עברית
Library

Likkutei Sichos

Chayei Sarah 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

92חיי שרה

א. אויפן פּסוק „ויהיו חיי שרה מאה שנה" (בתחלת הסדרה) זאָגט דער מדרשא; „יודע ה' ימי תמימים ונחלתם לעולם תהי'ב, כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים. בת כ' כבת ז' לנוי, בת ק' כבת כ' שנה לחטא" (און לויט אַ צווייטער גירסאג; „בת מאה כבת עשרים לנוי, בת עשרים כבת ז' לחטא").

לערנען מפרשיםד, אַז דער מדרש באַוואָרנט דערמיט; פאַרוואָס זאָגט דער פּסוק דריי מאָל דעם וואָרט שנה — „מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים", בעת עס וואָלט געווען גענוג ווען ער זאָגט „מאה ועשרים ושבע שנים"ה?

און בכדי דאָס צו פאַרענטפערן, ברענגט דער מדרש דעם פּסוק „יודע ה' ימי תמימים", אויסטייטשנדיק אַז דער וואָרט „תמימים" באַציט זיך אויך צו „ימי" — אַז זייערע ימים גופא זיינען אויך „תמימים". און דאָס, טייטשט אָפּ דער מדרש, ווערט אָנגעדייטעט אין דעם וואָס עס שטייט דריי מאָל אין פּסוק „שנה", אַז אַלע יאָרן פון שרה זיינען ביי איר געווען גאַנץ און שלימות'דיק (פאַרגלייכנדיק דעם „שנה" פון „מאה" צום „שנה" פון „עשרים" אאַ"ווו) ; זייענדיק „בת כ'" איז זי געווען אין דער זעלבער „גאַנצקייט" ווי בעת זי איז געווען „בת ז'"; און אינעם עלטער פון „מאה93שנה" האָט זי געהאַט די זעלבע גאַנצקייט ווי ווען זיז איז געווען „עשרים שנה"ח.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) פון לשון המדרש „כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים" איז קענטיק, אַז „הן תמימים" און „שנותם תמימים" זיינען בעצם צוויי באַזונדערע ענינים; נאָר דער מדרש לערנט אָפּ פון פּסוק „יודע ה' ימי תמימים", אַז דער וואָס איז אַליין אַ תמים זיינען ביי אים אויך די יאָרן „תמימים".

אָבער לויט דעם ווערט דאָ שווער;

בנוגע דעם תואר פון תמימות אין ענינים רוחניים — וואָס בנדו"ד איז עס דער פּרט פון „בת ק' כבת כ' לחטא" — קען מען דאָך לכאורה

פאַנאַנדערטיילן צווישן „הן תמימים" און „שנותם תמימים", וואָרום אויב ביי אימעצן גייט אַוועק אַ טאָג (אָדער אַפילו בלויז אַ חלק פון טאָג) לבטלה, איז עס ניט בלויז אַ חסרון אין דער גאַנצקייט פון זיינע יאָרן (און טעג), נאָר אויך אין זיין אייגענער תמימות גופאח — היינט ווי אַזוי נעמט זיי אָן דער מדרש ווי צוויי עניניםי?

94און, ווידער, בעת מען רעדט וועגן תואר „תמים" בשייכות צו ענינים גשמיים, איז ניט פאַרשטאַנדיק מאידך גיסא; ווי אַזוי פאַרבינדט זיי דער מדרש, אַז וויבאַלד „הן תמימים" איז אויך „שנותם תמימים" — בעת עס קען דאָך יע געמאָלט זיין אַ פאַל ווען ער אַליין איז אַ „תמים" אין אַ גשמיות'דיקער מעלה (ווי „נוי", למשל), און דאָך זיינען די יאָרן זיינע ניט קיין „גאַנצע" אין דעם הינזיכט, ווייל אין אַ פריערדיקן זמן האָט די מעלה צייטווייליק געפעלט — ווי מ'געפינט אַזוי ביי שרה גופא, אַז זייענדיק „בת מאה" איז זי געווען גאַנץ ב"נוי" ווי בת כ' (און ז'), הגם אַז פריער, אין דער צווישן צייט, איז ביי איר געווען אַ זמן פון „בלותי"יא?

און אַפילו אויב דער מדרש קען זיי יע צוזאַמענבינדן, אויף וועלכן עס איז אופן, בלייבט ווידער שווער; וויבאַלד מ'מוז דאָך שוין זאָגן, אַז דער פאַרגלייך פון „מאה שנה" צו „עשרים שנה" קען ניט מיינען די תמימות פון די יאָרן גופא — אַז דעם גאַנצן משך פון „מאה שנה" איז זי געווען גאַנץ בנוי (וויבאַלד אין צווישן איז ביי איר געווען דער פאַרקערטער פאַליב) — טאָ ווי אַזוי איז דאַן שייך בכלל צו ברענגען דאָ דעם פּסוק פון „יודע ה' ימי תמימים", פון וועלכן עס ווערט אָפּגעלערנט אַז „שנותם" גופא זיינען „תמימים"?

ב) ווי אַזוי באַנוצט דאָ דער מדרש דעם לשון „שנותם תמימים" וואָס באַדייט [ווי די משנה זאָגטיג אויף „שנה תמימה" — „להביא את חדש העיבור"] אַ תמימות פון יאָרן פאַר זיך אַליין, אַלס אַ תקופה אין זמן — אין דער צייט ווען דער מדרש מיינט גאָר דערמיט די מענטשלעכע תמימות (פון אַ גשמיות'דיקער אָדער רוחניות'דיקער מעלה) ווי זי שפּרייט זיך אויס און נעמט אַרום דעם גאַנצן משך פון זייערע יאָרן?

ג) וויבאַלד דער לשון הפּסוק איז „ימי תמימים", האָט דאָך דער מדרש, בהתאם לזה, געדאַרפט זאָגן; „כך ימיהם תמימים" — פאַרוואָס ענדערט ער דאָ און זאָגט; „כך שנותם תמימים"?

און הגם אַז מיטן לימוד „כך שנותם תמימים" איז דער מדרש אויסן צו מבאר זיין פאַרוואָס עס שטייט דריי מאָל שנה אין אונזער פּסוק — וויבאַלד אָבער אַז דער גאַנצער דרש „כשם כו'" ווערט אַרויסגעלערנט פון (און איינגעטייטשט אין) פּסוק „ימי תמימים" (וכנ"ל בתחלת הסעיף, אַז דער מדרש טייטשט אַז דער וואָרט „תמימים" באַציט זיך אויך צום וואָרט „ימי"), וואָלט דאָך מער מתאים געווען צו נוצן דעם לשון הפּסוק פון וועלכן דער דאָזיקער ענין ווערט אָפּגעלערנט — איידער דעם לשון פון אונזער פּסוק וואָס ווערט בלויז נתבאר דורך דעם דאָזיקן דרש?

ב. דערנאָך זאָגט דער מדרש אַ צווייטן פּירוש; „דבר אחר, יודע ה' ימי תמימים זו שרה שהיתה תמימה במעשי'. אמר ר' יוחנן כהדא עגלתא תמימתא".

לערנענדיק בשטחיות קומט אויס, אַז די נפקא מינה צווישן ערשטן און צווייטן פּירוש איז אין צוויי פּרטים; א) לויטן ערשטן פּירוש באַציט זיך95דער וואָרט „תמימים" אויך צו „ימי" (כנ"ל תחלת ס"א), משא"כ לויטן צווייטן פּירוש „זו שרה כו'" ווערט מיטן וואָרט „תמימים" געמיינט כפשוטו; בלויז די תמימות פון די מענטשן ; און דער פּי' פון „ימי תמימים" איז; טעג פון די תמימים. ב) לויטן ערשטן פּי' ווערט אַרויסגעלערנט, אַז דער תואר „תמים" באַדייט אַ שלימות אין אַלע מעלות (ביז צו מעלת הנוי וואָס איז לכאורה14) ניט קיין ענין רוחני) ; אָבער לויטן צווייטן פּירוש, „זו שרה שהיתה תמימה במעשי'", איז דער תואר „תמים" פאַרבונדן בלויז מיט מעשים טובים.

אָבער עפּ"ז איז אינגאַנצן שווער צו פאַרשטיין:

א) ס'איז דאָך מובן אין פּשטות, אַז אויך אין זיין צווייטן פּירוש איז דער מדרש עפּעס מחדש אין דער אויסטייטשונג פון דעם פּסוק „יודע ה' ימי תמימים". ולכאורה; וואָס פאַר אַן אויפטו איז דאָ אין צווייטן פּירוש, אַז מיטן תואר „תמימים" קענען גערופן ווערן בלויז אַזעלכע וואָס זיינען גאַנץ אין זייערע מעשים? דאָס איז דאָך אַ זאַך וואָס מ'פאַרשטייט אויך אָן דעם מדרש.

ב) וואָס פעלט אין דער הבנה פון די ווערטער „תמימה במעשי'", וואָס צוליב דעם דאַרף ר' יוחנן געבן דערצו אַ דוגמא — „כהדא עגלתא כו'"; און אויב עס פעלט יע ביאור אין דעם תואר „תמימה במעשי'" — מיט וואָס ווערט עס אויפגעקלערט דורך דער דוגמא?

ג) ס'איז דאָך קלאָר, אַז מיטן פּי' „זו שרה כו'" וויל דער מדרש מבאר

14) אבל ראה לקמן הערה 17. זיין ניט בלויז דעם פּסוק „יודע ה' ימי תמימים", נאָר אויך דעם פּסוק „ויהיו חיי שרה מאה שנה גו'" אויף וועלכן ער שטעלט זיך. אין פלוג; וואָס פאַר אַ ביאור קומט דאָ צו לויט אָט דעם פּי' („זו שרה כו'") אין פּסוק „ויהיו חיי שרה גו'"?

ג. לאחרי ווי דער מדרש פאַרענטפערט פאַרוואָס עס שטייט דריי מאָל „שנה", דורך זיינע פּירושים אויף „יודע ה' ימי תמימים", איז ער ממשיך און טייטשט אויס דעם סיום פון אונזער פּסוק — „שני חיי שרה", דורך מפרש זיין דעם סיום פון פריערגעבראַכטן פּסוק („יודע ה' גו'") — „ונחלתם לעולם תהי'". וז"ל: „ונחלתם לעולם תהי', שנאמר ויהיו חיי שרה, מה צורך לומר שני חיי שרה באחרונה, לומר לך שחביב חייהם של צדיקים לפני המקום בעולם הזה ולעולם הבא".

זיינען אויך דאָ פאַראַן שוועריקייטן;

א) דאָס איז דאָך אַ דבר פּשוט, אַז צדיקים האָבן עולם הבא. צו וואָס דאַרף מען עס אָפּלערנען פון „ונחלתם לעולם תהי'"? — מוז מען זאָגן, אַז דער אויפטו וואָס דער מדרש לערנט אָפּ פון דעם פּסוק באַשטייט אין דעם וואָס „חביב*14 חייהם כו' ולעולם הבא". אָבער אויך דאָס פאָדערט ביאור; אויך דאָס איז זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז דעם שכר צו צדיקים גיט דער אויבערשטער ברצון ובסבר96פּנים יפות, איז וואָס איז דער חידוש פון „חביב חייהם כו' ולעולם הבא"?

ב) הן אמת, אַז אין דעם וואָס דער פּסוק חזר'ט איבער נאָכאַמאָל „שני חיי שרה" — נאָכדעם ווי ער האָט שוין פריער געזאָגט „ויהיו חיי שרה" — איז מרומז די צוויי מיני „חיים" פון שרה, חיי עוה"ז און חיי עוה"ב, אָבער פון וואַנען איז דאָ אַ משמעות אויפן ענין פון „חביב חייהם כו'". ובפרט אַז, כנ"ל, באַשטייט דער אויפטו פון מדרש אין „חביב"?

ג) שוין גערעדט פיל מאָלטו, אַז אַלע פּירושים וואָס קומען אויפן זעלבן פּסוק אין תורה, האָבן אַ שייכות איינער צום צווייטן. דאַרף מען עפּ"ז פאַרשטיין; וואָס איז די שייכות פון פּירוש הפּשוט פון „שני חיי שרה" וואָס מיינט די יאָרן וואָס שרה האָט געלעבט בעוה"ז — ווי רש"י טייטשט (לפי פּשוטו של מקרא) „כולן שוין לטובה" — מיטן פּירוש המדרש אַז מיט „שני חיי שרה" ווערט געמיינט חיי עוה"ב?

ד. איז דער ביאור בכל הנ"ל;

ווען אַ מענטש, למשל, געפינט זיך אין אַ געוויסער סביבה מיט אַנדערש'דיקע אָדער ניט־גוטע אייגנשאַפטן, און טראָץ דעם ווערט ער ניט באַווירקט און ענדערט זיך ניט צוליב דער אַרומיקער אומגעבונג — קען עס זיין צוליב דריי פאַרשידענע סיבות;

א) צוליב דעם וואָס ער שטאַרקט זיך, ניט צו באַאיינפלוסט ווערן פון דער סביבה. אָבער דעמאָלט איז זיין העדר השינוי ניט קיין שלימות'דיקער, וואָרום היות אַז זיין געפינען זיך אין דער סביבה איז אין אַזאַ אופן, וואָס עס איז בכח צו באַווירקן אים ווען ניט זיין שטאַרקן זיך איבער איר — דאָס אַליין באַדייט טוין אַ ירידהיח און אַ שינוי לגבי זיין פריערדיקן מצב, איידער ער איז געקומען אין דער דאָזיקער סביבה, וואו ער האָט ניט געהאַט אַפילו קיין נתינת מקום פאַר אַזאַ ניט־גוטער השפּעה.

ב) מצד דעם וואָס ער איז אָפּגעזונדערט און שטייט העכער פון דעם אַרום. אָבער אויך דער אופן איז ניט דער תכלית השלימות: וויבאַלד אַז זיין אומגעענדערטקייט נעמט זיך בלויז דערפון וואָס ער איז אָפּגעזונדערט פון דער סביבה, קען דאָך געמאָלט זיין, אַז אויב ער וואָלט יע געהאַט צו טאָן מיטן אַרום, וואָלט ער חאַן פון אים באַאיינפלוסט געוואָרן; הייסט עס דאָך, אַז בעצם האָט ער דאָך אין זיך אַן עלוליות צו נשתנה ווערן.

ג) צוליב דעם וואָס ווי נידעריק דער אַרום זאָל זיין, איז ער פּועל אויף דעם אַרום *יח און דערהויבט אים צו זיין מדריגה — און דאָס איז דער תכלית־שלימות'דיקער אופן פון העד־השינוי. וואָרום האָבנדיק אין זיך דעם כח, וואו נאָר ער געפינט זיך, אויפצוהויבן דעם מקום צו זיך, צו זיין מדריגה, איז דאָך שוין במילא ניט שייך אַז עפּעס אַ זאַך זאָל אים קענען אַראָפּנידערן פון זיין מדריגה.

97ה. על דרך זה איז אויך בנוגע דער אומגעענדערטקייט אין „חטא" און אין „יופי" וואָס ווערט ניט „באַווירקט" פון יאָרן און זקנה, צוליב דעם וואָס די רוחניות הנשמה באַהערשט און פאַרהיט דעם מענטשן בכל ביז אויך די גשמיות הגוףטו, פון שינויים (ווי בנדו"ד — שרה — וואָס איז געווען „בת ק' כבת כ' ובת כ' כבת ז'") — אַז דאָס קען זיין אויף די דריי דערמאָנטע אופנים;

א) אַזאַ וואָס מצד זיין רוחניות'דיקן מצב אַליין איז ניט אָפּגעפרעגט די שייכות צו אַ חטא; און מצד גשמיות הגוף איז נאָכמער; ער געפינט זיך אין אַ צושטאַנד וואָס ער איז אונטערגעוואָרפן די ווירקונג פון אַלטקייט און דאַרף ע"פּ טבע פאַרלירן דעם יופי פון דער יוגנט — און טראָץ דעם איז ער זיך מתגבר אין זיין עבודה רוחנית, ביז דאָס איז פּועל אויך אויף זיין גשמיות הגוף; אַז דער גוף בלייבט אין דעם זעלבן יופי ווי ער איז געווען אין דער יוגנט.

אָבער לויט דעם אופן פון העדר השינוי, איז דער „בת ק' כבת כ' ובת כ' כבת ז'" בלויז מיט אַ כ"ף הדמיון. וואָרום דאָס גופא וואָס ס'איז דאָ בלויז די מעגלעכקייט ער זאָל באַגיין אַ חטא (ווען ניט זיין התגברות בעבודתו) אין זיינע עלטערע יאָרן (ניט ווי זייענדיק אַ „בת ז'"), ובפרט אַז אין זיין מצב הגוף „דאַרף" די אַלטקייט אַרויסרופן העדר היופי — דאָס אַליין איז שוין אַ געוויסע ירידה און ענדערונגי לגבי זיין יוגנט (פון „בת ז' "), ווען ער האָט לגמרי ניט געהאַט קיין שייכות צו חטא און ניט צו די סיבה פון העדר היופי.

ב) מצד דעם וואָס ביי אים „לייכט" דער חלק הנשמה, וואָס איז העכער פון צו אָנטאָן זיך אין גוף — און דערפאַר איז ער ניט אונטערגעוואָרפן די שינויים פון אינגער און עלטער וואָס קומען בלויז מצד דעם גוף.

וואָרום אַזוי ווי דאָס איז בכלל ביי יעדער אידן, אַז ווייל די עצם הנשמה איז העכער פון התלבשות אין גוף, דעריבער געפינט זי זיך ביי אים אָן קיין שום שינויים פון זינט דער רגע שנולד ביז צו דער רגע האחרון*1) — קען דערפאַר געמאָלט זיין, אַז ביי די וואָס די עצם הנשמה איז ביי זיי מאיר בגילוי, זאָל זי ווירקן אַ העדר השינוי אויך אויף זייערע כחות הגלויים און גוףי (אַזוי ווי אויף יופי) —98מצד זייער פאַרבונדנקייט מיט עצם הנשמה שלמעלה מהתלבשותכ.

אָבער כנ"ל, איז אויך דער אופן ניט תכלית השלימות; היות אַז דער העדר השינוי קומט מצד דער עצם הנשמה שלמעלה מהתלבשות אין גוף, קומט דאָך אויס, אַז מצד עניני הגוף איז יע פאַראַןכא אַן אָרט פאַר שינוייםכב.

ג) אַז דער העדר השינוי, איז ניט בלויז מצד די נשמה, נאָר אַז עס ווערט דערהערט אין גוף — אין אַלע זיינע פּרטים, אַז זייער גאַנצער ענין איז אויסצודריקן דעם עילוי פון דער נשמה, ווי זי האָט ניט קיינע הגבלות און קען זיך דערפאַר פאַרבינדן אויך מיט אַ גוף גשמיכג — אַ משתנה ונפסד.

און דאַן איז דער העדר השינוי99בתכלית השלימות — היות אַז אין די עניני הגוף אַליין, וואָס ענדערן זיך בחיצוניות, ווערט אַנטפּלעקט אַז זייער ענין פּנימי איז דווקא אויסצודריקן דעם בי־גבול פון דעם העדר השינוי פון דער נשמה — אַז דער בלתי משתנה פון דער נשמה קען זיך געפינען אויך אין זיי.

ו. און דאָס איז דער טעם וואָס דער מדרש זאָגט ניט גלייך „בת ק' כבת כ' ובת כ' כבת ז'", נאָר דווקא נאָכדעם ווי ער ברענגט פריער דעם פּסוק „יודע ה' ימי תמימים" און איז מפרש „כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים" — ווייל דווקא נאָך דעם דאָזיקן לימוד ווערט קלאָר דער פּירוש פון „בת ק' כבת כ' ובת כ' כבת ז'";

דורכן צוגעבן ביי יעדן באַזונדערן סכום פון שרה'ס יאָרן דעם זעלבן לשון „שנה", מיינט דער פּסוק צו פאַרגלייכן איין סכום צום צווייטן — אַז זייענדיק בת ק' איז זי געווען אין דעם זעלבן מצב ממש ווי זייענדיק בת כ' און בת ז' (און ווי רש"י זאָגט „כולן שוין לטובה"כד). און וויבאַלד אַזוי, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז אויך זייענדיק בת ק' און בת כ' האָט זי ניט געהאַט קיין שייכות צו חטא און העדר היופי, וואָרום אויב ניט אַזוי — פעלט דאָך אין דעם פאַרגלייך צו „בת ז'".

שטעלט זיך דאָ די שאלה; וויבאַלד אַז אינצווישן (איידער זי איז געוואָרן „בת מאה") איז ביי איר געווען אַ זמן פון „בלותי" (כנ"ל ס"א), היפך היופי, הייסט עס דאָך אַז בעצם איז איר יופי יע געווען אונטערגעוואָרפן די שינויים פון זמן; ובמילא איז ביי איר דער צוריקגעקומענער נוי שוין ניט פון זעלבן סוג, ניט מיט דער גרינטלעכקייט, ווי אין אירע יוגנט־יאָרן ווען ס'איז נאָך קיין אָרט ניט געווען אויף היפּך היופי28)100— היינט ווי אַזוי פאַרגלייכט דער פּסוק „בת ק'" צו „בת ז'"?

אויף דעם איז דער מדרש מקדים „יודע ה' ימי תמימים . . כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים", אַז טראָץ דעם וואָס אויך תמימים זיינען אונטערגעוואָרפן די גדרים, שינויים פון זמן, פונדעסטוועגן איז עס ניט קיין שינוי אין אַ פּנימיות — ווייל אויך „שנותם" (וואָס איינער פון די טעמים אויפ'ן נאָמען שנה איז מל' שינוי *כה), אָט די שינויים גופא זיינען „תמימים". ד.ה. אַז די ירידות און שינויים, וועלכע קומען פאַר ביי זיי פון צייט צו צייט, ברענגען שפּעטער אַרויס און אַנטפּלעקן דעם אינערלעכן העדר השינוי: אַז טראָץ — און דורך — די שינויים וואָס זיינען פאָרגעקומען בפּועל אין גוףכ, ווערט דערנאָך נתגלה אין דעם זעלבן גוף די עצם הנשמה שלמעלה משינוי97).

ז. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז דאָס

וואָס עס ווערט געזאָגט אויף צדיקים

„ילכו מחיל אל חיל"כה מיינט עס אַן

אופן פון עליות וואָס איין דרגא איז

*) ניט בערך צו דער אַנדערערכו. קומט

דאָך במילא אויס, אַז די עבודה וואָס

זיי האָבן געטאָן אין זייער יוגנט האָט

גאָר קיין ערך ניט צו דער מדריגה

אין עבודה וואָס זיי האָבן דערגרייכט

אין זייער עלטער.

לויט דעם שטעלט זיך ווידער די

שאלה, לאידך גיסא: ווי קען מען

פאַרגלייכן די „מאה שנה", „עשרים

שנה" און „שבע שנים" און זאָגן אַז זיי זיינען „כולן שוין" — וויבאַלד אַז

27) ויש לקשר זה עם „שנה תמימה — להביא את חדש העיבור" (ערכין לא, א — ראה קושיא הב' בסעיף א') — כי גם ענין העיבור, עם היות שהוא בכדי להשוות שנת הלבנה עם שנת החמה, מ"מ עי"ז שנת העיבור יתירה היא גם משנת החמה.

ולהעיר (א) מזה שימי הלבנה הם שנ"ה, כי ענינה הוא מה שהיא משנה את אור החמה (אוה"ת שם שלט, רע"א) — דוגמת ענין „שנותם" (שינויים) שמצד הגוף. (ב) ממיעוט הירח (שזהו הסיבה להחסרון דשנת הלבנה), דעם היות שצריך „כפרה" (ראה חולין ס, ב. הובא בפרש"י עה"ת פנחס כח, טו), הרי מכיון שזהו מה שהקב"ה מיעט את הירח, מובן (ראה לעיל ע' 63) שזהו בשביל העלי' (כמו צמצום הראשון שהוא בשביל הגילוי) — בדוגמת ה"חטא" ד"ותצחק שרה" (ראה שוה"ג להערה .(26

28) תהלים פד, ח. סוף מס' ברכות. סוף מס' מו"ק [ושם הלשון ת"ח. אבל בת"י לתהלים שם (שמשם למדים בברכות מו"ק" ש"אין להם מנוחה כו' "): „אזלין

29) כמובן מהלשון „ילכו", שהליכה

מורה על עלי' שבאין־ערוך (ד"ה צאינה

וראינה תר"ס. ובכ"מ).

*) נת' בלקו"ש חט"ו ע' *137 ואילך.101די עבודה אין משך פון די פריערדיקע יאָרן האָט ניט קיין ערך לגבי דער עבודה במשך די שפּעטערדיקע יאָרן?

אויף דעם זאָגט דער מדרש אין זיין צווייטן פּירוש (און אין דעם באַשטייט דער אויפטו, און דערגענצונג, פון צווייטן פּירוש צום ערשטן); „זו שרה שהיתה תמימה במעשי'", אַז בעת הסתלקותה (וואָס דער פּסוק „ויהיו חיי שרה גו'" רעדט דאָך וועגן יענעם זמן), ווען זי איז צוגעקומען צו תכלית העילוי פון דער עבודה, איז זי געווען „תמימה במעשי'" — ד.ה. אַז עס האָט זיך האַן ביי איר אויפגעטאָן אַזאַ „תמימות" וואָס האָט אַרומגענומען אַלע מעשים און די גאַנצע עבודה פון אירע אַלע יאָרןל

— וואָרום בשעת ההסתלקות פון צדיקים ותמימים איז דאָך די נשמה עולה לשרשה ומקורה ביז מדריגה היותר עליונה און דאָס פּועל'ט אויף כל עמל האדם שעמלה נפשו בחייולא, אין אַנדערע ווערטער דאַמאָלס איז הרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה — דער עיקר התשובהלב, און תשובה האָט בכח צו איבערמאַכן אויך דעם עבר (ובדוגמא ווי תשובה אויף חטאיםלג, וואָס זי טוט אויף אַן ענדערונג אויך אין דעם עברלד, ביז אַז „זדונות נעשים לו כזכיות"לג).

ח. און דאָס איז אויך דער ביאור וואָס אינעם ערשטן פּירוש זאָגט דער מדרש „שנותם תמימים", און אין צווייטן פּירוש — „(זו שרה שהיתה) תמימה במעשי'":

לויטן ערשטן פּירוש פון מדרש, מיינט די „תמימות" פון שרה — אַזוי ווי די וואָס ביי אַלע אַנדערע „תמימים" (ווי עס ווערט דאָ געבראַכט בסתם: „יודע ה' ימי תמימים"), אַז זי איז געבליבן גאַנץ און ניט באַווירקט פון די שינויים וואָס דער זמן גופא, די שנים, רופן אַרויס ביי מענטשן (אין שייכות צו העדר הנוי, און די עלוליות אויף חטא). קומט דאָך במילא אויס, אַז דער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס טראָץ די שינויים וואָס דאַרפן זיך שאַפן מצד „שנותם", זיינען זיי אָבער געבליבן „תמימים";

משא"כ אין צווייטן פּירוש וואו דער מדרש איז מחדש, אַז ביי שרה'ן איז געווען אַ באַזונדערער און העכערער סאָרט פון „תמימות" (און דערפאַר אויך איז דער מדרש דאָ מדגיש „זו שרה כו'"), אַז די העכסטע „תמימות" פון זמן הסתלקותה האָט אויפגעטאָן אויך אין אירע יונגע יאָרן (זיי איבערגעמאַכט) — איז וויבאַלד אַז אָט דער עילוי וואָס קומט אין די עלטערע יאָרן איז דאָך (ניט מצד די יאָרן גופא, נאָר) מצד עבודה און מעשים טובים, דערפאַר זאָגט דער מדרש „תמימה במעשי'", אַז זי האָט גע'פּועל'ט תמימות אין אַלע אירע102מעשים (כולל — די פריערדיקע מעשים).

און דאָס איז אויך וואָס ר' יוחנן איז מבאר דעם ענין פון „תמימה במעשי'" מיט דער דוגמא פון „עגלתא תמימתא" עגלה ערופהל — ווייל ביי עגלה ערופה שטייטמח אַז כפּרתה איז אויפ'ן גאַנצן עבר ביז יוצאי מצרים וואָס האָבן ניט געהאַט קיין כפּרה די אַלע טויזנטער יאָרן, איז דער דין, אַז וויבאַלד זי איז מכפּר אחיים (אַפ'ן הווה) מכפרת נמי אמתים (דעם עבר שאיננו).

ט. אָבער לאחר כל זה, איז נאָך אַלץ ניט מובן וואָס מען רופט אָן שרה'ן מיטן תואר „תמימה"; ווען אַ נשמה קומט אַראָפּ למטה, באַשטימט מען מלמעלה די גענויע צאָל יאָרן און טעג (און אַפילו רגעים) וואָס זי וועט זיך געפינען אין גוף — בהתאם צו דער עבודה וואָס די נשמה דאַרף דורכפירן אויף דער וועלט *לז.

ווערט דאָ די שאלה; וויבאַלד אַז שרה איז נפטר געוואָרן פאַר דער צייטלח, ווי די רז"ל דערציילן אַז „פּרחה נשמתה" מצד דער בשורה פון „עקידת יצחק"לט, האָט זי דאָך אין משך פון די מאה ועשרים ושבע שנים ניט געקענט דורכפירן די עבודה וועלכע מ'האָט איר פריער באַשטימט פאַר אַ לענגערן זמן — טאָ ווי אַזוי קען זי אָנגערופן ווערן „תמימה"?

און דאָס פאַרענטפערט דער פּסוק דורך מוסיף זיין „שני חיי שרה", בכדי צו לערנען אונז אַז „חביב חייהם טל צדיקים לפני המקום בעולם הזה ולעולם הבא", אַז [ניט בלויז גיט דער אויבערשטער עוה"ב צו די צדיקים, נאָר אויך אַז] „חייהם לעולם הבא" איז „חביב לפני המקום" אַזוי ווי „חייהם בעולם הזה", ד.ה. אַז די צדיקים וואָס ווערן נסתלק פאַר זייער זמן, קענען זיי משלים זיין „לעולם הבא" דאָס וואָס זיי האָבן ניט דערטאָן בעולם הזה.

ובדוגמא: אויב זיכה את הרבים — זכות הרבים תלוי בומ (אַפילו — פון לאחר זמן רב). ברא מזכה אבאמא וכיו"במב.

103און דאָס איז אויך די שייכות פון פּירוש המדרש אויף „שני חיי שרה", אַז דאָס גייט אויף חיי עוה"ב, מיטן פּירוש הפּשוט פון פּסוק אַז מיט „שני חיי שרה" ווערן געמיינט די יאָרן וואָס שרה האָט געלעבט בעוה"ז — ווייל די חיי עוה"ב ביי שרה'ן (אַזוי ווי ביי אַלע צדיקים וואָס ווערן נפטר פאַרן זמן) זיינען ניט בלויז אַ שכר פאַר איר עבודה אין עוה"ז, נאָר אויך אַ המשך און תשלום פון אירע יאָרן בעוה"ז, כנ"ל.

י. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין;

דאָס באַשטימען אַ זמן וויפל די נשמה זאָל זיין למטה, איז דאָך ניט בלויז דערפאַר וואָס אָט די כמות פון זמן איז פאַר איר נויטיק אויף צו דורכפירן די עבודה וואָס פאַרלאַנגט זיך פון איר, נאָר אויך צוליב דעם, אַז די נשמה זאָל „אויפטאָן" אין דעם „זמן" גופא.

און דערפאַר זאָגט דער בעש"טמג „לא יניח שום יום מעשיית מצוה" — הגם אַז לגבי דעם סהכל פון די מצות איז קיין אונטערשייד ניט צי ער איז מקיים אַ צאָל מצות במשך פון איין טאָג, אָדער ער טיילט זיי פאַנאַנדער אויף אַ סך טעג, באופן אַז יעדער טאָג זאָל ער מקיים זיין (לכה"פּ) איין מצוה — ווייל אויסער די (כמות פון די) אָפּגעטאָנענע מצות פאַר זיך, איז אויך נוגע אַז די טעג זאָלן זיין גאַנצע, „יומין שלימין"ח — און דעריבער דאַרף יעדער טאָג זיין אָנגעפילט פון אַ מצוהמד.

און דעריבער קען מען פרעגן; לאחר צאת הנשמה מהגוף איז דאָך, לכאורה, ניטאָ ביי דער נשמה אָט דער סוג זמן, וואָס איז ביי איר געווען זייענדיק למטהמח, אַזוי אַז זי זאָל קענען דעמאָלט משלים זיין די טעג וואָס האָבן איר געפעלט למטה אין עוה"ז?

— איז דער ענין פאַרבונדן מיט אַ רשימהמ פון כ"ק מו"ח אדמו"ר פון כ' מר־חשון — דער יום הולדת פון זיין פאָטער דער רבי (מהורש"ב) נ"ע (וועלכע איז געווען, בשנת כתר"א, אין פּ' ח"שמא, כבשנה זו*47) — וואו ער שרייבט, אַז אין דעם טאָג (כ' מ"ח תש"ה — פינף און צוואַנציק יאָר נאָך דער הסתלקות), האָט אים זיין פאָטער דערציילט, אַז „במעל"ע זה שנתמלאו שמונים וארבע שנים לירידת נשמתי בעולם התחתון104הנה יהיו אצלי אורחים טובים, וכפי הסדר הנה כל אחד מכ"ק רבותינו ואבותינו הק' יאמר דרוש על פּסוק דקאַפּיטל פד"מח.

פון דעם זעט מען, אַז אויך לאחרי ההסתלקות איז פאַראַן ניט בלויז דער ענין פון זמן בכלל, נאָר נאָך מער, אַז דער זמן קומט בהמשך צום זמן וואָס ער האָט געלעבט פריער בעולם הזה; אויך נאָך דער פּטירה פון מענטשן ווערן זיינע יאָרן גערעכנט לויטן סדר הזמן ווי דאָ למטה, און זיי קומען אין המשך צו די יאָרן פון זיין געבורט.

און דאָס איז אויך דער ביאור וואָס אויך אין סיום הפּסוק, וואו ער רעדט (לויט דעם פּירוש המדרש) וועגן חיי עולם הבא פון שרה'ן, זאָגט ער דעם לשון „שני חיי שרה" (אַזוי ווי דער לשון „שנה" פריער, ביי איר לעבן דאָ למטה) ; און נאָך מער; דאָס ווערט געזאָגט בהמשך צו „מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים", וואָס שטייט פריער

— ווייל אויסער דעם וואָס אויך אין חיי עולם הבא איז פאַראַן זמן, איז נאָך מער; די „שני חיי שרה" שבעולם הבא (כפירוש המדרש) ווערן גערעכנט בהמשך, און לויט דעם מספּר, פון די „מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים" וואָס זי האָט געלעבט בעולם הזה, וכנ"ל.

(משיחת ש"פ חיי שרה תשכ"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-mxqdzt86

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources