Likkutei Sichos
Chayei Sarah 2
105חיי שרהב
א. אין פּסוק ויתן לי את מערת המכפּלה וגו'א שטעלט זיך רש"י אויף „המכפּלה" און איז מפרש: „בית ועלי' על גביו"ב. בהשקפה ראשונה איז דער פּשט פון זיין פּירוש, אַז די מערה ווערט אָנגערופן „מכפּלה" מחמת דעם וואָס זי איז אַ טאָפּעלטע; זי באַשטייט פון צוויי מערות איינע אויף דער צווייטער.
לויט דעם איז אָבער ניט מובן;
א) דער תואר „מערת המכפלה" באַצייכנט נאָר אַז דאָס איז אַ צווייענדיקע מערה; ס'איז אָבער פונעם תואר ניטאָ קיין הוכחה אַז אָט־די צוויי מערות זיינען איינע אויף דער צווייטער. מ'קען דאָך פּונקט אַזוי איינטייטשן אַז זיי זיינען „זה לפנים מזה"ג. פון וואַנען נעמט רש"י צו זאָגן, אַז „המכפלה" מיינט „בית ועלי' על גביו"?
ב) דער לשון „מכפּלה" פּאַסט צו זאָגן אויף איין זאַך וואָס אַנטהאַלט אין זיך אַ טאָפּלדיקייט, אָבער ניט אויף צוויי באַזונדערע זאַכן וואָס האָבן ניט קיין געמיינזאַמקייט. לויט דעם איז דאָך לכאורה מער סברא צו זאָגן, אַז די צוויי מערות זיינען „זה לפנים מזה", ווייל דוקא אויף דעם אופן איז פאַראַן אַן איינהייטלעכע שייכות צווישן ביידע מערות [וויבאַלד איינע איז אָפּהענגיק פון דער צווייטער — מען קען ניט אַריינגיין אין דער מערה הפנימית סיידן דורך דער מערה החיצונית], און דערפאַר איז מובן וואָס די צוויי מערות ווערן אָנגערופן מיט דעם פאַראיינציקטן נאָמען „מערת המכפלה" — איין טאָפּלטע מערה. משא"כ לויטן פירוש אַז די צוויי מערות זיינען איינע אויף דער צווייטער, האָבן זיי צווישן זיך ניט קיין שייכות וואָס זאָל זיי מאַכן ווי איין איינהייט (וואָרום וויבאַלד אַז אַ מערה איז אין דער ערד, דאַרף דאָך במילא די אויבערשטע מערה ניט אָנקומען צו דער אונטערשטע און זי קען זיך האַלטן אויך ווען ס'איז ניטאָ אַ מערה אונטער איר — ואדרבה, זי איז דאַמאָלס שטאַרקער, ניט האָבענדיק אַ חלל אונטער זיך)ד. טאָ ווי אַזוי לערנט רש"י אַז מיט „מכפּלה" ווערט געמיינט — „בית ועלי' על גביו"?
ג) „בית" און „מערה" זיינען ניט בלויז צוויי פאַרשיידענע באַגריפן, נאָר אויך — קעגנזייטיקע: בית מיינט אַ הויז וואָס106איז געבויט אויף דער ערד און מערה איז אַ הייל אין דער ערד. האָט דאָך רש"י, אויסטייטשנדיק די טאָפּלדיקייט פון די מערות, געדאַרפט זאָגן „מערה ועלי' על גבי'" און ניט „בית ועלי' על גביו"ו?
ב. ווייטער איז רש"י ממשיך אין זיין פירוש אויף „המכפלה": „דבר אחר שכפולה בזוגות"ב — אַז ס'איז דאָ נאָך אַ פשט אויף דעם וואָס די מערה ווערט אָנגערופן „מכפלה", ווייל זי איז געווען געטאָפּלט מיט עטליכע זוגות, ווי רש"י זאָגט פריער — אויף „בקרית ארבע"ה — אַז דאָרט זיינען נקבר געוואָרן פיר זוגות; אדם וחוה, אברהם ושרה, יצחק ורבקה, יעקב ולאה.
איז אויך אין דעם ניט מובן; די ווערטער „מערת המכפלה" פון אונזער פסוק זיינען דאָך [ניט אַ נאָמען מיט וועלכן דער פסוק רופט אָן די מערה, אַזוי ווי ביי „ותמת שרה בקרית ארבע" וואו דער פסוק באַצייכנט די שטאָט מיטן נאָמען „קרית ארבע", און בפסוק קען זיין אויך על שם העתידז, נאָר ס'איז] דער לשון וואָס אברהם האָט גענוצט אין זיינע רייד צו די בני חת ; זיי זאָלן בעטן ביי עפרון'ען אַז ער זאָל אים געבן די מערת המכפלה — און זיי, די בני חת און עפרון, האָבן דאָך זיכער ניט געוואוסט אַז אין דער מערה וועלן שפּעטער ליגן פיר זוגות
[ומסתברח אַז זיי האָבן אפילו ניט געוואוסט אַז אדם וחוה ליגן אין איר — ווייל ווען עפרון וואָלט דערפון געוואוסט, וואָלט ער ניט מסכים געווען צו פאַרקויפן די שדה פאַר בלויז פיר הונדערט שקלים — די ווערט פון די פעלד גופאט, וואָרום ער וואָלט דאַן זיכער זיך געקענט פאַרשטעלן ווי געוואַלדיק טייער די מערה איז ביי אברהם'ען, און דאָס אויסנוצן אויף צו אויפהויבן איר פּרייז פיל העכער; און אַוודאי וואָלט ער ניט אָנגעבאָטן פריער אַוועקצושענקען די מערה אינגאַנצן אומזיסט.
ובפרט אַז באַ אַלע פעלקער האָט אדם הראשון געהאַט אַ חשיבות, ווי מיר געפינען אַז ער האָט מורא געהאַט אַז „לאחר מותי יקחו אותי ואת עצמותי ויעשו להם דמות ע"ג"י]
טאָ וואָס פאַר אַ סימן האָט עס אברהם געגעבן צו די בני חת און עפרון'ען זאָגנדיק אַז מען זאָל אים געבן אָט־י מערה וועלכע איז „כפולה בזוגות"?
זיינען מפרשיםיא מבאר אַז דאָס וואָס די מערה האָט געהייסן דאַן מיטן נאָמען „המכפלה — שכפולה בזוגות" איז עס מצד דעם ווייל אין איר איז געווען אָרט פאַר פיר זוגות.
איז עס אָבער נאָך אַלץ ניט מובן;
דער גודל השטח פון דער מערה ווערט דאָך באַצייכנט דורך דעם אַלגעמיינעם מספר פון מענטשן וועלכע קענען ליגן אין איר, האָט מען דאָך לפי"ז געדאַרפט אָנרופן די מערה מיט אַזאַ נאָמען וואָס זאָל באַדייטן אַז זי קען אַרייננעמען אין זיך אַכט מענטשן. פאַרוואָס האָט מען זי גערופן „המכפלה", וואָס דאָס באַצייכנט נאָר געטאָפּלטקייט. ואפילו אַז מ'זאָל זאָגן107אַז די דאָפּעלקייט דאַרף זיין אין אַן ענין כפול (פון דעם מ פון וואָרט „מכפלה"יב) — זוגות — איז דאָס פיר מענטשן ניט אַכט. ועוד — וואָס איז נוגע בענינינו אַז זיי זיינען זוגותכח? בנוגע די כמות פון שטח איז דאָך ניט וויכטיק צי די אַכט מענטשן זיינען פיר זוגות אָדער אַכט באַזונדערע יחידים.
ג. אויסער די קושיות אַף אַן אָרט דאָ בנוגע יעדן פון רש"י'ס צוויי פירושים (און נוסף צו דער שוועריקייט ; פאַרוואָס דאַרף רש"י בכלל אָנקומען צו צוויי פּירושים), איז פאַראַן אַ קשיא מלהלןיד;
מיט עטלעכע פּסוקים ווייטער זאָגט דער פּסוק: „שדה עפרון אשר במכפּלה"יח — איז דאָך דערפון קלאָר, אַז דער גאַנצער שטח וואו די שדה האָט זיך געפונען האָט געהייסן „מכפּלה"יח; דאַרף דאָך לכאורה אויסקומען, אַז דער פי' פון „מערת המכפלה" וואָס אין אונזער פסוק איז אויך אויפן זעלבן אופן — די מערה וואָס געפינט זיך אין „מכפּלה"י. מאיזה טעם זאָל דאָ רש"י טייטשן, אַז די מערה גופא איז געווען אַ כפולה?
און כאָטש אַז פון דעם פסוק „שדה עפרון אשר במכפלה" איז נאָך ניטאָ קיין סתירה צו פירש"י — ווייל מען קען לערנען אַז דאָס גופא וואָס דער גאַנצער שטח אַרום דער מערה ווערט גערופן „מכפלה", איז עס טאַקע על שם דער מערה כפולה וואָס געפינט זיך דאָרט — איז אָבער דערביי ניט מובן;
א) ווי דער רמב"ן פרעגט, אַז (עפ"י דרך הפשט) „אין צורך לבקש טעם לשם המקומות". וואָס אַזוי איז אויך רש"י'ס דרך, ווי ס'איז מוכרח פון רש"י'ס ניט מפרש זייןיז: מען זעט בכמה וכמה מקומות, אַז רש"י טייטשט ניט אויס דעם טעם הלמאי אַן אָרט אָדער אַ מענטש וכיו"ב ווערט גערופן מיט אַ באַשטימטן נאָמען, אע"פ וואָס אויך ע"ד הפשט קען מען זאָגן אַ טעםיח.
נאָכמער; אפילו אויך דאַמאָלס ווען רש"י אַליין זאָגט אַ טעם אויפן נאָמען — זאָגט ער אים אויף דעם פסוק וואו ס'איז נוגע צום פשט הכתוב און ניט באַ די פריערדיקע פסוקים וואו דער נאָמען ווערט דערמאָנט, ווי מיר געפינען עס באַם נאָמען „אברם"יט.
ב) פון דעם לשון „מערת שדה המכפּלה"כ (און אַזוי אויך „במעתה אשר בשדה המכפּלה"כא) איז לכאורה קענטיק, אַז דאָס וואָס דער שטח האָט געהייסן „מכפּלה" איז עס ניט מצד די מערה וואָס אין אים, נאָר מחמת אַן אַנדער טעם: וואָרום אויב די מערה כפולה וואָלט געווען די גאַנצע סיבה צום אָנרופן אויך די פעלד „שדה המכפּלה" — וואָלט דאַן ניט געפאַסט צו זאָגן דעם לשון „מערת שדה המכפּלה", וואו דער תואר „מכפּלה" באַלאַנגט איבערהויפּט גאָר צום „שדה" (ועאכו"כ וואָלט ניט108מתאים געווען דער לשון; „במערה אשר בשדה המכפּלה").
פון דעם לשון הפּסוק „מערת המכפּלה אשר לו אשר בקצה שדהו" — וואו דער פּסוק שטעלט דעם וואָרט „המכפּלה" גלייך נאָכן וואָרט מערת, נאָך איידער ער דערמאָנט ווייטער די שדה — איז משמע אַז „המכפּלה" באַציט זיך אויסדריקלעך צו דער מערה. דעריבער וויל רש"י ניט לערנען אַז דער תואר „המכפּלה" פון אונזער פּסוק איז עס דער נאָמען פון דעם שטח אַזוי ווי באַם וואָרט „המכפּלה" פון די ווייטערדיקע פּסוקים.
היות אָבער אַז פון די ווייטערדיקע פּסוקים איז פאָרט מוכח, אַז אויך דער גאַנצער שטח אַרום האָט געהייסן „מכפּלה" און אַז אָטדער נאָמען פונעם שטח איז ניט געקומען דירעקט מצד דער מערה (כנ"ל סעיף ג), לערנט דעריבער רש"י „בית ועלי' על גביו" — דאָס מיינט אַז בסמיכות, לעבן דער מערה איז געווען אַ בית כפול, אַ צוויי שטאָקיקע הויזכב.
און לויט דעם פּירוש ווערן פאַרשטאַנדיק אַלע שינויי הלשונות פון די פּסוקים: ס'איז רעכט דער לשון „מערת שדה המכפּלה" וואָס לאָזט אונז הערן אַז דער נאָמען „מכפּלה" פון דער שדה איז ניט געווען צוליב דער מערה — ווייל די מערה איז טאַקע ניט געווען קיין כפולה, און געטראָגן אויף זיך דעם נאָמען „מכפּלה" האָט גאָר די שדה צוליב דעם בית כפול וואָס איז דאָרט געשטאַנען; און ס'שטימט אויך דער לשון „מערת המכפּלה אשר בקצה שדהו" פון וועלכן ס'איז מוכח אַז „המכפּלה" איז זיך מתייחס צו דער מערה — ווייל אָט־דער בית כפול האָט זיך געפונען בסמיכות צו דער מערה, און צוליב דעם האָט די מערה באַקומען אָט־דעם נאָמען בעיקר.
ה. נאָך אַ הסבר אויף דעם וואָס רש"י לערנט אַז לעבן דער מערה איז געווען אַ בית כפול און ניט אַז די מערה גופא איז געווען אַ כפולה;
ווען מ'זאָל לערנען אַז די מערה גופא איז געווען אַ כפולה, ד.ה. אַז אין איר זיינען געווען צוויי מערות, מוז מען דאַן זאָגן אַז די צוויי מערות זיינען געווען זה לפנים מזה — ניט אין אָן אופן פון איינע אויף דער צווייטער, כנ"ל סעיף א'.
אָבער אויך דעם אופן פון „זה לפנים מזה" איז שווער איינצולערנען אין פּסוק ; אין פּסוק שטייט דאָך אַז די מערה האָט זיך געפונען „בקצה שדהו", ביים ברעג פון פעלד, און אויב די צוויי מערות זיינען געווען זה לפנים מזה — איינע נאָך דער אַנדערער — קענען זיי דאָך ניט זיין ביידע ביים ברעג פעלד, נאָר איינע ביים ברעג און די צווייטע טיפער אין פעלד.
ואפילו אם תמצי לומר (א) אַז די צוויי מערות זיינען ביידע געשטאַנען ביים זייט פון שדה, און דער פּירוש פון „בקצה" איז (ניט ביים ברעג, ווינקל,109נאָר) ביים זייט; אָדער (ב) אַז אויך די מערה וועלכע איז געווען טיפער אין פעלד קען אָנגערופן ווערן „בקצה שדהו" מצד דעם וואָס זי איז בסמיכות צום ברעג פעלד —
וויבאַלד אָבער אַז אברהם מיט זיין זאָגן „אשר בקצה שדהו" איז געווען אויסן, כמובן, צו מקטין זיין דעם ווערט פון דער מערהכג, איז שווער צו זאָגן אַז באותה שעה זאָל ער זי אָנרופן „המכפּלה" און מיינען דערמיט צוויי מערות זה לפנים מזה, וואָס אונטערשטרייכט איר גודל השטח.
און דעריבער לערנט רש"י „בית ועלי' על גביו", אַז דאָס וואָס די מערה האָט געהייסן „מערת המכפּלה", איז עס מצד דעם וואָס זי האָט זיך געפונען לעבן אַ בית כפול, כנ"ל.
ו. מיט דעם פּירוש באַנוגנט זיך אָבער רש"י ניט און ברענגט נאָך אַ פּירוש, ווייל לויטן פּירוש פון „בית ועלי' על גביו" איז ניט מובן: צוליב וואָס האָט אברהם געדאַרפט געבן צוויי סימנים אויף דער מערה; אַז זי געפינט זיך לעבן דעם בית כפול און אויך אַז זי איז בקצה שדהו? דערפאַר דאַרף רש"י אָנקומען צום צווייטן פּירוש „כפולה בזוגות", וואָס דאָס מיינט אַז די מערה איז געווען כפולה [ניט מיט אַ באַשטימטן מספּר פון זוגות קברים (ווייל דאָס איז ניט מוכח פון וואָרט „המכפּלה" — ראה לעיל סוס"ב), נאָר] דערמיט גופא וואָס אירע קברים זיינען — יעדער פון זיי — „זוגות", געטאָפּלטע, צווייענדיקע קברים פאַר אַ מענטשן מיט זיין בן־זוג — איש ואשתוכד
און עפּי"ז איז מובן וואָס אברהם האָט געדאַרפט צוגעבן דעם וואָרט „המכפּלה" — ווייל דורך דער הוספה האָט ער אויפגעקלערט דעם טעם פאַרוואָס ער וויל דוקא די מערה; די בני חת האָבן דאָך אים געזאָגט „במבחר קברינו קבור את מתך גו'", איז וואָס פאַרלאַנגט ער פון זיי אַז זיי זאָלן פאַר אים בעטן דוקא עפרון'ס מערה? דערפאַר האָט ער מוסיף געווען „המכפּלה", וואָס דערמיט האָט ער געמאַכט קלאָר דעם טעם פאַרוואָס ער וויל ניט אָננעמען דעם אָנבאָט פון די בני חת „במבחר קברינו קבור את מתך" (נעמען פון זיי איין אָרט צו מקבר זיין שרה'ן)כה, נאָר ער וויל מקבר זיין שרה'ן אין עפרון'ס מערה — ווייל אין איר איז יעדער קבר אַ דאָפּעלטער אָרט, אויך פאַר איר ן־זוג (אברהם)
דאָס איז אָבער ניט מספּיק (און דערפאַר שטייט אויך ניט מערת הכפל וכיו"ב), ווייל די בני חת האָבן געקענט לייכט אָפּפרעגן דאָס דורך פאַרלייגן אַז זיי וועלן אים געבן אַן אָרט אַ כפול — פאַר צוויי קברים. האָט אברהם געזאָגט מכפּלה — שכפולה בזוגות — אַז ער וויל ניט אַז דער קבר לזוג זאָל זיין צווישן פרעמדע, נאָר אין אַן אָרט וואָס כפול בזוגות, עס זאָל זיין בית קבחות למשפּחתוכו.
לויט דעם פּירוש אָבער איז אַ סתירה בסגנון המשך דברי אברהם; ער הייבט אָן, ובנוסח דבקשה; וישתחו לעם הארץ גו' וידבר גו' אם יש את נפשכם גו' (און וואָס בעט ער) לקבור את מתי (ל' יחיד) מלפני (אַ צער גדול, בעט ער וואָס פריער מבטל זיין עם, און110דערפאַר) ויתן לי גו' המכפּלה (ניט ווייניקער ווי אַכט קברים!).
ועוד ועיקר: פּי' הפּשוט פון מכפּלה (דער מ"ם מיט אַ פּתח) — איז מלשון מכפּיל (מאכיל וכו') — מאַכטכז דאָפּעלדיק (מאַכט עסן וכו'), קיין שייכות ניט לכאורה מיט „כפולה בזוגות".
דערפאַר איז דער פּי' הראשון, העיקרי ; בית ועלי' על גביו — דער בית האַלט אויף די עלי' וכנ"ל.
און די דערמאָנטע שוועריקייט פון פּירוש „בית ועלי' על גביו" איז ניט אַזוי שטאַרק — וואָרום מען געפינט אין נאָך ערטער אַז מען גיט אויף אַ זאַך צוויי סימנים.
ז. אין פּירוש רש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"כח.
עס שטייט אין זהרכט אַז „המכפּלה" — ה' מכפּלה — מיינט די צוויי ההי"ן וואָס אין שם הוי'. און דערמיט איז דער צמח צדק מבארלא דעם פּירוש פון „בית ועלי' על גביו" אַז „בית" איז בחי' ה' תתאה, און עלי' — בחי' ה' עילאה.
וואָס איז די שייכות פון די צוויי ההי"ן פון שם הוי', וועלכע זיינען מרומז אין וואָרט „המכפּלה", צום ענין פון מערת המכפּלה כפשוטה? איז איינער פון די ביאורים אין דעם;
דער תכלית פון ירידת הנשמה למטה איז, אַז דורך איר עבודה דאָ למטה זאָל זי צוקומען צו תשובה; די נשמה ווי זי איז למעלה, איידער זי קומט אַראָפּ למטה, איז זי בבחינת צדיק, און דורך איר עבודה למטה, ווערט זי בבחינת בעל תשובה81).
וויבאַלד אַז עבודת הנשמה למטה איז בכדי זי זאָל צוקומען צו תשובה, איז מובן אַז כל זמן די נשמה האָט נאָך ניט פאַרענדיקט איר עבודה בעלמא דין, איז זי נאָך ניט צוגעקומען צ שלימות התשובה. דוקא אין דעם זמן פון „ותמת שרה בקרית ארבע גו'"לב, ווען די נשמה שיידט זיך פון גוף און זי פאַרענדיקט איר עבודה „בארץ כנען" (מלשון88) מסחר), אין עוה"ז דאָס לאַנד פון מסחר, וואו די נשמה „האַנדלט" איין די העכסטע עליות84), ערשט דאַן קומט זי צו שלימות התשובה86).
און דאָס איז די שייכות פון „מערת המכפּלה" כפּשוטה, אין וועלכער די אבות ואמהות זיינען געקומען לאחרי גמר עבודתם, בשעת זיי זיינען צוגעקומען צו שלימות התשובהל, צו די צוויי ההי"ן [ה' תתאה און ה' עילאה] וואָס זיינען מרומז אין מערת המכפּלה — ווייל כללות ענין התשובה באַשטייט פון צוויי111בחינות; תשובה תתאה — תשוב ה' תתאה, און תשובה עילאה — תשוב ה' עילאהכז.
ח. אעפּ"י אַז בכללות זיינען פאַראַן נאָר צוויי בחי' תשובה; תשובה תתאה און תשובה עילאה — שטייט אָבער אין לקו"תלח אַז בפּרטיות זיינען פאַראַן פיר בחינות אין תשובה. ווייל אין יעדער איינער פון די צוויי בחינות, תשובה תתאה און תשובה עילאה, איז פאַראַן צוויי אופנים; העלאה און המשכהלט. אין תשובה תתאה איז פאַראַן ווי דער ה"א תתאה איז עולה צום וא"ו, און ווי דער וא"ו ווערט נמשך צום ה"א; און אַזוי אויך אין תשובה עילאה זיינען דאָ צוויי אופנים; ווי דער ה"א עילאה איז עולה צום יו"ד, און ווי דער יו"ד ווערט נמשך צום ה"א.
און דאָס איז דער ביאור בפּנימיות הענינים — פון רש"י'ס צוויי פּירושים אין „המכפּלה".
אין ערשטן פּירוש זאָגט רש"י די כללות פון די צוויי בחי' שבתשובה: בית — תשובה תתאה, און עלי' — תשובה עילאה. (און רש"י איז מוסיף „על גביו", אַז די „עלי'" האַלט זיך אויפן „בית" דוקא — ווייל דער סדר העבודה איז, אַז צו ערשט מוז זיין תשובה תתאה און ערשט דאַן קען מען קומען צו תשובה עילאהמ. וגם כשהוא באופן דתשו"ע — צ"ל וחטאתי נגדי תמידמא).
און אין זיין צווייטן פּירוש — „שכפולה בזוגות", וואָס דאָס מיינט געטאָפּלט אין דעם ענין הזוגות, איש ואשתו (כנ"ל סעיף ו') — איז ער מבאר די צוויי אופנים פון העלאה און המשכה וועלכע זיינען דאָ סיי אין „בית" (תשו"ת) סיי אין „עלי'" (תשו"ע). כידוע אַז „אשה" ווייזט אויף עבודה באופן העלאה מלמטה למעלה, און „איש" — אויף המשכה מלמעלה למטה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ה׳
- Id
- rh-8fqy6xp0