Likkutei Sichos
Pirkei Avos 6
1228איז צוליב אַ תכלית, אַ גשמיות'דיקן אָדער אַפילו אַ רוחניות'דיקן, איז וויבאַלד אַז אַלע ענינים זיינען בהגבלה, איז אויך זיין לימוד אַ מוגבל'דיקער. בשעת אָבער ער לערנט לשם פון תורה וואָס זי איז בלי גבול — לערנט ער אָן קיינע הגבלות. און ווי שוין גערעדט
א. אין זעקסטן פּרק פון אבות שטייט: „אמר רבי יהושע בן לוי בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, שכל מי שאינו עוסק בתורה נקרא נזוף (רבי יהושע בן לוי זאָגט ; טאָגטעגליך גייט אַרויס אַ בת קול פון באַרג חורב און רופט אויס און זאָגט, וויי איז צו די בריות פאַר דער פאַרשעמונג פון דער תורה, ווייל יעדערער וואָס איז זיך ניט עוסק אין תורה ווערט אָנגערופן נזוף — אָנגעשריגענער, אָפּגעזונדערטער), שנאמר נזם זהב באף חזיר אשה יפה וסרת טעם. ואומר והלוחות מעשה אלקים המה והמכתב מכתב אלקים הוא חרות על הלוחות, אל תקרא חרות אלא הירות, שאין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתלמוד תורה, וכל מי שעוסק בתלמוד תורה הרי זה מתעלה (ווייל עס קען ניט זיין קיין בן חורין נאָר דער וואָס איז עוסק אין ת"ת, און יעדער זואָס איז עוסק אין תלמוד תורה ווערט ער דערהויבן), שנאמר וממתנה נחליאל ומנחליאל במות".
אין פּשטות, איז די משנה, פון אָנהויב ביזן סוף, ניט פאַרשטאַנדיק; אַמאָל, אַז די הגבלות אין לימוד התורה וועלכע זיינען דאָ עלפּי שלחן ערוך זיינען נאָר בנוגע מצות תלמוד תורה, אָבער תורה אַליין איז אָן הגבלות פון זמן אָדער מקום0)). — ביז אַז ואהי' אצלו (אצלו דוקא) שעשועיםלח).
(משיחת ש"פ בחוקותי, תשי"ט) ש שי
א) דער לשון „מהר חורב"? דער באַרג האָט דאָך פינף נעמעןא), איז רעדענדיק וועגן תורה, וואָס ווערט בעצייכענט „קיבל תורה מסיני" — האָט ער דעם באַרג געדאַרפט אָנרופן מיטן נאָמען „הר סיני", ובפרט אַז דאָס איז דער שם הרגיל פון דעם באַרג. אָדער ער האָט געדאַרפט זאָגן „הר האלקים", בכדי צו אָנדייטן אויף דער שווערקייט פון דעם עלבון „עלבונה של תורה", ווייל תורה קומט פון הר האלקים.
ב) וואָס מיינט „עלבונה של תורה"? לכאורה, אויב איינער איז ניט עוסק אין תורה (אין דער צייט וואָס ער קען יאָ לערנען) האָט ער דאָך ניט דאַמאָלס תורה אויף מעליב זיין איר; עס ווייזט אויף זיין אייגענער נידעריקייט, אַז ער האָט ניט גענוג דעת צו אָפּשאַצן די מעלה פון תורה. דאָס איז ניט קיין עלבון פאַר דער תורה, נאָר פאַר דעם מענטשן וואָס לערנט איר ניט. וואָס מיינט „עלבונה של תורה"?
ג) דער דיוק הלשון „עוסק בתורה"?1229דער ענין פון תורה איז דאָך, אַז מען דאַרף זי לערנען, וואָלט דאָך געפאַסט דער לשון „לומד תורה" וכיוצא בזה.
ד) דער ווער עס קען עוסק זיין אין תורה און איז ניט עוסק, זאָגט די גמראכז) אויף אים; „כי דבר הוי' בזה וגו' הכרת בעוה"ז תכרת לעוה"ב". וואָס דאָס זיינען דאָך שלא בערך האַרבערע ווערטער און ערגערע ווי „אוי להם", „נקרא נזוף", מיט וועלכע ריב"ל וויל דערנעמען דעם וואָס איז זיך ניט עוסק בתורה. פאַרוואָס ברענגט ער ניט דעם האַרבן עונש, וואָס קען גיכער באַווירקן מענטשן?
ה) די ענינים וועלכע באַצייכענען דאָס דערווייטערן אַ אידן זיינען; תרם, נידוי און נזיפה)). חרם איז גאָר אַ האַרבע זאַך, וואָס דערפאַר וויל מען דאָס גאָר ניט אָנרופן ביים נאָמען; נידוי איז לייכטער פון חרם, אָבער אויך אַ מנודה דאַרף זיין אָפּגעשיידט פון מענטשן; נזיפה איז נאָך לייכטער פון נידוי. און דאָך, אפילו אויף דעם וואָס האָט געהאַט אויף זיך אַ חרם זאָגט די גמרא* „היום הזה אתה עכור ואי אתה עכור לעוה"ב", אַז זיין ריחוק איז נאָר אין עולם הזה און ניט אין עולם הבא, היינט מכש"כ אַז אַ נזוף איז ניט אַזוי האַרב ווי „הכרת בעוה"ז תכרת בעוה"ב". און פונדעסטוועגן, בשעת ריב"ל וויל מעורר זיין מען זאָל זיך עוסק זיין אין תורה און ער וויל אַרויסברענגען די נידעריקייט פון אַזאַ וואָס איז זיך ניט עוסק בתורה, ניצט ער דעם לייכטסטן פון די ענינים, „נקרא נזוף"?
ו) וואָס איז דער קישור פון דעם פּסוק „והלוחות מעשה אלקים וגו' חרות על הלחות", פון וועלכן מ'לערנט אַרויס, אַז „אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה", מיט דעם ענין וואָס ער רעדט פריער, אַז „מי שאינו עוסק בתורה נקרא נזוף"?
ז) אויך איז ניט מובן די שייכות פון „וכל מי שעוסק בתלמוד תורה וכו' ומנחליאל במות", מיט דעם וואָס ער רעדט פריער?
ב. וועגן דעם בעל המאמר פון דער משנה — רבי יהושע בן לוי — געפינען מיר זאַכן, וועלכע מיר געפינען ניט באַ אַנדערע תנאים ואמוראים; נכנס חי לגן עדן (ער איז אַריינגעקומען לעבעדיקערהייט אין גן עדן), און — לא נראתה הקשת בימיונח) (עס האָט זיך ניט באַוויזן דער רעגנבויגן אין זיינע טעג).
עס רעדט זיך אין חסידותח) דער חילוק צווישן משה רבינו און אלי' הנביא, אַז די עבודה פון משה רבינו איז געווען, בעיקר, מצד הנשמה. און דעריבער איז נאָך אַלע עילויים פון משה רבינו, „נבחר מכל מין האדם"ז), האָט זיין גוף ניט עולה געווען השמים. די עבודה פון אלי' הנביא איז געווען בעיקר מיטן גוף און ער האָט אַזוי פיל מזכך געווען זיין גוף, ביז אַז דער גוף עלה בסערה כו', איז געוואָרן אַ כלי צום זיו השכינה שבגן עדן.
פון דעם איז מובן, אַז ריב"ל, וואָס נכנס חי לגן עדן, איז זיין עבודה געווען ניט בלויז מיט דער נשמה, נאָר ער האָט מזכך געווען זיין גוף1230אויף אַזוי פיל אַז ער האָט געקענט אַריין לעבעדיקערהייט אין גן עדן. נאָך מערער; ריב"ל האָט ניט נאָר אויסגעאיידלט זיין אייגענעם גוף, נאָר ער האָט אויך געהאַט אַ פאַרבונד און גע'פּועל'ט אין דער גאַנצער וועלט, אַז „לא נראתה הקשת בימיו"; מען האָט ניט געדאַרפט אָנקומען צו אַ קשת, אַ צייכן אַז דער אויבערשטער וועט ניט ברענגען דעם מבול, ווייל בימיו איז מלכתחילה ניט געווען קיין אָרט צו ברענגען אויף דער וועלט די מי המבול.
און ווייל די עבודה פון ריב"ל איז געווען צו מזכך זיין דעם גשם, אין דעם איז געווען זיין קאָך, האָט ער דאָס זעלבע אויך געמאָנט ביי אידן; דער לימוד התורה זאָל זיין ניט בלויז פאַר דער נשמה אַליין אָדער פאַר זיך אַליין, נאָר מען זאָל לערנען ברבים און מ'זאָל מפיץ זיין תורה אין אַן אופן אַז מען זאָל דורך איר אייננעמען די וועלט און מאַכן פון דער וועלט אַ דירה לו יתברך.
און דעריבער זאָגט ער דעם לשון; „כל מי שאינו עוסק בתורה", און ניט שאינו לומד תורה. ריב"ל רעדט דאָ וועגן אַזאַ וואָס לערנען לערנט ער, און ער לערנט ווען נאָר ער קען, יומם ולילה, נאָר ער איז ניט עוסק בתורה, ד.ה. ער איז ניט מזכך די וועלט מיט זיין תורה, וואָס דאָס ווערט אָנגערופן עסק, כדלהלן. און דעריבער קען מען אויף אים ניט זאָגן קיין שווערערן אויסדרוק ווי „אוי" און „נזוף". ס'איז ניט שייך אויף אים צו זאָגן „דבר הוי' בזה", און אים קומט ניט דער עונש „הכרת תכרת"ח) ; אדרבה, ער וועט האָבן סיי עוה"ז, סיי עוה"ב, און ווי עס ווערט געזאָגט אין אַ שפּעטערדיקער משנה וועגן דעם שכר וואָס קומט פאַר לימוד התורה — „אַשריך בעוה"ז וטוב לך לעוה"ב". און פונדעסטוועגן, וויבאַלד ער איז ניט עוסק בתורה זאָגט מען אויף אים „אוי" און ער איז „נזוף".
און דעריבער זאָגט ער אויך דעם לשון „בת קול יוצאת מהר חורב" און ניט „מהר האלקים" (אָדער — מסיני), ווייל דאָ איז ניט נוגע צו ריידן וועגן דער מעלה פון תורה פאַר זיך, וואָס זי איז געגעבן געוואָרן אויף דעם „הר האלקים" (אָדער — אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט עניוות) ; די מעלה פון תורה דערהערט אויך דער וואָס איז ניט עוסק בתורה, אָבער ער לערנט תורה יומם ולילה. וואָס אים פעלט איז — צו דערפילן דעם כח פון תורה אויף אייננעמען די וועלט, אַז די תורה איז „מהר חורב", — זי האָט בכח צו חרוב מאַכן די חומריות פון דעם מענטשן)* און פון וועלט, אויסאיידלען די וועלט, אַז זי זאָל ווערן אַ כלי פאַר ג־טלעכקייטי).
ג. אין דעם מאמר ד"ה הסכת ושמע ישראל פון כ"ק מו"ח אדמו"ריא), ברענגט דער רבי די גמראיב) „עשו כתות כתות ועסקו בתורה", און ער איז מדייקיג) דעם לשון „עסקו בתורה", ער ברענגט דאָרט אויך דעם לשון1231המשנה „מי שאינו עוסק בתורה וכו'" און ער איז מבאר בארוכה, אַז דער עסק אין תורה דאַרף זיין ענלעך צו אַ גשמיות'דיקן עסק, דער סדר פון אַ בעל עסק איז; ער זיצט ניט פאַרשפּאַרט מיט זיין סחורה ביי זיך אין צימער און וואָרט ביז עמעצער וועט קומען און אויפברעכן די טיר און בעטן זיך ביי אים, אַז ער זאָל אים פאַרקויפן אַ ביסל פון זיין סחורה; פאַרקערט; ער שטעלט איין זיין געשעפט אין אַן אָרט וואו עס זיינען פאַראַן אַ סך פאַרבייגייערס, און ער באַמיט זיך, אין פאַרשידענע אופנים, צו מפרסם זיין די מעלה פון זיין סחורה פאַר אַלע עוברים ושבים. און אויב אפילו ביים איצטיקן מאָמענט וועט דער פאַרנומענער פאַרבייגייער די סחורה ניט קויכן, וועט אָבער ביי אים אין זכרון בלייבן פאַרצייכנט, אַז אין דעם אָרט קען מען קויפן די און די סחורה, און ווען עס איז — וועט ער אויך קומען און קויפן. אַזוי איז עס אויך אין נמשל: מען דאַרף זיין אַן „עוסק בתורה", ניט באַנוגענען זיך מיט דעם וואָס מען לערנט אַליין תורה און ניט אפילו מיט דעם וואָס מען לערנט מיט תלמידים וועלכע קומען און בעטן אַז מ'זאָל מיט זיי לערנען; נאָר מ'דאַרף גיין לערנען תורה אין אַן אָרט וואו רבים מצויים שם, לייגן די גרעסטע השתדלות צו פאַרשפּרייטן תורה, מעורר זיין אַז וואָס מערער אידן זאָלן לערנען תורה.
נאָך אַ נקודה איז דאָ אין עסק; די גמרא זאָגטיד) ; „זבון וזבין תגרא איקרא (בתמי') ?" דער וואָס פאַרקויפט פאַר דער זעלבע פּרייז פאַר וועלכער ער האָט געקויפט און ער פאַרדינט גאָרניט דערביי, ווערט ניט אָנגערופ) קיין סוחר. די זאַך פון עסק איז — צו פאַרדינען און נאָכמער — אַריינקריגן וואָס מער פּרנסה. דאָס זעלבע איז באַ עוסק בתורה; עס קען זיין אַמאָל, אַז ער לערנט טאַקע תורה, און ער איז זיך אויך משתדל צו לערנען תורה מיט אַנדערע אידן — ער טוט דאָס אָבער אָן חיות; ער פילט ניט דערביי אַז ס'איז דערפון פאַראַן „ריוח" און „פּרנסה". דער אמת איז דאָך אַז — ישראל (דורך) אורייתא וקוב"ה כולא חד, — דורך יעדן וואָרט תורה; דורך פאַרשפּרייטן תורה באַקומט מען אויך דעם „ריוח", וואָס מען נעמט איין נאָך אַ טייל וועלט פאַר תורה וכו' וכו'יח). ער אָבער פילט דאָס אַלעס ניט, און במילא, אויך ווען ער טוט אין תורה און אין הפצת התורה, פעלט אים דער חיות אין דעם. ער איז ניט אַ בעל עסק, וואָס טוט די אַרבעט אין זיין געשעפט מיט לעבעדיקייט, נאָר ווי אַן אַרבעטער, וואָס טוט זיין אַרבעט בלויז ווייל ער מוז זי אָפּטאָןי).
אויף דעם גייט אַרויס אַלע טאָג אַ בת קול פון „הר חורב" — וואָס שטרייכט אונטער דעם כח פון תורה צו חרוב מאַכן די חומריות פון דעם מענטשן און פון וועלט — און רופט אויס און זאָגט: „אוי להם לבריות מעלבונה של תורה". דאָ רעדט זיך ניט וועגן עונשים ח"ו, וואָרום דאָ האַנדלט זיך דאָך וועגן אַזוינע וואָס לערנען תורה יומם ולילה, און טוען אפילו אין הפצת התורה. מען זאָגט אָבער אויף זיי; „אוי להם לבריות מעלבונה של תורה", וויי איז צו די1232וואָס לערנען תורה אָבער זיי פאַרשעמען זי, זיי שאַצן ניט אָפּ איר מעלה און איר גרויסקייט בשלימותן.
און דאָס איז אויך ריב"ל מבאר ווייטער: „שכל מי שאינו עוסק בתורה נקרא נזוף", וואָס נזיפה קומט דעם וואָס שאַצט ניט אָפּ דעם צווייטנס מעלהיז).
ד. און אויף דעם וואָס לערנט תורה אָן חיות און אָן געשמאַק ברענגט ער דעם פּסוק „אשה יפה וסרת טעם". וויבאַלד אַז תורה זאָגט „אשה יפה", מיינט דאָך דאָס אַ יופי על פּי תורה, וואָס האָט אין זיך באמת אַ מעלה (ועפּ"ז יש לפרש הכתוביח) „שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל", אַז אַ „אשה יראה ה'" איז ווערט צו תתהלל (געלויבט ווערן אויך) מיט איר חן און יופי). ד.ה. אַז דער פּסוק רעדט דאָ וועגן אַזאַ אידן — וואָס אידן זיינען אשה להקב"ה — וואָס האָרעוועט אין תורה, איז מקיים מצוות און האָט טאַקע דעם תואר „אשה יפה"; און דאָך רופט מען אים אויך „וסרת טעם", ווייל עס איז „סרת", עס פעלט ביי אים טעם — דער טעם און געשמאַק אין תורה.
ה. נאָך דעם ווי ריב"ל איז מבאר די מעלה פון תורה, אַז זי האָט בכח צו מזכך זיין וועלט (ווי ס'איז טאַקע געווען ביי ריב"ל, אַז ניט נאָר האָט ער דורך תורה מזכך געווען זיין אייגענעם גוף ביז „נכנס חי לגן עדן", נאָר ער האָט אויך גע'פּועל'ט אַז די וועלט זאָל ניט דאַרפן אָנקומען צו אַ קשת), ואומר — ברענגט ער נאָך אַ פּסוק, וואו עס ווערט אַרומגערעדט נאָך אַ העכערע מעלה אין תורה (וואָס דערפאַר איז דער „אוי להם" און די נזיפה — נאָך גרעסער).
מצד דער מעלה פון תורה וואָס ריב"ל האָט גערעדט פריער, האָט דער עוסק בתורה נאָך צו טאָן מיט וועלט, ער איז איר מברר און מזכך. פאַראַן אָבער אַ העכערע מעלה, צו וועלכער עס קומט צו דער עוסק בתורה — ער ווערט דורך תורה אַ „בן חורין": ער ווערט באַפרייט פון האָבן אַליין צו טאָן מיט הגבלות פון וועלט, נאָר מלאכתו נעשית ע"י אחרים, דורך זיין לערנען פאַר זיך (אָבער אין אַן אופן ורצון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים), באַלייכט במילא דער אור התורה די וועלטיט).
ו. דער חילוק צווישן די צוויי מדריגות איז על־דרך ווי די גמרא זאָגטכ): „בתחילה נקראת על שמו של הקב"ה ולבסוף נקראת על שמו שנאמר בתורת ה' חפצו ובתורתו יהגה יומם ולילה". ווען דער מענטש הויבט אָן, אין אָנהויב פון לערנען, ווערט די תורה אָנגערופן אויפן נאָמען פון דעם אויבערשטן, „תורת הוי'", ווייל דער אָדם הלומד איז נאָך ניט געוואָרן איינס מיט דער תורה, ד.ה. אַז ער האָט נאָך אייגענע רצונות, נאָר ער איז זיי מבטל צו דעם אויבערשטן און איז זיך עוסק בתורה; צום סוף אָבער — ווערט די תורה גערופן אויף זיין נאָמען (פון דעם לומד), „תורתו"; ער1233ווערט איין זאַך מיט תורה, — ער האָט ניט קיין באַזונדער רצון, זיין רצון איז דער רצון התורה — דאַן ווערט די „תורת הוי'" גערופן — „תורתו", ווייל ער איז געוואָרן איין זאך מיט חכמתו ורצונו של הקב"הא).
כל־זמן אַז דער לומד התורה איז נאָך אַ מציאות לעצמו, האָט ער נאָך פאַר זיך די העלמות והסתרים פון עולם, און ער דאַרף זיי מברר און מזכך זיין דורך עבודה. די תורה וואָס ער לערנט גיט אים טאַקע דעם כח, ווי געזאָגט פריער, צו ווערן אַ בעה"ב אויף וועלט, אָבער צו דעם פאָדערט זיך עבודה. אַנדערש איז אָבער ווען ער ווערט שוין איין זאַך מיט תורה, וואָס דאַן שטייט ער העכער פון וועלט, על־דרך ווי די תורה וואָס איז „קדמה לעולם", אָבער ניתנה למטה דוקא, איז מברר אַלע בירורים פון וועלט, אָבער באופן אַז אפילו בשעת הבירור איז דברי תורה אינם מקבלין טומאה.
און דעריבער לערנט מען אָפּ אַז „אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה" פון דעם פּסוק „חרות על הלחות, אל תקרי חרות אלא חירות"; דורך לערנען תורה אין אַן אופן פון חרות — חקיקה (אויסגעקריצט, ווי אויסגעקריצטע אותיות אויף אַן אבן טוב, וואָס זיינען איין זאַך מיטן אבן טוב)כב), אַז דער לומד מיט דער תורה ווערן איינס — קומט מען צו צו חירות, אַז מען ווערט אַ בן הורין.
ז. נאָך דעם זאָגט ריב"ל אַ דריטע מעלה אין תורה — „וכל מי שעוסק בתלמוד תורה הרי זה מתעלה". פון דעם וואָס ער זאָגט „מתעלה" סתם, ניט אויסטייטשנדיק אין וואָס עס באַשטייט אָט די דערהויבנקייט, איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז דער העכסטער, אומבאַגרענעצטער עילוי — וואָס ס'איז ניטאָ העכער פון אים, (וואָרום כל־זמן אַז ס'איז פאַראַן אַ העכערער עילוי, איז דאָך דאָס נאָך ניט דער אמת'ער „מתעלה", וויבאַלד אַז ער איז מטה — בערך דעם העכערן עילוי).
אַלע מדריגות, אפילו די מדריגה פון „בן חורין" — ווען מ'ווערט איין זאַך מיט בחינת תורה שקדמה לעולם, — זיינען נאָך אַלץ באַגרענעצטע עליוות, און ס'איז נאָך ניט דער תכלית העילוי. ווען איז דער אמת'ער מתעלה — בשעת מ'ווערט איין זאַך מיט עצמות, וואָס דורך דעם ווערט דער איד בעל הבית אפילו אויף די ענינים שלמעלה, וכמאמר רז"לג) ; „נצחוני בני נצחוני"; „צדיק גוזר והקב"ה מקיים"כד).
ח. ווי אַזוי קען אַ מענטש נתעלה ווערן אַזוי הויך? ברענגט ער אויף דעם דעם פּסוק „וממתנה נחליאל ומנחליאל במות", וואָס אין די דריי ענינים — „מתנה", „נחליאל" און „במות" — זיינען מרומז די דריי אויבנדערמאָנטע מדריגות — „עוסק בתורה", „בן חורין" און „מתעלה".
די תורה האָט דער אויבערשטער געגעבן צו אידן אַלס מתנה, און וויבאַלד אַז „הנותן בעין יפה נותן"כג), האָט דער אויבערשטער, בעת מתן תורה, אָפּגעגעבן צו אידן אַלץ וואָס ס'איז געווען צו געבן אין דער מתנה פון תורה, ביז — „אנא נפשי כתיבת
1234אכות פ"ו
יהבית"כ) — ער האָט זיך אַליין כביכול אַריינגעשריבן און אָפּגעגעבן אין דער תורה. און יעדער איד, אפילו דער וואָס איז נאָך ניט געוואָרן איינס מיט תורה, האָט דעם כח פון דעם אויבערשטן צו זיין אַ מושל ושולט אויף וועלט, כנ"ל. נאָר וויבאַלד אַז ער איז נאָך אַ מציאות פאַר זיך, און דער העלם העולם פאַרשטעלט פאַר אים אַף ענינים פון אלקות — אפילו אויף דעם כח הא"ס וואָס האָט זיך אַריינגעשטעלט אין תורה — דערפאַר מוז ער זיך מתלבש זיין אין וועלט, און אַראָפּנעמען איר העלם דוקא דורך עבודה.
„ממתנה נחליאל", פון בחינת מתנה שבתורה קומט ער צו בחינת ירושה („נחליאל" — לשון נחלה וירושה) פון תורה. דער חילוק צווישן ירושה און מתנה איז; בעת מען גיט אַ זאַך במתנה, כאָטש מען גיט אים די זאַך בשלימות ובעין יפה, גייט אָבער די זאַך אַרויס פון רשות הנותן און גייט אַריבער אין רשות המקבל; אין ירושה אָבער איז דער יורש — ממש דער מורישכז). און דאָס איז אויך דער אונטערשייד צווישן מתנה שבתורה און ירושה שבתורה; מתנה שבתורה איז, ווי די תורה גייט איבער צום אדם (המוגבל) הלומדה, ווי ער איז נאָך מוגבל אין וועלט (דערפאַר קען זי ניט זיין איינס מיט עם — תורתו); ירושה שבתורה איז, ווי דער אדם הלומד ווערט באַפרייט פון די הגבלות העולם („בן חורין"), ווייל ער איז עומד במקום המוריש.
„ומנחליאל במות" — דערהויבנקייט, און ווי גערעדט פריער בפּירוש „מתעלה", אַז ס'איז אַזאַ עלי' וואָס עס קען ניט זיין העכער פון איר, ווייל ער ווערט איינס מיט עצמות.
די נתינת כוח און מעגלעכקייט אויף כל הנ"ל — איז פון דער התחלה — „ממתנה", וויבאַלד אַז „בעין יפה נותן" — האָט דער כל יכול געגעבן אַלעס, נאָר מצד המקבל — איז ניט אַלעס ביי דעם מקבל בפּועל ובגילוי, און ער דאַרף האָרעווען און גיין מחיל אל חיל — ביז „הרי זה מתעלה".
ט. דער זעקסטער פּרק פון אבות ווערט גערופן מיטן נאָמען „קנין תורה"כח).
דער וואָרט „קנין" באַדייט; דער איבערגיין פון אַ זאַך מרשות המוכר לרשות הלוקח; אָבער הגם אַז די זאַך גייט טאַקע איבער אין אַ צווייטן רשות, בלייבט זי די זעלבע, אָן ענדערונג, פּונקט ווי זי איז געווען פריער אין רשות פון מוכרכט). און דאָס איז אויך די באַדייטונג פון „קנין תורה"; אויך אין אַ צווייטן רשות, וואָס איז דערוויילע פרעמד פון תורה, דאַרף מען אויך דאָרטן אַריינברענגען די גאַנצע תורה, כמו שהיא.
און די עבודה האָט זיך אָנגעפאַנגען בעיקר באלף (פּרק) הששי. אין די* פריערדיקע דורות, פאַרן אלף הששי, האָט מען ניט די גאַנצע תורה כמו שהיא מגלה געווען; מען האָט מגלה געווען בלויז גליא דתורה און ניט פּנימיות התורה ; דער גילוי פון פּנימיות התורה איז געווען בלויז פאַר יחידי סגולה, פאַר אַזוינע וואָס האָבן געהאַט הויכע נשמות, אָבער ניט פאַר1235פּשוט'ע מענטשן. פּנימיות התורה איז נאָך דאַן ניט אַראָפּגעטראָגן געוואָרן ביז אין שכל אנושי — זי איז נאָך ניט אַראָפּגעקומען אין אַ „פרעמדן רשות". ערשט אין אלף הששי — און אין *) אלף הששי גופא, אין זיינע שפּעטערדיקע דורות — איז „מצוה לגלות זאת החכמה"ל), ביז אַז פּנימיות התורה האָט זיך אָנגעטאָן אויך אין שכל, און אין שכל אנושי און ביז צו „יפוצו מעינותיך חוצה"א), אַז אין חוצה היותר תחתון איז מען מפיץ די מעינות ווי זיי זיינען — „קנין תורה".
י. אָט־דער תוכן פון פּרק הששי שבאבות, איז מרומז אויך אין דער משנה דאָרט „אמר ר' יהושע בן לוי" וואו ער מאָנט אַז מען זאָל זיין אַן „עוסק בתורה", וואָס דער ענין פון עסק בתורה איז צו ממשיך זיין תורה אין וועלט. און דאָס האָט אַ שייכות צו ר' יהושע בן לוי ביחוד, ווייל זיין עבודה איז געווען צו מזכך זיין זיין גוף און זיין חלק אין עולם, וואָס דערפאַר איז „נכנס חי לגן עדן", מצד זיכוך גופו, און „לא נראתה הקשת בימיו", ווייל ער האָט אַזוי פיל מזכך געווען די וועלט ביז אַז מען האָט ניט געדאַרפט אָנקומען צו אות הקשת כנ"ל.
ולכאורה, קען מען פרעגן אין דעם; פון וואַנען איז די ראי' אַז דאָס וואָס „לא נראתה הקשת בימיו" איז געקומען דערפון וואָס ער האָט אויסגעאיידלט די וועלט — עס קען דאָך זיין, אַז זיין עבודה איז געווען פאַר זיך אַליין, נאָר דער גרויסער זכות פון דעם האָט מגין געווען אויף זיין דור?
קען מען אָבער אַזוי ניט זאָגן, ווייל צדיקים גדולים זיינען פאַראַן אין יעדן דור, און פונדעסטוועגן באַווייזט זיך דער קשת בכמה וכמה דורות. ופּשטות לשון רז"ל ווייזט אויס אַז ברוב הדורות ככולם נראתה הקשת. מוז מען זאָגן, אַז עס איז דאָ אַן אויפטו פון ר' יהושע בן לוי קעגן אַנדערע צדיקים. ער באַשטייט אין דעם וואָס ער האָט מזכך געווען די וועלט, כדלקמן.
יא. אין צדיקים זיינען פאַראַן אַ סך מדריגות. ווי די גמראמב) רעכענט זיי אויס; אַכצן טויזנט צדיקים וואָס זעען די שכינה דורך אַן „אספּקלריא שאינה מאירה", צדיקים בני עלי' וועלכע זעען די שכינה דורך אַן „אספּקלריא המאירה" — און זיי זיינען „מועטין". און די גמרא איז דאָרט מסיים וועגן דער מעלה פון „בני עלי'", אַז זיי זיינען נאָך העכער פון די ל"ו צדיקים, וואָס אויך זיי זעען „באספּקלריא המאירה", ווייל די ל"ו צדיקים „עיילי בבר" (זיי גייען אַריין נאָר מיט רשות), און די בני עלי' — „עיילי בלא בר" (אָן רשות).
אין די בני עלי' גופא זיינען אויך דאָ פאַרשידענע מדריגות; א) די מדרי־1236גה פון „בני עלי'" וואָס כאָטש זיי זיינען טאַקע „מועטין" איז דאָך זיינען זיי ניט ווייניגער ווי צוויי (און אפשר פיל מער) און ווי די גמרא איז מפרט; „אם אלף הן כו' אם מאה הם כו' אם שנים הן אני ובני הן" (ער זאָגט אָבער ניט „ואם אחד הוא"). ב) די מדריגה פון בני עלי' אויף וועלכער עס שטייטלג) „אפילו בשביל צדיק אחד העולם מתקיים שנאמר וצדיק יסוד עולם", אַז דער קיום העולם קען זיין אפילו נאָר צוליב איין צדיק; אין דער מדריגה פון „צדיק יסוד עולם" קען זיין עס זאָל זיין נאָר איינער אין אַ דורכד). און אין דורו של רשב"י איז עס געווען רשב"י אַליין, אפילו ניט זיין זון ר' אלעזר, כאָטש ער איז אין אַלע מדריגות פון די בני עלי' — ווי* דער לשון „אני ובני הן".
ווי עס ווערט דערציילט אין זוהרח) אַז רשב"י האָט געזאָגט צו ר' אלעזר זיין זון; קום און לאָמיר זען וואָס וויל דער אויבערשטער טאָן אין וועלט. זיינען זיי געגאַנגען און געפונען אַ מלאך כו' האָט צו אים ר' שמעון געזאָגט; וואָס ווילסטו טאָן? האָט ער אים געענטפערט; איך וויל חרוב מאַכן די וועלט, ווייל עס געפינען זיך ניט קיין דרייסיק צדיקים אין דור כו'. האָט צו אים ר"ש געזאָגט ; איך בעט דיך, גיי פאַר הקב"ה און זאָג אים, אַז בר יוחאי געפינט זיך אויף דער ערד. איז דער מלאך געגאַנגען פאַר הקב"ה און האָט אים געזאָגט; רבונו של עולם, פאַר דיר איז אַנטפּלעקט וואָס בר יוחאי האָט געזאָגט. האָט אים הקב"ה געזאָגט; גיי מאַך חרוב די וועלט און גיב ניט קיין אַכט אויף בר יוחאי. ווען ער איז געקומען, האָט ר' שמעון געזען דעם מלאך און אים געזאָגט; אויב דו וועסט ניט גיין (נאָך אַמאָל פאַר דעם אויבערשטן)1237וועל איך אויף דיר גוזר זיין אַז דו זאָלסט ניט אַרויפגיין צום הימל און זאָלסט זיין אין דעם אָרט פון עזא ועזאל. און ווען דו וועסט אַרויפגיין פאַר הקב"ה זאָלסטו אים זאָגן; אויב עס זיינען ניטאָ קיין דרייסיק צדיקים אין וועלט זאָל זיין (גענוג) צוואַנציק כו' ביז אַז עס זאָל זיין גענוג צוויי, און דאָס בין איך מיט מיין זון (ר' אלעזר) וכו' און אויב עס זיינען ניטאָ אפילו קיין צוויי, איז דאָך פאַראַן איינער, און איך בין דאָס, דכתיב „וצדיק יסוד עולם". זעט מען דערפון, אַז בדורו של ר' שמעון בר יוחאי איז געווען נאָר איין צדיק בדרגת „צדיק יסוד עולם" — רשב"י.
יב. אין וואָס איז באַשטאַנען די העכערקייט פון רשב"י אויף ר' אלעזר'ן ? — דערציילט די גמראל) ; „כל היכא דהוה מחי ר"א הוי מסי ר"ש" (אומעטום וואו ר"א האָט מעניש געווען, האָט עס ר' שמעון אויסגעהיילט). ר' אלעזר, כאָטש ער איז געווען אַ צדיק, און פון די בני עלי', איז ער אָבער (בחיי רשב"י)יז) געווען אָפּגעטראָגן פון וועלטלח) ; זיין עבודה איז געווען פאַר זיך, ביז אַז ער האָט ניט געקענט סובל זיין דעם העלם והסתר פון וועלט, און דעריבער — „הוי מחי ר' אלעזר" ; אָבער ר' שמעון, דער „צדיק יסוד עולם", האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער וועלט)) און אויסגעהיילט אפילו דאָס וואָס ר' אלעזר (בחינת בני עלי') — „מחי".
אויך דער זכות פון די בני עלי' און בפרט פון ר' אלעזר, האָט מגין געווען אויף דער וועלטמ), ווי פריער געבראַכט פון זוהר („להוו עשרין כו' להוו תרין דאינון אנא וברי") — דאָס איז אָבער נאָר וואָס דורך זייער זכות ווערט די וועלט באַשיצט, אָבער ניט אַז עס ווירקט אין וועלט אויף מזכך זיין זי; (און אין דעם באַשיצען זיינען דאָ כמה דרגות, און וואָס אַ העכערע מדריגה איז, כמובן, אַלץ אַ קלענערער מספּר; די ערשטע מדריגה פון דעם סוג איז דרייסיק *א), אַ העכערע מדריגה — איז בלויז צוואַנציק, וכו', און די העכסטע מדריגה איז בלויז צוויי; ווען די וועלט איז איידעלער איז גענוג דער זכות פון דער מדריגה וועלכע זיינען „תלתין", וכו' און ווען די וועלט איז גאָר פאַרגרעבט, איז ניט גענוג אַפילו דער זכות פון דער מדריגה וועלכע זיינען בלויז „תרין". וואָס דאָס איז דער פּירוש אין זוהר „ואי לית תרין"ב), אַז די וועלט שטייט אין1238אַזאַ מצב וואָס אפילו דער זכות פון דער מדריגה וועלכע זיינען „תרין" איז ניט גענוג) מה־שאיןכן רשב"י האָט מטהר געווען די וועלט און מתקן געווען, ער גיט זיך אָפּ מיט דער וועלטח), וואָס דערמיט איז ער איר מזכך.
קומט אויס, אַז אין אמיתת שם התואר והמעלה של צדיקים זיינען בכללות פאַראַן פינף סוגים;
א) צדיקים וואָס זעען „באספּקלריא שאינה מאירה", אויף וועלכע דער אַלטער רבי זאָגטמד) אַז דאָס זיינען צדיקים שאינם גמורים, וואָס זייער צאָל איז „תמניסר אלפי צדיקי".
ב) צדיקים וואָס זעען „באספּקלריא המאירה", אָבער „עיילי בבר", און דאָס זיינען די ל"ו צדיקים*8)).
ג) צדיקים, וואָס נוסף אויף דער מעלה וואָס זיי זעען באספּקלריא המאירה *)) זיינען זיי „עיילי בלא בר", * וועלכע זיינען צדיקים גמוריםד), און זיי זיינען דאָס די „בני עלי'", אויף וועמען עס שטייט „והן מועטין" (אָבער ניט ווייניקער ווי צוויי).
ד) אַ צדיק וואָס ער איז „יסוד עולם"; ער האַלט אויף די וועלט, און אַזאַ צדיק קען זיין אַ דור ווען עס זאָל זיין נאָר איינערמז). איינער מוז אָבער זיין — עולם מוז דאָך האָבן אַ יסוד.
ה) אַ צדיק גמור וואָס איז מזכך וועלט ביז אַז מ'דאַרף ניט אָנקומען צו אות הקשת)), און אַזאַ איז דאָ נאָר אין געציילטע דורות.
יג. וועגן דעם וואָס די גמרא דערציילט)) אַז בימי ר' יהושע בן לוי האָט זיך ניט געוויזן דער „קשת", זאָגט רש"י אַז וויבאַלד דער קשת איז אַ צייכן כדי די וועלט זאָל ניט חרוב ווערן, דעריבער איז „אם יש צדיק גמור בדור אין צריך לאות" (אויב ס'איז פאַראַן אַ צדיק גמור אין דור, דאַרף מען ניט קיין צייכן). לכאורה1239וואָס גיט צו רש"י מיטן וואָרט „בדור"? ס'איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז בכדי די וועלט, אין אַ געוויסן דור, זאָל ניט דאַרפן אָנקומען צו אות הקשת, מוז עס דוקא זיין דורך אַ צדיק וואָס געפינט זיך אין יענעם דור. נאָר רש"י פאַרענטפערט פאַרוואָס עס איז ניט גענוג צדיקים וואָס זיינען דאָ בכל דור ודור — ווייל עס מוז זיין אַ צדיק „גמור בדור": „צדיק גמור" — דער סוג צדיק פון די „בני עלי'" דוקא (וועלכע זיינען אין דער מדריגה פון צדיק גמור, ווי אויבן געבראַכט) ; און „בדור" — עס מוז זיין אַזאַ צדיק גמור וואָס ער איז אין דור80)), אַריינגעטאָן אין דור און איז עם מתקן מטהר ומזכך.
דאָס וואָס לא נראתה הקשת בימי ריב"ל, איז עס ניט געווען ווייל זיין זכות האָט מגין געווען, נאָר דורך דעם וואָס ער האָט זיך אָפּגעגעבן אויף צו מזכך זיין די וועלט — דוגמת רשב"י בדורו, וואָס בימיו לא נראתה הקשתסא).
יד. אין אמת'ן איז דאָס אַלץ מרומז ומיוסד אין דער גמרא דאָרט אויפן אָרט. די גמרא דערציילט בהמשך צו מעשה ריב"ל — אַז אויך ר' חנינא בר פּפּא האָט געוואָלט אַריינגיין לעבעדיקערהייט אין ג"ע אַזוי ווי ריב"ל. אָבער ניט קוקנדיק אויף דער גרויסער מעלה פון ר' חנינא בר פּפּא, וואָס ער האָט געזאָגט „אייתי ספר תורה וחזי מי איכא מידי דכתיב בי' דלא קיימתי'", אַז ער האָט מקיים געווען אַלץ וואָס עס שטייט אין דער תורה, און בעת ער איז נפטר געוואָרן, האָט אַ זייל פון פייער פאַנאַנדערגעטיילט צווישן אים און דער וועלט, פונדעסטוועגן האָט מען אים ניט נאָכגעגעבן צו אַריינגיין חי אין ג"ע. פאַרוואָס ? ווייל; „מי איכרכת בבעלי ראתן ואיעסקת בתורה" (צי דען האָסטו זיך צוזאַמענגעוויקלט און געלערנט תורה צוזאַמען מיט די „בעלי ראתן" — אָנשטעקענדיקע חולים, וואָס האָבן אַ שרץ אין מוח). נאָר ריב"ל וואָס ער האָט יאָ אַזוי געטאָן, ווי די גמרא זאָגט דאָרט, דוקא ער איז נכנס חי לג"ע און לא נראתה הקשת בימיו.
וועגן בעלי ראתן דערציילט די גמרא דאָרט אַז כמה אַמוראים האָבן זיך פון זיי דערווייטערט. איז דאָך מובן, אַז אין מתדבק זיין זיך מיט זיי איז פאַראַן אַ חשש סכנה על פּי תורה. און פונדעסטוועגן האָט ריב"ל ניט נאָר פון זיי זיך ניט מתרחק געווען, נאָר אַדרבה, „מיכרך בהו ועסיק בתורה"; ער האָט געזוכט צו פאַרשפּרייטן תורה אומעטום, אפילו צווישן די „בעלי ראתן", און צוליב דעם — נכנס חי לג"ע ולא נראתה הקשת בימיו.
און דאָס איז אויך די הוראה וואָס ריב"ל גיט אַרויס אין פּרק ששי פון אבות בפּרק „קנין תורה"; מען דאַרף זיין אַן „עוסק בתורה", ניט נאָר לערנען פאַר זיך אַליין, נאָר מפיץ זיין תורה און ביז אין דעם נידעריקסטן „חוצה" — „בעלי ראתן", און ניט נאָר גליא דתורה נאָר אויך פּנימיות התורה, „קנין תורה"; און דורך אָטדער עבודה פון „יפוצו מעינותיך חוצה" פּועל'ט מען דעם זיכוך הגוף הגשמי און זיכוך העולם (בדוגמא ווי ס'איז געווען ביי ריב"ל), וואָס דורך דעם וועט מקויים ווערן די הבטחה פון1240מלכא משיחא אַז „לכשיפוצו מעינותיך חוצה" וועט זיין דער „אתי מר", וואָס דאַן איז — „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי' דיבר".
טו. אין לעצטן פּרק פון אבות זיינען מבואר די דרכי הקנינים פון תורה, און דערפאַר ווערט דער פּרק גערופן מיטן נאָמען „קנין תורה". דעריבער איז אויך אויסגעשטעלט געוואָרן בהשגחה פּרטית, אַז דעם פּרק לערנט מען דעם שבת פאַר שבועות — זמן מתן תורתנו82)).
אין דער פינפטער משנהנח) פון דעם פּרק זאָגט דער תנא; „אל תבקש גדולה לעצמך ואל תחמוד כבוד. יותר מלימודך עשה. ואל תתאוה לשלחנם של מלכים, ששלחנך גדול משלחנם, וכתרך גדול מכתרם. ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פּעולתך" (זאָלסט ניט זוכן קיין גדולה פאַר זיך און ניט גלוסטן קיין כבוד. טו מער פון דיין לערנען (אָדער — געוואוינהייט). און זאָלסט ניט גלוסטן צום טיש פון מלכים, ווייל דיין טיש איז גרעסער פון זייער טיש און דיין קרוין איז גרעסער פון זייער קרוין. און באַגלויבט איז ער, דער אייגנטימער פון דיין מלאכה, אַז ער וועט דיר באַצאָלן דעם שכר פאַר דיין פּעולה).
פון דעם וואָס דער גאַנצער פּרק ווערט גערופן „קנין תורה", איז מובן אַז אַלע הוראות וואָס דער פּרק לערנט אונז, זיינען בנוגע תורה. די הוראות פון אונזער משנה זיינען; א) אַז דער לימוד התורה זאָל ניט זיין צוליב „גדולה" און „כבוד", נאָר לערנען תורה לשמה. ב) מען זאָל טאָן אין לימוד התורה, מערער ווי מען האָט געלערנט און מען פאַרשטייט אַז מען דאַרף לערנען, אָדער מערער ווי מען איז איינגעוואוינט (לימוד מלשון רגילות) צו לערנען. (פון דעם לשון „יותר מלימודך עשה", איז לכאורה משמע אַז דאָ רעדט מען וועגן עשיית המצוות, אַז מען זאָל טאָן און מקיים זיין מצוות מער ווי מען פאַרשטייט און מען איז איינגעוואוינט צו טאָן. אָבער פון דעם וואָס דער תנא האָט אַריינגעשטעלט די הוראה אין דעם פּרק, איז מוכח אַז אויך די הוראה איז בנוגע תורה). ג) מען זאָל ניט גלוסטן צו „שלחנם של מלכים" — גוטס פון מלכים — וואָס דאָס איז אַ מניעה צו לימוד התורה, וואָרום דער „שלחן" און „כתר" פון תורה איז גרעסער פון „שלחנם" און „כתרם" של מלכים. ד) זאָלסט ניט איבערטראַכטן וועגן דעם שכר פאַר דיין לערנען תורה (און צוליב דעם זיך אָפּהאַלטן פון לערנען), ווייל „ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פּעולתך".
טז. אין דער משנה דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים;
א) פאַרוואָס ביי „גדולה" זאָגט דער תנא „אַל תבקש" (זאָלסט ניט זוכן), און ביי „כבוד" — „ואל תחמוד" (זאָלסט ניט גלוסטן), וואָס זוכן קומט דאָך דורך אַ סיבה, וואָס ער וויל דעם מבוקש — דורך תחמוד — איז דאָך ביים זוכן דער מענטש פיל מער אין זיין שייכות מיט דער געזוכטער זאַך, ווי ביים גלוסטן די זאַך (וואָרום אַמאָל קען זיין, אַז דער גלוסטן זאָל ניט ברענגען דעם מענטשן צו זוכן1241בפּועל דאָס וואָס ער גלוסט)א). פון דעם וואָס ביי גדולה זאָגט ער דעם לשון „ואל תבקש" און ניט „אל תחמוד" (ווי ביי כבוד), איז מוכח, אַז גדולה איז אַ זאַך וואָס גלוסטן מעג מען דאָס, נאָר מען טאָר עס ניט זוכן.
ב) פאַרוואָס זאָגט ער „יותר מלימודך עשה" 7 וויבאַלד אַז ער רעדט דאָ וועגן לימוד התורה האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן „יותר מלימודך למד", און ניט „עשה".
ג) פאַרוואָס דאַרף מען אָנזאָגן „ואל תתאוה לשלחנם של מלכים" — פאַרוואָס זאָל גאָר איינפאַלן צו גלוסטן „שלחנם של מלכים"? נאָך מערער; פון דעם וואָס די הוראה קומט נאָך די פריערדיקע הוראות, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אפילו נאָך דעם ווי מ'איז שוין מקיים די פריערדיקע הוראות — ניט זוכן גדולה און ניט גלוסטן כבוד — דאַרף מען נאָך אַלץ האָבן די אזהרה „ואל תתאוה לשלחנם של מלכים"; און אַזוי שווער איז צו פּועל'ן ביי אַ מענטשן ער זאָל ניט גלוסטן צו „שלחנם של מלכים" (אפילו ביי אַזאַ וואָס האָט שוין מקיים געווען די פריערדיקע הוראות), אַז מען מוז אים געבן אַ טעם, „ששלחנך גדול משלחנם וכתרך גדול מכתרם", בעת אַז אויף די פריערדיקע הוראות, וועלכע מען דאַרף לכאורה מערער באַוואָרענען, גיט ער ניט קיין טעם.
ועוד: פון דעם טעם גופא ששולחנך גדול משלחנם — איז פאַרשטאַנדיק אַז שולחנם איז אַ דבר חשוב און עס האָט געדאַרפט זיין תתאוה, נאָר — שולחנך איז נאָך גרעסער.
ד) אויך איז ניט מובן, וואָס צום טעם „ששלחנך גדול משלחנם" איז ער מוסיף „וכתרך גדול מכתרם" — ווער רעדט דאָ פריער וועגן כתר? ער איז דאָך מתאוה נאָר צו „שלחנם של מלכים", אָבער צו „כתרם" איז ער גאָר מלכתחילה ניט מתאוה (אויב ער זאָל מאַכן זיך אַ כתר המלך, וועט ער דאָך זיין אַ מורד במלכות), איז צוליב וואָס גיט ער צו „וכתרך גדול מכתרם"?
ה) אויך איז ניט מובן, וואָס ער איז מסיים „ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פּעולתך". — נאָך דעם ווי מען איז אים מודיע „ששלחנך גדול משלחנם וכתרך גדול מכתרם", וועט ער דאָך שוין זיכער אָפּלאָזן אַלע ענינים און נעמען זיך צו תורה, איז צוליב וואָס דאַרף דער תנא באַוואָרענען „ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פּעולתך"?
יז. הגם אַז די עצם מצות פון לימוד התורה איז צו וויסן חכמתו ורצונו של הקב"ה, אפילו אויך אויב די מציאות פון דער הלכה וואָס ער לערנט וועט קיינמאָל ניט זיין נוגע לפּועל, ווי דער לשון פון אַלטן רבי'ןלח): „ואף אם לא הי' ולא יהי'* הדבר הזה לעולם לבוא למשפּט על טענות ותביעות אלו" — איז אָבער דאָך פאַראַן אַ מעלה אין דעם לערנען אַ הלכה ווי זי איז נוגע לפּועל, וואָרום בכדי פּסק'נען אַ הלכה למעשה שטרענגט מען זיך מער אָן, און דער לימוד איז דאָך אַ סך גרונטיקער און טיפער 88)).
1242במילא האָט אַן אָרט צו וועלן זיין אַ מורה הוראה (הלכה למעשה), ניט בכדי מען זאָל אים אָפּגעבן כבוד, נאָר צוליב דעם וואָס דער לימוד וועט דאַן זיין אין אַ פיל העכערן און טיפערן אופן. זאָגט אָבער אויף דעם דער תנא; דו זאָלסט ניט זוכן קיין „גדולה", צו ווערן אַ מורה הוראה, ווייל תורה דאַרף מען לערנען לשמה, אָן קיינע חשבונות, און אויב ער דאַרף ווערן אַ מורה הוראה, וועט מען עס מזמין זיין אים מלמעלה.
און דאָס איז דער דיוק הלשון „אל תבקש גדולה לעצמך", אַנדערש ווי ביי כבוד, וואו דער לשון איז „ואל תחמוד". אין כבוד איז ניטאָ קיין מעלה, ואדרבה, „הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם"נז), און דעריבער — „ואל תחמוד כבוד", זאָלסט עס ניט נאָר ניט זוכן, נאָר אויך צו דעם ניט גלוסטן; מה־שיןאין גדולה, איז פאַראַן אַ מעלה, וואָס דערפאַר מעג מען עס וועלן, און נאָך מער — מען דאַרף עס וועלן, וואָרום דורך דעם וועט דאָך צוקומען אין זיין לימוד התורה, אָבער „אל תבקש גדולה", — מען דאַרף עס ניט זוכןנח).
און היות אַז קיין „כבוד" טאָר מען אפילו ניט וועלן, און אויך „גדולה" טאָר מען ניט זוכן — און ווער ווייסט צי מלמעלה וועט מען עס אים גאָר מזמין זיין — קען דאָך אַ מענטש ביי זיך טראַכטן; וויבאַלד אַז ער האָט ניט קיין אייגענע פּניות אין זיין לערנען און ער דאַרף לערנען תורה נאָר ווייל זי איז חכמתו ורצונו של הקב"ה, וועט דאָך ניט זיין קיין חיות אין לערנען תורה (ווייל דער נפש הבהמית האָט חיותסח) נאָר דאָרט וואו ער קען האָבן גדולה און כבוד) — זאָגט דער תנא און איז מדייק אין זיין לשון; „יותר מלימודך עשה" — עשי' מלשון כפי'ס) — אפילו אויב דו האָסט ניט קיין חיות אין דיין לימוד התורה, זאָלסטו זיך כופה זיין, צווינגען און לערנען מיט קבלת עול מער ווי דיין געוואוינהייט און געשמאַק.
חי. נאָך דעם ווי מען פּועל'ט שוין ביי אַ אידן אַז ער לערנט תורה, ניט צוליב פּניות נאָר בדרך כפי' וקבלת עול, ער האָרעוועט אין תורה מער פון זיין געשמאַק, איז דאָך דאַן דער אויבערשטער מבטיח; „אם בחוקותי תלכו — שתהיו עמלים בתורה (יותר מלימודך עשה) — ונתתי גשמיכם בעתם וגו'", אַז ער וועט אים געבן אַלע באַדערפענישן פון וועלט און דער איד ווערט אַ בעל־הבית און אַ מלך — „מאן מלכי רבנן 81)) — אויף וועלט 88)).
גיט אויף דעם דער תנא אַ הוראה; „ואל תתאוה לשלחנם של מלכים", כאָטש ער האָט דורך זיין תורה באַקומען „שלחנם של מלכים", זאָל ער אָבער צו דעם ניט גלוסטן. און דער תנא איז מדייק בלשונו: „ואל תתאוה כו'", ער זאָגט ניט, ער זאָל אָפּלאָזן „שלחנם של מלכים", ניט האָבן צו טאָן מיט וועלט וענינים גשמיים,1243אדרבה, עבודת הבירורים איז אין וועלט, האָבן צו טאָן מיט די דברים גשמיים על־מנת צו מברר זיין זיי; מען מאָנט אָבער ביי אים, אַז ער זאָל ניט האָבן אין דעם קיין תאוה און געשמאַקסב).
קען מען דאָך פרעגן; וויבאַלד אַז מיט „שלחנם של מלכים" ווערט געמיינט די עבודת הבירורים פון די דברים גשמיים — און דורך דעם מברר זיין די ניצוצות פון די דברים הגשמיים, ווערט אַן עלי' אין דעם אדם המבררםד) — איז פאַרוואָס זאָגט מען אָן „ואל תתאוה לשלחנם של מלכים"?
(ביי „אל תבקש כו' אל תחמוד כו' יותר כו' עשה", זאָגט ער ניט קיין טעם, ווייל אַז מען דאַרף ניט זוכן קיין גדולה און ניט וועלן קיין כבוד און מען דאַרף לערנען תורה מיט קבלת עול, איז פאַרשטאַנדיק. נאָר אויף „ואל תתאוה לשלחנם של מלכים", עבודת הבירורים, דאַרף מען האָבן אַ טעם).
זאָגט דער תנא דעם טעם אויף דעם: „ששלחנך גדול משלחנם וכתרך גדול מכתרם" — ווי הויך עס זאָל ניט זיין די עלי' דורך דעם בירור פון דברים גשמיים, דורך דער הויכקייט פון דעם שורש הניצוצות וואָס אין זיי — קומט עס ניט צו דער עלי' צו וועלכער מען קומט צו דורך לימוד התורה. דורך תורה ווערט מען חד (איינס) מיט מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, איז דאָך די עלי' אַ סך העכער פון דעם וואָס ער ווערט אַ „מלך" אויף עניני עולם, וואָרום דאָ ווערט ער פאַראיינציקט מיטן „מלך מלכי המלכים". און דעריבער, איז כאָטש עס פאָדערט זיך טאַקע מען זאָל זיין אין וועלט און טאָן די עבודת הבירורים, דאַרף מען אָבער וויסן אַז ניט דאָס איז תכלית העלי' — שלחנך גדול*68)).
קען מען דאָך מיינען, אַז די מעלה וואָס איז דאָ אין לימוד התורה אויף עבודת הבירורים איז נאָר בנוגע פּנימיות, אָבער בנוגע מקיף איז עבודת הבירורים העכער, ווייל די ניצוצות פון די דברים גשמיים האָבן זייער אַ הויכן שורש, דעריבער זאָגט ער „ששלחנך גדול משלחנם וכתרך גדול מכתרם", אַז ניט בלויז דער „שלחן" פון תורה — פּנימיות („שלחן" (מאכל) ווייזט אויף פּנימיות) — איז „גדול משלחנם", נאָר אויך „כתרך" — מקיף, כתר ועטרה על הראש — „גדול מכתרם" 88)).
יט. דער יצר הרע איז דאָך אַן אומן במלאכתו, אַ „קלוגינקער", און ער האָט פאַרשידענע המצאות און תחבולות ווי צו אַראָפּפירן דעם מענטשן פון דרך הישר, איז נאָך
1244אבות פ"ו
דעם מבאר זיין די אַלע עילויים פון תורה, דאַרף דער תנא צוגעבן; „ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פּעולתך";
דער יצר הרע קען דאָך טענה'ן צו אַ אידן; אמת טאַקע אַז אין לימוד התורה זיינען דאָ אַלע עילויים, וויבאַלד אָבער אַז דו האָסט געטאָן אַ חטא — „אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא87)), איז דאָך מובן דער מצב פון דעם וואָס דאַרף זיך ווינשען „הלואי — בינוני" — איז דאָך דיין תורה ניט ווערט, און אדרבה, דורך דיין לערנען תורה ביסטו גאָר מוסיף חיות אין קליפּה, איז דאָך במילא בעסער אַז דו זאָלסט ניט לערנען, וכמ"ש 88)) „ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי".
איז ער דערפאַר מסיים; „ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פּעולתך", ער זאָל ניט רעכענען זיך מיט די טענות פון יצהרע, נאָר לערנען תורהסח), וואָרום סוסוף איז דאָך „לא ידח ממנו נדח"ע), יעדער איד וועט טאָן תשובה, און דאַן וועט ער מעלה זיין די תורה און מצוות אין קדושה, און וועט באַקומען דעם שכר פאַר דער פּעולה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-ampj4ds4