבן צו וויסן, אַז „תורה" — וויפל מען האָט געלערנט און מען וועט לערנען און וויפל מען האָט און מען וועט פאַרשטיין, — איז דאָס אַלץ אין דעם וואָס „צוה לנו משה". ובמילא איז פאַרשטאַנדיק אַז עס איז אַלץ נאָר גאָר אַ קליינער טייל פון דער תורה, ווייל אין איר איז דאָ טיפער און טיפער *).
לויט דעם ; ווי קומט עס, וואָס אַזעלכע טיפע ענינים לערנט מען (על כל פּנים — ברמז) מיט גאָר אַ קליין קינד, וועלכער הויבט ערשט אָן צו לערנען תורה ? דער געוויינטלעכער סדר פון לערנען איז דאָך „מן הקל אל הכבד" (פון גרינגער צו שווערער). צום ערשטן לערנט מען גרינגערע, איינפאַכערע ענינים, דערנאָך שווערערע און העכערע, ביז נאָכן צוקומען צו דער שלימות פון פאַרשטאַנד אין ידיעת החיוב, הויבט מען אָן צו לערנען אין דעם סדר פון ידיעת השלילה ; מען לערנט צו וויסן ווי אַזוי אמיתית התורה איז לגמרי העכער און מושלל פון אונזער השגה און אַז אַלץ וואָס מען האָט געלערנט און פאַרשטאַנען איז נאָר אַן אפס קצהו פון תורה. אָבער וואָס פאַר אַן אָרט האָט עס צו ריידן וועגן אָט־די העכסטע ענינים פון תורה מיט אַ קטן באַלד ווי ער איז „יודע לדבר" ?
דער ביאור אין דעם ; די עצמות פון תורה וואָס „צוה לנו משה", איז ניט קיין זאַך וואָס איז שייך צו השגה ; דאָס געהערט צו דער נשמה און איז געגעבן געוואָרן צו יעדער אידן. דעריבער האָט עצמות פון תורה אַ שייכות צו אַלע אידן, אפילו צו אַ קטן. דער כלל וועגן סדר הלימוד „מן הקל אל הכבד" איז אין ענינים פון השגה, משא"כ תורה — איר עצמות איז כלל ניט קיין ענין פון השגה. אין עצמות פון תורה האָט דער אויבערשטער אָפּגעגעבן, כביכול, זיך אַליין, זיין עצמות, און דורך דעם וואָס אַ איד לערנט תורה איז — „אותי אתם לוקחים" *), איר נעמט כביכול מיר אַליין.
און דאָס האָט דער אויבערשטער אָפּגעגעבן אין דעם לימוד התורה פון יעדער אידן ; מצד הנבראים אַליין, איז פּונקט ווי דער שכל הקטן איז ניט קיין כלי צו עצמות שבתורה אַזוי איז אויך שכל הגדול ניט קיין כלי דערצו ; און נאָר ווייל „בחר בנו מכל העמים" דערפאַר איז „ונתן לנו את תורתו" — ער (דער כל יכול) האָט אונז אַוועקגעגעבן זיין תורה, ווי זי איז שעשועים עצמיים של הקב"ה — און ווייל דער אויבערשטער האָט זיך אַליין אַוועקגעגעבן אין תורה, איז פּונקט ווי ער האָט זיך אַריינגעשטעלט אין דעם שכל התורה וואָס עס לערנט אַ גדול, אַזוי האָט ער זיך אַריינגעשטעלט אין דעם דיבור התורה פון אַ קטן, אַז אין דעם הבל פון אַ תינוק וואָס זאָגט די ווערטער פון תורה — שטייט עצמות.
און דאָס איז דער סיום פון דעם פּסוק — „מורשה קהלת יעקב". „מורשה" לשון ירושהח), וואו ס'איז ניט נוגע דער מעמד און מצב פון דעם1167יורש, אַפילו אַ „תינוק בן יום א' נוחל") — אויב ער איז נאָר אַ בן פון דעם מנחיל, באַקומט ער דאָס גאַנצע אייגענטום און ער איז במקום המוריש ממשז). און אַזוי איז עס אויך ביי אידן ; וויבאַלד אַז זיי זיינען בנים להקב"ה, ווערן זיי אַוועקגעשטעלט במקום המוריש ממש, ד.ה. אַז דורך תורה נעמען זיי עצמות אַליין. און די „מורשה" איז צו אַלע אידן, אפילו צו די וואָס זיינען אין דער בחינה פון „קהלת יעקב" (יעקב פון לשון עקביים)), אויך זיי נעמען דורך תורה — עצמות.
ב. עס איז אָבער נאָך ניט מובן; אמת טאַקע אַז די עצמות פון תורה איז פאַראַן אויך אין דער תורה וואָס עס לערנט אַ תינוק, צוליב וואָס אָבער מוז מען דאָס מודיע זיין דעם תינוק ? וואָס וואָלט אויסגעמאַכט ווען אָט־י ידיעה זאָל ער באַקומען שפּעטער, ווען ער וועט גרעסער ווערן און קענען עס גרונטיק פאַרשטיין, און דערוויילע זאָל מען מיט אים לערנען נאָר די ענינים וואָס זיינען לפי ערכו ?
איז דער ביאור אין דעם ; ביי אַ אידן דאַרף זיין אָפּגעלייגט אַז עצמות ואמיתית התורה איז ניט קיין ענין פון שכל און פאַרשטאַנד. די עצמות פון תורה איז דאָס וואָס זי איז חכמתו של הקב"ה „שהוא וחכמתו אחד")) ; און אויב עס פעלט אָט־דער אָפּלייג, פעלט דאַן דער גאַנצער יסוד פון תורה.
אָט דער ענין, אַז תורה מיט דעם אויבערשטן זיינען איינס, איז ניט קיין באַזונדער פּרט אין לערנען און פאַרשטיין תורה, ביי וואָס עס זאָל זיין שייך צו זאָגן אַז פריער, פאַר אים, דאַרף מען לערנען אַ גרינגערן ענין. דאָס איז די נקודה העצמית פון גאַנץ תורה וואָס „צוה לנו משה". איז דאָך מובן אַז צום ערשטן דאַרף מען האָבן דעם יסוד און ערשט דאַן קען מען בויען אויף אים דעם בנין — די השגה פון תורה.
און נאָך אין דעם ; לבד זאת וואָס אויב מען זאָל אָפּלייגן אָט־די ידיעה (אַז תורה איז חכמתו של הקב"ה און „הוא וחכמתו אחד") אויף שפּעטער, וועט דאָך פעלן דער יסוד ביי די אַלע עניני תורה וואָס ער וועט לערנען ביז ער וועט באַקומען די ידיעה, נוסף על זה ; אויב מען וועט זיך איינגעוואוינען צו נעמען תורה בלויז מיט השגה, וועט שפּעטער שווער זיין צו איינקאַרבן ביי זיך די הנחה אַז תורה איז לגמרי העכער פון שכל, כידוע אַז שכל פאַרשטעלט אויף דער בחינה עצמית וואָס איז העכער פון שכל. דעריבער דאַרף מען איינפלאַנצן אָט־דעם אָפּלייג ווען דער איד איז נאָך אַ תינוק. און דאַן איז — „גם כי יזקין לא יסור ממנה"י) ; אויך שפּעטער, ווען ער וועט לערנען תורה בהשגה, וועט די השגה זיין דורכגענומען מיט יראת שמים און קבלת עול, וואָס אָט־י הנחה ברענגט.
ג. ס'איז אַ מנהג ישראל — וואָס „מנהג ישראל תורה היא"יא) — צו פרייען זיך מיט דער תורה בשמחת תורה אין אַ באַשטימטן אופן ; מען נעמט אַ ספר תורה ווי זי איז איינגעוויקלט אין איר מענטעלע, מען1168פּראַוועט הקפות אַרום דעם שולחן הקריאה און מען טאַנצט מיט דער תורה. לכאורה ; דער ענין פון תורה איז דאָך לערנען איר ובשכל שבראש, האָט דאָך די שמחה פון שמחת תורה געדאַרפט באַשטיין אין דעם, אַז מען זאָל דאַן זיך פאַרנעמען מיט לערנען מער תורה, מער בכמות און מער באיכות — לערנען בעיון, און די הבנה אין תורה וואָלט געבראַכט שמחה. פאַרוואָס האָט מען איינגעפירט אויסצודריקן די שמחה פון תורה דורך ריקוד ברגלים און דערצו נאָך איז דער ריקוד מיט דער תורה ווי זי איז פאַרמאַכט און איינגעוויקלט אין אַ מענטל — באופן אַז מען קען גאָר אין איר ניט אַריינקוקן?
און כאָטש אַז אויך בשמחת תורה דאַרף מען האָבן שיעורים קבועים אין לערנען תורה — איז עס ווייל יעדער טאָג איז מען מחוייב אין לימוד התורה. מען געפינט אָבער ניט אַז צוליב דער שמחה פון דעם טאָג זאָל זיך פאָדערן אַ ספּעציעלע הוספה אין לערנען. ניט אין דעם באַשטייט די שמחה פון שמחת תורה.
איז דער ביאור אין דעם ; אמיתית ענין התורה איז, כנ"ל, ניט איר שכל והבנה, נאָר די קדושה פון תורה (וואָס צוליב איר קדושה זיינען אויך עמי הארץ שייך צו תורהיב) און אויך זיי פרייען זיך בשמחת תורה). נאָר ווייל תורה דאַרף דורכנעמען דעם מענטשן אין אַ פּנימיות, דורך און דורך, און זאָל ניט בלייבן נאָר בבחינת מקיף, מוז מען דערצו האָבן די הבנה והשגה אין תורה. דורך השגה איז מען ממשיך אין אַ פּנימיות אויך דעם עצם ענין התורה, און דעם פאַרבונד צווישן עצם התורה מיט עצם הנשמה, וואָס איז העכער פון שכל.
און דעריבער טאַנצט מען שמחת תורה מיט דער תורה ווי זי איז איינגעוויקלט אין אַ מענטעלע באופן אַז מען קען איר ניט לייענען — דאָס אונטערשטרייכט בחינת התורה ווי זי איז העכער פון השגה, און דערמיט איז מען זיך משמח. די שמחה איז ניט מיט דער השגה פון תורה, נאָר מיט דעם וואָס דורך (לימוד וקריאה ב)תורה נעמט מען עצמותיג).
און דאָס איז אויך וואָס די שמחה דריקט זיך אויס אין ריקוד ברגלים — ווייל ברגלים דוקא, בחינת אמונהיד), דריקט זיך אויס דער עצם.
און אָט דעם ענין פון ריקוד ברגלים און זיך פרייען מיט דער תורה ווי זי איז אין איר מענטעלע, טוט מען דוקא אַלס אָנהויב פון דער עבודה פון יאָר: נאָך דער תשובה, פאַרריכטן און צוגרייטונג פון אלול, ר"ה, עשי"ת, יו"כ, סוכות און שמע"צ, ווען עס הויבט זיך אָן דער נייער יאָר פון „אַרבעט", זיינען דאַן אַלע אידן ווי אַ תינוק וואָס מען דאַרף אים מחנך זיין, און מחנך זיין דאַרף מען מיטן ענין פון „תורה צוה לנו משה"יח) — בחינת קבלת עול, און דאָס פּועל'ט, אַז אויך שפּעטער, במשך כל השנה, ווען מען לערנט תורה1169מיט שכל און פאַרשטאַנד, זאָל מען זיין דורכגענומען מיט אמונה און קבלת עול.
ד. על פּי הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט וועגן דעם ריקוד פון הקפות, אַז די תורה וויל אַרומגיין בהקפות מסביב לשולחן הקריאה, און אַזוי ווי די תורה אַליין האָט ניט קיין פיס, ווערט אַ איד די רגלים של הספר תורה, וועלכע פירן די תורה אַרום דער בימה, כרגלים המוליכים את הראש.
וואָס איז דער פּשט פון די ווערטער, אַז אַ איד ווערט די פיס פון דער ספר תורה ? דער ענין איז ; דער ריקוד פון שמחת תורה דריקט אויס די החלטה וואָס אַ איד איז מהליט ביי זיך צו נעמען אויף זיך קבלת עול מלכות שמים אויף אַזוי פיל, ביז ער זאָל ניט זיין קיין מציאות פאַר זיך ; ער איז אַזוי ווי פיס וואָס זיינען בטל צום קאָפּ — ווי נאָר דער ראיש וויל עפּעס, טוען עס די רגלים באַלד, פון זיך אַלייןי). אויב די „רגלים" הערן אָן זייער אייגענע מציאות, און הויבן אַן איבערצוטראַכטן צי זיי זאָלן אויספאָלגן דעם רצון פון „ראש", איז עס אַ באַווייז אַז אין זיי איז דאָ אַ חולאת ר"ל. און דאָס מיינט אַז אַ איד ווערט די רגלים של הספר תורה — די קבלה און החלטה על כל השנה, אַז ער זאָל זיין בטל לגמרי צו תורה, ביז אַז אַלע הוראות פון תורה זאָלן זיך ביי אים טאָן מעצמו ובדרך ממילא.
און אַזוי ווי אין דעם משל פון ראש און רגלים, ברענגען דאָך די רגלים אַ שלימות אויך אין דעם ראש, מיט דעם וואָס זיי פירן אים אין אַ אָרט צו וועלכן ער אַליין קען ניט צוקומעןיז), אַזוי איז עס אויך בנוגע אידן מיט תורה; דורך דעם וואָס אידן זיינען מקבל אויף זיך דעם יאָך פון תורה מיט שמחה, ווערט אַן עילוי אויך אין דער תורה.
און דאָס איז דער פּירוש פון „זמן שמחתינו", לשון רבים ; אידן פרייען זיך מיט דער תורה און די תורה פרי זיך מיט אידן, און די ביידע שמחות שטייען אין איין וואָרט, וואָרום ס'איז הא בהא תליא ; דורך דעם וואָס אידן פרייען זיך מיט דער תורה, פרייט זיך די תורה מיט אידן, ווייל דורך דעם ווערט אויך זי אַליין נתעלה.
ה. הגם אַז די שמחה פון שמחת תורה דריקט זיך אויס בעיקר דורך ריקוד ברגלים, כנ"ל, איז מען אָבער דאַן מקיף מיט דער ספר תורה סביב לשולחן הקריאה, מען פאַרבינדט די שמחה מיט קריאה (לימוד)יח) פון תורה. נאָך מערער ; פאַר הקפות זאָגט מען די פּסוקים פון „אתה הראת" — פּסוקים פון תורה. ולכאורה, ווי בינדט זיך צוזאַמען דער ענין פון ריקוד ברגלים, קבלת עול, מיט קריאה (לימוד) אין תורה ?
איז דער ביאור אין דעם ; חודש תשרי איז אַ חודש כללי, דאַרף מען מיטנעמען דעם כח וואָס דער חודש גיט אויף תורה ומצוות פון אַ גאַנצן יאָר. און דעריבער מוז דער חודש אין זיך (בעניניו הכללים) כולל זיין אויך דעם לימוד התורה פון דעם גאַנצן יאָר — ניט נאָר דעם יסוד פון לימוד התורה — קבלת עול וואָס1170דריקט זיך אויס דורך ריקוד ברגלים — נאָר אויך דעם בנין, דעם לימוד בפּועל ממש. נאָר וויבאַלד אַז מען האַלט דאַן ביי דעם יסוד, איז דער עיקר עבודה פן שמחת תורה בגילוי — ריקוד ברגלים, קבלת עול, און ענין הלימוד בתורה איז ברמז.
ו. עוד יש לפרש: אַזוי ווי קבלת עול ווירקט אויף דער השגה, אַז בכדי די השגה זאָל זיין מכוון אל האמת איז עס דורך דעם וואָס זי איז מיוסד אויף קבלת עול — דורך דעם וואָס זיין עצם איז פאַרבונדן מיט קדושה, פּועל'ט עס אויף אַלע זיינע כוחות הנפש, אַזוי איז עס אויך לאידך גיסא; דורך דעם אַראָפּברענגען זיין קבלת עול אויך אין השגה, ווערט נתגלה און נשלם זיין עצםיט). אויב ער בלייבט בלויז ביי אמונה פּשוטה און קבלת עול און ער ברענגט עס ניט אַראָפּ אין השגה, איז דאַן אַ ראי' אַז ער איז אַ באַזונדער זאַך פון אלקות, זיינע ענינים פּנימיים זיינען ניט דאָס וואָס ער גלויבט, וואָס דערפאַר קען זיך אלקות ביי אים ניט לייגן אין השגה און עס בלייבט בבחינת מקיף. בשעת אָבער ער איז מיחד מיט דעם וואָס ער גלויבט, ער איז איין זאַך מיט אלקות, דאַן איז זיין אמונה באופן כזה אַז זי קומט אויך אין השגה, ביז אפילו אין זיינע דברים הגשמיים.
און דעריבער פאַרבינדט מען דעם ריקוד ביי הקפות מיט פּסוקי התורה און מיט קריאה ולימוד בתורה, ווייל דוקא דורך לימוד און השגת התורה איז דער ריקוד פון הקפות כדבעיכ).
ז. דער תוכן פון דעם אויבנגעזאָגטן — אַז צוזאַמען מיט דער נקודת האמונה, שלמעלה מהשגה, מוז אויך זיין השגה — איז מרומז גלייך אין דעם ערשטן פּסוק וואָס מ'זאָגט פאַר הקפות: „אתה הראת לדעת כי הוי' הוא האלקים". „הראת", ס'איז פאַר דיר באַוויזן געוואָרן — וואָס ראי' איז למעלה מהשגה — אַז יעדער איד זעט בראי' מוחשית ווי „הוי' הוא האלקים אין עוד מלבדו" ; און — „הראת" בדרך ממילא, ניט „ראית" (דו האָסט געזען), אַז דו זאָלסט זיך דאַרפן נעמען די מי און דעם רצון צו קוקן, נאָר „אתה תראת", ס'איז פאַר דיר באַוויזן געוואָרן — וואָס איז גאָר ניט תלוי אין דיין רצון, וואָס דאָס (הראת) קומט מצד דעם יחוד עצמי פון עצם הנשמה מיט עצמותכא). און נאָך „הראת" זאָגט ער באַלד „לדעת", אַז דער „הראת", די ראי' דאַרף אַראָפּקומען אין „לדעת", אין ידיעה, הבנה והשגה, וואָרום אויב די ראי' זאָל ניט אַראָפּקומען אין „לדעת", פעלט עס דאַן אויך אין דעם „הראת", עס פעלט אין דעם יחוד. בעת ער איז מיוחד מיט אלקות,1171מוז עס דאַן אַראָפּקומען אין אַלע זיינע כוחות און ענינים, ביז אויך אין די ענינים הגשמייםכב).
און דאָס ווערט אויך נרמז אין דעם סיום הפּסוקים פון פאַר הקפות ; „כי מציון תצא תורה ודבר הוי' מירושלים". „ציון", „ירושלים" (ואין מקרא יוצא מידי פּשוטו) איז דאָך אַ שטאָט במקום גשמי ; איז וואָס מיינט עס, אַז פון גשמיות זאָל אַרויסקומען „תורה" און „דבר הוי'" ? — נאָר דאָס איז דער אויפטו פון תורה, ממשיך צו זיין פון דעם „אתה הראת", ראי' עצמית, ביז אין שכל אנושי, ביז אויך אין גשמיות, אַז די גשמיות ווערט אַ „ציון" — סימןכג), גשמיות איז קיין מציאות ניט פאַר זיך, איר מציאות איז וואָס זי איז אַ „סימן" צו אלקות, ווייל עס ווערט אין איר דערהערט ווי „אין עוד מלבדו"; גשמיות ווערט „ירושלים" — „ירא שלם"כד) — אַז אויך די גשמיות איז דורכגעדרונגען מיט יראת שמים שלימה. דורך תורה ווערט דערהערט ביז אויך אין גשמיות אַז „אין עוד מלבדו".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-np7eb9r2