א) דאַרפן געטאָן ווערן ביד ימיןט (און ביי קרבנות איז עס מעכב אפילו בדיעבדי).
ב) זיינען ניט פאַרבונדן מיט „חוץ"יא. פאַראַן מצות וועלכע מען224דאַרף מקיים זיין דוקא בפנים, אפילו די מצות וואָס מען קען זיי טאָן אויך בחוץ, ברה"ר — האָבן זיי דאָך, ביי זייער קיום ברה"ר, קיין שום ספּעציעלע פאַרבונדנקייט ניט מיטן חוץ (והראי' מיני' ובי'; מען קען זיי טאָן אויך בפנים). און די מעגלעכקייט צו טאָן זיי ברה"ר פּונקט ווי בבית, נעמט זיך דערפון וואָס אָט־די מצות זיינען בכלל ניט פאַרבונדן מיט קיין מקום מסויים.
עפּ"ז קומט אויס, אַז מצות נר חנוכה, וואָס דאַרף זיין בשמאל און (דוקא) מבחוץ, טיילט זיך אויס (ניט נאָר פון מצות מזוזה, נאָר אויך) פון רוב המצות ככולן.
ג.דער אונטערשייד פון נר חנוכה און די אַנדערע מצות, איז בדוגמת החילוק צווישן מצות לא תעשה און מצות עשה;
מצות עשה קען מען מקיים זיין נאָר מן המותר בפיךיא מיט דברים המותרים (וואָס זיינען מקבל חיות פון קליפת נוגהיח). מצות ל"ת ווערן אויסגעפירט דוקא דורך (ניט טאָן קיין) דברים האסורים — וועלכע נעמען זיך פון ג' קליפות הטמאות.
דער טעם דערויף איז; דער אור אלקי וואָס ווערט נמשך דורך קיום מצות עשה איז אַזאַ וואָס איז זיך „מתלבש בכלי" (פון דעם גופא, וואָס די מעשה המצות קען זיין אַ כלי צום אור וואָס איז זיך מתלבש אין איר, איז אַ ראי' אַז דער אור איז אַזאַ וואָס קען אויפגענומען ווערן אין די גדרים פון אַ כלייד). און דערפאַר קען ער ניט נמשך ווערן אַזוי נידעריק — ביז צו אין די דברים האסורים פון ג' קליפות הטמאותיח.
דאַקעגן דער אור וואָס ווערט נמשך דורך קיום מצות ל"ת, איז אַ בלתימוגבל לגמרי (און דעריבער איז זיין המשכה ניט דורך אַן עשי' חיובית (כלי), נאָר דורך דער ווירקונג פון שלילה — וואָס דער מענטש איז דוחה און טוט ניט דעם איסוריד), און וויבאַלד אַז אָטדער אור האָט ניט אין זיך קיין הגבלות, קען ער דעריבער נמשך ווערן, אָן שום באַגרענעצונג, ביז צו גאָר נידעריק — און פּועל זיין אויך דאָרטי.
און עד"ז איז אויך די מעלה פון מצות נר חנוכהי; דורכן קיום פון225אָט־דער מצוה ווערט נמשך אַזאַ אור, וואָס האָט בכח צו באַלייכטן אויך דעם קו השמאל און רשות הרביםיז.
ד. אין אמת'ן איז אין מצות נר חנוכה פאַראַן — אַ מעלה אויך לגבי מצות ל"ת — ווייל אין איר איז דאָ אויך די מעלה פון מ"עיח; דורך מל"ת איז מען דוחה די דברים האסורים, מען איז זיי אָבער ניט מברר. משא"כ דורך נ"ח באַלייכט מען דעם „שמאל" און „רשות הרבים"; מען פּועל'ט (נאָכ'ן „מסרת . . רבים ביד מעטים" אַז) „ברבים היו עמדי", אַז אויך דער (רשות ה)„רבים" ווערט (ליכטיג) „עמדי"יט — בדוגמת מ"ע וואָס דורך איר ווערט נתברר דער דבר הגשמי מיט וועלכע מען טוט די מצוהכ.
און דאָס איז אויך די שייכות פון נר חנוכה צו „ותורה אור"כא — ווייל אויך תורה איז זיך מתלבש און לאָזט זיך אַראָפּ צו דן זיין אויך וועגן דברים האסורים און דברים טמאים, און דורך דעם אור התורה וואָס מען איז דאָרט ממשיך, איז מען מבררכב די ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך דאָרט און מען איז זיי מעלה אין קדושהכג.
ה. ס'איז ידוע, אַז די ז' מצות דרבנן (וואָס נ"ח איז בכללם) ווערן נמשך און קומען פון די מצות התורהכד. איז דערפון מובן אַז אין מצות התורה איז פאַראַן אַ מצוה וואָס באַלייכט דעם „שמאל" און רה"ר — בדוגמת מצות נ"ח.
226די מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט „שמאל" איז מצות תפליןכח — די תפלין של יד וואָס מען דאַרף לייגן אויפן „יד כהה". ובפרט לפי המבואר בזהרכ, אַז דאָס וואָס מען לייגט תפלין אויפן יד שמאל איז בכדי צו „איינבינדן" דעם יצה"ר שבלב אַז אויך ער זאָל ווערן משועבד צו אלקות — קומט דאָך אויס אַז דורך תפלין טוט זיך אויף דער ענין ווי ביי נר חנוכה, צו באַלייכטן אויך דעם צד השמאל.
עד"ז איז אויך בנוגע צו תפלין של ראשכז; דאָס וואָס דער של־ראש דאַרף זיין מגולה, איז עס בכדי אַז „וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך"כח. קומט דאָך אויס, אַז ענינם איז צו באַווייזן אלקות (אויך) צו עמי הארץ און פּועל'ן אין זיי „ויראו".
דערמיט וועט מען פאַרשטיין דעם לשון רז"ל „הוקשה כל התורה כולה לתפלין"כט — כאָטש אַז דער פאַרגלייך צו תפלין ווערט דאָרט געמיינט בנוגע מצות — ווייל וויבאַלד אַז מצות תפלין פּועל'ט אויך אויף דעם „שמאל" און „עמי הארץ", האָט זי אין זיך אויך די מעלה פון תורה וואָס פּועל'ט אַ בירור אויך אין גקה"ט.
ו. עס שטייט אַז מען דאַרף מרבה זיין אין משך פון די חנוכה־טעג בנתינת צדקהל, „בממון וגוף"לא — צדקה בגשמיות און, כמובן, אויך צדקה ברוחניות. איז היות אַז די מצוה פון תפלין האָט, ווי געזאָגט, אַ שייכות מיוחדת צו מצות נ"ח*
(און ס'איז נאָך דאָ אויך אין דעם אַ יתרון אין תפלין אויף נ"ח; דאָס וואָס נ"ח איז משמאל, איז נאָר דאַן ווען ס'איז דאָ מזוזה מימיןלב, משא"כ תפלין דאַרפן אַלעמאל זיין אויף יד כהה און — דער של ראש — מגולה) —
דאַרף מען דעריבער אויסנוצן די ימי החנוכה במיוחד, מיט דער מעגלעכסטער השתדלות, אויך אום צו פאַרשטאַרקן „מבצע תפלין".
227און אַז מען וועט פּועל זיין ביי אַ אידן ער זאָל מקיים זיין מצות תפלין, וועט דורכדעם זיין, כפסק חז"ל במשנהלג (וואָס טעה בדבר משנה חוזרלד ווייל עס איז גאָרניט שייכות אַ טעות אין דעם לפּשיטות העניןלו) „מצוה גוררת מצוה" — און דער פּסק איז דאָך בנוגע יעדער מצוה; ועל אחת כמה וכמה בשייכות צו מצות תפלין וואָס צו איר זיינען צוגעגליכן אַלע מצותלח (ובפרט לפי המבואר בזהר אַז דורך קיום מצות תפלין איז מען משעבד דעם יצה"ר, כנ"ל) — אשר ע"כ איז דאָך זיכער אַז דאָס וועט אים סוף כל סוף דערברענגען צו דעם קיום פון שאר המצות.
און כשם ווי דער נס חנוכה האָט זיך אויסגעדריקט ניט בלויז אין דעם וואָס „לעמך ישראל עשית תשועה גדולה ופורקן כהיום הזה" — וואָס מען איז געוואָרן געהאָלפן און אויסגעלייזט פון די „טמאים", „רשעים" און „זדים" טראָץ דעם וואָס זיי זיינען געווען „גבורים" און „רבים" — נאָר האָט אויך דערפירט דערצו אַז „ואח"כ באו בניך לדביר ביתך ופינו את היכלך וטהרו את מקדשך והדליקו נרות בחצרות קדשך";
אַזוי וועט אויך די מצוה פון תפלין ניט נאָר ברענגען די „תשועה" און „פּורקן" פון די „עמי הארץ" — וואָרום עס וועט זיין דער „ויראו ממך", זיי וועלן נתבטל ווערן פאַר אידן ביז אין אַן אופן פון „וימס לבבנו ולא קמה עוד רוח באיש מפניכם"לז,