עברית
Library

Likkutei Sichos

Bereishis 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

16בראטית 2

א. אין פּסוק ויברא אלקים את התנינים הגדוליםא, שטעלט זיך רט"י אויף „התנינים" — ניט ברענגענדיק דערביי דעם וואָרט „הגדולים" — און איז מפרש: „דגים גדולים צבים". ד. ה. אַז פון דעם וואָרט „התנינים" אַליין ווייס מען טוין אַז תנינים זיינען גרויסע פיט.

איז ניט מובן; פין דעם וואָס דער פס־ק איז מוסיף צו התנינים דעם תואר „הגדולים" ווייזט אויס לכאורה אַז אין תנינים זיינען פאַראַן פאַרטידענע סאָרטן פיט, גרויסע און קליינע. טאָ פאַרוואָס זאָגט רט"י אַז תנינים זיינען דגים גדולים?

ב. נאָך דעם פירוט „דגים גדולים צבים" — וואָס רט"י זאָגט מצד פשוטו של מקרא — איז ער מוסיף: „ובדברי אגדה89) הוא לויתן".

צוליב וואָס ברענגט דאָ רט"י דברי אגדה; ענינו טל פירט"י עה"ת איז דאָך פשטח? איז דער ביאור אין דעם בפטטות: דער דרך הפּצט אַליין זאָגט נאָך ניט דייטלעך קלאָר דעם טייטט פון דעם וואָרט תנינים (מען ווייס נאָר אַז דאָס זיינען גרויסע פיט, מען ווייס אָבער ניט וואָס פאַר אַ מין פיט דאָס איז) — מיז דעריבער רט"י אָנקומען צום פירוט פון אגדהד, אַז דאָס איז דער לויתן.

לויט די „דברי אגדה" וואָס רט"י איז מוסיף, ווערט אָבער נאָך שטאַרקער די קציא פון לצון הפסוק „התנינים הגדולים" אויף זיין פירוט „דגים גדולים";

וואָלט רט"י ניט געבראַכט די „דברי אגדה", וואָלט מען געקענט לערנען (בדוחק עכ"פ) אַז מיטן פּירוט „דגים גדולים" מיינט רט"י בלויז צו געבן אַ סימן אויף די פיט וואָס הייסן תנינים אַז זיי זיינען גרויסע (אָבער ניט אַז דער וואָרט תנינים גופא ווייזט אויף דער גדלות פון דער דאָזיקער פיט).

און דאַן וואָלט די קטיא פון „התנינים הגדולים" ניט געווען אַזאַ טטאַרקע — וואָרום מען געפינט עד"ז אין נאָך ערטערה וואו דער פסוק איז מוסיף אַ תואר צו אַ געוויסן וואָרט נאָר כדי מדגיש זיין דעם ענין וואָס דער תואר ברענגט אַרויס, וואָרום די זאַך וועלכע הייסט מיט דעם נאָמען האָט אַלעמאָל תוכן התואר.

וויבאַלד אָבער אַז דורך רט"י'ס ברענגען די „דברי אגדה" ווערט קלאָר אַז לויטן דרך הפּטט ווייס מען ניט וועלכער מין פיט הייסט תנינים, איז דאָך לכאורה מוכח אַז מיטן פּירוט „דגים גדולים" מיינט רט"י [ניט געבן אַ סימן אויף די תנינים־פיט, נאָר] זאָגן דעם טייטש פון17תניניםח, אַז דער וואָרט תנינים מיינט דגים גדוליםז,

איז דאָך שווערו; אויב תנינים אַליין מיינט גרויסע — האָט דאָך ניט קיין אָרט צו מוסיף זיין „הגדולים" נאָכן וואָרט „התנינים"?

ג. נאָך דעם ווי רש"י ברענגט דעם פּירוש פון אגדה אַז תנינים „הוא לויתן", איז ער מוסיף „ובן זוגו"ט — אַז מיט תנינים ווערט געמיינט ניט נאָר דער זכ־לויתן נאָר אויך זיין בן זוג. נאַכהער איז ער מעתיק אויך די ווייטערדיקע רייד פון אגדה: „שבראם זכר ונקבה והרג את הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבאי, שאם יפרו וירבו לא יתקיים העולם בפניהם"יא. און רש"י איז מסיים; „התנינם כתיב" — אַז דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק וואָס עס שטייט „התנינם" אָן אַ יו"ד, לשון יחידכב, ווייל לאחרי ווי דער אויבערשטער האָט גע'הרג'עט די נקבה־לויתן, איז געבליבן נאָר איין תנין.

איז ניט מובן: צוליב אָפּטייטשן וואָס פאַר אַ סאָרט פיש ווערט געמיינט מיט „תנינם", איז גענוג צו זאָגן „הוא לויתן". וואָס איז רש"י מעתיק אויך די ווייטערדיקע רייד פון אגדה ?

ד. לערנענדיק די רש"י בהשקפה ראשונה קען אויסקומען, אַז רש"י'ן איז שווער אינעם וואָרט „התנינם" דאָס פאָלגנדיקע ;

פון דעם קרי „התנינים" (מיט אַ יו"ד) לשון רבים, אויך פון דעם לטון „התנינים הגדולים", איז דאָך קלאָר אַז דאָ רעדט זיך וועגן מער ווי איין תנין. פאַרוואָסזטע שטייט „התנינם" (אָן אַ יו"ד) לשון יחיד?

און בכדי צו פאַרענטפערן די קשיא ברענגט רש"י די דברי אגדה, אַז מיט „התנינם" ווערט טאַקע געמיינט רבים — צוויי: (ויברא) „הוא ובן זוגו". ואף על פי כן שטייט „התנינם" לשון יחיד, ווייל „הרג את הנקבה", און ס'איז געבליבן נאָר איין תניןיח.

אין אמת'ן קען מען אָבער אַזוי ניט לערנען. ווייל ווען רש"י איז מסביר דעם טעם וואָס אַ געוויסער וואָרט איז „חסר", איז דרכו בכל מקוםיד צו זאָגן פריער אַז דער וואָרט איז אַ חסר, און דערנאָך מבאר זיין דעם טעם דערפון.

— ווייל די קשיות בשייכות מיט „חסר" און „מלא", וויבאַלד זיי זיינען פאַרבונדן בלויז מיטן „כתיב", זיינען זיי ניט אַזוי שטאַרק (בדרך הפּשט)טו און עס קען זיין אַז דער „בן חמש למקרא" זאָל זיי ניט באַמערקן. דעריבער קען רש"י ניט אָנהויבן מיטן פירוש אויף זיי, נאָר ער מוז פריער אָנמערקן די שוועריקייט וועלכע ער וויל פאַרענטפערן.

היינט וויבאַלד אַז אין אונזער פסוק שרייבט רש"י „התנינם כתיב" נאָך דעם פּירוש „והרג את הנקבה", איז קענטיקטז אַז מיט די דברי אגדה איז ער אויסן צו18פאַרענטפערן אַזאַ קשיא וואָס דער קינד אַליין פרעגט זי ; רש"י דאַרף די קשיא אים גאָרניט אָנמערקן.

נאָר היות אַז אין „התנינם" איז אויך שווער וואָס ער איז אַ חסר, איז ערשט לאחרי ווי רש"י ברענגט די דברי אגדה און פאַרענטפערט די בולט'ע קשיא, איז ער מוסיף „התנינם כתיב" — אַז דורך די דברי אגדה ווערט פאַרענטפערט אויך די קשיא וואָס „התנינם" שטייט אָן אַ יו"ד.

ה. דער ביאור אין דעם ;

נאָך די ווערטער „ויברא אלקים את התנינים הגדולים" שטייט „ואת כל נפש החי' גו' אשר שרצו המים". ווערט דאָך שווער ; אין „כל נפש החי'" זיינען דאָך נכלל אויך תנינים [וכדמוכרח פון דעם וואָס מיט איין פּסוק פריעריז שטייט בלויז „ישרצו המים שרץ נפש חי'" וואָס איז כולל אַלע מינים, אויך תנינים, תנינים ווערן דאָרטן באַזונדער ניט דערמאָנט], איז דאָך גענוג עס זאָל שטיין „ויברא אלקים את כל נפש החי' גו'". פאַרוואָס טיילט מען אויס „את התנינם"?

אויף דעם איז רש"י מפרש „התנינם — דגים גדולים" — אַז דאָס וואָס תנינים ווערן נמנה באַזונדער, איז עס דערפאַר וואָס זיי (די תנינים פון אונזער פּסוקכח) זיינען „דגים גדולים".

טענה'ט אָבער דער בן חמש למקרא; אויך צווישן די אַנדערע פיש זיינען פאַראַן פאַרשידענע סאָרטן; קלענערע און גרעסערע, און פונדעסטוועגן ווערן זיי אַלע נכלל אין „כל נפש החי' ". איז צי דערפאַר וואָס די תנינים־פיש זיינען נאָך גרעסער דאַרפן זיי גערעכנט ווערן בפני עצמם?

אויף דעם ברענגט רש"י אַז מיט „תנינם" ווערט געמיינט דער לויתן־פישיט, וועלכער איז באַוואוסט (אויך צווישן קינדערכ) מיט זיין אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט, און וויבאַלד אַז די גדלותמאָס פון דעם לויתן איז אינגאַנצן פון אַן אַנדער סאָרט, וואָס איז גאָרניט ענלעך צו דער גרויס פון אַלע אַנדערע סאָרטן פיש, דעריבער ווערט ער נמנה בפני עצמוכא.

19און מיט דעם ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס „התנינם הגדולים" שטייט פאַר „כל נפש החי'" — כאָטש אַז דער תנינם איז נאָר איין מין — ווייל אָט־דער איין מין, מצד זיין אויסנאַמלעכער גדלות, איז חשוב'ער פון כל נפש החי'.

ו. בשעת רש"י שרייבט „ובדברי אגדה הוא לויתן", מוז ער גלייך מוסיף זיין „ובן זוגו". ווייל אין אגדה (מדרש) דאָ אויפן אָרטכב שטייט אַז דער לויתן האָט ניט קיין בן זוג, וגאָס דערפאַר שטייט „התניגם" לצון יחיד.

ווערט דאָך תיכף שווער: פונעם לשון „התנינים (קרי — ביו"ד) הגדולים" איז דאָך קלאָר אַז דאָ רעדט זיך וועגן מער ווי איין תנין, איז ווי קען מען טייטשן לויטן דרך הפשט אַז מיט „התנינם" ווערט געמיינט איין לויתןכג?

דעריבער איז רש"י מוסיף „ובן זוגו", אַז ער מיינט די אגדה פון אַן אַנדער אָרטכד, וואָס זאָגט אַז „התנינם" זיינען דאָס צוויי — „לויתן ובן זוגו".

ז. אַלע מינים וועלכע דער אויבערשטער האָט באַשאַפן דאַרפן עקזעסטירן אויך איצטערכה (סיידן עס איז דאָ אַ סיבה מיוחדת — ווי דאָ בסיום פירש"י). ובמילא ווען דער בן חמש למקרא לערנט אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן דעם לויתן ובן זוגו, וועט ער מאַכן אַ טעות בפשט הכתובים, מיינענדיק אַז (אויך די נקבה־לויתן איז פאַראַן אויך איצט און) אויך וועגן לויתן רעדט דער פסוק וואָס קומט גלייך ; ויברך אותם גו' — וכפשטות הכתוב —

באַוואָרנט דעריבער רש"י „שבראם זכר ונקבה והרג את הנקבה"כו — אַז מיט „ויברא אלקים את התנינם" ווערט טאַקע געמיינט צוויי תנינים: „זכר ונקבה", אָבער דערנאָך איז „הרג את הנקבה", ובמילא איז פאַרבליבן נאָר איין לויתן.

ח. ווען רש"י ברענגט שוין „והרג את הנקבה" מוז ער דערביי מוסיף זיין [ניט נאָר דעם טעם פאַרוואָס „והרג"כז; „שאם יפרו וירבו לא יתקיים העולם בפניהם", נאָר אויך] „ומלחה לצדיקים לעתיד לבא" — וואָרום עס איז דאָך לגמרי ניט פאַרשטאַנדיק צוליב וואָס איז געווען ויברא בן זוגו וויבאַלד אַז הרגוכה.

ט. לכאורה קען מען פרעגן:

אין פסוק „לא טוב היות האדם לבחו"כט איז רש"י מפרש; „שלא יאמרו20טתי רטויות הן, הקב"ה יחיד בעליינים ואין לו זוג וזה בתחתונים ואין לו זוג".

[לכאורה וואָלט מען געדאַרפט לערנען אַז ס'איז ניט גוט פאַר דעם מענטשן צו זיין אַליין, איבער דעם וואָס ווען ער וואָלט געווען אַליין, וואָלט פאַר אים געווען שווער צו „איספּראַווען" זיךל. און דעריבער איז „אעשה לו עזר", אַז די פרוי פאַרזאָרגט דעם מאַן מיט זיינע באַדערפענישן.

רש"י וויל אָבער אַזוי ניט לערנען, ווייל לפי"ז האָט געדאַרפט שטיין „לא טוב לאדם היות לבדו"; פון דעם לשון „לא טוב היות האדם לבדו" איז קענטיק אַז „היות האדם לבדו" איז „לא טוב" אין אַלגעמייןלא. איז דעריבער רש"י מפרש „שלא יאמרו כו'"לב].

ועפי"ז קומט דאָך אויס, אַז אויך ווען רט"י זאָל ניט טרייבן „ומלחה לצדיקים לע"ל" וואָלט געווען מובן דער צוועק פון באַשאַפן די נקבה־לויתן; בכדי ניט צו געבן אַ מקום לטעות צו זאָגן „שתי רשויות הן". היינט וואָס דאַרף רש"י מ־סיף זיין „ומלחה לצדיקים לעתיד לבא"?

און כאָטט אַז בעת דער בן חמש למקרא לערנט די רש"י אויף התנינים, ווייס ער נאָך ניט דעם טעם „שלא יאמרו כו'" — האָט רש"י געקענט בעסער זאָגן „שלא יאמרו כו'" ווי אַ טעם אויף דער באַטאַפונג פון בן זוגו של לויתן [דעם זעלבן טעם וואָס רש"י זאָגט אין דרך הפטט אויף דער באַשאַפונג פון בת זוגו *) של אדם] — אַנשטאָט שרייבן „ומלחה לצדיקים לע"ל" וואָס איז אַ „ריינער" אגדה־ענין ?

איז דער ביאור אין דעם;

נאָך „ויברא אלקים" איז דער פסוק מסיים: וירא אלקים כי טוב. נאָכמער אין דער סדרה ווייטערלח שטייט „וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד" (און דאָס איז מובן אויך אין שכל הפשוט נאָך איידער מען האָט געלערנט דעם פסוק) — אַז אַלץ וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן [במילא — כולל אויך דעם בן זוג פון לויתן] איז זייער גוט. קען מען ניט זאָגן אַז דער בן זוג פון לויתן פאַרמאָגט אין זיך אַליין ניט קיין טוב און איז באַשאַפן געוואָרן בלויזלד צוליב21אַ זייטיקן צוועק — „שלא יאמרו שתי רשויות הן". זאָגט דעריבער רש"י „ומלחה לצדיקים לעתיד לבא" אַז אין איר אַליין איז פאַראַן זייער אַ געשמאַקער טעם, וואָס דערפאַר איז זי באַשטימט געוואָרן אַלס אַ מאכל פאַר די צדיקים לעתיד לבא.

יו"ד. אין פירש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"לג — איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז אויך די פרטים וועלכע רש"י זאָגט בנוגע צום לויתן, זיינען זיי הוראות אין עבודת האדם.

די ערשטע הוראה איז אַז עס דאַרף זיין „הוא ובן זוגו": אפילו ווען אַ איד איז צוגעקומען צו אַ גאָר הויכע מדריגה אין עבודת ה', צו דער מדריגה פון „לויתן", אַז ער שטייט אין אַ שטענדיקער פאַראייניקונג און התחברות מיטן אויבערשטן — ווי ער איז מפרש אין לקו"תל אַז לויתן איז „לשון התחברות כמו הפעםלז ילזה אישי אלי" — דאַרף ער נאָך אַלץ האָבן אַ בן זוג, אַ חבר וואָס זאָל אים אַרויסהעלפן אין זיין עבודה.

שטעלט זיך דאָך די שאלה: מילא סתם אַ איד, אַזאַ וואָס דאַרף נאָך מלחמה האָבן מיט זיין נפש הבהמית, איז פאַרשטאַנדיק אַז ער דאַרף האָבן די מיטהילף פון אַ בן זוגלח. וויבאַלד אָבער ער איז שוין אַ „לויתן" און האָט שוין ניט וואָס צו מורא האָבן פאַר דעם נה"ב, קען ער דאָך שוין טאָן זיין עבודה „לבדו", צוליב וואָס דאַרף ער האָבן אַ בן זוג?

זאָגט אויף דעם רש"י, אַז דער „לא טוב" ווען דער אדם איז „לבדו" איז ניט פאַר אים — פאַר אים גופא, וויבאַלד ער האַלט שוין ביי דער מדריגה פון „לויתן", שאַדט אים שוין ניט צו זיין „לבדו" — נאָר עס טויג ניט אין אַלגעמיין, פאַר דער וועלט בכלל — „שלא יאמרו"לט; אַנדערע אידן, וואָס זיינען ניט אין זיין מדריגה, קענען זיך פון אים אָפּלערנען און מיינען אַז אויך זיי דאַרפן ניט קיין בן זוגמ. און בכדי צו באַוואָרענען אָט דעם קלקול בעולם, דאַרף אויך דער „לויתן" האָבן אַ בן זוג, און טאָן דאָס (ניט נאָר למראית עין אַז דער צווייטער זאָל מיינען אַז ער האָט אַ בן זוג, נאָר) מיט אַן אמת און אין אַ פנימיות.

יא. קען ער דאָך טענה'ן; ווער זאָגט עס אַז איך דאַרף זיך צופּאַסן צו דער וועלט ; אַדרבה, ס'איז דאָך בעסער אַז איך — דורך מיין עבודה — זאָל פּועל'ן אַז די וועלט זאָל זיך צופּאַסן צו מיר, צוקומען22צו דער מדריגה פון לויתן, און די וואָס קענען דאָס ניט — איז במה נחשב הוא?

זאָגט אויף דעם רש"י „שאם יפרו וירבו לא יתקיים העולם בפניהם"; די כוונה אין בריאת העולם איז דירה בתחתוניםמא, אַז אין נידעריקע מדריגות, „תחתונים", אויך אין זיי זאָל דער אויבערשטער האָבן כביכול זיין דירה. ובדקות יותר: מען דאַרף האָבן דעם אופן העבודה פון לויתן — יחודא עילאהמב — און אויך די עבודה פון די וואָס עבודתם איז אין עולם (לשון העלםמג) און דורך זיי איז העולם קייםמד, ובמילא וועט זיך דורכפירן די כוונה פון דירה בתחתוניםמח.

אַוודאי מוזן און דאַרפן זיין די וואָס האַלטן תמיד ביי יחודא עילאה. ביי רוב מענטשן אָבער — „יפרו וירבו" — איז די עבודה פון יחו"ת.

יב. קען מען דאָך מיינען אַז רוב בני אדם דאַרפן צו יחו"ע אינגאַנצן ניט האָבן קיין שייסות — זאָגט רש"י, אַז אויך אין דער מדריגה פון „יפרו וירבו" וואו מען זוכט צו באַוואָרענען דעם קיום פון עולם (לשון העלם), איז נאָר „הרג את הנקבה", וואָס אין דעם זיינען פאַראַן צוויי דיוקים:

א) נאָר די נקבה האָט מען גע'הרג'עט, אָבער דעם זכר האָט מען איבערגעלאָזן אַ לעבעדיקן, ווייל אים דאַרף מען האָבן אויך איצטער און אַ לעבעדיקן.

ב) אויך די נקבה האָט מען נאָר „הרג", אַרויסגענומען פון איר דעם נפש און חיות, אָבער איר גוף איז פאַרבליבן (און נאָך מער: מלכתחילה האָט מען אויך איר באַשאַפן אַ לעבעדיקע, בכדימח אַז אויך שפּעטער זאָל זי זיין פון סוג החימז), ווייל מען דאַרף זי האָבן פאַר די צדיקים [מיינענדיק דערמיט אַלע אידן, כמ"שמח ועמך כולם צדיקים] לעתיד לבא.

יג. אין עבודת האדם איז דאָס;

דער חילוק צווישן זכר און נקבה איז: „זכר" ווייזט אויף נקודה, און נקבה —23אויף התפּשטות. (ווי דאָס איז בענין ההולדה, אַז פון דעם פאָטער קומט נאָר אַ טפּה — נקודה, און דורך דעם וואָס די טפּה געפינט זיך תשעה חדשים בבטן האם, ווערט זי נצטייר אין פּרטים — התפּשטות). וואָס אַזוי איז אויך מובן בנוגע צום לויתן, אַז זכר איז די נקודה פון יחו"ע, און נקבה — די התפּשטות פון יחו"עמט.

און דאָס זיינען די צוויי הוראות — פאַר רוב בני אדם — פון די צוויי דיוקים הנ"ל:

א) אויך ביי זיי דאַרף זיין די נקודה פון יחו"ע. און דאָס פאָדערט זיך צוליב זייער עבודה איצטער, כאָטש עיקרה איז יחודא תתאה. ווייל בכדי אַז די עבודה פון יחו"ת זאָל זיין אַן „עבודה אמיתית", מוז זיין „מעט מזעיר" (בחי' נקודה) אויך דער ביטול פון יחו"ענ.

ב) וויבאַלד אַז אַלע גילויים דלעתיד זיינען תלוי במעשינו ועבודתינו עכשיו61), איז בכדי אַז לע"ל זאָל ביי זיי זיין דער גילוי פון בחי' התפּשטות דיחו"ע, מוזן זיי אויך איצטער — לעת מן העתים — האַלטן ביי דער עבודה פון יחו"ע אויך בבחי' התפּשטות. עס איז מער ניט, וואָס אָט די עבודה איז ביי זיי אין אַן אופן פון „הרג", ס'בלייבט נאָר דער גוף אירער — ד. ה. נאָר אויף ווי ווייט זי איז שייך צו פּועל ממש, אָן אַ קאָך און חיות (זייער קאָך און חיות איז אין יחו"ת און נאָר „מעט מזעיר" אין יחו"ע). אָבער אויך דער פּועל ממש דאַרף זיין אַ תוצאה פון אַ דבר חי.

און דוקא פון דער עבודה אין דער התפּשטות פון יחו"ע, כאָטש ס'איז אין אַן אופן פון „הרג", קומט אַרויס דער „ומלחה לצדיקים לעתיד לבוא"82), אַז עס וועט זיין די „אכילה וסעודה — היא ההשגה שישיגו"58), אַז אויך די התפּשטות פון יחו"ע וועט מען אַרייננעמען אין אַ פּנימיות (דם ובשר כבשרו) און באַגרייפן אין השגה.

און הגם אַז איצט איז דאָס ביי זיי ניט מאיר אין אַ פּנימיות, דאָך טוט זי אויף דעם „ומלחה" — דער אויבערשטער איז איר מעמיד ומקיים64), אַז זי בלייבט גאַנץ „כמונח בקופסא", און לעתיד וועט זי קומען בגילוי אין אַ פּנימיות; אַז עס וועט זיין „ומלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים"86), אַז אויך בחי' „ים" — יחודא עילאה, וועט מען באַגרייפן און משיג זיין אין אַ פּנימיות, ביז אין אַן אופן פון דיעה.

(משיחת ש"פ בראשית תשכ"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3aw2wbbj

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources