עברית
Library

Likkutei Sichos

9 Kislev

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

129' כס5ו

א. די קביעות פון ט' כסלו — יום ההילולא פון כ"ק אדמו"ר האמצעי — פאַלט אויס (ברוב השנים) אין פּרשת ויצא. שלכן י"לא, אַז אין אָט דער סדרה קען מען געפינען הוראותב און רמזים בנוגע ענין ההילולא של כ"ק אדמו"ר האמצעי.

אין דעם אַלטן רבי'נס סדורג איז מרואר, אַז אין פּסוקד „עד הגל הזה" איז פאַראַן אַ רמז אויפן ענין פון ל"ג בעומר, דער יום ההילולא פון רשב"י. און עפּ"י הידועו אַז די הסתלקות פון מיטעלן רבי'ן איז געווען בדומה צו הסתלקות הרשב"י, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער תוכן פון „עד הגל הזה" (וואָס אין פ' ויצא) האָט אויך אַ שייכות צו דער הילולא פון ט' כסלו.

ב. אין אַ „גל" געפינט מען צוויי היפך'דיקע אייגנשאַפטן; פון איין זייט איז דער צוועק פונעם גל צו דינען ווי אַ הפסק צווישן איין זייט און דעם צווייטן, אָבער לאידך גיסא, וויבאַלד אַז דער גל ווערט אויפגעשטעלט פון אָנגעוואָרפענע שטיינער (וועלכע זיינען ניט באַהעפט צוזאַמען, אַזוי ווי אין אַ חומה), מיינט עס ניט קיין הפסק אמיתי. דערפאַר זעט מען ווי דער גל אַליין שליסט ניט אויס אַז לפעמים מעג מען אים יע איבערגיין — און ווי רש"יד איז מפרש, אַז בלויז „לרעה אי אתה עובר אבל אתה עובר לפרקמטיא".

און דאָס איז די שייכות פון „גל" צו הסתלקות הרשב"י;

דער אויפטו פון רשב"י לגבי אַנדערע תנאיםה, איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס דוקא ערז האָט גענומען רזין דאורייתא [מעשה מרכבה (אויף וואָס די משנהח זאָגט „אין דורשין במרכבה (אפילו) ביחיד אלא א"כ כו' "), און נאָך העכער] און זיי געבראַכט לידי גילוי (משא"כ אַנדערע תנאים, וואָס האָבן זיך עוסק געווען אין די ענינים — האָבן זיי עס אָבער ניט מגלה געוועןט). וע"ד ווי רשב"י האָט מחלק געווען אין זיינע תלמידים ברזין130דאורייתא יכתוב . . ילעי (און) . . ירחשון בלבייהוי.

און אָט די מעלת הרשב"י האָט זיך אויסגעדריקט ביחוד און אויפן העכסטן אופן אין דעם טאָג פון זיין הסתלקות, וואָס דאַן איז ניט בלויז ער אַליין צוגעקומען צו די העכסטע השגות אין רזין דאורייתאיא, נאָר ער האָט אויך צו זיינע תלמידים מגלה געווען „מלין קדישין דלא גליאן עד השתא"יב.

און הגם אַז ער האָט דעמאָלט מגלה געווען בלויז צו זיינע תלמידים; און נאָך מערער; אפילו וואָס שייך זיינע תלמידים, איז — „נפקו כולהו" און עס זיינען דערביי איבערגעבליבן בלויז געציילטע, און אויך צווישן די איבערגעבליבענע איז געווען חילוקים כנ"ל —

ווערט דאָך אָבער דערציילט דאָרט אין זהר, אַז רשב"י האָט דאַן אָנגעזאָגט אַז מען זאָל פאַרשרייבן די „מילין קדישין" ; און דורך דעם וואָס מען האָט זיי דאַן פאַרשריבן זיינען זיי דערנאָך נתגלה געוואָרן צו אַלע אידן, און אין אַן אופן פון „יתפּרנסון"יג, וואָס דאָס מיינט — פאַרשטיין און באַגרייפן אין אַ פּנימיות.

ג. שטעלט זיך דאָך אָבער די שאלה; דעם חלק פון פּנימיות התורה האָט דאָך תורה אָנגערופן „רחין דאורייתא" — וואָס דאָס מיינט אַז עפּ"י תורה דאַרף אָט דער חלק פון תורה זיין אין אַן אופן פון „ח" (סוד זהעלם), ביז אַז אפילו אין זהר גופאיד שטייט „צריך לכסאה חין דאורייתא" — איז ווי האָט אים דער רשב"י מגלה געווען?

אויף דעם איז דער ענטפער — „עד הגל הזה" ;

אָט די מחיצה וואָס טיילט פאַנאַנדער צווישן גליא דתורה און פּנימיות התורה (אַז פּנימיות התורה דאַרף פאַרבלייבן בהעלם און ניט קומען לידי גילוי), איז זי אין אַן אופן פון „גל", וואָס גיט אַן אָרט אויף אַריבערגיין די מחיצה (וויבאַלד ער איז ניט אויפגעשטעלט ווי אַ חומה). און דערמיט טראָגט דער „גל" גופא אין זיך דעם אָנוויז אַז מען זאָל אים מעגן און דאַרפן איבערגיין — אויב נאָר דער ביטול המחיצה איז ניט לרעה, ח"ו, נאָר לטובה.

און כשם ווי דער ענין איז לעתיד לבא: אַז דעמאָלט, בעת דעם קיום היעודי פון „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ" און עס וועט מער ניט זיין קיין שום נתינת מקום „לרעה" ח"ו, וועט צוזאַמען דערמיט לגמרי בטל ווערן די מחיצה צווישן פּנימיות התורה און גליא דתורה, און אויך פּנימיות התורה וועט קומען בגילויי,

איז בדוגמא לזה אויך געווען ביים רשב"ייז — וואָרום שרשו איז דאָך מבחי' משיחיח — האָט ער דערפאַר ממשיך געווען פּנימיות התורה בגילוי,131און פאַרבונדן איר מיט גליא דתורה באופן כזה, אַז ס'איז ניטאָ קיין חשש פאַר היפּך הטוב ח"ו; ואדרבה, דער גילוי פּנימיות התורה וואָס ער האָט אויפגעטאָן, וועט ברענגעןיט די טובה הכי גדולה — די גאולה העתידה דורך משיח צדקינו.

ד. און דאָס איז אויך די שייכות פון „עד הגל הזה" צום יום ההסתלקות פון מיטעלן רבי'ן;

בשעת ס'איז געקומען די צייט אַז פּנימיות התורה זאָל נתגלה ווערן אין הבנה והשגה — תורת חסידות חב"ד, איז דאָס אַראָפּגעקומען לויט די חילוקי האופנים פון אַ המשכה מסודרת: דער אַלטער רבי (דער מייסד פון חסידות חב"ד) האָט אַתויסגעבראַכט די ענינים פון חסידות אין אַן אופן פון נקודה, נקודה; און דער מיטעלער רבי האָט זיי מבאר געווען אין אַן אופן פון התפּשטות והתרחבות.

וכידועכ אַז דער הפרש צווישן דעם אַלטן רבי'ן און דעם מיטעלן רבי'ן לויט ענינם בסדר הספירות [כאָטש די רביים זיינען דער ענין פון „מאור" וואו ס'איז ניט שייך דער ענין פון „השתלשלות" וואָס איז דאָ אין אור והארה וכו', פונדעסטוועגן, איז ביי זיי אויך פאַראַן ווי זיי שטייען אין סדר השתלשלות הספירות], אַז דער אַלטער רבי איז ספירת החכמה וואָס ענינה איז נקודה, און דער מיטעלער רבי איז ספירת הבינהכא וואָס איר ענין איז — התפּשטות והתרחבות.

שטעלט זיך לכאורה די זעלבע שאלה: וויבאַלד דער אַלטער רבי האָט ניט מגלה ומבאר געווען די ענינים, הייסט עס דאָך אַז אפילו מצד חסידות חב"ד דאַרפן זיי בלייבן בהעלם, היינט פאַרוואָס האָט זיי דער מיטעלער רבי יע מגלה ומבאר געווען?

איז אויף דעם דער זעלבער ענטפער — „עד הגל הזה"; דאָס וואָס דער אַלטער רבי האָט זיך געהיט פון מגלה ומבאר זיין איז געווען צוליב דער סיבה וואָס בזמנו איז נאָך געווען אַ חשש להיפךכב. בשעת אָבער אַז דאָס איז אַראָפּ, האָט דער מיטעלער רבי אַראָפּגענומען די מחיצה און מגלה געווען חסידות בהתפּשטות והתרחבות. און איצט, ווען מען איז שוין אַריבערגעגאַנגען אָט דעם „גל" לטובה, איז שוין דאָ די הכנה צו „גל עיני ואביטה נפלאות מתורתיך"כג, צו די טעמי תורה שיתגלו לעתידכד, בביאת משיח צדקינו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ ויצא תשכ"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ys3kvkz9

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources