עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayechi 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

251ויחי

א. אויף די ווערטער „כי באפּם הרגו איש"א איז רש"י מפרש; „אלו חמור ואנשי שכם, ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד כו'".

איז אין דעם ניט מובן;

א) פאַרוואָס דערמאָנט ניט רש"י שכם. ואדרבא ער האָט דאָך געבראַכט דעם גאַנצן ענין.

ב) פון רש"י'ס לשון „אלו חמור ואנשי שכם"ב איז משמע, אַז ווען ער וואָלט דעם פּירוש ניט געזאָגט, וואָלט מען אַליין ניט געוואוסט (אָדער מען וואָלט געלערנט אַן אַנדער פּירוש) וועמען דער „(הרגו) איש" מיינט — און דערפאַר דאַרף רש"י אויסטייטשן אלו, דאָס זיינען „חמור ואנשי שכם".

אָבער לכאורה געפינט מען ניט אַז די תורה זאָל ערגעץ דערציילן אַז שמעון ולוי זאָלן האָבן ווען־עס־יז עמעצן גע'הרג'עט, אויסער די „אנשי שכם" — ובמילא וואָלט מען דאָך לכאורה פאַרשטאַנען, אויך אָן פּירוש רש"י, אַז מיט „(כי באפּם) הרגו איש" מיינט תורה די אנשי שכםג. וואָס איז דאָ דער אויפטו פון רש"י אַז „אלו חמור ואנשי שכם"ד?

ג) ס'איז זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז אין דעם כלל פון „אנשי שכם" איז דאָך איינגעשלאָסן אויך „חמור" — פאַרוואָס נעמט אים רש"י אַרויס פונעם כלל און דערמאָנט אים באַזונדער?

מען קען ניט זאָגן אַז דערפאַר טוט עס רש"י ווייל אויך דער פסוק, דערציילנדיק ווי שמעון ולוי האָבן252אויסגע'הרג'עט אַלע אנשי שכם (ויהרגו כל זכרח), דערמאָנט אים באַזונדער; „ואת חמור ואת שכם בנו הרגו לפי חרב"ח — וואָרום אויב דאָס איז צוליב דעם, ווערט נאָך שטאַרקער די ערשטע קושיא — אַז רש"י דאַרף דערמאָנען אויך „שכם"?

ד) שוין פריערז, אויפן לשון הפסוק „ויהי לי שור וחמור", זאָגט רש"י; „דרך ארץ לומר על הרבה שוורים שור". ומובן, אַז אַן ענלעכן הסבר קען מען לכאורה זאָגן אויך אין אונזער פסוק; אַז דער וואָרט „איש" מיינט טאַקע די מערערע אנשים פון שכם און זיי קומען בלשון יחיד ווייל ס'איז „על שם המין"ח. איז קשה לפ"ז פון וואַנעט לערנט רש"י אָפּ דעם חידוש" — אַז „אינן חשובין כולם אלא כאיש אחד"?

ה) צוליב זיין פּירוש „אלו חמור ואנשי שכם ואינן כו' אלא כאיש אחד" וואָלט געווען גענוג אַז רש"י זאָל מעתיק זיין פון פסוק בלויז דעם וואָרט „איש", אָדער לכל היותר — „הרגו איש". פאַרוואָס ברענגט ער אַראָפּ דערביי אויך די ווערטער „כי באפם"י?

ב. דערנאָך איז רש"י ממשיך אין זיין פירוש: „וכן הוא אומר בגדעוןיא והכית את מדין כאיש אחד וכן במצריםיב סוס ורוכבו רמה בים".

דאָס וואָס רש"י מיינט צו זאָגן מיט די צוויי ראיות; און דאָס וואָס ער איז מקדים די ראי' פון אַ פסוק אין נביאים („והכית גו' כאיש אחד") פריער פאַרן פסוק אין חומש („סוס ורוכבו רמה בים") — איז פאַרשטאַנדיק אין פשטות;

ביי מענטשן — אפילו גרויסע גבורים — וואָס זייער כח איז אַ באַגרענעצטער, מוזיג לכאורה זיין אַן אונטערשייד צווישן דער גבורה וואָס זיי ווענדן אָן ביים קעמפן קעגן אַ רבים וביותר — קעגן אַ גאַנצער שטאָט, און דער גבורה וואָס זיי באַנוצן קעגן בלויז איין מענטשןיד. און דעריבער ווען רש"י איז מחדש „ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד", וואָס דאָס מיינט אַז לגבי שמעון ולוי האָט (דאָס אויס'הרג'ענען) גאַנץ שכם באַטראָפן ניט עפּעס מער ווי (ווען זיי טוען דאָס צו) איין מענטשטו

253(ד.ה. אַז דער פאַרגלייך פון גאַנץ שכם „כאיש אחד" ווערט געמיינט — ווי דער באַטרעף פון זייער (שמעון ולוי גופא) הרג'ענען איין מענטש; און ניט אַז גאַנץ שכם לגבי שמעון ולוי האָט באַטראָפן אַזוי ווי „איש אחד" לגבי סתם מענטשן, שוואַכערע פון שמעון ולוי, ביי שמעון ולוי אָבער איז „איש אחד" געווען לייכטער און אַנדערש ווי גאַנץ שכם — וואָרוםטז פון לשון הפסוק „הרגו איש" איז משמע, אַז זיי האָבן דאָ גע'הרג'עט [אַלעמען ווי] איין מענטש),

מוז ער צום אַלעם ערשטן ברענגען אַ ראי' אַז ס'איז בכלל שייך אַ מציאות פון אַזאַ גבורה ביי מענטשןיז; „וכן הוא אומר בגדעון והכית את מדין כאיש אחד", וואָס אויך ביי גדעון'עןיח געפינט מען אַז גאַנץ מדין האָט ביי אים באַטראָפן ווי איין מענטש.

און נאָכדעם ווי רש"י ברענגט אַ ראי' צום עצם ענין, אַז מ'געפינט אַזאַ פאַל פון „ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד", פאָדערט זיך ערשט אַ ראי' צום לשון הכתוב — אַז רבים ווערן גערופן בלשון יחיד אויב זיי באַטרעפן אַזוי — פון „סוס ורוכבו רמה בים", לשון יחיד, דערפאַריט וואָס אַלע סוסים און רוכבים פון מצרים זיינען „חשובים" בלויז ווי איין סוס ורוכבוכ.

254מען דאַרף אָבער פאַרשטיין;

א) פאַרוואָס ברענגט רש"י די צווייטע ראי' פון „סוס ורוכבו רמה בים", און ניט פון דעם פריערדיקן פסוק „ויבאו אחריהם כל סוס פּרעה"כא וואו רש"י אַליין זאָגט דעם זעלבן הסבר; „וכי סוס אחד הי' אלא מגיד שאין כולם חשובין לפני המקום אלא כסוס אחד"כב?

ב) צוליב וואָס איז רש"י מדגיש „וכן במצרים כו'"; וואָס איז די נפקא־מינה, בנוגע דער הוכחה וואָס רש"י ברענגט פון „סוס ורוכבו גו'", צי דער פסוק רעדט וועגן מצריםכג אָדער וועגן עמעצן אַנדערש?

ג) אָט די הוכחה (אַז רבים החשובים כאחד ווערן גערופן בלשון יחיד) איז דאָך לכאורה בלויז פון די ווערטער „סוס ורוכבו", און פאַרוואָס ברענגט רש"י אַראָפּ אויך די ווערטער „רמה בים"?

ג. נאָכדעם ווי רש"י פאַרענדיקט דעם פירוש „ואינן חשובין כו'", איז ער מוסיף: „זהו מדרשו ופשוטו כו'" — אַז דער פירוש הנ"ל (אַז דערפאַר שטייט „איש" בלשון יחיד ווייל „אינן חשובין כולם אלא כאיש אחד") איז „מדרשו", אָבער לפי פשוטו איז דערויף פאַראַן אַן אַנדער טעם (כדלקמן סעיף ד').

איז ניט מובן; פאַרוואָס שטעלט רש"י דאָ „מדרשו" פאַר „פּשוטו", אין דער צייט ווען דער עיקר פון זיין פּירוש על התורה איז „פּשוטו של מקרא"כד ?

ד. דער טעם לויט פּשוטו, פאַרוואָס דאָ שטייט „איש" בלשון יחיד, זאָגט רש"י ווייטער; „אנשים הרבה קורא איש כל אחד לעצמו באפּם הרגו כל איש שכעסו עליו. וכן וילמדכח לטרף טרף אדם אכל".

וואָס דער מיין פון דעם פּירוש („פּשוטו") איז, אַז די „אנשים הרבה" ווערן גערופן אין פּסוק „איש" בלשון יחיד, ווייל דאָס באַציט זיך (ניט אויף זיי אַלעמען צוזאַמען, נאָר) אויף „כל אחד לעצמו", אויף יעדן איינצלנעם פון זיי באַזונדער. און דער טעם וואָס דער פּסוק רעדט וועגן „כל אחד לעצמו" און איז ניט כולל אַלעמען צוזאַמען (וואָס דערפאַר זאָגט ער „איש" און ניט „אנשים"), איז בכדי צו לאַָזן הערן, אַז „באפּם הרגו כל איש שכעסו עליו": ס'איז ניט געווען, כרגיל, אַז זייער צאָרן האָט זיך אויסגעלאָזט ביים הרג'ענען דעם עיקר, דער רוב פון אנשי שכם און די איבעריקע מענטשן האָבן זיי גע'הרג'עט שוין אָן אַ כעס אויף זיי (נאָר עס איז געקומען ווי אַ המשך פון דעם רוב), נאָר דער „באפם" באַציט255זיך צו יעדערן באַזונדער; כל אחד, אפילו דעם לעצטן איז „באפם הרגו".

און אויף דעם גיט רש"י אַ דוגמא פון „וילמד לטרף טרף אדם אכל", וואָס אויך דער וואָרט „אדם" (ל' יחיד) אין יענעם פּסוק קומט דערפאַר וואָס ביי יעדער אדם וואָס דער כפיר פאַרצוקט איז דאָ אַ באַזונדער „פּעולה".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) ס'איז דאָך לכאורה אַ דבר פּשוט, אַז דער „באפּם" באַציט זיך אויף יעדן איש פון די אנשי שכם — וואָרום אויב ניט, וואָלטן זיי דאָך ניט גע'הרג'עט סתם מענטשן אויף וועמען זיי זיינען ניט אין כעס — היינט צוליב וואָס דאַרף דאָס דער פּסוק באַוואָרענען דורך זאָגן „איש" — לשון יחיד?

ב) ווי אַ ראי' צו רש"י'ס פּירוש („אנשים הרבה קורא איש כל אחד לעצמו כו'") וואָלטן לכאורה גענוג געווען בלויז די ווערטער „אדם אכל". פאַרוואָס איז ער מעתיק אויך די ווערטער „וילמד לטרף טרף"?

ה. איז דער ביאור בכל הנ"ל;

אויפן פסוקכ „כי נבלה עשה בישראל גו' וכן לא יעשה" (בשייכות צו מעשה שכם) זאָגט רש"י „שהאומות גדרו עצמן מן העריות כו'". פון דעם איז מובן, אַז די פעלקער („יושב הארץ"ז) האָבן ניט געקענט האָבן קיין תביעה צו שמעון ולוי, פאַרוואָס זיי האָבן גע'הרג'עט שכם, וויבאַלד אַז ער האָט עובר געווען אויף דעם וואָס „האומות גדרו עצמן"כח. און דאָס וואָס יעקב האָט גע'טענה'ט צו שמעון ולוי „עכרתם אותי להבאישני ביושב הארץ גו'", איז עס געווען אויף דעם וואָס „ויהרגו כל זכר ואת חמור".

[און הגם אַז אויך זיי האָבן אויף זיך געהאַט אַ חיוב מיתהכט — וואָרום לולא זאת וואָלטן שמעון ולוי זיי זיכער ניט גע'הרג'עט (ובפרט אַז אַלע זיינען דאַן געווען מצווה אויף שפיכת דמיםל) — פונדעסטוועגן איז מובן אַז בנוגע זיי, חמור און אנשי שכם, איז פאָרט געווען אַן אָרט פאַרן „יושב הארץ" צו האָבן אַ טענה און מאָנען].

דערפון וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק בנוגע אונזער פּסוק „כי באפּם הרגו איש", אַז דערמיט האָט זיי יעקב אבינו ניט אויסגערעדט פאַרוואָס זיי האָבן גע'הרג'עט שכם'ען, ווייל (א) אויף דעם האָט ער צו זיי קיין טענה ניט געקענט האָבן, כנ"ל; (ב) זייער הרג'ענען שכם איז ניט געווען קיין תוצאה פון „באפּם", נאָר מחמת אַ חיוב גמור.

און דערמיט איז פאַרשטאַנדיק דער אויפטו פון רש"י מיט זיין פּירוש „אלו חמור ואנשי שכם"; דורך דעם וואָס ער דערמאָנט חמור באַזונדער, הגם אַז ער איז דאָך איינער פון די אנשי שכם, און דאָך איז ער משמיט שכם, מאַכט ער קלאָר אַז מיט „(באפּם הרגו) איש" ווערט געמיינט נאָר חמור און די אנשי שכם און ניט שכם גופא (וואָס מ'וואָלט עס ניט געוואוסט ווען רש"י זאָגט גאָרניט256אויף דעם, אָדער ווען ער זאָגט „אלו אנשי שכם" סתם).

ו. אָבער לויט דעם קען נאָך ווערן שווער, פאַרוואָס שטייט „איש" לשון יחיד; אויב מ'וואָלט געלערנט אַז מיט „באפּם הרגו איש" ווערן געמיינט אַלע מענטשן וואָס זיי האָבן דאַן גע'הרג'עט (אויך שכם בן חמור), וואָלט מען דעמאָלט געקענט זאָגן אַז דער לשון „איש" (ל' יחיד) ווערט געזאָגט „על שם המין" — דעם גאַנצן מין פון „איש" אין שכם „הרגו באפּם"; אָבער וויבאַלד אַז ניט דער גאַנצער מין פון „איש" איז דאָרט אומגעקומען מצד „אפּם", קען מען דאָך שוין במילא ניט אָננעמען אַז דער לשון „איש" קומט על שם המין?

דערפון לערנט רש"י אָפּ דעם טעם וחידוש; „ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד", אַז דער לשון יחיד פון „איש" שטייט דאָ דערפאַר וואָס די אַלע מענטשן, וואָס שמעון ולוי האָבן גע'הרג'עט „באפּם", האָבן ביי זיי באַטראָפן בלויז „כאיש אחד".

ז. אָבער אויף דעם קען מען דאָך פרעגן; יעקב מיט זיינע רייד „כי באפּם הרגו איש" איז דאָך ניט אויסן געווען אַרויסצוברענגען די מעלה פון שמעון ולוי, נאָר אדרבה, צו מוכיח זיין זיי — היינט ווי שטימט עס אַז מיטן לשון פון די מוס־רייד זאָל ער גאָר מיינען דעם שבח וואָס „אינן חשובין כולם אלא כאיש אחד"לא?

פאַרענטפערט דאָס רש"י אַליין מיט דעם וואָס ער איז ממשיך ווייטער „וכן במצרים סוס ורוכבו רמה בים"; בנוגע צו „ה' נלחם להם במצרים"לב (וואָס איז געווען פאַר „וישב הים גו' לאיתנו"לג), וויבאַלד אַז דאַמאָלס האָט דער אויבערשטער געפירט כביכול אין דער דוגמא ווי אַ (מענטש האָט) מלחמה (ניט ווי „וה' הכה כל בכור"לד וכיו"ב), איז פאַראַן אַ נתינת מקום פאַר אַ ס"ד, אַז דאָ קען זיין עפּעס אַ חילוק צווישן דער מלחמה מיט אַ ריבוי, און דער מלחמה מיט איינעם — און דעריבער איז דער פּסוקכא „מגיד שאין כולם חשובין לפני המקום אלא כסוס אחד";

אַנדערש איז אָבער ביים פאַל פון „סוס ורוכבו רמה בים"יב, וואָס איז געקומען דורך דעם וואָס „וישב ה' עליהם את מי הים"לח (בעת די מצריים זיינען שוין אַריין אין ים) — דאָרט איז מלכתחלה ניטאָ קיין שום אָרט מאַכן אַ חילוק צווישן אַ רבים און אַ יחיד; ס'איז דאָך פּשוט, אַז דורך „וישב הים לאיתנו" זיינען זיי אַלע, ממש פּונקט ווי עס וואָלט געווען איינער, געוואָרן „אַריינגעוואָרפן", איינגעשלונגען אין ים. קומט דאָך במילא אויס, אַז אין דעם, וואָס די אַלע סוסים ורוכבים האָבן באַטראָפן ווי בלויז איין סוס ורכב, איז ניטאָ קיין חידוש און רבותאל — און פונדעסטוועגן שטעלט זיי דער פּסוק בלשון יחיד נאָר דערפאַר וואָס בפּועל זיינען זיי (חשובים כ)אחד, און אַף „אחד" — מוז דאָך שטייען לשון יחיד.

און וויבאַלד אַזוי, איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך אין אונזער פּסוק257מוז שטייען „הרגו איש" בל' יחיד, דערפאַר וואָס בפּועל זיינען אַלע געווען חשובין בלויז כאיש אחד — ניט מיינענדיק דערמיט וועלכן עס איז אויפטו (ומעלה — אויף שמעון ולוי) אין די דברי מוסר פון יעקב.

און דערפאַר ברענגט רש"י אויך די ווערטער „רמה בים", און באַגנוגנט זיך ניט בלויז מיט „סוס ורוכבו" — ווייל פון „רמה בים" איז, כנ"ל, די ראי' אַז רבים החשובין כאחד ווערן גערופן בלשון יחיד אויך דאַן ווען דאָס איז ניט נוגע אַלס אַ הדגשה און רבותא אין תוכן פון דעם ענין.

ח. נאָך אַ טעם וואָס רש"י ברענגט די ווערטער „רמה בים";

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, היות ווי דער מלך איז דער עיקר און דער וואָס באַשטימט דעם מהלך פון דער מלחמה, דעריבער זאָגט דער פּסוק „סוס ורוכבו" לשון יחיד, מיינענדיק דערמיט בלויז פּרעה מלך מצרים —

דעריבער איז רש"י מעתיק אויך די ווערטער „רמה בים"; ס'איז דאָ ניט נוגע צו אַרויסהויבן דעם מלך באַזונדער, וויבאַלד דאָ רעדט זיך שוין ניט וועגן גאַנג פון דער מלחמה (כנ"ל סעיף ז'), נאָר וועגן דעם פּרט פון „רמה בים" וואָס איז געווען; א) ניט בדרך מלחמה, נאָר דורך „וישב ה' עליהם את מי הים" — איז דער מלך גלייך צו אַלעמען. ב) נאָך דער מפּלה פון ה' נלחם לכם.

ועפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י זאָגט „וכן במצרים סוס ורוכבו רמה בים" — בכדי צו מדגיש זיין אַז דער פּסוק „סוס ורוכבו" (לשון יחיד) רעדט וועגן אַלע מצריים און ניט בלויז וועגן פּרעה'ן.

ט. ווי גערעדט פריער (סעיף ב'), איז ע"פּ טבע אוממעגלעך צו זאָגן, אַז אַ גאַנצע שטאָט מיט מענטשן זאָלן זיין „חשובין" בלויז כאיש אחד. טענה'ט במילא דער „בן חמש (למקרא)"; אמת, מ'קען פאַרשטיין ווי אַזוי ס'איז מעגלעך די עצם זאַך, אַז חמור ואנשי שכם זיינען ביי שמעון ולוי געווען כאיש אחד, מצד דעם וואָס זיי האָבן דאָס געטאָן ניט מיט זייער נאַטירלעכן כח, נאָר „בכחו של זקן" און ס'איז טאַקע געווען אין אַן אופן פון למעלה מהטבעלז — אָבער בכדי צו איינלערנען אין פּשטות אַזאַ אויפטו פאָדערט זיך אַ מקור, אַ משמעות אין תורה, אַז ס'איז געווען258אַזוי; און ס'איז ניט גענוג יסוד צו אויפטאָן דעם חידוש נאָר מחמת דעם אַליין וואָס אין פּסוק שטייט „איש" לשון יחיד.

דעריבער זאָגט רש"י „זהו מדרשו", אַז דער פּירוש איז ניט אינגאַנצן אין דרך הפּשט, נאָר ער איז גענומען פון „מדרש אגדה"לח.

מאָנט אָבער ווידער דער „בן חמש למקרא"; דער פּסוק איז *) דאָך גלאַטער אַז ער האָט אַ פּירוש אויך לויטן דרך הפּשט? ענטפערט אויף דעם רש"י און איז ממשיך; „ופשוטו כו'", אַז אויך ע"פּ פּשט איז דאָ אַ הסבר פאַרוואָס עס שטייט איש ל' יחיד, ווייל דער וואָרט „איש" מיינט „כל אחד (פון אַלע אנשי שכם) לעצמו"; אַז יעדער מענטש באַזונדער איז „באפּם הרגו", מיטן זעלבן צאָרן; ד.ה. אַזוי שטאַרק איז געווען זייער פאַרדרוס, פון דעם וואָס „נבלה עשה בישראל"כ, אַז אויך נאָכן הרג'ענען דעם רוב פון אנשי שכם האָט זיך זייער „אף" לחלוטין ניט איינגעשטילט, און דער פולער צאָרן, מיטן זעלבן תוקף, האָט אָנגעהאַלטן ביז דעם לעצטן מענטשן פון אנשי שכם.

און אויף דעם ברענגט רש"י אַ דוגמא פון „וילמד לטרף טרף אדם אכל": ווען עס האַנדלט זיך אין סתם אַן איינצלנעם פאַל, וואָס אַ הונגעריקע חי' פאַרצוקט אַן אדם און שטילט איר הונגער, איז ניטאָ קיין מוז — אַז ביים צווייטן מאָל טורף זיין אַ מענטשן זאָל ביי איר זיין די זעלבע צעקאָכטקייט; בעת אָבער „וילמד לטרף טרף", אַז זי איז „איינגעלערנט", איינגעוויינט אין פאַרצוקן מענטשן, דאַן איז זי טורף יעדער מענטשן (באַזונדער) אויפן זעלבן אופן.

י. אָבער אויך דער פּירוש איז זייער שווער. ווייל;

א) עס לייגט זיך ניט אויפן שכל צו זאָגן, אַז די בני יעקב — וואָס „כולן צדיקים"ל — זאָלן זיין באַהערשט פון אַזאַ שטאַרקן כעס (אַפילו אויב דער כעס איז געקומען פון קדושה, צוליב דעם וואָס „נבלה עשה בישראל") וואָס האָט זיי ניט אָפּגעלאָזט ביזן הרג'ענען דעם לעצטן איש פון שכם.

ב) מיטן וואָרט „איש" ווערט דאָך געמיינט אויך חמור, פּונקט ווי יעדער אַנדערער פון די אנשי שכם (כנ"ל ס"ה) — און וויבאַלד אַז „באפּם הרגו כל איש שכעסו עליו" (אַלעמען מיטן זעלבן כעס) קומט דאָך במילא אויס, אַז הריגת חמור איז געווען מיט ניט קיין גרעסערן כעס ווי אַלע אַנדערע אנשי שכם —

אָבער פּשטות השכל איז מחייב אָנצונעמען, אַז זייער כעס אויף חמור אבי שכם, צוליב זיין גרעסערע שולד אין דער מעשה, האָט געדאַרפט זיין פיל שטאַרקער ווי אויף די אַנדערע אנשי שכם; און אויך פון דעם וואָס דער פּסוק אין פּ' וישלחח איז מפרט באַזונדער „ואת חמור גו' הרגו" (נאָכדעם ווי ער זאָגט „ויהרגו כל זכר"), איז מוכח, אַז ביים הרג'ענען חמור איז געווען דער „הרגו" מיט אַן אַנדערשקייטמ.

און מצד די שוועריקייטן באנוגנט זיך ניט רש"י מיטן פירוש פון „פשוטו"259און דאַרף אָנקומען צום פי' פון „מדרשו"; אַז דאָס וואָס עס שטייט „איש" לשון יחיד, איז ווייל „אינן נחשבין כולן אלא כאיש אחד".

און נאָכמער: היות אַז לויט „פשוטו" — „באפם הרגו כל איש שכעסו עליו" — זיינען די* שוועריקייטן אינעם פשט גופא כנ"ל, משא"כ לויטן פי' „אינן נחשבין כו'" בלייבט שווער (בעיקר) בלויז דאָס וואָס ער איז „מדרשו", דאָס וואָס פון פשטות הכתובים איז ניטאָ קיין אָפענע משמעות אַז אַלע אנשי שכם זיינען געווען כאיש אחד — דעריבער שטעלט רש"י פריער, און ווי אַן עיקר, דעם פי' פון „מדרשו"מא.

יא. שוין גערעדט מערערע מאָלמב, אַז דאָרט וואו רש"י ברענגט צוויי פירושים און ביידע האָבן שוועריקייטן פון זעלבן סוג, ברענגט ער דאַן אויך אַ דריטן פירוש, וואו עס זיינען ניטאָ אָט די קשיות וואָס ביי די צוויי פריערדיקע — הגם אַז מאידך גיסא, איז ער פיל שווערער ווי זיי מצד אַן אַנדער פּרט.

ובנוגע לעניננו; וויבאַלד אַז די שוועריקייט אין די צוויי פירושים איז פון זעלבן סוג — וואָס דער מיין פון „הרגו איש" (ל' יחיד) — סיי לויטן פירוש „ואינן חשובין כולן אלא כאיש אחד", סיי לויטן פירוש „כל אחד לעצמו באפם הרגו" — איז ניט מתאים מיט דעם וואָס דער שכל און דער חוש איז מחייב

— וואָלט לכאורה געווען אַן אָרט צו איינלערנען אין „באפם הרגו איש" אַ דריטן פירושמג; אַז ס'איז געווען אַ פאַל ווען שמעון ולוי האָבן גע'הרג'עט סתם אַ מענטשן, ווי די אומנות פון עשומד וואָס „חמסתם אותה הימנו" (ווי רש"י ערקלערט בפּסוק שלפניו) — חאָטש דאָס ווערט אין ערגעץ ניט דערציילט, און אויף דעם האָט זיי יעקב מוכיח געווען.

און הגם אַז ס'איז ניט גלאַטיק צו זאָגן, אַז תורה זאָל דערציילן אַז יעקב האָט זיי מוכיח געווען פאַר אַ מעשה, בעת די תורה דערמאָנט אין ערגעץ ניט אַז דאָס האָט פּאַסירט — האָט דאָך אָבער דער פירוש אין זיך אַ מעלה וואָס דוקא לויט אים איז גלאַטיק דער וואָרט „איש" לשון יחיד.

ובפרט אַז מיר געפינען עד"ז (און מיטן זעלבן לשון) ביי למך, וואָס האָט געזאָגט „כי איש הרגתי"מה און תורה (שבכתב) דערמאָנט ניט די פּאַסירונג.

און דעם טעם דערויף, וואָס רש"י איז שולל לגמרי דעם פירוש — ביז צו ניט ברענגען אים אפילו אַלס דריטן פירוש — דייטעט ער אָן דורכן מעתיק זיין פאַרן פירוש אויך דעם וואָרט „כי (באפם הרגו איש)", וואָס לכאו' איז ער איבעריק;

דער לשון „כי באפם הרגו איש" מאַכט קלאָר, אַז דער „באפם הרגו איש" (איז ניט קיין אָנפאַנג פון אַ נייעם ענין, נאָר ער) קומט בהמשך און „כי" — אַלס טעם צו „בסודם אל תבא נפשי בקהלם אל תחד כבודי".

און וויבאַלד אַזוי, קען מען שוין ניט לערנען אַז מיט „באפם הרגו איש"260ווערט געמיינט אַן אַנדער ענין (וואָס זיי האָבן סתם גע'הרג'עט איין מענטשן), וואָרום דאַן וואָלט זיך געשטעלט די שאלהמו: ווי קומט עס אַז אַלס טעם אויף „בסודם אל תבא נפשי גו'" האָט יעקב דערמאָנט (בלויז) דעם פאַל פון זייער הרג'ענען איין מענטשן, ניט דערמאָנענדיק דעם פיל האַרבערן פאַל פון זייער אויס'הרג'ענען אַ גאַנצע שטאָט — שכםמז?

און דערפון וואָס תורה זאָגט דעם לשון „כי באפם הרגו איש", איז רש"י מכריח אַז „אלו חמור ואנשי שכם"מח.

יב. פון דעם וואָס לשון הכתוב לאָזט אַן אָרט פאַר אַ ס"דמח — וואָס אויך אַ ס"ד פון תורה איז דאָך תורה מלשון הוראה — אַז שמעון ולוי האָבן אַמאָל גע'הרג'עט נאָך אַ מענטשן, קען מען אַרויסלערנען דערפון אַ הוראה פאַר יעדן איינעם;

בעת איינער ברענגט שאָדן צו אַ צווייטן ח"ו, אפילו ווען דאָס נעמט זיך ביי אים פון קדושה־געפילן (אַז ער איז אויפגערודערט געוואָרן צוליב אַ סיבה ווי „הכזונה יעשה את אחותינו") — קען דורך דעם ביי אים אַנטוויקלט ווערן די מדה פון טאָן שאָדן80), ביז עס קען זיין אַ קס"ד און אַ חשש אַז ער זאָל דאָס זעלבע טאָן צו נאָך און נאָך מענטשן81).

ומרובה מדה טובה כו'; בעת איינער טוט גוטס מיט אַ מענטשן, אפילו ווען אין אָנהויב טוט ער דאָס (בגלוי 82)) מיט פניות, ווערט ביי אים דורכדעם אַלץ מער איינגעקאַרבט און נקנה די מדת הטוב שבנפשו, ביז ער איז משפיע צו אַלעמען בלויז טוב.

ובמדה שאדם מודד בה מודדין לו568) — אַז אויך צו אים איז מען משפיע מלמעלה אך טוב וחסד, בכל המצטרך לו, בבני חיי ומזוני, ובכולם — רויחי.

(משיחות ש"פ ויחי, וארא תשכ"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-na6wp1g2

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources