Likkutei Sichos
Balak
1067בלק
אויפן פּסוק „כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" זאָגן רז"לא) „מראש אלו אבות ומגבעות אלו אמהות".
דער חילוק צווישן אַ פאָטער און אַ מוטער אין שייכות מיט זייער קינד:
דעם פאָטער'ס שייכות גלוי' *א) — איז די כללות'דיקע מציאות פון קינד אָן התחלקות אברים ; דער ציור הגוף פון ולד מיט אַלע זיינע פּרטי אברים — ווערט דורך זיין געפינען זיך ניין חדשים אין בטן האם27)) ; און דערפאַר איז אויך נאָך דעם ווי דאָס קינד ווערט געבאָרן, שטייט די מוטער צו אים מיט מער קירוב ווי דער פאָטער, ווייל זי האָט געשאַפן זיינע פּרטים. דעריבער זעט מען אויך במוחש, אַז די ליבשאַפט פון אַ קינד איז מער צו דער מוטער ווי צום פאָטער און זיין מורא איז מער פאַר דעם פאָטער), ווייל אהבה איז אַ תנועה פון קירוב און יראה — אַ תנועה פון ריחוק.
דער זעלבער חילוק איז אויך צווישן די אבות און אמהות פון כלל ישראל. און דאָס איז אויך דער טעם אויף דעם וואָס ביי „מראש צורים אלו האבות" זאָגט דער פּסוק דעם לשון „אראנו", וואָס ווייזט אויף אַ זען מרחוק ; און ביי „ומגבעות אלו אמהות" איז דער לשון „אשורנו", וואָס מיינט אַז דער זען איז בקירוב (דאָס איז אויך וואָס דער תרגום טייטשט דעם וואָרט „אשורנו"; „סכיתה", דער זעלבער אָפּטייטש ווי פון דעם וואָרט „ותבט")), און הבטה מיינט דאָך קוקן מיט אַ כוונה און צוגעטראָגנקייט)ח).
ב. לידת הולד פון אב ואם, ווי יעדער ענין אין גשמיות, נעמט זיך פון זיין שורש אין רוחניות. מדות ווערן אָנגערופן „תולדות", ווייל זיי ווערן געבאָרן פון שכל; דער פאַרשטאַנד און התבוננות אין גדולת הוי', איז מוליד אהבה צו דעם אויבערשטן און יראה פאַר אים. און דער שכל המוליד גופא ווערט פאַנאַנדערגעטיילט בכלל אין צוויי טיילן; חכמה און בינה. חכמה איז די נקודה פון דעם פאַרשטאַנד, און דעריבער ווערט חכמה1068אָנגערופן „אב", און בינה איז ווי דער פאַרשטאַנד קומט אין פּרטים, און דעריבער ווערט בינה אָנגערופן „אם")).
די כוחות פון דער נשמה נעמען זיך פון די עשר ספירות שלמעלהז), איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז אויך אין די עשר ספירות איז דער זעלבער סדר ווי אין די כוחות הנפש (וויבאַלד אַז זיי נעמען זיך פון די עשר ספירות שלמעלה).
פּונקט ווי די כוחות הנפש ווערן געטיילט אין צוויי סוגים; שכל און מדות, און די מדות ווערן געבאָרן פון דעם שכל, אַזוי איז אויך למעלה), אַז די מדות — וואָס מיט זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן די עולמות*) — ווערן געבאָרן פון חכמה און בינה. חכמה איז דער „פאָטער" פון די מדות; חכמה שטייט בריחוק פון די מדות און אַודאַי פון די עולמות וועלכע ווערן געשאַפן פון זיי; און בינה איז די „מוטער", וואָס שטייט בקירוב צו די מדות און אויך צו די עולמות וועלכע ווערן געשאַפן פון זיי.
דאָס מיינט, אַז בינה, ווייל זי איז אַ נאָענטער מקור צו מדות, שורש הנבראים, פאַרנעמט וועלט אין איר אַן אָרט, און דאָס וואָס בינה טוט אויף אַז אין וועלט זאָל זיך הערן ג־עכקייט, ברענגט נאָר צו ביטול היש, מה־שאיןכן חכמה, וואָס זי איז לגמרי העכער פון מדות, פאַרנעמט דאָרט וועלט קיין אָרט ניט; מצד חכמה הערט זיך אָן אַז „הוא לבדו הוא ואין זולתו"י), וואָס דאָס איז אויך מרומז אין דעם וואָרט חכמה — כח מ"היא), ביטול במציאות.
ג. די אבות און אמהות זיינען דאָך אבות און אמהות פון יעדער אידן, ד.ה. אַז די אבות און אמהות האָבן מוריש געווען זייערע ענינים צו יעדער אידןיב), און יעדער איד פאַרמאָגט די צוויי ענינים; פון די אבות האָט ער בחינת החכמה, דעם כח אויף ביטול במציאות און יחודא עילאה, און פון די אמהות — בחינת הבינה, דעם כח אויף ביטול היש און יחודא תתאה.
און ווייל דער תכלית הכוונה איז1069דאָך דירה בתחתונים און ניט דוקא צו זיין אָפּגעטראָגן פון וועלט, נאָר מאַכן פון וועלט גופא אַ כלי צו אלקות, דעריבער (הגם בינה איז מקבל פון חכמה) איז דאָ אַ מעלה אין די אמהות אויף די אבות, וואָס דערפאַר שטייט: „כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה"יג).
און די עבודה אין די ביידע אופנים, יחודא עילאה און יחודא תתאה, וואָס קומט פון „ראש צורים" און פון „גבעות", גיט דעם כחיד) עס זאָל זיין „הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב" (דער אויספיר פון דעם פּסוק „כי מראש גו'"), אַז אויך זייענדיק אין גלות ווערן די אידן ניט פאַרלאָרן ח"ו צווישן די אומות העולם ; ואדרבה, דורכן גלות וועלן די אידן צוקומען צו נאָך אַ העכערן עילוי ווי פריער, ווי דער תרגום זאָגט אויף דעם פּסוק; „עתידין דיחסנון עלמא", אין דער גאולה העתידה על ידי משיח צדקנו, בקרוב ממש.
ד. יעדער אידישע הויז איז אַ וועלט פאַר זיך, און אין יעדער אידישער הויז איז פאַראַן דער גאַנצער ציור פון די עשר ספירותיח). און פּונקט ווי אין די ספירות שלמעלה און אין כוחות הנפש, איז פאַראַן אַ מעלה אין בינה אויף חכמה — הגם בינה איז מקבל פון חכמה — אַז דוקא דורך איר איז די הנהגת המדות — זי איז משפּיע צו די מדות וואָס זי איז מקבל פון חכמה, — אַזוי איז אויך אין אב ואם שבכל בית ישראלי:
די פרוי דאַרף טאַקע הערן פון איר מאַן און אויספאָלגן זיינע הוראות, ווי די חז"ל זאָגןי), „איזוהי אשה כשרה כל שעושה רצון בעלה", אָבער — אָן איר הענגט עס אָפּ, אַז די הוראות — בנוגע חינוך הבנים והבנות על יסודי התורה והמצוה; הכנסת אורחים; נתינת צדקה בריבוי, א.ז.וו. זאָלן דורכגעפירט ווערן בפּועל.
דער מאַן איז דאָך דעם גרעסטן טייל פון טאָג ניט אין הויז, צי ער איז פאַרנומען אין תורה ותפלה, אָדער ער איז פאַרנומען אין עניני פּרנסה — דאַרף די אשה כשרה זיין „עושה (אַראָפּטראָגן אין עשי') רצון בעלה", אַז דער רצון זאָל אַראָפּקומען אין אַ פּועל ממש.
אויך איז לפעמים די פליכט פון דער „אשה כשרה" צו מאַכןיז) „רצון בעלה"; ווען איר מאַן איז פאַריאָגט אין זיינע טרדות און ביי אים פעלט דער רצון צו דעם וואָס מען דאַרף, מוז די אשה כשרה, בדרכי נועם ובדרכי שלום, מאַכן — און מגלה זיין — זיין אינערליכן רצון, וואָס יעדער איד וויל דאָך לעשות רצון קונויח).
און אַז איש ואשה „זכו (איז) שכינה ביניהן"י), אַז דאָס הויז פירט זיך1070אויף אַזאַ אופן אַז זי איז אַ מקדש (מעט), אויף וועמען דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם"; און וויבאַלד אַז שכינה שרוי' איז דאָך „לא יגורך
רע", אַז עס ווערט נמשך נאָר טוב, בטוב הנראה והנגלה, בבני חיי ומזוני וכולם — רויחי.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ד׳
- Id
- rh-3bq6cphd