עברית
Library

Likkutei Sichos

Mikeitz 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

196ה

כזכץ

א. בתחילת הסדרה שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ויהיא מקץ", און איז מפרש; „כתרגומו מסוף. וכל לשון קץ סוף הוא".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) רש"י איז דאָך מפרש נאָר דעם וואָרט „מקץ", פאַרוואָס איז ער מעתיק אויך דעם וואָרט „ויהי"?

ב) וואָס איז דאָ אַזוי שווער צו טייטשן אַז „מקץ" מיינט „מסוף", וואָס צוליב דעם דאַרף רש"י ניט נאָר אָפּטייטשן דעם וואָרט, נאָר ער דאַרף נאָך צן דעם אויך ברענגען ראיות — פריער זאָגט ער „כתרגומו", אַז אויך דער תרגום (אונקלוס וואָס איז קרוב צו פּשוטו של מקראב) טייטשט אַזוי ; און דערנאָך איז ער נאָך מוסיף אַ צווייטע ראי'ג פון דעם וואָס „כל לשון קץ סוף הוא" — לכאורה איז זיין פּירוש זייער אַ גלאַטיקער און דאַרף צו זיך ניט האָבן קיין ראיותד?

ג) די קשיא איז נאָך שטאַרקער; דער וואָרט „מקץ" ווערט דערמאָנט אויך פריער אין חומש — „ויהי מקץ ימים"ה, „ויהי מקץ ארבעים יום"ו און „מקץ עשר שנים"ז — איז אויב דער וואָרט „מקץ" פאָדערט ביאור, האָט דאָך אים רש"י געדאַרפט מפּרש זיין ביים ערשטן מאָל. פאַרוואָס וואָרט ער מיטן מפרש זיין דעם וואָרט ביז אונזער פּסוק, און דאַרף ערשט ברענגען ראיות צו דעםח?

197איז דערפון געדרונגען, אַז טראָץ דעם וואָס עס איז פּשוט, אַז אין אַלגעמיין איז דער טייטש. פון וואָרט „מקץ" — „מסוף", און דערפאַר דאַרף עס טאַקע רש"י ניט מפרש זיין אין די פריערדיקע ערטער וואו דער וואָרט איז פאַראַן — איז אָבער אין אונזער פּסוק בפשטות פאַראַן אַ געוויסע שוועריקייט אַזוי צו טייטשן, און מצד דעם האָט מען לכאורה בעסער געדאַרפט לערנען „מקץ" אין אונזער פּסוק אויף אַן אַנדער אופן

— דעריבער דאַרף רש"י מחדש זיין, אַז אויך אין אונזער פּסוק איז דער טייטש פון „מקץ" דער זעלבער ווי אומעטום, און ער דאַרף אויף דעם אויך ברענגען ראיות.

מען דאַרף אָבער דאָס גופא פאַרשטיין; מיט וואָס איז דער וואָרט „מקץ" פון אונזער פּסוק אַנדערש ווי דער זעלבער וואָרט אין די אַנדערע ערטער?

ב. איז דער ביאור אין דעם;

ווען תורה זאָגט אויף אַ געוויסער פּאַסירונג, אַז זי איז געקומען „מקץ" (פון אַ באַשטימטן זמן) פון אַ פריערדיקער פּאַסירונג, ווייזט עס אַז דער צווייטער מאורע איז געקומען [ניט בלויז נאָך דעם ערשטן אין זמן, נאָר אויך] אַלס אַ תוצאה פון דעם ערשטן מאורע. ד.ה. אַז די ערשטע פּאַסירונג ברענגט די צווייטע

[ווי מ'זעט עס אין דעם לשון „מקץ" פון אַלע פריער־דערמאָנטע פּסוקים; „וקין הי' עובד אדמה" האָט געבראַכט דערצו אַז „ויבא קין מפּרי האדמה מנחה לה'"; „נראו ראשי ההרים" האָט גע'פּועל'ט אַז „ויפתח נח את חלון התבה"; און דאָס וואָס אברהם אבינו איז געווען „עשר שנים בארץ כנען", איז געווען די סיבהט אויף דעם וואָס ער האָט גענומען הגר'ן]

— וואָס דערפאַר זאָגט מען „מקץ", אַז דער ווייטערדיקער מאורע איז קץ — די ענדע און דער אויספיר פון דעם פריערדיקן.

אין אונזער פּסוק איז אָבער לכאו־198רה ניט שייך צו זאָגן אַז דער „קץ" וסיום פון דעם פריער־דערציילטן ענין איז דאָס וואָס „ופרעה חולם גו' וידברי שר המשקים גו'" — ווייל אדרבה; וויבאַלד אַז דער פריערדיקער מאורע ענדיגט זיך באופן אַז „ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו"יא, הייסט עס דאָך אַז דאָס וואָס האָט פּאַסירט מיטן שר המשקים האָט זיך שוין לגמרי פאַרענדיקט פריער, און עס האָט ניט געבראַכט קיין ווייטערדיקע תוצאותיב (מער ניט וואָס לאחרי ווי „ופרעה חולם גו'" און ער האָט דערציילט זיין חלום צו אַלע חרטומי וחכמי מצרים „ואין פּותר אותם לפרעה", דאָס האָט געבראַכט אַז „וידבר שר המשקים גו'"יג. אָבער דער ענין לעצמו האָט ניט געפירט צו קיין ווייטערדיקע תוצאות).

און מצד דעם וואָלט מען לכאורה געדאַרפט לערנען אַז דער פּירוש פון „מקץ" אין אונזער פּסוק איז ניט „מסוף" [נאָר „מתחילה", כדלקמן סעיף ג']. דעריבער דאַרף רש"י מפרש זיין, און מוז אויך ברענגען ראיות דערצו, אַז אויך „מקץ" פון אונזער פּסוק מיינט „מסוף".

ועפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער „ויהי מקץ" — הגם אַז זיין פּירוש איז נאָר אויפן וואָרט „מקץ" — ווייל די גאַנצע זאַך וואָס איז מכריח דעם פּירוש אין „מקץ" פון אונזער פּסוק, איז (ניט דער וואָרט „מקץ" גופא, נאָר) די שוועריקייט אין „ויהי מקץ"; דער גאַנצער מאורע „ופרעה חולם וגו'" וואָס איז דאַן פאָרגעקומען — „ויהי", איז לכאורה ניט דער „קץ" פון דעם ענין וואָס ווערט דערציילט פריער.

ג. דער אבן עזרא [וואָס אויך ער לערנט פּשוטו של מקרא] זאָגטיד, אַז199דער וואָרט „קץ" קען מיינען ניט בלויז „סוף" נאָר אויך „תחילה".

ועפּ"ז האָט מען געקענט לערנען, אַז „מקץ שנתים ימים" מיינט (ניט דער סוף, נאָר) דער אָנהויב פון „שנתים ימים"טו. און דער פּירוש הכתוב איז; בתחילה פון די צוויי יאָר איז געווען דער חלום פּרעה; דערנאָך האָט פּרעה גערופן יוסף'ן וכו', און נאָך די צוויי יאָר האָבן זיך אָנגעהויבן די שבע שני שבע און די שבע שני רעב.

ואע"פּ אַז אָט דער פּירוש איז, כמובן, אַ גרויסער דוחק (ובפרט אַז פון פּסוק „וממהר האלקים לעשותו"יח איז משמע אַז די שבע שני שבע האָבן זיך אָנגעהויבן במהירות — גלייך נאָך פּרעה'ס חלום) — איז דאָס אָבער אַלץ גלאַטיקער ווי צו לערנען אַז „מקץ" דאָ מיינט „מסוף", בשעת אַז דער „ופרעה חולם גו'" איז ניט דער „קץ" און תוצאה פון דעם וואָס ווערט דערציילט פריער. וואָס דעריבער דאַרף רש"י ברענגען אַ ראי' צו זיין פּירוש, אַז „מקץ" דאָ מיינט „מסוף".

ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין;

אמת טאַקע אַז אין אונזער פּסוק איז שווער צו לערנען אַז „מקץ" מיינט „מסוף" — וויבאַלד אָבער אַז לויט שיטת רש"י איז „כל לשון קץ סוף הוא", קען מען דאָך שוין במילא ניט זאָגן אַז „מקץ" אין אונזער פּסוק זאָל מיינען „תחלה", אַנדערש ווי „מקץ" אומעטום. היינט פאַרוואָס דאַרף רש"י בריינגען אַ ראי' אויך פון תרגום?

איז דער ביאור אין דעם;

דער טעם וואָס לויטן אבן עזרא קען דער וואָרט „קץ" מיינען „פעם ראש פעם סוף", איז ווייל ער נעמט אָן אַז דער וואָרט „קץ" איז פון לשון „קצה", אַ ברעג. און דעריבער קען דאָס מיינען סיי „ראש" סיי „סוף", ווייל ביידע זיינען „קצוות"יז.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך לויט טיטת רש"י אַז דער וואָרט „קץ" אומעטום מיינט „סוף", איז ניט קיין ראי' מוכרחתטו אַז ער קען ניט מיינען אויך „תחלה". וואָרום מען קען דאָך זאָגן אַז דאָס וואָס „קץ" אומעטום באַדייט „סוף", מיינט עס ניט אַז דער טייטש פון „קץ" איז „סוף", נאָר ווייל סוף איז אַ ברעג. און וויבאַלד אַזוי, קען דאָך דאָס מיינען אויך „תחלה". דעריבער דאַרף רש"י אָנקומען צו „כתרגומו"יט.

200ה. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּרש"י דידן;

אין „ויהי מקץ שנתים ימים" זיינען פאַראַן צוויי ענינים הפכיים;

(א) פון איין זייט איז דאָס דער קץ און סוף וסיום פון דעם זמן ווען יוסף איז געווען אין בית האסורים (גלות פון יוסף), וואָס דאַן איז די שווערסטע און נידעריקסטע צייט פון יוסף'ס זיין אין גלות. וע"ד הידועכ וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט בנוגע דעם זמן פון עקבתא דעקבתא דמשיחא, אַז פאַרטאָג איז דער חושך גרעסער.

(ב) פון דער אַנדער זייט איז דוקא אין יענעם זמן דער „קץ" און התחלה פון גאולת יוסףלא.

און מצד די צוויי ענינים הנ"ל, זיינען פאַראַן צוויי פּירושיםכח אויך אין פּנימיות התורה; צי דער „קץ" פון אונזער פּסוק ווייזט אויף דעם „קץ דשמאלא"כג אָדער אויפן „קץכד הימין"כה.

ו. און אָט דעם ענין איז רש"י מרמז בפירושו אויף „ויהי מקץ";

כאמור לעיל (סעיף ב־ג), קען מען לערנען אין „מקץ שנתים ימים" צוויי פּירושים;

א) די תחילה (און ראשכו) פון די „שנתים ימים" וועלכע קומען שפּעטער וואָס דאָס מיינט אַז דאַן האָט זיך אָנגעפאַנגען גאולת יוסף — מתאים צום פּירוש הפּנימי — „קץ הימין"כז.

ב) דער סוף פון די שנתים ימים וואָס זיינען געווען פריער. אַז דאַן איז געווען דער סוף הגלות, ובפּנימיות — „קץ דשמאלא"כה.

201און אויך דאָס איז רש"י מרמז מיט זיין זאָגן „כתרגומו מסוף" — ווייל תרגום (לשון ארמי) איז מרמזכט אויף דעם ענין הגלות.

ז. נאָך אַן ענין איז רש"י מרמז אין זיין פּירוש;

וויבאַלד אַז אַלע פּירושים פון איין און דעם זעלבן פּסוק האָבן אַ שייכות צווישן זיךל, איז פאַרשטאַנדיק אַז די צוויי דערמאָנטע פּירושים (כאָטש זיי זיינען צוויי הפכים), האָבן זיי צווישן זיך אַ שייכות;

דורך דעם בירור און העלאה פון די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין „קץ דשמאלא", קומט מען צום „קץ הימין"לא.

און דאָס איז רש"י מרמז בסיום פּירושו „וכל לשון קץ סוף הוא", אַז אין „סוף" איז פאַראַן „כל לשון קץ" [וואָס אין דעם איז כלול אויך דער ענין פון „תחלה" כפירוש הראב"ע (וואָרום ס'איז דאָך „אלו ואלו דברי אלקים חיים"לב) ביז צום „קץ הימין" וואָס שטייט אין סוף דניאל], ווייל דורכן „סוף", דורך דעם בירור פון „קץ דשמאלא", וועט מען קומען צום „קץ הימין", אין דער גאולה העתידה דורך משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ מקץ תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3fczx2rx

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources