Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
1א.שוין גערעדט פיל מאָל, אַז דער פּירוש פון רש"י על התורה, הגם אַז ער קומט צו מפרש זיין פּשוטו של מקרא — ווי רש"י אַליין איז מדגיש כמה וכמה פּעמים און גלייך אין די ערשטע סדרהא; „ואני לא באתי אלא לפשוטו"ג — אַנטהאַלט ער אָבער אויך „ענינים מופלאים"*2 פון די אַנדערע חלקי התורה, אפילוח אויך „רזין דאורייתא", וכידועד דער וואָרט פון אַלטן רבי'ן, אַז „פירש"י אויף חומש איז יינה של תורה".
נאָר בכדי צו קענען דערגרונטעווען זיך צו די „ענינים מופלאים" און „יינה של תורה" וואָס אין פּירש"י, מוז מען פריער דורכלערנען און פאַרשטיין דעם פּירוש הפּשוט. ווייל אויך זיי, די ענינים מופלאים און יינה של תורה, האָט רש"י אַריינגעשטעלט אין דעם פּירוש לויט „פשוטו של מקרא"ה.
2ויש לומר, אַז אַזוי ווי רש"י האָט ניט געשריבן קיין באַזונדערע הקדמה צו זיין פּירוש (ווי עס האָבן געטאָן אַנדערע מפרשי התורה), איז די סברא מחייב, אַז ער האָט זי עכ"פּ אָנגעדייטעט, ברמז, אין זיין ערשטן דיבור „אמר ר' יצחק לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחדש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל ומה טעם פתח בבראשית כו'";
דורך דעם אונטערשטרייכן דעם סדר אַז פריער קומט בראשית ברא גו' און ערשט דערנאָך החודש הזה גו' און דורך זיין אָפּטייטשן דעם טעם פאַרוואָס תורה הויבט זיך אָן מיט „בראשית" (בכדי „שאם יאמרו אומות העולם לישראל לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים", זאָלן אידן וויסן וואָס זיי צו ענטפערן), גיט ער אויך די הקדמה וואָס ווייזט דעם סדר אין לימוד התורהו. אַז צום ערשטן דאַרף מען לערנען פּשוטו של מקרא וואָס איז ענלעך צו „בראשית ברא גו'" — פּשטות פון דער וועלט, און ערשט דערנאָך קען מען צוקומען צו די „ענינים מופלאים" און „יינה של תורה" וואָס זיינען געגליכן צו „החדש הזה לכם" די מצות און הייליקייט וואָס אין דער וועלט (ראה לקמן סעיף יג).
ב. אויף דער שאלה פון רש"י „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחדש הזה לכם", פרעגט דער רמב"ן; „בראשית ברא אלקים" איז דאָך דער שרש האמונה; און דער וואָס גלויבט ניט אין דעם (און דענקט אַז דער עולם איז אַ קדמון ח"ו) איז ער אַ כופר בעיקר און איז דערמיט אָפּגעריסן פון דער גאַנצער תורה — טאָ ווי איז שייך צו זאָגן אַז די תורה האָט זיך געדאַרפט גאָר אָנהויבן פון „החדש הזה לכם" און עס זאָל אין איר אינגאַנצן ניטז דערמאָנט3ווערןח אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלטט?
עד"ז קען מען אויך פרעגן אפילו בנוגע די סיפּורים אינעם חלק התורה וואָס פאַר „החדש הזה לכם"; אויך אין די ווייטערדיקע פּרשיות התורה, נאָך החדש הזה לכם (ווען מ'ווייס שוין דעם ענטפער פאַר אומות העולם), געפינען זיך דאָך (אויסער מצות און דינים) כמה וכמה סיפּורים; און ס'איז במילא פאַרשטאַנדיק (אויך אין דרך הפּשטי) אַז אויך סיפּורי התורה אַנטהאַלטן אַ סך נויטיקע הוראות פאַר יעדער אידן — היינט וואָס איז רש"י'ס שאלה „לא הי' צריך כו'"יא, און וואָס צוליב דעם נעמט ער אָן אַז די סיפּורים וואָס שטייען אין דער תורה ביז החדש הזה לכם זיינען אויסן צו לערנען אידן וואָס צו אָפּענטפערן די אומות העולם, און ניט הוראות וואָס אידן דאַרפן פון זיי אַרויסלערנען פאַר זיך גופא?
די קשיא ווערט נאָך האַרבער; עס זיינען דאָך פאַראַן אין ספר בראשית אָנזאָגן אויף אַ צאָל מצות, ווי פרי' ורבי', מילה, און גיד הנשה — איז ווי קען מען זאָגן, אַז די תורה וואָלט זיך געדאַרפט אָנהויבן ערשט פון „החדש הזה לכם" בעת אַז דורכדעם4וואָלטן פון איר אַוועקגענומען ווערן אויך אָט די דערמאָנטע מצוותיב?
ג. דאָס וואָס אין תורה שטייען יע די אַלע פּרשיות וואָס ביז „החדש הזה לכם", זאָגט רש"י אַז דער טעם דערפון איז: „משום כחיג מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים, שאם יאמרו אוה"ע לישראל לסטים אתםיד שכבשתם ארצות שבעה גוים הם אומרים להם כל הארץ של הקב"ה היא הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו".
אויך דאָס איז שווער צו פאַרשטיין:
א) אָט די נקודת ההסברה, אַז „כל הארץ של הקב"ה היא (ווייל) הוא בראה", ווערט דאָך פאַר אונז אינגאַנצן קלאָר שוין נאָר פון דער התחלה פון פ' בראשית — און וויבאַלד אַזוי, צוליב וואָס דאַרפן שטייען אין תורה אויך אַלע אַנדערע פרשיות וואָס צווישן מעשה בראשית און „החדש הזה לכם"טז?
ב) אין וואָס באַשטייט איבערהויפּט די טענה פון אוה"ע ? מ'געפינט דאָךי, אַז מלכתחלה (ווען נח האָט פאַנאַנדערגעטיילט די לענדער צו זיינע זין) איז ארץ־ישראל געווען בחלקו של שם, נאָר דערנאָך האָבן די כנענים (בני חם) איר איינגענומען פאַר זיך. איז וואָס פאַר אַן אָרט האָט די טענה פון די אוה"ע צו אידן; „לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים", אין דער צייט אַז, אדרבה, א"י האָט גאָר מלכתחלה געהערט צו די קינדער פון5שםיז, און די כנענים זיינען די וואָס האָבן דאָס צוגע'גזל'ט פון זיייח?
ג) גזל איז איינע פון די ז' מצות בני נחיט. און אויב כיבוש מלחמה (ווי עס איז געווען באַ יהושע'ס אייננעמען א"י) מיינט גזל, שטעלט זיך די שאלה; פאַרוואָס געפינט מען ניט אין ערגעץ אַז אַ געוויסע אומהכ זאָל נענש ווערן פאַר דעם וואָס זי האָט כובש געווען אַ לאַנד (און מענטשן) פון אַ צווייטער אומה? דערפון איז קענטיק אויך אין פּשטותכא, אַז כיבוש מלחמה גייט ניט אַריין אינעם גדר פון גזילה און עס פאַלט במילא אָפּ דער גאַנצער יסוד פון דער טענה „לסטים אתם שכבשתם כו'".
ד. אויך אין דעם ענטפער אויף דער טענה פון די אוה"ע — „כל הארץ כו' הוא נתנה כו'" — פאָדערט זיך ביאור;
א) צו וואָס איז רש"י מדגיש אין דער פאַרענטפערונג, אַז „כל הארץ של הקב"ה היא", בעת אַז די טענה פון אוה"ע איז בלויז אויף די „ארצות שבעה גוים"?
ב) צום המשך און אויספיר פון „ונתנה לאשר ישר בעיניו כו'" זיינען לכאורה נויטיק בלויז די ווערטער „כל הארץ של הקב"ה היא" (וואָס קלערן אויף, אַז וויבאַלד „כל הארץ" געהערט צום אויבערשטן — האָט ער דעריבער די „רעכט" זי צו געבן וועמען ער וויל) ; און דאָס וואָס רש"י איז מוסיף „הוא בראה", איז עס לכאורה נאָר אַ הסברה אויף „כל הארץ כו'" (זי געהערט צו אים, ווייל ער האָט זי באַשאַפןה). אָבער לויט דעם האָט רש"י געדאַרפט זאָגן דעם לשון אין אַ פאַרקערטן סדר; „הקב"ה ברא את הארץ והיא שלו". פאַרוואָס6שטעלט ער אַוועק די ווערטער „הוא בראהדנאָך „כל הארץ של הקב"ה היא" ובסמיכות צו „ונתנה כו'", וואָס דערפון איז משמע אַז „הוא בראה" באַציט זיך (אויך) צו „ונתנה כו'" (ובפרט אַז ער שרייבט „ונתנה" מיט אַ וא"ו החיבור)?
ד) בכדי צו קענען ענטפערן אויף דער טענה „לסטים אתם" איז לכאורה נויטיק צו וויסן בלויז ווי אַזוי ס'איז געקומען די בעל־הבתישקייט פון אידן אויף די „ארצות שבעה גוים", אַז דאָס איז ניט מחמת דעם וואָס אידן אַליין האָבן אָט די לענדער כובש געווען, נאָר ווייל דער אויבערשטער (וואָס „כל הארץ של הקב"ה היא") האָט זיי געגעבן צו אידן. וואָס איז אָבער דאָ נוגע דער פּרט פון „ברצונו נתנה להם" וואָס רש"י זאָגט בפירושו?
אין פלוג קען מען איינלערנען, אַז רש"י איז דערמיט אויסן צו שולל זיין אַ טענה וואָס קען געמאָנט ווערן מצד אוה"ע; ווי אַזוי האָט מען פאָרט רעכט אַוועקצונעמען פון זיי דאָס לאַנד וואָס האָט געהערט צו זיי? און דערויף איז רש"י מדגיש, וויבאַלד אַז די געהעריקייט פון א"י צו אוה"ע איז נאָר מצד דעם וואָס דער אויבערשטער „ברצונו נתנה להם", האָט ער שוין במילא אויך די „רעכט" זי צוצונעמען פון זיי און אַוועקגעבן צו אידן.
איז אָבער אַזוי שווער צו זאָגן, ווייל אי משום הא איז אדרבה; ווען רש"י שרייבט ניט ברצונו נתנה להם (נאָר זיי האָבן דאָס, כאילו, אַליין גענומען) — איז נאָכדעם ווי ס'איז שוין באַוואָרנט געוואָרן אַז „כל הארץ של הקב"ה היא", און טראץ דעם וואָלטן די אומות „אַליין" גענומען א"י פאַר זיך, ניט לויטן רצון פון אויבערשטן כביכול, וואָלטן זיי דאָך דעמאָלט איבערהויפּט ניט געהאַט קיין שום בעל־הבתישקייט אויף א"י — און דאַן וואָלט נאָכמער געווען פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מ'קען זי צונעמען פון זיי.
ה) מיטן לשון „ברצונו" מיינט רש"י צו זאָגן, אַז דאָס וואָס א"י איז פריער געווען ביי די שבעה גוים און דערנאָך ביי אידן, איז עס ניט בלויז אַן אויסדרוק פון השגחה פּרטית מאתו ית' ווי אַלע מאורעות וואָס פּאַסירן אין וועלט, נאָר אַז אויף דעם איז געווען אַ רצון מיוחדכד. דאַרף מען פאַרשטיין; בנוגע צו8„ונתנה לנו" איז פאַרשטאַנדיק די הדגשה פון „וברצונו", ווי מען געפינט אין פיל ערטער, אָנהויבנדיק פון ברית בין הבתרים, אַז דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז א"י זאָל זיין ביי אידן; אָבער דאָס וואָס רש"י זאָגט „ברצונו" ביי „נתנה להם" איז קשה; וואו געפינט מעןכו אַז דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז בני חם זאָלן כובש זיין אר־ישראל פון זרעו של שם?
ה. איז דער ביאור בכל זה;
דאָס וואָס אידן זיינען אויסגעטיילט געוואָרן לגמרי פון אַלע פעלקער בנוגע תורה ומצות, האָט זיך אויפגעטאָן (בעיקר) ערשט ביי מ"ת, וואָס דאַן איז געוואָרן דער „והייתם לי סגולה מכל העמים"כ; און אין אַ מער כללות'דיקן אופן איז די אויסטיילונג פאָרגעקומען ביי יציאת מצרים, וואָס איז פאַרבונדן מיט מ"תכז, ווען זיי זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן אויף דער מצוה פון „החדש הזה לכם".
און אע"פּ אַז אויך די מצוות מילה און גיד הנשה, אויף וועלכע מ'איז נצטווה געוואָרן נאָך אַ סך פריער פון יצי"מ, זיינען געגעבן געוואָרן בלויז צו בני אברהם יצחק ויעקבכח — וויבאַלד אָבער אַז דער ציווי פון די דאָזיקע מצות איז ניט געווען אין אַ זמן און ביי אַ געלעגנהייט וועלכע האָבן אַ פאַרבונד מיט מ"ת, קומט אויס אַז אָט־די מצות זיינען צו זיי געגעבן געוואָרן ניט אַלס צו אויסגעטיילטע אידן, נאָר אַלס אַ באַזונדער סוג אין בני־נחכט (בדוגמא ווי די אָנזאָגונגען (צו די בני ישראל) בנוגע צו בני עשו, עמון און מואבל — וואָס דערמיט זיינען זיי, בני עשו וכו' אויסגעטיילט געוואָרן פון צווישן די אומות העולם גופא).
לויט דעם ווערט מובן די קשיא פון רש"י, אַז די תורה האָט זיך געדאַרפט אָנהויבן פון „החדש הזה לכם"; וויבאַלד אַז „תורה" באַדייט — ציוויים און הוראותלא וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן צו בני ישראל אַלס אידן, דאַרף במילא אויסקומען, אַז די אַלע פריערדיקע ציוויים און הוראות דורך וועלכע אידן זיינען נאָך ניט אַרויס פון (זייער באַזונדער סוג צווישן) די בני־ח, האָבן געדאַרפט אָדער פאַרשריבן ווערן אין אַ ספר בפני עצמו, אָדער פאַרבלייבן במסורה (אַזוי ווי די ז' מצות ב"נ ביז מ"ת), אָבער ניט זיין פאַרשריבן אין תורה ווי אַ הוראה צו אידן אַלס אידן.
ו. אויף דעם ענטפערט רש"י, אַז דאָס וואָס די תורה הויבט זיך אָן פון בראשית, איז עס צוליבן טעם וואָס דערמיט גיט תורה אַ הוראה פאַר אידן וואָס צו אָפּענטפערן אויף דער טענה פון אוה"ע „לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים".
8און הגם אַז כיבוש מלחמה איז ניט קיין גזילה (כנ"ל ס"ג) — פונדעסטוועגן, ווען ניט דער ענטפער פון „כח מעשיו כו'", וואָלטן די אוה"ע נאָך אַלץ אין אַ געוויסער מאָס געקענט טענה'ן „לסטים אתם כו'", ווייל ביים אייננעמען ארץ ישראל דורך אידן איז איר איבערגיין פון רשות האומות צום רשות פון די אידן, להבדיל, געווען אין אַ ספּעציעלן אופן אין אַ פיל טיפערן אופן ווי דער כיבוש־איבערגאַנג מרשות לרשות ביי אַנדערע לענדער, כדלהלן.
ז. ווען אַ געוויסע זאַך גייט איבער פון איין מענטשן צו אַ צווייטן, דורך וואָס פאַר אַ קנין עס זאָל ניט זיין (מכירה, מתנה, כבוש מלחמה, א.א.וו.), ווערט דער עצם מהות פון דער זאַך ניט באַווירקט אָדער געענדערט דורך דעם איבערגאַנג; די זאַך אַליין דריקט ניט אויס קיין באַזונדערע שייכות צום רשות פון דעם אָדער יענעם מענטשן, אָדער אַן ענדערונג אין דעם; ס'איז ניט מער וואָס איר אויסערלעכע *לאצוגעהעריקייט בייט זיך ביים איבערגיין פון איין מענטשן צום צווייטן.
אַנדערש איז אָבער דער כיבוש פון א"י, וואָס זינט אידן האָבן איינגענומען די „ארצות שבעה גוים" איז פאָרגעקומען אַ שינוי אין דעם עצם מהות פון דער לאַנד; פריער איז עס געווען אַ לאַנד גלייך ווי אַלע לענדערלב, וואָס האָט געקענט געהערן צו יעדן פאָלק, און זינט דעם כיבוש פון אידן איז דאָס לאַנד גופא פאַרוואַנדלט געוואָרן אין ארץ־ישראל, ס'איז געוואָרן אַ אידיש לאַנד דורך און דורך און במילא אויף שטענדיק, אַזוי אַז דאָס קען מער ניט געהערן צו אַן אַנדער פאָלק *לב ; באמת — קען זי שוין קיין מאָל ובשום אופן ניט צוגענומען ווערן פון אידן. און דעריבער, אַפילו בזמן הגלות, ווען „גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו"לב, ווערט זי גערופן „ארצנו" *לג און „אדמתנוד (אונזער לאַנד און אונזער ערד); און נאָך מער; לא ישבו בארצך, אַ גוי טאָר ניט באַזעצן זיך אין א"ילד.
ווען דער בן (חמש ל)מקרא לערנט אין מקרא (חומש) וועגן דער שייכות פון אידן און ארצות שבעה גויים; ודורלו רביעי ישובו הנה גו' לזרעך נתתי את הארץ הזאת — ווייס ער שוין פון פריער*35 אַז דאָס איז „לזרעך עד עולם".
און אין דעם גופא באַשטייט די סיבת הטענה פון די אוה"ע „לסטים9אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים"; אויך אוה"ע ווייסן, אַז ווי נאָר די אידן האָבן דעמאָלט איינגענומען די „ארצות שבעה גוים", זיינען די ארצות געוואָרן אר־ישראל אויף שטענדיק, אַזוי אַז דאָס לאַנד קען שוין מער ניט געהערן צו זיי, צו אומות העולםלח. און טאַקע מחמת דעם טענה'ן זיי „לסטים אתם"; וויבאַלד אַז איידער די אידן האָבן זי כובש געווען, איז זי געווען אַ לאַנד ווי אַלע לענדערלב וועלכע קענען געהערן צו יעדן פאָלק, האָבן דעריבער אידן ניט געהאַט קיין רעכט איינצונעמען א"י אויף אַזאַ אופן אַז זי זאָל פון די אוה"ע צוגענומען ווערן לחלוטין — דאָס איז אַ גזילה, רויבעריי, טענה'ן זיי.
און אויף דעם קומט דער ענטפער „כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה"; וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט זי באַשאַפן און אויפגעמאַכט איר גאַנצע מציאות, איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז „כל הארץ של הקב"ה היא", אַז די גאַנצע ערד (ד.ה. אינעם מובן פון איכות *ל — ניט בלויז אויסערלעך, נאָר אויך איר פּנימיות און עצם מהות) איז דעם אויבערשטנס — און וויבאַלד אַזוי, האָט ער דאָך די רעכט אומצובייטן איר עצם וועזן פון אַזאַ וואָס קען גערופן ווערן „ארצות הגוים" אויף אַזאַ וואָס איז אויסשליסלעך ארץ־ישראללז.
ח. אָבער אויך דער הסבר פון „כל הארץ של הקב"ה היא" איז נאָך ניט אינגאַנצן גענוג צו מבטל זיין זייער טענה „לסטים אתם כו'";
10ווען די תביעה פון „לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים" וואָלט באַשטאַנען ניט מער ווי דאָס, וואָס די אידן האָבן צוגענומען פון די „שבעה גוים" אַ לאַנד וואָס בפּועל האָט עס פריער באַלאַנגט צו זיי — וואָלט דאַן געווען פאַרשטאַנדיק, אַז היות ווי די געהעריקייט פון לאַנד איז צו זיי געקומען פון אויבערשטן, האָט ער דעריבער די „רעכט" צוצונעמען עס צוריק פון זיי;
וויבאַלד אָבער אַז די טענה פון די אוה"ע באַציט זיך אויף דעם, וואָס אידן האָבן צוגענומען דאָס לאַנד פון אַלע אומות העולםלח, ד. ה. דאָס וואָס זיי אַלע האָבן געהאַט אַ געוויסן „זכות" בכח אינעם לאַנד (אַזוי ווי אויף אַלע לענדער וועלכע קענען געהערן צו יעדן פאָלק) און אָט דער זכות איז דאָך צו זיי געקומען גלייך ביים באַשאַף פונעם לאַנד, אַז מלכתחלה איז עס באַשאַפן געוואָרן אַלס אַ (וואָכעדיקעלח) לאַנד וואָס קען געהערן צו יעדן פון אַלע פעלקער — קומט דאָך אויס, אַז דער דאָזיקער זכות איז ביי זיי ניט קיין געגעבענער, נאָר אַזאַ וואָס ווערט פון זיך אַליין, בדרך ממילא, מצד דעם עצם מהות פון ארץ ווי דאָס איז מצד הבריאה;
און דאָס גיט זיי שוין אַן אָרט צו טענה'ן „לסטים אתם"; ווי אַזוי האָט מען געהאַט די רעכט צוצונעמען פון זיי דעם „זכות" אין לאַנד וואָס „קומט" זיי מצד עצם מהות פון יעדער לאַנד?!
און בכדי צו באַוואָרענען די טענה, איז רש"י מוסיף „הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו", אַז דער אויבערשטער, באַלד ווי ער האָט באַשאַפן ארץ ישראל — „בראה ונתנה" — האָט ער איר דאַן אָפּגעגעבן (במחשבה) „לאשר ישר בעיניו", ד. ה. צו אידן *לח. הייסט עס, אַז דער „זכות" וואָס די אוה"ע האָבן פריער געהאַט איבער א"י, איז (ניט מצד דעם עצם מהות פון א"י, נאָר) בלויז ווייל (דערנאָךלט) „ברצונו נתנה להם" — און דאָס וואָס ער האָט זיי געגעבן, האָט ער דערנאָך „רעכט" אָפּצונעמען פון זיי — „נטלה מהם ונתנה לנו".
ט. אָבער דאָ שטעלט זיך די שאלה לאידך גיסא; אויב אַז מלכתחלה, בעת הבריאה, האָט דער אויבערשטער אָפּגעגעבן א"י „לאשר ישר בעיניו", ד.ה. אַז ער האָט זי באַשאַפן אַלס ארץישראל, וואָס איר עצם וועזן איז שולל זכויות פון אַלע אוה"ע, קומט דאָך אויס, אַז דערמיט וואָס דערנאָך „נתנה להם" האָט ער ח"ו באַ'עולה'ט די אידן מיט דעם וואָס ער האָט ביי זיי צוגענומען (זאָל זיין אפי' נאָר צייטווייליק) זייער עצמיות'דיקן זכות פון לאַנד; און וויבאַלד אַז אַזוי קען מען ניט זאָגן, איז דאָך דערפון לכאורה געדרונגען אַז בעת הבריאה איז די נתינה11ניט געווען „לאשר ישר בעיניו" — בלייבט דאָך טענת האומות,
— דעריבער איז רש"י מדגיש; „ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" — דער זעלבער רצון — דער ערשטער „ברצונו" מיינט דאָס זעלבע ווי דער צווייטער „וברצונו", ד.ה. דער אויבערשטער איז מלכתחלה געווען „ברצונו", אַז די צייטווייליקע נתינה פון א"י „להם" זאָל צופירן צו דער מטרה פון דער נתינה „לנוד; אַז זי זאָל ווערן ארץ ישראל (בפועל ובגילוי) ערשט נאָכדעם ווי זי וועט דורכגיין דעם רשות פון די גויים און וועט דערנאָך פון זיי צוגענומען ווערן. און דער טעם דערויף איז, ווייל (כך עלה) ברצונו ית', אַז דוקא פון אַן ארץ הגוייםמ זאָלן אידן, דורך זייער עבודה, אויפמאַכן אַן ארץ ישראל, אַן ארץ הקדש *מ. איז דעריבער מובן, אַז „נתנה להם" איז ניט אין סתירה צו „ונתנה לאשר ישר בעיניו", נאָר פאַרקערט; מיט דער נתינה „להם" ווערט גאָר דורכגעפירט די כוונה פון דער נתינה „לאשר ישר בעיניו" — אַז די ארצות הגויים זאָלן אידן פאַרוואַנדלען אין אַן ארץ ישראל.
י. לויט דעם וועט אויך זיין פאַרענטפערט פאַרוואָס אין דער „תורה" ווערט אַריינגענומען ניט בלויז דער סיפור פון מעשה בראשית, נאָר אויך אַלע אַנדערע פרשיות וואָס ביז „החדש הזה לכם", וואָרום דורך די אַלע פרשיות ווערט פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אַוועקגעגעבן א"י „לאשר ישר בעיניו" איז געשען תיכף ווען „הוא בראה"; און אַז „נתנה להם" איז נאָר געווען אַ מיטל צו דורכפירן דעם איינציקן רצון פון „נתנה לנו";
כשם ווי בנוגע כללות הבריאה, לערנט אונז די תורה באַלד אין די ערשטע ווערטער „בראשית ברא", אַז די בריאה איז געווען „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית"מא, און פונדעסטוועגן זיינען ביז דאַן, ביז צו מתן תורה ווען ס'איז געוואָרן עם ישראל, געווען אַזויפיל דורות וועלכע זיינען ניט „חשובים לפני המקום" *מא — ווייל כך עלה ברצונו ית' אַז די „מרגליות" זאָל אַרויסגענומען ווערן דוקא פונעם „חול" *מא;
אַזוי איז עס אויך בשייכות צו ארץ ישראל: דאָס וואָס „נתנה לאשר ישר בעיניו") — איז געווען במחשבתו של הקב"ה גלייך ביי בריאת הארץ, ביז אַז דערנאָך ווען „נפרדו איי הגוים בארצותם איש ללשונו"מז, איז א"י „נפלה בחלקו של שם"; און אויך נאָכדעם דערציילט די תורה „והכנעני אז בארץ" בסמיכות צום אויבערשטנס הבטחה „לזרעך אתן את הארץ הזאת"מא — אַז בעת דער כנעני האָט12געהאַלטן אין אייננעמעןמד א"י „מזרעו של שם", האָט דער אויבערשטער באַלד באַוואָרנט דורך אַן אָנזאָג צו אברהם אבינו, אַז ער איז דערמיט ניט מבטל ח"ו די נתינה לזרעו של שם, נאָר „עתיד אני להחזירה לבניך"מח.
היות אָבער אַז מען קען דערביי פרעגן; זאָל טאַקע זיין אַז ביז דער נתינה „לנו" דאַרף א"י דורכגיין די נתינה „להם", אָבער דערויף וואָלט דאָך געווען גענוג אַז א"י זאָל זיך ביי זיי געפינען בלויז אַ קורצע צייט. פאַרוואָס איז א"י געקומען „לנו" ערשט נאָכן אָפּזיין ביי די כנענים אַזויפיל יאָרן? — אויף דעם קומט תורה מיטן ענין פון ברית בין הבתרים, און גיט צו פאַרשטיין, אַז כך עלה ברצונו ית'; אַזוי איז דער רצון הוי', אַז די נתינה (בפּועל) פון א"י צו אידן זאָל קומען דווקא נאָכדעם ווי „גר יהי' זרעך בארץ לא להם ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה"מח.
און אַלס המשך צו דעם קומען די ווייטערדיקע פּרשיות וואו עס ווערן דערציילט די פּרטים ווי די גזירה איז פאָרגעקומען לפּועל אינעם גלות מצרים; און דערנאָך — דער סיפּור וועגן יצי"מ, ווי דער אויבערשטער האָט אַרויסגענומען די אידן פון מצרים בכדי זיי צו פירן „אל ארץ טובה ורחבה, אל ארץ זבת חלב ודבש"מז.
יא. לאחרי כל הנ"ל פאָדערט זיך נאָך ביאור — בפּנימיות העניניםמח; הן אמת, אַז ווייל אידן דאַרפן וויסן (ניט בלויז ווי זיי גופא זאָלן זיך פירן, נאָר אויך) וואָס אָפּצוענטפערן די אוה"ע, דערפאַר שטייען אין תורה אויך די פּרשיות פון בראשית ביז החדש הזה לכם, וואָס אין זיי געפינט זיך דער ענטפער אויף דער טענה פון אוה"ע „לסטים אתם"; ס'איז אָבער דאָך שווער צו באַנעמען; נאָך דעם אַלעם איז דאָך תורה פאָרט, בעיקר, אַ לערנונג פאַר אידן בנוגע זייער אייגענער הנהגה — איז ווי שטימט עס דערמיט וואָס „פּתח בבראשית", אַז די פּתיחה פון תורה איז גאָר מיט ענינים וואָס זיינען פאַר אידן נויטיק צו וויסן בלויז בכדי צו ענטפערן די אוה"ע, און ערשט נאָכדעם ווי מער פון אַ גאַנצן ספר לערנט אידן וואָס צו זאָגן „להם", הויבט זיך ערשט אָן די פּרשה פון החדש הזה לכם און די ווייטערדיקע מצות און הוראות וועלכע זיינען נוגע צו אידן גופא?!
מוז מען דעריבער זאָגן, אַז אָט דער סדר לויט וועלכן תורה איז אויסגעשטעלט געוואָרן, איז אויך אַ טייל פון תורה — אַ הוראה *מח. אין דעם סדר איז אָנגעוויזן אַ הוראה בנוגע צום סדר פון לימוד התורה;
דער תכלית פון לימוד התורה איז, אַז אַ איד זאָל זי לערנען אין אַזאַ אופן ווי זי איז העכער פון וועלט — וואָס האָט ניט קיין שייכות צו אוה"עמט. ובדוגמא צו די מצות און13הוראות וואָס פון „החדש הזה לכם" וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן צו אידן זייענדיק שוין אַן עם „סגולה מכל העמים"; נאָר בכדי צוצוקומען צו דער מדריגה, פאָדערט זיך פריער דער לימוד וואָס איז צוגעפּאַסט צום נפש הבהמית, „הגוי שישנו בכאו"א מישראל"נ — בדוגמא ווי די פּרשיות וואָס ביז החדש הזה לכם וואָס מיט זיי קענען אידן אויפקלערן דעם אמת צו די אומות העולם.
און דעם טעם דערויף, ווייזט תורה אָן אין דעם סדר וואָס איז געווען בנוגע צו א"י, כדלקמן.
יב. וועט מען עס פאַרשטיין דורך מקדים זיין דעם מאמר רז"ל אין גמראנא, אַז אַ אידיש קינד, זייענדיק „במעי אמו", „מלמדין אותו כל התורה כולה", און דערנאָך, בעת ער קומט אַרויס „לאויר העולם", קומט אַ מלאך און „משכחו כל התורה כולה". פרעגט מען די שאלה; וויבאַלד אַז סיי ווי מאַכט מען אים פאַרגעסן אַלץ וואָס ער האָט געלערנט — צוליב וואָס לערנט מען דאָס מיט אים פריער?
איז דער ביאור אין דעם; תורה דאַרף זיין ביי אידן דורך לימוד ועסק ויגיעה, ניט אין אַן אופן פון „נהמא דכסופא". דערפאַר מוז ער פאַרגעסן די לייכט דורכגעלערנטע „תורה כולה", בכדי אַז ער זאָל צו דעם דערגרייכן מיט זיין אייגענער האָרעוואַניע,
— על דרך דוגמא ווי אר־שראלנב, וואָס דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז פריער זאָל זי זיין אַן ארץ־הגויים — „נתנה להם"לג און אידן בעבודתם זאָלן זוכה זיין און פון איר מאַכן ארץ־ישראל —
און דאָך לערנט מען מיט אים פריער „כל התורה כולה", וואָרום ווען דער גאַנצער לימוד התורה וואָלט זיך ביי אים אָנגעהויבן נאָר פון זיין אייגענעם לימוד, איז זייענדיק אַ נברא (ובפרט נאָך אַז די נשמה איז מלובש אין אַ גוף און אַ נפש הבהמית) וואָלט ער גענומען תורה אויך בלויז ווי אַ נברא, ווי זי איז בהגבלה אין גדר הבריאה, ד.ה. אַזאַ דרגא אין תורה וואָס איז שייך אויך צו „אומות העולם",
— בדוגמת א"י, אַז ווען איר שייכות צו אידן וואָלט זיך אָנגעפאַנגען ערשט ביי איר כיבוש (און ניט פריער דורכן „נתנה (במחשבה) לאשר ישר בעיניו" בעת הבריאה), איז אמת טאַקע אַז אויך דערמיט וואָלט זי נקנה געוואָרן צו אידן, אָבער דאַן וואָלט דער קנין ניט אויסגעשלאָסן לחלוטין די אַלע אומות העולם פון14צו האָבן עפּעס אַ זכות און שייכות צו ארץישראל,
און דעריבער לערנט מען די תורה מיטן ולד ווי ער איז נאָך במעי אמו — ד.ה. מיט דער נשמה ווי זי איז בבחי' „עיבור" אין מלכות דאצילותלד, איידער זי ווערט אַ נברא — וואָס דאַן איז דער אופן הלימוד אָן די הגבלות פון אַ נבראלה און עס ווערט אים געגעבן די תורה ווי זי איז בלי גבול; און דורכדעם האָט אַ איד בכחנח, אַז דערנאָך דורך זיין לערנען דאָ בעולם הזה זאָל אים מאיר זיין אויך יענע בחינה פון תורה וועלכע מען האָט מיט אים געלערנט זייענדיק במעי אמו וואָס איז העכער פון גדר הנבראים,
— בדוגמת א"י, אַז דערפאַר וואָס איר נתינה צו אידן (במחשבה) איז געווען נאָך פריער, גלייך בתחלת הבריאה, גיט זיי אָט די נתינה אַ כח אין דער עבודה פון „כבשתם ארצות שבעה גוים", אַז דורכדעם זאָל זי ווערן א"י אין אַזאַ אופן וואָס איז לגמרי שולל פון די אומות יעדן זכות אויף איר, אַפילו אַ זכות בכח.
יג. דער סדר הנ"ל — „נתנה לאשר ישר בעיניו", דערנאָך „נתנה להם" און דערנאָך „נטלה מהם ונתנה לנו" — באַווייזט ניט נאָר דעם אופן פון לימוד התורה [אַז צום אָנהויבס איז „מלמדין אותו כל התורה כולה" מלמעלה, דערנאָך קומט דער לימוד דורך יגיעה פון דעם מענטשן (ביז אַז דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלטנח, אַז דער תחלת הלימוד איז „שלא לשמה"נה), און ערשט דערנאָך איז אים מאיר דער „אור התורה" בדוגמת די תורה וואָס מלמדין אותו מלמעלה], נאָר אויך פון סדר השתלשלות פון תורה גופא;
תורה מצד עצמה איז חכמתו ורצונו של הקב"הנט — איז עס על דרך דוגמא פון „נתנה לאשר ישר בעיניו" וואָס האָט נאָך ניט קיין שייכות אויסער צו „ישר" און טוב פון קדושה;
דערנאָך איז די תורה „נסעה וירדה"80) און זיך אַראָפּגעלאָזן אין די עולמות בריאה יצירה ועשי'; דער חלק הדרוש והרמז פון תורה — אין די עולמות בריאה ויצירה81), און דער חלק הפּשט — אין עולם העשי'92), וואָס דערמיט איז עס בדוגמת „נתנה להם", וואָרום אין די עולמות בי"ע15איז שוין פאַראַן אויך רע83), ובפרט עולם העשי' (הגשמי) וואָס ער איז „רובו ככולו רע"864) — ס'האָט אַ שייכות „להם";
אָבער פונדעסטוועגן איז דאָך „נעוץ תחלתה בסופה"85) — אַז דוקא דורכן לימוד הפּשט שבעולם העשי' ווערט נתגלה דער עצם פון תורה (וואָס איז העכערסח אויך פון דעם חלק הסוד וואָס איז ניט אַראָפּ בירידה אין בי"ע און געבליבן באצילות88)) — און דאָס איז על דרך ווי „נתנה לנו" וואָס קומט דורך „נטלה מהם", אַז דוקא דורך אַרויסנעמען פון „זיי", אין עולם העשי', ווערט אונז געגעבן די פּנימיות ועצמות התורה.
און דאָס איז רש"י מרמז גלייך בתחלת פּירושו על התורה, אין זיין ערשטן דיבור, וואָס דינט אויך ווי אַ הקדמה (כנ"ל בתחלת השיחה) צו אַלע זיינע פּירושים אויף חומש; אַז צום ערשטן דאַרף מען פאַרשטיין דעם „פּשוטו של מקרא" (וואָס איז אויך כוונת ודרך פּירוש רש"י), און דוקא דורך דעם קומט מען דערנאָך צו „יינה של תורה", צו „רזין דאורייתא" און „רזין דרזין" (וואָס זיינען אויך דאָ אין זיין פּירוש), ביז אַז גאָר בקרוב ממש וועט מען קומען צו די טעמי תורה שיתגלו לעתיד85) דורך משיח צדקנו,
און דאַן וועט אויך זיין די שלימות פון „נטלה מהם ונתנה לנו" בנוגע צו ארץ־ישראל כפּשוטה, אַז אידן וועלן באַקומען גאַנץ ארץ־ישראל — אויך קיני קנזי וקדמוני89), און נאָך מער; אַז ארץ־ישראל וועט נתפּשט ווערן בכל הארצותנ, אין דער גאולה האמיתית והשלימה, דורך משיח צדקנו, יבא ויגאלנו בקרוב ממש.
(משיחת ש"פ בראשית תשכ"ו)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site