Likkutei Sichos
Noach 2
474
נ ב
א. אין פּסוק „וימח את כל היקום גו' וישאר אך נח גו'"א, שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „אך נח" און איז מפרש; „לבד נח".
ווי מען לערנט די רש"י בהשקפה ראשונה קומט אויס, אַז רש"י'ן איז דאָ שווער די איבעריקייט פון וואָרט „אך"; אויך ווען עס וואָלט געשטאַנען נאָר „וישאר נח גו'" וואָלט געווען קלאָר די כוונה אין פּסוק. פאַרוואָס־זשע שטייט „אך נח"? אויף דעם ענטפערט רש"י און איז מחדש אַ נייעם טייטש אין אך, אַז דער פּירוש פון „אך" דאָ איז (ניט „רק" ווי אומעטום, נאָר) לבד (אַליין)ב.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) מיט וואָס ווערט פאַרענטפערט די איבעריקייט פון וואָרט „אך" לויט דעם פירוש אַז „אך" מיינט „לבד"?
ב) וויבאַלד אַז רש"י איז מפרש דעם וואָרט אך, האָט ער דאָך געדאַרפט שטעלן זיך בלויז אויף דעם וואָרט און מפרש זיין לבד. פאַרוואָס איז ער מעתיק די ווערטער „אך נח", און אויך אין זיין פּירוש שרייבט ער „לבד נח"ג?
ב. דערנאָך איז רש"י ממשיך: „זהו פּשוטו ומדרש אגדהד גונח וסוההה דם" — אַז דער פירוש הנ"ל איז „פשוטו", און לויטן מדרש אגדה איז דער פירוש פון „אך נח" — אַז נח איז פאַרבליבן אין אַן אופן פון „אך" לשון מיעוט, ער איז געווען אַ געמינערטערו.
צוליב וואָס ברענגט דאָ רש"י מדרש אגזה; ענינו פון פירש"י עה"ת איז דאָך פשט ? איז יש לומר בפשטות אַז דאָס איז מצד די אויבנדערמאָנטע קשיא — וואָס דער וואָרט אך איז איבעריקח.
48על פּי זה אָבער (וויבאַלד אַז דער „פּשוטו" פאַרענטפערט כלל ניט צוליב וואָס עס דאַרף שטיין דער וואָרט „אך") , האָט רש"י געדאַרפט מקדים זיין דעם פּירוש המדרש פאַר דעם פּירוש הפּשוט — און ווי מען זעט בתחילת פּירושו על התורהז, אַז וויבאַלד „אין המקרא הזה אומר אלא דרשני" שטעלט רש"י פריער דעם פּירוש פון מדרש און ערשט דערנאָך לערנט ער איין דעם פסוק לפי פשוטו?
די קשיא וואָס רש"י'ן אָרט אין „אך נח" — וואָס מצד דעם איז ער מחדש אַז דער פירוש פון „אך" דאָ איז „לבד" — איז, ווייל לויט ווי מען לערנט אין פשטות אַז „אך" דאָ מיינט „רק" ווי אומעטום, איז שווער דער וואָרט „אך" גופא (און ניט בלויז אַז ער איז איבעריק) ;
לויטן פירוש אַז „אך" מיינט „רק", קומט אויס אַז דער וואָרט קומט ממעט זיין און אַרויסנעמען „נח ואשר אתו בתבה" פון דעם פריערדיקן כלל „כל היקום" אויף וועלכן ער זאָגט „וימח גו' וימחו מן הארץ". און לפי"ז, באַציט זיך דער וואָרט „אך" צו „וישאר": אַז טראָץ דעם וואָס „וימח את כל היקום" איז אָבער „וישאר נח וגו'".
דער פירוש אָבער איז שווער. ווייל דער לשון „אך" וואָס קומט ממעט זיין (אַז דאָס ווייטערדיקע גייט ניט אַריין אין דעם פריערדיקן כלל און איז אַנדערש פון אים), פּאַסט בלויז דאָרט וואו עס איז דאָ אַ חידוש דערביי לגבי פריער,
[ווי צום ביישפּיל „אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו" און „ואך את דמכם לנפשותיכם אדרוש"ג — וואו מצד דעם פריערדיקן פּסוקט „כל רמש אשר הוא חי לכם יהי' לאכלה גו' נתתי לכם את כל" קען מען מיינען אַז אויך „בשר בנפשו דמו" (אבר מן החי און דם מן החיי) און „דמכם לנפשותיכם" (שופך דם עצמו און חונק עצמויא) זיינען ניט אסור, און די תורה איז מחדש „(בשר בנפשו דמו) לא תאכלו" און „(את דמכם לנפשותיכם) אדרוש" — דאָרט זאָגט עס די תורה מיטן לשון אך],
און וויבאַלד אַז אין „וישאר נח" איז ניטאָ קיין חידוש [וואָרום דער תוכן פון דער גאַנצער פּרשה ביז אַהער איז דאָך, אַז דער אויבערשטער האָט געהייסן נח'ן מאַכן אַ תיבה און אַריינגיין אין איר מיט כל אשר אתו בכדי צו געראַטעוועט ווערן פון דעם מבול, פון דעם „לשחת כל בשר" „ומחיתי את כל היקום"יב], פּאַסט דאָך ניט צו זאָגן אויף „וישאר נח" דעם לשון „אך"יג.
לערנט דעריבער רש"י אַז דער פירוש פון „אך" דאָ איז „לבד", וואָס מיינט (ניט אויסער וכיוצא בזה, נאָר) אַליין (אַזוי ווי „לא טוב היות האדם לבדו"יד) און ער באַציט זיך (ניט צו49„וישאר", נאָר) צו נח, אַז נח איז איבערגעבליבן איינער אַלייןיח.
און דערמיט איז אויך מובן וואָס דער וואָרט „אך" איז ניט איבעריק; ווען אַ מענטש געפינט זיך „לבדו" איז ער לגמרי אין אַן אַנדער מצב ווי בעת ער איז מיט נאָך מענטשןי, וואָרום בשעת אַ מענטש איז איינזאַם, איז עס פאַר אים אַ גרויסער צעריח. דעריבער איז דער פּסוק מדגיש „וישאר אך נח", אַז נח איז געבליבן לבדויח.
אעפ"כ באַנוגנט זיך ניט רש"י מיט „פשוטו" (כאָטש אַז אויך לויט אים איז דער וואָרט „אך" ניט איבעריק, כנ"ל), ווייל זאָגן אַז נח איז געבליבן לבדו, וואָלט דער פסוק געשריבן ווי ערשט ביי אדם'ןיד „וישאר נח לבדו". פאַרוואָס שטייט „וישאר אך נח" ? לערנט דעריבער רש"י אַז מיטן אויסשפּראַך אך — לשון מיעוט, איז דער פסוק אויך מרמז אַז נח איז געווען אַ ממועט, אַ געמינערטער. און אַז דער מיעוט און חסרון זיינער איז געווען (ניט נאָר מצד זייטיקע זאַכן, וואָס אים האָט געפעלט דער אַרום וכדומה, נאָר) אין אים גופא — „גונח וכוהה דם".
ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין;
דער וואָרט „אך" ווייזט לכאורה נאָר אַז אין נח'ן האָט עפּעס געפעלט (און אַז דער חסרון איז געווען אין אים גופא), עס ווייזט אָבער ניט אין וואָס זיין חסרון איז באַשטאַנען. איז פון וואַנען נעמט עס רש"י אַז ער איז געווען „גונח וכוהה דם"י?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער; אין „גונח וכוהה דם" זיינען פאַראַן דריי פּרטים, וואָס יעדער איינער פון זיי מאַכט דעם מענטשן פאַר אַ חסר ; ווען אַ מענטש איז בלויז „גונח", ער קרעכצט, איז ער אַ געמינערטער; אויך ווען אַ מענטש איז בלויז „כוהה" (אפילו ווען ער שפּייט מיט עפּעס אַנדערש, ניט מיט בלוט), איז ער ניט געזונט; און זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז ווען עס גייט בלוט פון אַ מענטשן (אויך ווען ס'איז ניט פאַרבונדן מיט „כוהה", נאָר עס רינט וכדומה) איז ער אַ חולה. איז פאַרוואָס איז רש"י מעתיק די אגדה בשלימותה — וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך בדרך הפשט איז דאָ עפּעס אַ לימוד אַז נח'ס מיעוט איז50געווען אין אַלע דריי זאַכן; גונח, כוהה און דם?
וויבאַלד אַז מיט'ן לשון „אך" וויל דער פסוק מרמז זיין וואָס עס האָט פּאַסירט מיט נח'ן, אַז ער איז געווען אַ ממועט, לייגט זיך צו זאָגן אַז ער איז מיט דעם אויך מרמז אין וואָס זיין חסרון איז באַשטאַנען. זאָגט דעריבער רש"י „גונח וכוהה", ווייל דאָס זיינען צוויי פרטים וועלכע קענען זיין מרומז (עפ"י דרך הפשט) אינעם וואָרט אך; דער אל"ף פון אך איז מרמז אויף גונח, וואָרום בשעת אַ מענטש (וואָס רעדט בלשון הקדשכ) קרעכצט שרייט ער „אוי"כא, וואָס הויבט זיך אָן מיט אַן אל"ף; און דער כ"ף איז מרמז אויף כוהה, וואָס הויבט זיך אָן מיט אַ כ"ף.
און ס'איז קיין חידוש ניט וואָס רש"י בפירושו עה"ת באַנוצט זיך מיט אַ רמז פון ראשי תיבות — מען געפינט דאָס שוין אין דער פריערדיקער סדרהכב: דעם וואָרט „שמים" טייטשט רש"י אָפּ מיט פאַרשידענע ראשי תיבות (און נאָך מער ; דאָרט איז ער אַזוי מפרש לויטן דרך הפשט, ניט אַלס „מדרש אגדה").
ו. דער „בן חמש למקרא" פרעגט אָבער אַ קשיא; די ווערטער „וישאר אך נח" קומען בהמשך צו תחילת הפסוק „וימח את כל היקום גו'", אַז אויך נח — כאָטש ער איז געבליבן לעבן און איז ניט אָפּגעווישט געוואָרן פון דער ערד, איז ער אָבער געווען אַ נשאר פון דעם כל היקום וואָס איז געווען וימח (זיין צושטאַנד האָט געהאַט אַ שייכות מיט וימחכג) — ער איז געווען עכ"פּ אַ חסר,
טענה'ט דער בן חמש למקרא; דער חסרון פון נח'ן מוז דאָך האָבן עפעס אַ דמיון צו „וימח את כל היקום". וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער גונח וכוהה (ביי נח'ן) צו וימח (ביי כל היקום) ?
זאָגט דעריבער רש"י אַז נח איז געווען „גונח וכוהה דם", און בשעת אַ מענטש שפּייט מיט בלוט ר"ל, פעלט דאַן אין זיין עיקר מציאות („כי הדם הוא הנפש"ד), און וויבאַלד אַזוי, איז שוין פאַרשטאַנדיק דער דמיון און די שייכות פון „וישאר אך נח" צו „וימח את כל היקום".
ז. עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק; וואָס פאַר אַ פאַרבונד האָט נח'ס געזונדצושטאַנד „גונח וכוהה דם" — מיט וימח גו' וישאר גו' און צום מבול בכלל? איז רש"י ממשיך ומבאר אַז דער גונח כו' איז געקומען דורך'ן מבול כו'. און ברענגט צוויי פּירושים־סיבות וואָס האָבן געבראַכט דערצולג; (א) „מטורח הבה־51מות והחיות"כ. (ב) „ויש אומרים שאיחרז מזונות לארי והכישוכט. ועליו נאמרכט הן צדיק בארץ ישולם"לא.
איז אין דעם ניט מובן;
א) וואָס דאַרף רש"י אָנקומען צו ביידע פּירושים?
ב) פון וואַנען איז די ראי' — אויך בדרך הפשט — אַז אים האָט געביסן אַן ארי דוקא?
ג) אין מדרש שטייט „שהה מזונות כו'". פאַרוואָס איז רש"י משנה און שרייבט „שאיחר"לא?
ד) צוליב וואָס איז רש"י מסיים „ועליו נאמר הן צדיק בארץ ישולם": רש"י איז דאָך אויסן צו מפרש זיין די ווערטער „אך נח" פון אונזער פסוק (ניט צו מפרש זיין אַ פסוק אין משלי). איז וואָס פאַר אַ ביאור קומט צו אין „אך נח" דורך זאָגן אַז „הן צדיק בארץ ישולם" איז געזאָגט געוואָרן אויף נח'ן?
עס איז מובן, אַז אַ מצב פון „גונח וכו'" קען קומען דורך דער אַרבעט אין דער תיבה; די האָרעוואַניע טורח הבהמות והחיות, האָט צוגעבראַכט דערצו — אָדער אַז אַ חי' האָט מזיק געווען איבער דעם פאַרשפּעטיקן צו שפּייזן זילב.
ס'איז אָבער ניט מובן; בני נח זיינען דאַמאָלס געווען שוין קאַרגע הונדערט יאָר אַלט — האָבן זיי דאָך זיכער אויך פאַרנומען זיך מיט די בהמות וחיות ובפרט שם „שהוא צדיק"לג, און ספּעציעל מצד כיבוד אבלד האָבן נח'ס קינדער (עכ"פ — שם ויפת) געוויס אַרויסגעהאָלפן זייער פאָטער אין זיין אַרבעטלג.52איז דאָך קשה; פאַרוואָס איז נאָר נח געווען „גונח וכוהה דם"ל?
ברענגט דעריבער רש"י אויך דעם פרט פון דער אגדה „שאיחר מזונות לארי כו'"; וויבאַלד אַז ארי איז דער חשוב'סטער שבחיות, בלשון רז"ל מלך שבחיותלז, האָט אים נח דער חשוב'סטער שבתיבה געשפּייזט. און דעריבער האָט דער ארי געביסן בלויז נח'ן, ווייל ער האָט אים פאַרשפּעטיקט געבן זיין שפּייז.
לויטן טעם „מטורח כו'" פּאַסט ניט דער תירוץ (וואָרום שפּייזן אַן ארי איז ניט קיין גרעסערער טורח ווי שפּייזן אַנדערע חיות), מוז דערפאַר רש"י אָנקומען צום פירוש „שאיחר כו' והכישו".
ט. ברענגענדיק דעם פי' „שאיחר מזונות לארי והכישו", ברענגט רש"י די גירסא ולשון „שאיחר" (ניט „שהה"), ווייל לויט דעם לשון קומט אויס אַז אויך די סיבה וואָס האָט צוגעבראַכט צו „גונח וכוהה" איז מרומז אין די אותיות פונעם וואָרט „אך"לח; דער אל"ף ווייזט אויף א'יחר און א'רי, און דער כ"ף — אויף כ'ישולט.
און כאָטש אַז דער וואָרט הכישו הויבט זיך אָן מיט אַ ה"א, איז אָבער דער עיקר פון דעם וואָרט — כישו, וואָס איז מרומז אין דעם כ"ףמ. ע"ד ווי רש"י זאָגט אין פּ' בראשיתלב, אַז דער שי"ן פון „שמים" ווייזט אויף אש — כאָטש אש הויבט זיך אָן מיט אַן אל"ף — ווייל דער עיקר וואָס הערט זיך אין „אש" איז דער שי"ן.
יו"ד. דער פירוש „שאיחר כו' והכישו" איז אָבער בכלל שווער; פון אַלע לייבן וואָס זיינען געווען פאַרן מבול, האָט דער אויבערשטער אַליין אויסגעקליבן דעם איינציקן ארי (ובת זוגו), אַז דוקא ער מצד זיינע מעלות, זאָל גע־53ראַטעוועט ווערן פון מבולמא. היינט ווי קומט עס אַז איבער נח'ס פאַרשפּעטיקן מיטן עסן איין מאָל, זאָל אַזאַ אויסדערוויילטער לייב אים בייסן?! די גאַנצע הצלה פון דעם ארי איז געווען דורך נח'ן ; דערצו האָט ער אים געשפּייזט די גאַנצע צייט פון מבול; און אפילו אָט דעם איינציקן מאָל וואָס ער האָט זיך פאַרשפּעטיקט מיט זיין געבן אים עסן, איז דאָך דאָס געווען ניט צוליב דעם וואָס ער איז געווען פאַרנומען מיט זיינע פּריוואַטע זאַכן, נאָר צוליב זיין טרדא און אַרבעט אין דער תיבהמח — איז ווי קומט עס אַז צוליב דעם זאָל אים דער ארי בייסן?
פאַרענטפערט דאָס רש"י מיטן פסוק „הן צדיק בארץ ישולם", אַז ווען אַ צדיק טוט עפּעס אַמאָל שלא כדבעי אפילו בדקות דדקות, ווערט ער באַשטראָפט „בארץ", דאָ אויף דער וועלט (בכדי אים זאָל ניט פעלן אין זיין שכר אויף יענער וועלט. ובמילא קומט אויס, אַז דאָס וואָס דער ארי האָט אים געביסן איז געווען צוליב זיין, נח'ס טובה)מח.
דער פירוש איז אָבער מוקשה; אמת טאַקע נח'ן האָט געקומט דער „ישולם" — ווי קען אָבער דער ארי אים בייסן — היפּך המפורש „ורדו גו' בכל חי'"מד ? אפילו ווען דער בן חמש וועט וויסן וואָס רש"י ברענגט שפּעטערמה אַז דערפאַר וואָס חטאו דור המבול הופקרו לחיות כו', איז עס דאָך אָבער אַ דוהק הכי גדול זאָגן אַזוי אַף נח איש צדיק תמים און צוליב איחר מזונות? מוז דעריבער רש"י אָנקומען צום פירוש „מטורח הבהמות והחיות".
און וויבאַלד אַז די שוועריקייט אין דעם פירוש „שאיחר כו'" איז אַ סך גרעסער ווי דאָס וואָס ס'איז קשה אין דעם פי' „מטורח כו'" (פאַרוואָס דער טורח האָט ניט געווירקט אויך אויף בני נחמו) — דעריבער שרייבט רש"י דעם פי' „מטורח כו'" פריער, וואָס דייט אָן אַז ער איז דער פירוש העיקרי.
יא. אין פירש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"מז — איז די הוראה דערפון אין עבודת הוי':
בשעת אַ איד איז זוכה און ווערט אויסגעקליבן צו זיין אַ שליח פון רבי'ן (שאין לו, ח"ו, פני' בזה, כ"א — להפצת היהדות. ואמחז"ל „צדיקים דומין לבוראן"*4)) אויף שפּייזן די וועלט במזון רוחני, און ער טרעפט אָן גרויסע שוועריקייטן אין זיין אַרבעט, ביז אַז לפעמים פעלט אים אפילו אין דברים המוכרחים54לצורך קיום גופו ווי אכילה ושתי' וכדומה, וואָס קען אים שאַטן אין געזונט ר"ל, קען ער ביי זיך קלערן ;
פון דעם גופא וואָס מ'האָט מיר אויסגעקליבן צו זיין דער שליח, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז איך האָב געוואַלדיקע מעלות. איז דאָך צוליב דעם אַליין וואָס איך בין זיך אַזוי שטאַרק משפיל און פאַרנעם זיך מיט שפּייזן די וועלט, ביז צו אַזוינע וואָס זיינען אין דעם סוג פון „בהמות וחיות" לגבי מיר, האָט מען מיר געדאַרפט געבן גרויס כבוד. איז מילא דעם כבוד — בין איך מוחל. פאַרוואָס קומט מיר אָבער איך זאָל נאָך האָבן שוועריקייטן אין מיין אַרבעט, ובפרט נאָך אַז מיר זאָל פעלן דורך דעם אין אכילה ושתי' וואָס קען ווירקן דעם היפך פון בריאות הגוף, וואָס „היות הגוף בריא ושלם מדרכי (עבודת?) השם הוא"מ. און וויבאַלד אַזוי — טענה'ט ער — איז מה לי וכו', איך וועל אָפּלאָזן די שליחות און דורך דעם פאַרשפּאָרן פיל צער און יסורים!
אויף דעם ענטפערט מען אים — כבר הי' לעולמים:
אויף נח'ן זאָגט די תורהל עדות, אַז טראָץ דעם וואָס ער איז געווען אין אַ דור פון רשעים (בדורותיו), איז ער געווען אַ „צדיק תמים". נוסף לזה, איז בזכותו געראַטעוועט געוואָרן די גאַנצע וועלט, און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן צו זיין דער שליח צו שפּייזן זי. און פונדעסטוועגן איז ער געווען „גונח וכוהה דם"; און וואָס האָט אים געבראַכט דערצו — טורח הבהמות והחיות; אָט די הייליקע אַרבעט פון שפּייזן די וועלט, האָט אים געבראַכט צו ווערן קראַנק, ביז צו שפּייען מיט בלוט ר"ל. און אעפ"כ איז ער ווייטער אָנגעגאַנגען מיט זיין אַרבעט, אין ווייטער אין אַן אופן פון „טורח".
און תורה (מלשון הוראהלא) דערציילט דאָס אונז — בכדי מיר זאָלן זיך אָפּלערנען דערפון אַ הוראה בעבודתנו. אַז די שליחות וואָס איז אַתויפגעלייגט געוואָרן אויף יעדער אידן, מוז ער זי דורכפירן אונטער אַלע אומשטענדן. יהי מה — צו דער שליחות האָט עס קיין שייכות ניט! ובפרט אַז זיינע שוועריקייטן קומען ניט, ת"ל, צו גונח וכו'.
אַי איז דאָך די קשיא; אויב דער אויבערשטער וויל ער זאָל טאָן די שליחות, איז פאַרוואָס מאַכט ער אַז דער שליח זאָל האָבן שוועריקייטן? איז דער ענטפער אויף דעם, אַז „חנם" איז אַ סדר פון מצריםנב. אין קדושה אָבער, איז ניטאָ קיין גרינג, ענינים פון קדושה קומען דוקא דורך יגיעהלח. איז דאָך אדרבה: וואָס מער שוועריקייטן ער טרעפט אָן אין זיין אַרבעט, איז אַלץ מער ראי' אַז זי איז אַ גאָר הייליקער ענין (און אַז זי איז מער נוגע צו איםסד).
יב. בשעת אַ איד פּועל'ט שוין ביי זיך צו פאָרטזעצן ווייטער זיין קיום השליחות (ניט קוקנדיק אויף די שוועריקייטן וואָס ער האָט דערביי), קען ער דאָך עס טאָן אין אַן אופן פון „גונח", טראַכטנדיק; וויבאַלד אַז תורה זאָגט מיר אַז איך זאָל מיין אַרבעט בשום אופן ניט אָפּלאָזן, האָב איך „נעבאך" קיין ברירה ניט
55— זאָגט אויף דעם רש"י, אַז דער גאַנצער ענין פון „גונח כו'", איז נאָר לויטן צווייטן פירוש, וואָס ער איז דער פירוש הטפל. לויטן פי' הראשון והעיקרי אָבער, איז ניטאָ די גאַנצע מציאות פון „גונח". ד. ה. אַז אויך אין דער צייט ווען מצד הגוף ליידט ער יסורים, ר"ל, איז מצד זיין נפש — וואָס זי איז דער עיקר פון דעם מענטשןלח — קרעכצט ער גאָרניט88). אדרבה; ער איז בשמחה גדולה פון דעם וואָס ער האָט זוכה געווען צו טאָן אַזאַ אַרבעטלז, ובמה נחשב הוא די שוועריקייט וכו' — לגבי דעם ענין מילוי השליחותנח.
קען מען דאָך מיינען, אַז אַזאַ עבודה נעלית — טאָן דעם אויבערשטנ'ס שליחות בשמחה אין דער צייט ווען דאָס איז פאַרבונדן מיט יסורים און עגמ"נ, איז שייך נאָר צו יחידי סגולה — האָט רש"י אַריינגעשטעלט אָט די הוראה אַז ס'איז כלל ניטאָ דער ענין פון גונח כו' (ניט אין פי' וואָס איז גענומען פון מדרש אגדה, נאָר) אין „פשוטו", און פשוטו של מקרא איז דאָך שייך אפילו צו די וואָס זיינען נאָך (ברוחניות) קינדער.
יג. פרעגט אָבער אַ איד אַ קשיא; מילא טאָן די שליחות מיט דער גרעסטער טרחא ביז צו גונח כו', קען ער ביי זיך פּועל'ן: אַ איד איז דאָך אַ קבלת עול'ניקנ, וועט ער דאָס טאָן מצד קב"ע. אָבער שמחה — דאַרף ער דאָך דאָס פילן — מרגיש זיין, מוז ער דאָך האָבן אַ הסברה וואָס זאָל זיך לייגן אין זיין שכל פון וואָס ער זאָל זיין בשמחה;
וואָלט ער געווען אַ בעל מדריגה נעלית — האָט ער אַ גאָר פּשוט'ע הסברה; וויבאַלד אַז דער גוף האָט ניט קיין באַטרעף לגבי דער נשמה, קענען די יסורי הגוף הנבזה ניט שטערן צו דער שמחת הנשמה פון איר מקיים זיין דעם רצון העליון80). וויבאַלד ער איז אָבער אַן איש פּשוט (וכנ"ל אַז רש"י האָט אַריינגעשטעלט די הוראה אין „פשוטו"), וואָס דער גוף איז ביי אים בפירוש יע תופס מקום, איז בכדי ער זאָל זיין בשמחה, מוז ער האָבן אַזאַ הסברה וואָס זאָל דערנעמען אויך דעם גוף. ובמילא טענה'ט ער; וויבאַלד מצד הגוף איז ער צובראָכן, ער איז „גונח", איז ווי קען ער זיין בשמחה?
אויף דעם זאָגט מען, אַז דעם גאַנצן ענין פון „גונח כו'" לערנט מען אָפּ דערפון וואָס „אך נח" קומט בהמשך צו „וימח את כל היקום" (כנ"ל סעיף ו') און פון דעם לשון „אך נח" (כנ"ל סעיף ג' וה').
יד. בשעת ער טראַכט זיך אַריין אין דעם „וימח גו'" פון אונזער דור, ווי אַ גאָר חשוב'ע טייל וועלט איז אָפּגעווישט געוואָרן דורכן „מבול" (פון אונזער דור) — אָפּגעווישט בגשמיות (וואָס דאָס איז דאָך נוגע צום גוף); אויך איז ער זיך מתבונן אין דעם „וישאר אך נח", וואָס דער לשון „אך" (אין אַלגעמיין), דריקט אויס אַן ענין של חידוש כנ"ל — אַז דאָס וואָס ער איז געראַטעוועט געוואָרן פון דעם מבול איז עס אַ חידוש, וואָרום ס'איז דאָך ידע אינש בנפשי' ווער ער איז און אַז כמה גדולים וטובים ממנו זיינען ניט ניצול געוואָרן,
56איז בשעת ער טראַכט זיך אין דעם אַריין, וועט זיך ביי אים אָפּלייגן אויך מצד הגוף, אַז ער האָט ניט וואָס צו קרעכצן81), אדרבה; ער דאַרף זיין בשמהה הכי גדולה וואָס דער אויבערשטער האָט אים געראַטעוועט פון „מבול" — ווען הרבה גדולים וטובים ממנו זיינען דערטרונקען געוואָרן, און דערצו האָט מען אים נאָך מזכה געווען מיט אַזאַ געהויבענער שליחות.
טו. קען מען דאָך מיינען, אַז וויבאַלד אַ איד דאַרף זיין בשמחה אפילו ווען ער איז גונח, מאַכט ניט אויס אַז זיין הנהגה מיט אַ צווייטן וועט אויך זיין על דרך זה
— אויף דעם קומט די הוראה אין ווייטערדיקן פי' פון רש"י „שאיחר מזונות לארי — והכישו"; צום צווייטן מוז מען צושטעלן אַלץ אין צייט, און אויב ניט — באַקומט מען ר"ל אַן עונש.
פון דיר אַליין מאָנט מען אַז אפילו אויף דיינע הכרחיות זאָלסטו פּראַווען „אתכפיא", און ווי דער אַלטער רבי ברענגט אין תניא82) אַז תלמידי חכמים היו מרעיבים עצמם שתי שעות — אעפ"י שמובן אַז ת"ח האָבן ניט געגעסן קיין מותרות. דעם צווייטן אָבער, מוזטו צושטעלן אַלץ וואָס ער דאַרף (ניט אַריינגייענדיק אין חשבונות צי ס'איז הכרחיות צי מותרות88)), און בעתו ובזמנו.
אַי וואָס דו טענה'סט אַז דו ביסט אַ „צדיק תמים" און יענער איז בגדר „בהמה וחי'" לגבי דיר, היינט פאַרוואָס זאָלסטו זיך משתדל זיין פאַר יענעם מער ווי פאַר דיר אַליין? — איז שתי תשובות בדבר;
ערשטנס, קענסטו ניט אָפּשאַצן יענעמס מדריגה. עס קען גאָר זיין אַז יענער איז אַן „ארי", אַ „מלך"84).
און צווייטנס, לו יהי כדברך אַז דו ביסט דער „צדיק", איז דאָך אדרבה; „הן צדיק בארץ ישולם". אַ צדיק, בכדי ער זאָל צוקומען צו עוה"ב (ועד"ז — מדריגות נעלות בעוה"ז, בדוגמת ענין „עולמך תראה בחייך"83)), מוז אָפּקומען אויף דער וועלט. בנוגע צום צווייטן אָבער, וואָס לדברך איז ער ניט קיין צדיק, קומט דאָך אים כל טוב גשמי.
טז. אין תורה איז דאָך יעדער פרט מדויק. איז דאָס וואָס די צוויי הוראות הנ"ל
— (א) אַז מען דאַרף זיך אַוועקגעבן צו טאָן דעם אויבערשטנס שליחות אויך ווען מען איז גונח, און אויך דאַן טאָן עס בשמחה, (ב) צושטעלן אַ צווייטן אידן אַלץ וואָס ער דאַרף און בעתו ובזמנו —
שטייען אין די ווערטער „אך נח", ווייזט עס, אַז דורכן קיום הוראות הנ"ל וועט זיין דער נח ווי בתחלת וראש (קאָפּ) פון דער גאַנצער סדרה נח נח צוויי מאָל „נייחא דעילאי" און „נייחא דתתאי"68), ביז מען וועט קומען צו דער מוחה האמיתית אין דעם „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"סז.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ה׳
- Id
- rh-czy5m1gb