ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס רש"י זאָגט אין אַ פריערדיקער סדרהיב אַז דאָס וואָס לבן האָט געזאָגט „בנותי בנותי — ב' פּעמים" איז עס צוליב דעם וואָס „אף בלהה חלפּה בנותיו היו מפּלגש". וואָס אויך דאָרטן שטעלט זיך די קשיא ; יעקב האָט דאָך אָפּגעהיט אַלע תרי"ג מצוותיג, טאָ ווי האָט ער גענומען בלהה און זלפּהיד וועלכע זיינען לכאורה געווען אסור צו אים מצד „ואשה אל אחותה לא תקח"יח — סיי צוליב דעם וואָס זיי זיינען געווען אחיות צו רחל ולאה, און הן מחמת דעם וואָס זיי גופא (בלהה חלפּה) זיינען געווען אחיות איינע צו דער צווייטער?
מען קען ניט פאַרענטפערןי, אַז וויבאַלד „בנותיו היו מפלגש", דערפאַר ווערן זיי ניט פאַררעכנט ווי זיינע קינדער ובמילא ניט ווי אחיות217) — און ווי ס'איז אויך מוכח פון לשון הפּסוקיח „וללבן שתי בנות" — ווייל
א) אין פּשטות דאַרף אויסקומען אַז אויך בני פּלגש האָבן, בנוגע צום פאָטער, דעם גדר היחס פון קינדער ; און הגם אַז זיי זיינען טאַקע ניט גענוי בדומה צו די קינדער פון אַ פאַרהייראַטער פרוי [וואָס דערפאַר שטייט „וללבן שתי בנות", און אויך ווען לבן האָט זיי אָנגערופן „בנותי" האָט ער געזאָגט „בנותי בנותי — ב' פּעמים", אונטערשטרייכנדיק דערמיט, אָט־עם חילוק צווישן רחל ולאה און בלהה וזלפּה], פונדעסטוועגן לייגט זיך ניט אויפן שכל צו זאָגן אַז בנות פּלגש האָבן לחלוטין ניט דעם יחס פון231קינדער, און דערפאַר אויך ניט דעם גדר פון אחיות צווישן זיך און לגבי די אַנדערע טעכטער.
[אַ ראי' אויף דעם; דער פּסוקי דערציילט „ולבני הפּלגשים אשר לאברהם נתן אברהם מתנות וישלחם מעל יצחק בנו בעודנו חי גו'". און אין פּשטות איז דער טעם דערפון וואָס אברהם האָט געדאַרפט אַוועקשיקן די בני הפּלגשים, (און דער פּסוק איז מוסיף — ולכאורה מאי קמ"ל) בעודנו חי, ווייל אלולי זאת וואָלטן אויך זיי גע'ירש'נט בנכסי אברהם — און דאָס באַווייזט, אַז זיי האָבן געהאָט אַ דין פון בנים און דערפאַר — באַרעכטיקט צו זיין יורשיםכ].
ב) פון רש"י'ס לשון „בנותיו היו מפּלגש" (ל' יחיד) איז משמע אַז ביידע בלהה און זלפּה, זיינען געווען טעכטער פון דער זעלבער פּלגש. און ד. ה. בכן, אַז זיי זיינען געווען אחיות מן האם (ווייל אָננעמענדיק אפילו אַז בנות פּלגש זיינען אויסגעשלאָסן פון דער התייחסות ווי קינדער און אחיות — איז דאָך אַזוי שייך צו זאָגן בלויז בנוגע צום פאָטער, אָבער ניט ווען ס'רעדט זיך בנוגע צו דער מוטער). בלייבט דאָך ווידער ניט רעכט ; ווי האָט יעקב גענומען שתי אחיות (מן האם)?
ד. וועט מען עס פאַרשטיין דורך מסביר זיין דעם פּירוש פון „פּלגש" ע"ד הפּשט: דער וואָרט פּלגש שטייט שוין אין די פריערדיקע סדרות צוויי מאָל, איין מאָל אין פ' ויראכא און אַ צווייטן מאָל אין פ' חיי שרהיט. געפינט מען דערביי אַן ענין תמוה; אין פ' וירא וואו „פּלגש" ווערט דערמאָנט דעם ערשטן מאָל, איז רש"י ניט מפרש דעם אונטערשייד צווישן „פּלגש" און „אשה"; און ערשט ביים צווייטן מאָל אין פ' ח"ש, איז רש"י מפרש: „נשים בכתובה פלגשים בלא כתובה". פאַרוואָס איז עס רש"י ניט מבאר פריער, ביים ערשטן מאָל?
(דערמיט ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס צו זיין דאָזיקן פּירוש ברענגט רש"י233אַ ראי' פון דעם וואָס די גמרא אין סנהדריןלג זאָגט וועגן „פּלגשים דדוד" — כאָטש אַז דער ל' פּלגש ווערט דערמאָנט כמה וכמה פּעמים אין תנ"ךלד נאָך פאַר אָט־דעם סיפּור פון דוד'ן — ווייל די פּלגשים אין די אלע פריערדיקע ערטער זיינען (אָדער — מען קען זאָגן אַז זיי זיינען) לגמרי ניט „אשה", און ניט בלויז „בלא כתובה").
און לויט דעם איז מובן בנוגע לעניננו, אַז בלהה וזלפּה, וואָס „בנותיו היו מפּלגש", זיינען געווען טעכטער פון אַ שפחה [וואָרום מיטן ל' „פּלגש" בשייכות צו דער מוטער פון בלהה וזלפּה בפּרש"י ווערט דאָך זיכער געמיינט פּלגש ווי אומעטוםלח] — און וויבאַלד אַזוי, האָבן זיי ניט געהאַט קיין דין פון אחיות, כדלהלן.
ה. ווען עשו האָט געזאָגט צו יצחק'ן „הלא אצלת לי ברכה" האָט אים יצחק געענטפערט „הן גביר שמתיו לך גו'"ל. איז רש"י מפרשלז5 „מה תועלת לך בברכה, אם תקנה נכסים שלו הם . . מה שקנה עבד קנה רבו".
קען מען לכאורה פרעגן; אויב ניט קיין ברכה אויף פאַרמעגן און רייכקייט, האָט ער דאָך אָבער געקענט בענטשן עשו'ן מיט אַ ברכה אויף קינדער? דערפון זעט מען, אַז „מה שקנה עבד קנה רבו" איז גילטיק ניט בלויז אין באַצוג צו „נכסים" (פאַרמעגן) נאָר אויך בנוגע234צו קינדער — אויך די קינדער פונעם עבד האָבן ניט צו אים די געהעריקייט ווי קינדער צו זייער פאָטער, נאָר זיי באַלאַנגען צום אדון — כאילו זיי וואָלטן געווען דעם אדון'ס קינדער.
נאָך קלערער געפינט מען דאָס אין אַן אַנדער פּסוקלח; בשעת בלהה האָט געבוירן אַ זון צו יעקב'ן, האָט רחל וועגן אים געזאָגט „ויתן לי בן", אַז דער אויבערשטער האָט איר (רחל'ן) געגעבן אַ זון. והטעם מובןלט: אַזוי ווי בלהה איז געווען שפחת רחל, האָט אויך דער זון אירער ניט געהערט צו איר, נאָר צו רחל'עןמ.
אם כן איז די זעלבע זאַך אויך בנוגע צו בלהה וזלפּה גופא; וויבאַלד זיי זיינען געבאָרן געוואָרן פון אַ שפחה, האָבן זיי ניט געהאַט קיין דין פון קינדער צו זייער מוטער, ובמילא אויך ניט קיין דין פון אחיות צווישן זיך.
לכאורה וואָלט מען דערויף געקענט ענטפערן — און אויך מחמת דעם זעלבן טעם; ס'איז דאָך דאָ דער כללמא אַז „אין אישות לשפחה" — און וויבאַלד בנוגע שפחת לבן איז ניט געווען קיין אישות, איז שוין אויך בנוגע בנותי' ניט געווען קיין יחס פון בנות לבן; זיינען זיי ניט געווען קיין אחיות אויך מן האב, ווי רש"י זאָגט אויף „ערות בת אשת אביך — שאינו חייב על אחותו משפחה"מב.
אָבער דער תיחוץ האַלט ניט אויס;
א) מצד דעם פּסוק „ערות אחותך"מג, וואָלט מען בפּשטות אָנגענומען אַז אויך אויף אחותו משפחה איז דאָ דער חיוב. וואָס דערפאַר דאַרף מען האָבן אַ ספּעציעלן לימוד פון „ערות בת אשת אביך" אַז „אינו חייב על אחותו משפחה". איז דאָך דערפון געדרונגען, אַז ביי אַלע אַנדערע עריות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אחיות — ובכללם אויך „ואשה אל אחותה גו'" — זיינען אסור אויך אחיות מן השפחהמד.
ב) דער כלל פון „אין אישות לשפחה" איז נתחדש געוואָרן נאָך מ"ת, אָבער פאַר מ"ת איז אויך לגבי שפחה געווען שייך דער ענין פון אישות (באופן דפּלגש)
[און דערמיט ווערט פאַרענטפערט בפּשטות וואָס אברהם האָט גענומען אַ235שפחה (הגר'ןמה) און אויך וואָס יעקב האָט גענומען שפחות (בלהה וזלפּהמו) — ווייל דער טעם פון „לא יסב גברא מבני ישראל אתתא אמתא" איז צוליב דעם וואָס נאָך מ"ת „נעשה קדש על ידה שכל בעילותיו בעילות זנות, שאין קדושין תופסין לו בה"מז — אָבער פאַר מ"ת, ווען ס'איז יע געווען אישות לשפחהמח (באופן דפּלגש עכ"פּ), איז ניט געווען שייך דער איסור];
און וויבאַלד אַזוי, הייסט עס דאָך אַז פאַר מ"ת האָט אויך אַ שוועסטער וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אַ שפחה, געהאַט דעם דין פון אַ שוועסטער — אפילו בנוגע דעם איסור „אחותך בת אשת אביך".
ז. דער ביאור אין דעם וועט קלאָר ווערן, אַז מען וועט פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס די קינדער פון אַן עבדמט ווערן ניט פאַררעכנט ווי זיינע אייגענע. לכאו', זאָל טאַקע זיין אַז דערפאַר וואָס אַן עבד איז אינגאַנצן קנוי לרבו, איז ניט שייך אַז ער זאָל פאַרמאָגן עפּעס אַ זאַך וואָס זאָל הייסן אַז די זאַך איז זיינע [ביז אַז אין מפרשיםנ ווערט דערקלערט אַז „מה שקנה עבד קנה רבו", מיינט ניט אַז דער עבד איז קונה די זאַך פאַר זיך און דורך אים ווערט עס נקנה לרבו, נאָר אַז מלכתחילה איז קונה רבו] —
אָבער אַזוי איז פּאַסיק צו זאָגן, לכאו', בלויז בנוגע צו פאַרמעגנס אד"ג, זאַכן אויף וועלכע עס לייגט זיך דער ענין פון „קנה". בשעת ס'האַנדלט זיך אָבער וועגן קינדער, האָט מען דאָך ניט צו טאָן מיט זאַכן וואָס ווערן נקנה, נאָר זיי זיינען בטבע פאַרבונדן מיטן עצם מציאות פון די עלטערן — טאָ פאַרוואָס זאָלן די קינדער פונעם עבד ניט באַטראַכט ווערן ווי זיינע קינדער?
האָט מען דערפון אַ באַווייז, אַז אַזוי ווייט איז אַן עבד קנוי לרבו, און אַזוי שטאַרק איז דער קנין, ביז אַז דער עבד איז כלל ניט קיין מציאות לעצמו, זיין גאַנצער וועזן איז — רכוש פון דעם אדון. ובלשון הכתוב81): „כספו הוא". און דעריבער איז ניט שייך אַז אַן עבד צי אַ שפחה זאָלן צו זייערע קינדער האָבן אַ שייכות און אַ דין פון אַ פאָטער צי אַ מוטערסב — וואָרום דערמיט וואָלטן זיי236געווען אַ מציאות פאַר זיך83).
אַזוי אַרום וועט ווערן פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס בלהה חלפּה האָבן ניט געהאַט קיין דין פון אחיות, אויך ניט מן האב; ווייל אַלס קינדער פון אַ שפחה84) האָבן זיי ניט געהאַט קיין שום יחס משפּחתי צו פאָטער אָדער מוטער ; זייער גאַנצער מציאות איז געווען; כספו של לבן און דערנאָך — פון רחל ולאהנג.
237ח. עפּ"י כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין ווי אַזוי האָט שמעון געמעגט נעמען דינה'ן;
אויף „וישב ממנו שבי"ס זאָגט רש"י; „אינה אלא שפחה אחת". לכאורה, פון וואַנען נעמט רש"י צו זאָגן אַז די געפאַנגענע איז געווען אַ שפחה און ניט סתם אַ פרוי וואָס מען האָט געפאַנגען? נאָר דער פּירוש איז: ס'איז קיין חילוק ניט וואָס זי איז געווען, אפילו סתם אַ פרוי, איז דער אַריינפאַלן אין שבי, האָט זי געמאַכט אַ שפחה.
פון דעם איז מובן בנוגע צו דינה'ן; דורך דעם וואָס „ויקח אותה"67), דורך דעם וואָס שכם בן נשיא הארץ, והוא נכבד מכל בית אביונח, האָט זי גענומען איבערגוואַלד — הגם אַז ער האָט זי געצוואונגען ניט ווי אַ שפחה צו דער אַרבעט, וויבאַלד אַז ער האָט זי אָבער אַזוי פאַרשקלאַפט ביז צו „נבעלה לכנעני" [וואָס דאָס רירט דאָך אָן מער ווי אַרבעט־שקלאַפעריי — איז זי געוואָרן אויס מציאות לעצמה; זי איז געוואָרן אַ טייל פון דעם וואָס באַלאַנגט צו שכם, און זי האָט באַקומען דעם תואר „כנענית"נט, ובמילא האָט זי ניט געהאַט קיין דין פון אחות צו קיינעם ניט, אויך ניט לשמעון.
און דערפאַר זאָגט דער פּסוק „בן הכנענית" — ניט בכדי צו דערציילן בגנותה ח"ו, נאָר אדרבה ; בכדי צו מסביר זיין אַז זי איז געווען מותר צו שמעון'ען.
ט. קען מען דאָך אָבער נאָך אַלץ פרעגן: ביים געבוירן ווערן איז דאָך דינה געווען אַ בת־חורין און די גאַנצע צייט וואָס פאַר „ויקח אותה" האָט זי אויף זיך געהאַט דעם דין פון קרובה'שאַפט צו איר משפּחה, איז נאָכן באַפרייט ווערן פון שעבודה לשכם קען מען זאָגן אַז דער שינוי איז נאָר וואָס זי ווערט פריי, מען קען אָבער אויך זאָגן אַז זי באַקומט צוריק דעם פריערדיקן גדר, ובמילא אויך — אחותו של שמעון?
אויף דאָס צו פאַרענטפערן איז רש"י מוסיף; „כשהרגו את שכם לא היתה דינה רוצה לצאת עד שנשבע לה שמעון שישאנה" — וויבאַלד אַז דינה אַליין האָט איר אַרויסגיין פון שכם'ס רשות תולה געווען על מנת שישאנה און אויב ניט — גייט זי ניט אַרויס, איז דאָך מובן אַז איר פריי ווערן האָט זיך אויפגעטאָן אויף אַזאַ אופן אַז זי זאָל פאַרבלייבן אַ „כנענית" און זיין מותר להנשא לשמעון.
238יו"ד. פון יעדער ענין אין תורה קען מען און מ'דאַרף אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה', ובפרט אַז אין פּרש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"00), איז מובן אַז אויך פון ענין הנ"ל — אַז דאָס וואָס דער עבד איז קנוי לרבו איז עס ניט בלויז בשייכות צו זיין פאַרמעגן, נאָר אויך בנוגע צו זיין עצם מציאות — איז פאַראַן אַ הוראה אויף וויפל אַ איד, אויף וועמען ס'שטייט „עבדי הם" און „כי לי בני ישראל עבדים"סא, דאַרף זיין משועבד צום אויבערשטן.
און אין דעם באַשטייט די מעלה וואָס איז פאַראַן אין „עבד" לגבי „בן"82) [וואָס דעם תואר „בנים" האָבן אידן געהאָט אויך פאַר יציאת מצרים88), אָבער דער תואר „עבדים" איז נתחדש געוואָרן ערשט ביי יציאת מצרים84)] וואָרום בשעת אַ איד איז מקיים דעם אויבערשטנס רצון מצד אהבה, אַזוי ווי אַ בן וואָס דערפילט דעם רצון פון זיין פאָטער מחמת דער גרויסער ליבשאַפט וואָס ער האָט צו אים — איז דאָ אַרייינגעמישט אויך דער הרגש פון זיין אייגענע מציאות ; דאַגעגן ווען ער דינט דעם אויבערשטן מצד קבלת עול, ווי אַן עבד דינט זיין אדון — דאַן איז זיין עבודה ריין פון יעדער הרגש מציאותו (וויבאַלד זיין גאַנצער וועזן איז בלויז „כספּו של האדון") ; דאָ פילט זיך נאָר מציאות האדון, דער מלך מלכי המלכים הקב"ה.
און דאָס גופא וואָס דורך קבלת עול ווערט ער אויס מציאות, הויבט עס אים אויף און ער ווערט פאַראייניקט מיטן מלך — ווי רש"י00) זאָגט: „עבד מלך מלך" — אַז ער ווערט דער בעה"ב, דער מלך אויף דער גאַנצער וועלט, דורך וועמען ס'ווערט נתגלה אומעטום די מלוכה פון אויבערשטן, ביז צו „ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה"68).
(משיחות ש"פ מקץ וש"פ וארא תשכ"ח)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site