עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeitzei 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

141ויצא2

א. ווי ס'איז שוין מערערע מאָל גערעדט געוואָרן, באַוואָרנט רש"י, בפּירושו על התורה, אַלע קשיות וועלכע זיינען שווער אין פּשטות הכתובים (און אין פאַל ווען רש"י האָט ניט קיין תירוץ (לויטן דרך הפּשט) אויף אַ געוויסע קשיא, זאָגט ער דאַן „איני יודע" וכדומה). און אויב ס'זיינען דאָ קשיות וואָס רש"י באַוואָרנט זיי ניט, איז עס מצד דעם ווייל ער נעמט אָן אַז די תירוצים אויף זיי זיינען אַזוי פּשוט צו פאַרשטיין, אַז דער „בן חמש למקרא" וועט זיך אַליין כאַפּן אויף זיי.

עפּי"ז איז ניט מובן: אין היינטיקע סדרה איז לכאורה פאַראַן אַן ענין תמוה, אויף וועלכע עס מאַטערן זיך כמה מפרשים און ספרים. און אין פּירש"י געפינט מען ניט קיין שום ביאור און באַוואָרעניש אויף דעם;

אין אונזער סדרה ווערט דערציילט, אַז יעקב האָט חתונה געהאַט מיט לאה און רחל, און דערנאָך אויך מיט בלהה און זלפּה — וואָס זיי אַלע זיינען געווען בנות לבןב. שטעלט זיך דערביי די קשיא: די אבות האָבן דאָך מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנה — און רש"י זאָגט עס בפירוש בנוגע יעקב'ןג, דבי' עסקינן — היינט ווי האָט ער געמעגט נעמען פיר שוועסטער, וויבאַלד דאָס איז פאַרווערט געוואָרן דורכן לאוד „ואשה אל אחותה לא תקח"?

און כאָטש אַז בעת דער בן חמש למקרא לערנט די פּרשה ויצא, ווייס ער נאָך ניט וועגן דעם לאו — וואָס ווערט ערשט אָנגעזאָגט אין אַ ווייטערדיקן אָרט אין תורה — געפינט מען אָבער ניט אויך אין די ווייטערדיקע סדרות אַז רש"י זאָל אָט די קשיא באַוואָרענען.

אמת טאַקע אַז אין ספרים זיינען פאַראַן כמה תירוצים אויף דער קשיא — מען קען אָבער ניט זאָגן אַז רש"י באַטראַכט אָט די תירוצים ווי אַזעלכע לייכטע און פשוט'ע ביז אַז ער געפינט ניט פאַר נויטיק זיי צו דערמאָנען — ווייל, א) בספרים הנ"ל געפינט מען כמה חילוקי דיעות, מחלוקות וכו' וכו' — גאָרניט פּשוט אפילו בדרך הגמרא וכו'. ב) ועיקר: די תירוצים שבספרים הנ"ל זיינען לויטן דרך הפּשט ניט אויסגעהאַלטן, כדלהלןה.

142ב. דער רמב"ןו פאַרענטפערט די קשיא; אַז די אבות האָבן געהיט די תרי"ג מצות נאָר זייענדיק אין ארץ ישראל, און יעקב האָט גענומען שתי (ארבע) אחיות ווען ער איז געווען אין חרן. לויט רש"י'ן אָבער קען מען דעם תירוץ ניט אָננעמען, ווייל כנ"ל זאָגט רש"י בפירושח אַז (אויך) אין דער צייט ווען יעקב איז געווען ביי לבן הרשע (אין חרן) האָט ער געהיט די תרי"ג מצות.

נאָך אַ תירוץ איז דאָ, אַז יעקב האָט זיי גענומען עפּ"י הדיבור, בכדי להעמיד י"ב שבטיםז. אָבער אויך דער תירוץ איז לפי דרך הפּשט ניט אויסגעהאַלטן און במילא אויך ניט בהתאם מיטן דרך פון רש"י: ווייל (כאָטש ס'איז מובן בפּשטותח, אַז בשעת ס'איז דאָ אַ הוראה מפורשת פון אויבערשטן צו טאָן אַ געוויסן ענין, מוז מען אים טאָן אפילו אין פאַל ווען ער איז ניט בהסכם מיט אַ מצוה ואפילו — נגד אַ מצוה שנצטון, אָבער) מען געפינט ניט אין ערגעץ143אַז יעקב איז נצטווה געוואָרן פון דעם אויבערשטן צו נעמען רחל, בלהה און זלפּהט. ואדרבה, פון פּשטות הכתובים איז מוכח, אַז דאָס וואָס יעקב האָט שפּעטער גענומען רחל'ען איז געווען אַ תוצאה פון דעם וואָס ער האָט זי געוואָלט נעמען נאָך פריער (איידער ער האָט גענומען לאה'ן) ; און אַזוי אויך בשייכות צו זיין נעמען בלהה און זלפּה, ווערט דאָך געזאָגטי; „ותתן גו' לאשה" — ניט מצד הדיבור.

ג. אין ספרים איז דאָ אַ חקירה; צי די אבות, פאַר מ"ת, זיינען לגמרי אַרויס פון כלל בני נח, ד. ה. אויך להקל, אָדער נאָר להחמיריא. און לויט דער שיטה אַז יצאו מכלל בני נח אויך להקל, פאַרענטפערט מען קושיא הנ"ליב, אַז וויבאַלד רחל ולאה (און אַזוי אויך בלהה און זלפּה) האָבן זיך געוויס מגייר געווען איידער זיי האָבן חתונה געהאַט פאַר יעקב'ן. האָבן זיי — דורך זייער גירות — ניט געהאַט מער דעם גדר פון אחיות, וואָרום „גריג שנתגייר כקטן שנולד דמי".

ס'איז אָבער מובן, אַז לפי דרך הפּשט איז אויך דער תירוץ ניט מספּיק;

א) לפי פּשטות הכתובים איז אין ערגעץ ניט אָנגעדייט, אַז פאַר מ"ת האָבן די אידן געהאַט אַן אַנדער דין ווי די בני נחיד (אויסער המפורש אַז זיי זיינען געווען מחוייב במצות מילה ועוד) וואָרום דאָס וואָס די אבות האָבן געהיט תרי"ג מצותי איז בלויז געווען אַ חומרא וואָס זיי אַליין האָבן אויף זיך מקבל געווען.

[און נאָך מער; די קבלה האָט ניט מחייב געווען את זרעם אחריהם, אַז אויך זיי זאָלן היטן תרי"ג מצות, ווי דאָס איז מוכרח פון „ויקח עמרם את יוכבד דודתו"י].

און וויבאַלד ס'איז ניט געווען דער אַלגעמיינער גדר וואָס זאָל אויסטיילן די אידן, אַלס אידן, פון די בני נח, איז דאָך במילא אויך ניט געווען שייך דער גאַנצער ענין פון גירות *י.

144[אפילו את"ל אַז דאָס גופא, וואָס זיי האָבן אויף זיך מקבל געווען צו היטן תרי"ג מצות, האָט זיך גערעכנט ווי גירות — לייגט זיך אָבער ניט אויפן שכל צו זאָגן, אַז אָט די קבלה, וואָס שטעלט מיט זיך פאַר אַן ענין של חומרא, זאָל זי גלייכצייטיק מיטברענגען דעם דין פון „גר שנתגייר כקטן שנולד", וואָס זיין תוכן איז קולא. (און כאָטש אַז בפּועל איז אין דעם פאַל קיין קולא ניט געווען, ווייל בני נח זיינען מותר בשתי אחיות, וויבאַלד אָבער אַז דער תוכן פון דעם דין „גר שנתגייר כקטן שנולד" איז אַן ענין של קולא, איז שווער צו זאָגן אַז אויף זיי האָט זיך געלייגט דער דין אפילו בנוגע צו אַ דין וואָס איז ניט קולאכז) ].

ב) מען געפינט ניט בפרש"י על התורה ער זאָל בריינגען דעם דין אַז גר שנתגייר כקטן שנולד דמי *יז. ופּשיטא אַז

ג) לויט פּשטות הכתובים געפינט מען ניט ער־וואו אין דער תורה אַז אַ גר זאָל דורך זיין גירות אָנגענומען ווערן ווי אַ קטן שנולד. ואדרבה; ס'איז היפּך המוחש — היינו היפּך דרך הפּשט. (און ווי ס'איז משמע אויך פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם אבינויח; „ואתה תבא אל אבותיך גו'", אַז תרח ווערט אין דער תורה באַצייכנט ווי אביו של אברהם אויך נאָכדעם ווי אברהם האָט זיך מגייר געוועןיט, און אַז עשייתו תשובה איז145אַ בשורה צו אברהם'ן. ועוד ועיקר — אַז אברהם איז „תבא אל אבותיך").

ד) דער איסור פון אחות אשתו איז ניט מצד דעם גדר פון סתם קרובה'שאַפט, ווי אַנדערע עריות של קרובים, נאָר דאָס האָט צוטאָן מיט פאַרהיטן פון צעשטערן דעם יחס פון אהבה טבעית שבין אחיותכ; וויבאַלד אַז שוועסטער האָבן אַ נאַטירלעכע אהבה איינע צו דער צווייטער, טאָר מען דעריבער ניט נעמען קיין צוויי שוועסטער און דורך דעם גורם זיין אַז זיי זאָלן ווערן צרות און שונאות זו לזוכא.

לפי"ז קומט אויס (עפּ"י דרך הפּשט) אַז אפילו אויב אויך פאַר מ"ת איז ביי זיי פאַראַן דער דין פון „גר שנתגייר כקטן שנולד" לגבי אַלע אַנדערע עריות, האָט אָבער ביי זיי געמוזט זיין אַן אויסנאַם בנוגע אחות אשתו — וויבאַלד אַז אויך ביי שתי אחיות שנתגיירו איז דאָ די אהבה טבעיתכט, טאָר מען ניט פאַראורזאַכן אַז זיי זאָלן ווערן „זו צרה לזו"כח.

ד. נאָר דער ביאור אין דעם איזד

דאָס וואָס די אבות האָבן אויף זיך מקבל געווען צו היטן כל התורה טרם שניתנה איז עס, כאמור לעיל, געווען אַ חומרא, און אַ הוספה אין פרומקייט מצד האבות, וואָס דערפאַר ווערט עס גערעכנט פאַר אַ זכות מיוחדת וכמש"נג: עקב גו' משמרתי וגו'. ובמילא איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת דער קיום פון אַ געוויסער מצוה שלא נצטוו עלי' איז געווען אין סתירה צו אַ מצוה אויף וועלכער זיי זיינען יע נצטווה געוואָרן, האָבן זיי דאַן די ניט־אָנעזאָגטע מצוה ניט מקיים געווען. וואָרום ס'איז פּשוט וברור, אַז אַן ענין פון חומרא און הידור קען ניט דוחה זיין אַ דבר של ציווי וחיוב.

146אין אַנדערע ווערטער; אין דעם פאַל באַשטייט קיום התורה אין — ניט טאָן דעם הידור וחומרא (ווייל ער איז בסתירה צו אַ ציווי שנצטווה).

וואָס דאָס איז בפּשטותכ דער טעם וואָס אברהם האָט ניט מקיים געווען די מצות מילה איידער ער איז דערויף נצטווה געוואָרן (וואָס דאָס איז בסתירה לכאורה צו דעם וואָס עס שטייט0) „וישמור משמרתי וגו'"כז) ;

אויף „ואך את דמכם לנפשותיכם אדרוש"כח זאָגט רש"י אַז „דמכם" מיינט „השופך דם עצמו", וואָס לויטן דרך הפּשט ווערט דערמיט געמיינט, אַז אַ מענטש טאָר ניט פאַרגיסן זיין אייגן בלוט, אפילו ווען דאָס דערפירט ניט צו היפך החייםכט (ובדוגמת „דמו לא תאכלו"ל וואָס שטייט אין פריערדיקן פּסוק בנוגע דם בהמה, וואו רש"י זאָגט בפירוש אַז דאָס מיינט „דם מן החי"), און אפילו ניט לידי חולי. איז מהאי טעמא האָט אברהם ניט געטאָרט זיך מל זיין כל זמן שלא נצטווה, ווייל דאַן וואָלט עס געווען פאַרבונדן מיטן איסור פון שפיכת דמים, וואָס ווערט פאַראורזאַכט דורך זיין מל זיין זיך (ובפרט אַז דאָס ברענגט לידי חולילא און מ'קען קומען אויך לידי סכנהלב) — דאַקעגן לאחר שנצטווה על המילה, איז דער ציווי מפורש פון מילה דוחה דעם איסור פון ש"ד *לב.

ה. אויסער די מצות אויף וועלכע די ב"נ זיינען נצטווה געוואָרן, זיינען אויך געווען כמה ענינים והגדרות וואָס זיי147— אַלע ב"נ — האָבן אַליין אויף זיך אָנגענומען. ווי רש"י זאָגטלג: „שהאומות גדרו עצמן מן העריות ע"י המבול", מיינענדיק דערמיט, אַז זיי האָבן זיך מגדיר געווען אויך פון אַזוינע עריות אויף וועלכע זיי זיינען ניט נצטווה געוואָרן.

און דערמיט ווערט אויך מבואר אין פּשטות וואָס רש"י זאָגט במ"אלד; „שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו" — הגם אַז אויף כיבוד אב איז מען ערשט נצטווה געוואָרן במרהלח — ווייל כיבוד אב איז געווען פון די עניני זהירות און הנהגות טובות וואָס זיי אַליין האָבן גענומען אויף זיךל.

נאָך מער ; די ענינים וואָס מען האָט אויף זיי קיין ציווי ניט געהאַט נאָר „גדרו עצמן" וכיו"ב — האָבן זיי נאָכן אָננעמען זיי אויף זיך באַקומען אַ תוקף עפּ"י דיני ב"נ (וע"פּ תורה) און מען איז נענש געוואָרן ביים עובר זיין אויף זיי סיי בידי שמיםלז סיי בידי אדםלח.

וואָס דערפון איז מובן בפּשטות, אַז אויב ביים מקיים זיין אַ געוויסע מצוה וואָס די אבות האָבן אויף זיך מקבל געווען וואָלטן זיי דורך דעם געדאַרפט סותר זיין אַ הגדרה או ענין טוב וואָס אַלע בני נח האָבן אויף זיך מקבל געווען — טאָרן די אבות ניט מקיים זיין זייער חומרא וקבלה, היות אַז די ענינים וואָס אַלע האָבן מקבל געווען אויף זיך האָבן אין זיך מער האַרבקייט ווי דאָס וואָס נאָר די אבות האָבן אויף זיך מקבל געווען.

ו. פון די זהירות'ן וואָס זיינען דעמאָלט געווען אָנגענומען ביי די אומות איז געווען — צו אָפּהיטן זיך פון אָפּנאַרן איינער דעם אַנדערן. וכדמוכח פון דעם וואָס יעקב האָט גע'טענה'ט צו לבן'ען „ולמה רמיתני"לט, ביז אפילו לבן (הרמאימ) האָט געמוזט פאַרענטפערן זיך מיט דער באַרעכטיקונג, אַז „לא יעשה כן במקומינו גו'"מא.

ועפּי"ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס יעקב האָט גענומען רחל'עןמא — טראָץ דעם איסור פון „ואשה אל אחותה לא תקח" — ווייל יעקב האָט פריער צוגעזאָגט חתונה צו האָבן מיט רחל'ען און האָט איר אפילו געגעבן סימנים בשייכות דערמיטמח, איז אויב ער וואָלט איר ניט דערפילט דעם צוזאָג, וואָלט ער דאָך דערמיט באַגאַנגען רמי' [ובפרט נאָך, אַז ווי אַ תוצאה דערפון וואָלט אויך געווען דער חשש אַז זי זאָל אַריינפאַלן בגורלו של עשו, אַ זאַך וואָס וואָלט איר גורם געווען אַ געוואַלדיקן צערמד]. במילא איז מובן, אַז די חומרא פון אָפּהיטן דעם לאו „ואשה אל אחותה לא תקח", אויף וועלכן ס'איז דאַן ניט געווען קיין148ציווי, האָט ניט געקענט דוחה זיין דעם איסור פון רמי'מח.

ז. איינע פון די הוראות דערפון פאַר יעדן אידן איז מובנת גאָר אין פּשטות ; בשעת אימעצער וויל מחמיר זיין אויף זיך און אָפּהיטן הידורים, דאַרף ער צום אַלעם ערשטן באַוואָרענען אַז דאָס זאָל ניט זיין אויפן חשבון פון אַנדערע.

ואדרבה: מען געפינט אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט מחבב געווען אברהם אבינו — ידעתיו (לשון חיבה)מ — איז געווען בעיקר (ניט צוליב דעם וואָס ער האָט מקיים געווען כל התורה סולה עד שלא ניתנה, נאָר) „למען אשר (לפי שהוא) יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמתו דרך הוי' לעשות צדקה ומשפּט"מ — וואָס די אידן בני אברהם וועלן לדורותיהם טאָן צדקה איינער מיטן צווייטן, און אין אַן אופן פון „משפּט", ווי חסידותמז טייטשט — אַז מען דאַרף זיך „משפּט'ן" וויפל עס קומט זיך — און ס'איז דאָך „ידע איניש בנפשי'" — און די איבעריקע אָפּגעבן דעם צווייטן.

וכשם ווי דאָס איז בגשמיות, אַזוי איז עס ברוחניות; בשעת ס'איז דאָ אַ איד וואָס ווייס ניט פון אידישקייט און מען דאַרף אים געבן צדקה ברוחניות, דערציילן אים און ווייזן אים די וועג פון אידישקייט וכו', האָט אַ צווייטער איד, וואָס קען דאָס אויפטאָן, קיין רעכט ניט צו טענה'ן אַז ער וועט בעסער אָט די צייט פאַרנוצן פאַר זיך אויף צו שטייגן אַליין אין תורה ועבודה — נאָר ער דאַרף זיך אַליין משפּט'ן; מיט וואָס איז ער דאָס וויכטיקער און שענער פון יענעם, אַז ער דאַרף האָבן כל מיני היחורים ברוחניות, אויפן חשבון פון דעם וואָס ער וועט פאַרמיידן פון אַ צווייטן אידן די ענינים הכי מוכרחים?

ח. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט וועגן דער עבודה וואָס יעקב האָט געטאָן מיט די „מקלות", וואָס די עבודת יעקב איז געווען בדוגמת מצות תפליןמח, איז כאן המקום צו מעורר זיין נאָך אַמאָל וועגן פאַרשטאַרקן דעם ענין פון „מבצע תפלין" — צו משתדל זיין זיך בכל מיני השתדלות אַז נאָך אַ איד און נאָך אַ איד זאָל לייגן תפלין. ובפרט אַז במצב ההוה, איז עס ניט נאָר צדקה ברוחניות, נאָר אויך צדקה בגשמיות — ווייל יעדער הוספה אין הנחת תפלין איז מוסיף אין דעם „ויראו ממך"מט — און אין דעם „וטרף זרוע אף קדקוד"נ, אַז בזכות הנחת תפלין וועט פאַלן אַ פּחד אויף אַלע שונאי ישראל און אידן וועלן מנצח זיין.

149און דאָס איז דאָך אויך אַ הכנה צו ביאת משיח צדקנו, וואָס לאחרי ביאתו און דורך איםנא וועט זיין קץ הגלות, און דערנאָך — ווי דער רמב"ם זאָגט עס קלאָר און דייטליך — וועט זיך אָנהויבן די אתחלתא דגאולה און דערנאָך די גאולה האמיתית והשלימה, און דערנאָך און דורך משיח'ן דוקא — קיבוץ גליות, בקרוב ממש בעגלא דידן.

(משיחת ש"פ מקץ תשכ"ח)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-yf2wpahn

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources