Likkutei Sichos
Bereishis 3
24בראשיתד
א. אין פּסוק ויכל אלקים ביום השביעי מלאכתו אשר עשה גו'א, זאָגט רש"יב אויף „ויכל אלקים ביום השביעי"ג; „ר' שמעון אומר, בשר ודם שאינו יודע עתיו ורגעיו צריך להוסיף מחול על הקודש, אבל הקב"ה שיודע עתיו ורגעיו נכנס בו כחוט השערה". און דערנאָך איז רש"י מוסיף „ונראה כאילו כלה כו'", כדלקמן ס"ב.
דאַרף מען פאַרשטיין;
א) דערפון וואָס פריער זאָגט רש"י בפּשיטות „ונכנס בו כו'" און ערשט דערנאָך „ונראה כאילו", אויך איז ער נוסיים (ניט „נכנס", נאָר) „כלה" איז מוכחד, אַז מיטן „נכנס בו כו'" מיינט ער צו זאָגן, אַז דער אויבערשטער איז אַריין אין דעם יום השביעי כחוט השערה — און ניט אַז נראה כאילו ווי ער איז אַריין אין שבת כחוט השערהח, און (דאָס וואָס ער זאָגט „ויכל ביום השביעי" איז נאָר „נראה כאילו כלה", אָבער) פאַרענדיקט די25מלאכה האָט ער אין דעם לעצטן „כחוט השערה" פון יום הששי.
איז תמוה; הקב"ה „יודע עתיו ורגעיו" איז דאָך בלויז אַ הסברה פאַרוואָס ער דאַרף ניט פאַרענדיקן זיין מלאכה פאַר שבת (און ניט ווי אַ בש־ודם, וואָס היות ווי „אינו יודע עתיו ורגעיו", דאַרף ער מוסיף זיין מחול על הקודש) ; דאָס איז דאָך אָבער קיין הסברה ניט אויף דעם וואָס „נכנס בו"?
ב) צוליב וואָס ברענגט רש"י אַז דעם פּירוש האָט געזאָגט ר"ש?
ג) צוליב וואָס ברענגט רש"י אויך „עתיו"? נאָכמער;
ד) דער חילוק צווישן „עת" מיט „רגע" איז, אַז „רגע" באַצייכנט אַן אָפּגעמאָסטענע (קליינע) כמות פון צייט, אָבער „עת" מיינט צייט — סתם. איז ניט מובן;
וואָס רש"י זאָגט אַז אַ בשר ודם „אינו יודע רגעיו" און הקב"ה „יודע רגעיו", איז פאַרשטאַנדיק — ווייל דאָס וואָס אַ מענטש דאַרף מוסיף זיין עטוואָס מחול על הקודש און דער אויבערשטער דאַרף ניט מוסיף זיין, איז עס דערפאַר וואָס אין אַ קליינע כמות פון זמן, קען אַ מענטש יע אַ טעות האָבןח, אָבער הקב"ה ווייס גענוי די רגע פון התחלת השבת;
אָבער דאָס וואָס רש"י זאָגט אַז אַ בו"ד „אינו יודע עתיו" — שטימט דאָך ניט לכאורה; וויבאַלד אַז „עת" באַצייכנט ניט קיין באַשטימטע כמות אין זמן, גייט דאָך אין דעם אַריין אויך אַ משך זמן ארוך (ובפרט אַז „רגעיו" — כולל אויך רגעים רבים — שטייט דאָ באַזונדער) — און דאָס ווייס דאָך אויך אַ מענטש. היינט פאַרוואָס זאָגט רש"י אַז בו"ד „אינו יודע עתיו"?
ה) די דוגמא פון „חוט השערה" פּאַסט אויף אַ [גאָר קליינע] כמות אין מקום. בעת אָבער מען וויל באַצייכענען אַ [גאָר קליינע] כמות בזמן, איז מער פּאַסיק צו זאָגן „הרף עין"ז (וכיו"ב). איז ניט פאַרשטאַנדיק: רש"י וויל דאָך לכאורה באַצייכענען די ווינציקייט פון דער צייט בשבת אין וועלכן דער אויבערשטער איז „נכנס", איז פאַרוואָס נוצט ער דעם לשון „כחוט השערה"?
ב. לאחרי ווי רש"י זאָגט „נכנס בו כחוט השערה", איז ער מוסיף נאָך אַן ענין — „ונראה כאילו כלה בו ביום". אַז דאָס וואָס עס שטייט „ויכל אלקים ביום השביעי" — אַז דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט די מלאכה אין (מיטן פון) זיבעטן טאָג, און ניט אין ערשטן „חוט השערה"
[ובדוגמת די מלאכות אין די ערשטע זעקס טעג, וואָס ער האָט זיי געטאָן במשך (כלח) היום — ניט בלויז אין דער ערשטער רגע],
איז עס מצד דעם וואָס „נראה",26עס האָט אויסגעקוקט „כאילו כלה בו ביום", אינמיטן טאָגט.
איז ניט פאַרשטאַנדיק;
א) דאָס וואָס רש"י לערנט „נכנס בו (כחוט השערה)"
— ניט ווי אַנדערע מפרשים וואָס לערנען אַז דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט זיין מלאכה אין דער סאַמע לעצטער רגע פון יום הששי, ובמילא קוקט אויס ווי ער וואָלט פאַרענדיקט ביום השביעי —
איז דאָך, ווייל דער פּירוש הפּשוט אין „ויכל אלקים ביום השביעי" איז, אַז דער „ויכל" איז געווען ביום השביעי — ניט אַז ס'איז בלויז געווען „נראה" אַזוי.
איז שווער; וויבאַלד אַז פּשוטו פון „ביום השביעי" מיינט אינמיטן זיבעטן טאָג, און מצד דעם ענין אין „ביום השביעי" מוז רש"י סיי ווי לערנען, אַז דער פּירוש פון „ויכל אלקים ביום השביעי" איז (ניט אַז דער ויכל איז טאַקע געווען ביום השביעי אינמיטן טאָג, נאָר) בלויז וואָס נראה כאילו כלה בו ביום
— אויב אַזוי קען מען דאָך שוין זאָגן אַז (ניט נאָר דער „ביום" איז נאָר „נראה", נאָר אויך „ויכל" איז נאָר „נראה"; ד.ה. אַז) אויך אין אָנפאַנג פון יום השביעי האָט דער אויבערשטער קיין מלאכה ניט געטאָן, נאָר ער האָט פאַרענדיקט אין דעם לעצטן „חוט השערה" פאַר שבת. און דאָס וואָס עס שטייט „ויכל גו' ביום השביעי", איז עס ווייל אַזוי איז געווען „נראה". — וואָס איז רש"י מוכרח צו לערנען „נכנס בו כו'"?
ב) אַן ענין וואָס פּאַסירט אין אַ געוויסן זמן, קען אויסקוקן (ביי אַ בו"ד וואָס „אינו יודע עתיו ורגעיו") אַז ער האָט פּאַסירט עטוואָס שפּעטער. ווי איז אָבער שייך אַז דער „ויכל" וואָס איז געווען אין דעם ערשטן „כחוט השערה" פון דעם יום השביעי — זאָל אויסקוקן אַז ער איז געווען (ניט אַ וויילע שפּעטער נאָר) אינמיטן טאָג?
ג. דערנאָך זאָגט רש"י „דבר אחר", אַז ס'איז דאָ אַ צווייטער פּירושי אין „ויכל אלקים ביום השביעי"; „מה הי' העולם חסר מנוחה, באת שבת באת מנוחה, כלתה ונגמרה המלאכה".
דאַרף מען פאַרשטיין;
א) אין פּסוק שטייט דאָך בלויז „ויכל", פאַרוואָס זאָגט רש"י „כלתה ונגמרה"?
ב) אויב „כלתה" דאַרף האָבן אַ פּירוש („ונגמרה") — האָט רש"י געדאַרפט דאָס מפרש זיין גלייך באַם אָנהייב, באַם וואָרט „כלה".
ג) פאַרוואָס זאָגט רש"י „כלתה ונגמרה המלאכה" און ניט „כלתה ונגמרה מלאכתו" — כלשון הפּסוק „ויכל גו' מלאכתו"?
דער פּסוק דערציילט אַז דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט זיין מלאכה „ביום השביעי" — ווערט ביים תלמיד אַ שאלה; א) עס שטייט דאָך פריער; וירא אלקים את כל אשר עשה גו' ויהי גו' יום הששי — אַלץ האָט זיך אָפּגעטאָן בששייא ב) עס שטייט דאָך שוין ויכולו השמים גו' איז וואָס מיינט דער „ויכל", ג) באַ ויכולו שטייט סתם — דאָ איז ער מפרט „ויכל אלקים"?
און דאָס פאַרענטפערט רש"י מיטן פּי' „בו"ד כו' נכנס בו כחוט השערה", אַז דער פאַרענדיקן (די מלאכה — פון פריער) מיט וועלכע דער אויבערשטער איז אַריין אין שבת (נכנס בו), איז געווען „כחוט השערה". און דעריבער איז; א) דער „ויכל גו' ביום השביעי" קיין סתירה ניט צו דעם וואָס עס שטייט (פריער) אַז ביום הששי איז שוין געווען „כל אשר עשה" — ווייל דער „ויכל גו' ביום השביעי", איז געווען בלויז „כחוט השערה". ב) ויכל גו' — איז מוסיף פּרטים אין דער הודעה כללית; ויכולו גו'.
דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י זאָגט דעם לשון „כחוט השערה" — הגם אַז אויף אַ (קליינע) מאָס אין זמן פּאַסט מער דער לשון „כהרף עין" (כנ"ל סוס"א) — ווייל מיט די ווערטער באַצייכנט ער [ניט די צייט וואָס דער אויבערשטער איז „נכנס" אין דעם „יום השביעי", נאָר] דאָס וואָס ער האָט געטאָן, אַז דער טאָן איז געווען בלויז „כחוט השערה".
ס'איז נאָך אָבער ניט מובן; פאַרוואָס ביי דעם „ויכל" איז דער פּסוק מפרש „ויכל אלקים" (אַנדערש ווי באַ „ויכולו" וואו עס שטייט ויכולו סתם) — איז די שאלה באַוואָרנט רש"י מיט „בו"ד כו'":
וויבאַלד אַז יום השביעי (שבת) איז אסור בעשיית מלאכה — איז דערפאַר אַזאַ מציאות, פון פאַרענדיקן אַ מלאכה ביום השביעי, שייך נאָר ביי דעם אויבערשטן. וואָרום אַ בו"ד, היות אַז ער איז „אינו יודע עתיו ורגעיו", איז ניט בלויז וואָס בשבת גופא טאָר ער קיין מלאכה ניט טאָן, נאָר נאָך מער — ער דאַרף מוסיף זיין אויך מחול על הקדש;
משא"כ הקב"ה, וויבאַלד ער איז „יודע עתיו ורגעיו", איז ניט בלויז וואָס ער האָט ניט געדאַרפט אויפהערן טאָן מלאכה פאַר שבת, נאָר אויך אין דעם יום השביעי גופא האָט ער געקענט *יא פאַרענדיקן (די מלאכה פון פריער) — ווייל כנ"ל, איז דער פאַר־28ענדיקן מיט וועלכן ער איז אַריין אין שבת (נכנס בו) געווען „כחוט השערה" — „כחוט השערה" איז ניט קיין מלאכה און מען מעג עס טאָן בשבת, כדלקמן.
ה. די דוגמא פון „כחוט השערה", גיט מען אויף אַ גאָר קליינע זאַך, וואָס זייענדיק פאַר זיך אַליין זעט זי זיך ניט אָן, זי ווערט אַ מציאות נראית דוקא דאַן ווען זי קומט צוזאַמען מיט נאָך זאַכן
— ובדוגמת ווי אין פּשטות אַ „שערה" — אַן איין איינצעלנע האָר, אַז מחמת איר דינקייט איז כמעט ווי אוממעגליך מען זאָל איר קענען באַמערקןיב, און דוקא בעת עס זיינען פאַראַן אַ סך האָר צוזאַמען, ווי למשל אַ קאָפּ מיט האָר, דאַן זיינען זיי אָנזעענדיק און קענטיק.
און דאָס מיינט רש"י מיט „נכנס בו כחוט השערה", אַז אויסער דעם וואָס „ביום השביעי" האָט דער אויבערשטער ניט באַשאַפן קיין נייע זאַכן — ער האָט בלויז ויכל — פאַרענדיקט (די מלאכה פון יום הששי, וכלשון הכתוב „ויכל גו' מלאכתו אשר עשה")
איז נאָך מער, אַז אָט דער ויכל גופא איז געווען זייער קליין — בלויז „כחוט השערה", ד. ה. אַז ווען ניט די מלאכה פון יום הששי (פון וועלכער ער איז געווען דער „ויכל"), וואָלט ער זיך כלל ניט אָנגעזען — און אַזאַ טאָן איז מותר בשבת, וכדלקמן סעיף יב.
ו. ולהעיר; וויבאַלד אַז „מלאכתו אשר עשה" ביום הששי (וואָס איר „ויכל" איז געווען „ביום השביעי"), איז דאָס דער „ויעש אלקים את חית הארץ גו'" און „נעשה אדם" *כב און דער „ויכל" פון דעם „נעשה אדם" — איז געווען עטלעכע שעה פאַר גמר יום הששייח — מוז מען זאָגןיד אַז דער „ויכל" איז געווען אין עשיית חית הארץ גו'טו — אין זייער „תקנם בצביונם בתיקונן ובקומתן"כח. דער „תיקון" האָט זיך געצויגן ביז צום סוף פון יום הששי און אַריינגעצויגן זיך אויך אין אָנפאַנג פון יום השביעי.
ז. דאָ ווערט אָבער ביי דעם תלמיד אַ שאלה; וויבאַלד אַז די מלאכה וואָס29דער אויבערשטער האָט אַריינגעצויגן אין יום השביעי, איז געווען בלויז „כחוט השערה", איז דאָך ממילא מובן, אַז אַזאַ קליינע מלאכה האָט פאַרנומען אַ גאָר קליינע כמות בזמן. הייסט עס דאָך אַז אין דעם סאַמע אָנהייב פון שבת האָט דער אויבערשטער שוין פאַרענדיקט דעם „ויכל" — ווי־זשע פּאַסט אויף אַזאַ זמן מועט פון התחלת השבת, דער לשון „ביום השביעי"?
דעריבער זאָגט רש"י „ונראה כאילו כלה בו ביום": וויבאַלד אַז אין דעם תוכן פון יעדן טאָג (מיט וועלכן ער איז אויסגעטיילט פון אַנדערע טעג) איז ניטאָ קיין חילוק צווישן דער ערשטער רגע פון דעם טאָג ביזן סאַמע מיטן פון אים (אָדער אויך פון ענדע טאָג), דעריבער זעט אויס דער „ויכל" וואָס איז געווען אין אָנפאַנג פון יום השביעי כאילו ווי ער וואָלט געווען „בו ביום".
ח. היות ווי דער פּירוש איז אָבער ניט גלאַטיק, ווייל [נוסף לזה וואָס פון לשון „ויכל גו' ביום השביעי" איז משמע אַז ס'איז געווען אינמיטן טאָג ממש, איז] דערפון וואָס עס שטייט באַם זעקסטן טאָג „וירא אלקים את כל אשר עשה"; אויך שטייט דאָך „ויכולו השמים והארץ וכל צבאם ויכל אלקים ביום השביעי" (וואָס בפּשיטות מיינט עס צוויי באַזונדערע „פאַרענדיקן") — איז משמע, אַז די גאַנצע עשי' און בריאה האָט זיך פאַרענדיקט איידער „ויכל", און ס'איז אין איר גאָרניט געבליבן צו פאַרענדיקן — אפילו ניט „כחוט השערה"
דעריבער ברענגט רש"י אַ צווייטן פירוש „מה הי' העולם חסר — מנוחה כו'", אַז די איינציקע זאַך וואָס האָט געפעלט אין וועלט פאַר ויכל גו' ביום השביעי איז [ניט אין עשי', נאָר] מנוחהכח, און דעם ענין האָט דער אויבערשטער פאַרענדיקט ביום השביעי — „באת שבת באת מנוחה".
ס'איז אָבער שווער; מנוחה איז דאָך היפך פון מלאכה, היינט ווי פּאַסט עס צו זאָגן אויפן ענין המנוחה „ויכל גו'" פאַרענדיקן — דערפאַר איז רש"י מוסיף „כלתה ונגמרה המלאכה", אַז מיט „ויכל גו'" ווערט געמיינט ניט אַז ער האָט געענדיקט צו אַרבעטן ביום השביעי, נאָר אַז דאַן האָט זיך די מלאכה־ווערק גופא (דער „עולם") פאַרענדיקט.
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס רש"י איז מוסיף „כלתה ונגמרה", ווייל „כלתה" (אָדער „ויכל") איז אַ וואָרט וואָס באַדייט „אויסלאָזן", ניטאָ מער — אַזוי ווי „ותכלינה שבע שני השבע"יג אַזוי אויך דאָ לויט פּירש"י הראשון — ניטאָ מער קיין „מלאכתו". דעריבער איז בפּי' זה מוז רש"י מוסיף זיין „ונגמרה", אָנדייטנדיק דערמיט, אַז מיטן וואָרט „ויכל" דאָ ווערט געמיינט פאַרענדיקן און אויספאַרטיקן, וואָס איז געווען חסר — דער „גמר" און שלימות פון דער וועלט, דורך די מנוחה פון שבת.
30ט. אָבער אויך דער פּירוש איז זייער שווער; ווייל דער טייטש פון „ויכל אלקים" איז, אַז דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט, אָבער די מנוחה אין עולם איז געקומען (ע"ד ווי) פון זיך אַליין — דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט ניט געטאָן מלאכה
— דערפאַר קערט זיך רש"י אום צום ערשטן פּי' „נכנס בו כחוט השערה", וואָס לויט דעם פּי' איז גלאַטיק דער לשון ויכל אלקים — אַז דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט די מלאכה ביום השביעי.
י. דער ביאור אין דעם וואָס רש"י נוצט די צוויי לשונות „עתיו" און „רגעיו", איז — ווייל די ידיעה פון אַ געוויסן זמן, קען קומען אויף צוויי אופנים;
א) דורכן מספּר פון די טעג שעות און רגעים וואָס זיינען דורכגעגאַנגען פאַר דעם דאָזיקן זמן. ווי צום ביישפּיל דער זמן פון כניסת השבת, אַז לאחרי ווי עס זיינען אַדורך פינף טעג און אַזויפיל שעות און רגעים פון זעקסטן טאָג, ווייס מען אַז איצט פאַנגט זיך אָן שבת.
ב) דורך דעם וואָס מען „דערפילט" דעם זמן גופא. און ווי דער „בן חמש (למקרא)" געדענקט, אַז פאַר זיין אָפּשערעניש האָט ער ניט געדאַרפט מאַכן קיין חשבון — אַז היות ווי עס זיינען אַדורך דריי יאָר זינט ער איז געבאָרן געוואָרן, במילא איז געקומען די צייט ווען מ'וועט אים אָפּשערן, נאָר זעענדיק די שמחה־שטימונג פון זיינע עלטערן, האָט ער „געפילט" אַז ס'איז די צייט פון זיין אָפּשערעניש; און דאָס זעלבע איז אויך געווען בעת מען האָט אים אַריינגעפירט אין חדר. א.ז.וו.
דערפון פאַרשטייט ער, אַז וויבאַלד שבת איז אַ הייליקער טאָג, איז אַזוינע אידן וואָס זיינען מרגיש קדושה, און מכ"ש דער אויבערשטער — קענען וויסן דעם זמן פון שבת (ניט בלויז דורך דער ידיעה וויפל שעות ורגעים עס זיינען אַדורך געגאַנגען פונעם יום הששי, נאָר) דורכן „מרגיש" זיין די צייט פון שבת.
[און ווי עס ווערט דערציילט וועגן רוזשינער; ר' אייזיק האָמליער איז אַמאָל געווען ביים רוזשינער (אין דער צייט ווען ר' אייזיק איז געשטאַנען על „פרשת דרכים", נאָך דער הסתלקות פון דעם מיטעלן רבי'ן). זייענדיק ערב שבת אין חדר פּנימי מיטן רוזשינער, האָט ר' אייזיק דערזען, אַז אין דער רגע פון אָנקום פון שבת, האָט דער רוזשינער אַ ווארף געטאָן די ליולקע און זיין פּנים איז נשתנה געוואָרן. און אַזוי שטאַרק איז געווען די ענדערונג אַז ר' אייזיק האָט געזאָגט דערנאָך, אַז ווען ער וואָלט ניט געווען די גאַנצע צייט אין חדר, וואָלט ער גערעכנט אַז דאָס איז ניט דער זעלבער מענש].
און דאָס מיינט רש"י מיט די צוויי לשונות „עתיו" און „רגעיו":
בנוגע צו וויסן וועגן אָנקום פון שבת מצד דעם זמן (ענין) פון שבת גופא — איז נוגע „יודע עתיו", „עת" בלה"ק מיינט אַ צייט וועלכע איז אָנגעמאָסטן און פּאַסיק פאַר אַ געוויסן ענין. אַזוי ווי „עת ללדת גו' עת לשחוק גו'" — די כ"ח עתים וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין קהלתיט;
און בנוגע צו וויסן אַז שבת קומט31אָן דורך דעם מספּר השעות והרגעים וואָס פאַר שבת — איז נוגע „יודע רגעיו".
יא. לאחרי כל זה, פרעגט אָבער דער תלמיד (אויב ער איז אַ תלמיד ממולחכ) — וואָס קוקט זיך צו און טראַכט זיך אַריין — ער זעט אַז מען הערט אויף צו טאָן מלאכה (ניט אין דער צייט ווען ס'איז שוין „ספק לילה", נאָר) פאַר „בין השמשות", ווען ס'איז נאָך ודאי יוםכא — איז דאָך דערפון געדרונגען, אַז דער ענין פון „להוסיף מחול על הקודש" איז ניט מצד אַ ספק איסור, נאָר בתורת ודאי;
איז הן אמת אַז די הוספה מחול על הקודש דאַרף זיין (בדרך הפּשטכב) דערפאַר וואָס „בו"ד אינו יודע עתיו ורגעיו" (און דעריבער דאַרף ער אויפהערן אַ וויילע פאַר שבת — וואָרום אויב ער וועט מעגן אַרבעטן ביז דער לעצטער רגע, איז רעכט אַז ער זאָל אַמאָל אַ טעות האָבן און אַריינציען אין שבת) — וויבאַלד אָבער אַז מצד דעם טעם איז פאַראַן אַ דין (בתורת ודאי) אַז מען דאַרף מוסיף זיין מחול על הקודש, דאַרף אויך דער אויבערשטער מוסיף זיין מחול על הקודש, כאָטש אַז ער איז „יודע עתיו ורגעיו", וואָרום שמירת שבת גייט צוזאַמען מיט „שבת וינפש"?
און דאָס פאַרענטפערט רש"י מיטן „ר"ש אומר"; ר"ש איז „דריש טעמא דקרא"כג ער האַלט, אַז דינים וואָס קומען מצד אַ געוויסן טעם (אפילו ווען דער טעם שטייט ניט אין תורה), איז דאָרט וואו דער טעם איז ניטאָ ווערט נשתנה דער דין. ובמילא, וויבאַלד אַז הקב"ה איז „יודע עתיו ורגעיו" און ביי אים איז ניטאָ קיין טעם צו מוסיף זיין מחול על הקודש — איז לגבי' דער דין טאַקע ניטאָ
יב. פון די ענינים אין הלכה בפירוש רש"י דידן —
די גמרא זאָגט „כל מידי דאית בי' גמר מלאכה חייב משום מכה בפטיש"כד. ועפי"ז קען מען לכאורה פרעגן; וויבאַלד אַז אויך „גמר מלאכה" איז איינע פון די ל"ט מלאכות, איז דאָך לכאורה ניטאָ אין דעם קיין שיעור ווי גרויס דער גמר זאָל זיין. דאַרף דאָך לפי"ז אויסקומען, אַז אַ גמר וואָס איז „כחוט השערה" הייסט אויך „מכה בפטישד?
איז דער ביאור אין דעם; אין32„מכה בפטיש" זיינען דאָ צוויי זאַכן; א) די פּעולה פון דעם מענשן המכה, די הכאה, ב) וואָס עס טוט זיך אויף אין דעם דבר המוכה — דער גמר זיינער. ויש לומר; די פּעולה פון „מכה בפטיש" איז; אויפהויבן און אַראָפּלאָזן דעם האַמער אויף דער כליכח (אָדער אויפן שטייןכח). און בשעת מען טוט אָט די פּעולה בשלימות איז הגם אַז דער אויפטו אין דער כלי דורך די הכאה, איז בלויז אַ גמר מלאכה, וויבאַלד אָבער אַז די פּעולה (די הכאה) איז געווען אַ גאַנצע, איז מען אויף איר חייב אַלס „מכה בפטיש";
בעת עס פעלט אָבער אין דער פּעולה פון דער הכאה — אויפגעהויבן דעם פטיש האָט ער פאַר שבת און נאָר דער אַראָפּלאָזן איז געווען אום שבת — איז הגם אַז דער גמר מלאכת הכלי קומט לפּועל דורך דעם אַראָפּלאָזן דעם האַמער און דאָס האָט ער דאָך געטאָן אום שבת, י"ל אַז ער איז ניט חייב. ווייל ער האָט געטאָן אום שבת בלויז אַ האַלבע מלאכהכז.
און אַזוי ווי דאָס איז אין „מכה בפטיש", אַזוי איז אויך אין אַנדערע סוגים פון גמר מלאכה — די תולדות פון מכה בפטיש; דער חיוב איז דוקא בעת די פּעולה וואָס בריינגט דעם גמר מלאכה, ווערט געטאָן אינגאַנצן בשבת. אויב אָבער בשבת איז געטאָן געוואָרן בלויז אַ טייל פון דער פּעולהלח, איז ניטאָ אויף דעם קיין חיוב, וויילע ס'איז בלויז אַ האַלבע מלאכה.
וע"פ כל זה איז פאַרשטאַנדיק ווי דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט אַ מלאכה בשבת, ווייל די פעולה איז געווען בלויז „כחוט השערה".
יג. לכאורה, קען מען נאָך אַלץ פרעגן; קיין חיוב אויף אַ האַלבער מלאכה איז טאַקע ניטאָ, עס איז דאָך אָבער דאָ אַן איסור דרבנןכט? ווי33מיר געפינען, לדוגמא, אין מלאכת הוצאה (די ערשטע מלאכה מיט וועלכע מס' שבת הייבט זיך אָן), אַז בעת ער מאַכט די עקירה פרייטאָג און די הנחה שבת איז ער עובר אַן איסור דרבנןל?
אין אמת'ן איז עס אָבער קיין קשיא ניט. ווייל דער איסור דרבנן איז אויף אַ חלק פון אַ מלאכה, מען געפינט עס אָבער ניט אויף אַ משהו וואָס זעט זיך (כמעט) ניט אָן. בשעת עס האַנדלט זיך וועגן אַ גמר ההכאה „כחוט השערה", איז י"ל (אפילו ע"פ הלכה, ומכ"ש בדרך הפּשט) אַז אפילו אַן איסור דרבנן איז אויך אין דעם ניטאָ.
אַזוי ווי דאָס איז, צום ביישפּיל, אין „מכה בפטיש" (דעם „אב מלאכה" שבו), אַז אויב איינער הויבט אויף דעם האַמער ערב שבת, און אויך דער אַראָפּלאז — ביז צו אַ חוט־השערה נאָענטקייט פון דער כלי, איז פאָרגעקומען ערב שבת, און דערנאָך האָט ער בשבת אַראָפּגעלאָזן דעם פטיש ביז צו דער כלי, פאַרענדיקנדיג אָט דעם הפסק פון חוט השערה — איז עס דאַן ניט אין גדר פון אַ האַלבער מלאכה אפילו, ובמילא איז אויף דעם ניטאָ קיין איסור דרבנןלא.
יד. פון די „יינה של תורה" וואָס אין דער רש"י;
אַ איד אַ בן תורה קען לכאורה טענה'ן; דער דין איז דאָך, אַז בעלי עסקים זיינען יוצאלב די מצוה פון „לא ימוש ספר התורה הזה מפיך והגית בו יומם ולילה"לג דורך לערנען בלויז „פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית"לד, ביז אפילו בלויז מיט פּסוק אחד שחרית און פּסוק אחד ערביתלה. היינט פאַרוואָס ווערט פון אים געמאָנט אַז זיין לערנען זאָל אַרומנעמען דעם גאַנצן מעת־לעת? אמת טאַקע, אַז האָבנדיק פרייע צייט איז זיין חיוב צו לערנען פיל מערער ווי ביים פאַרנומענעם אין געשעפט אָדער אַרבעט; פונדעסטוועגן — טענה'ט ער — פאַרוואָס זאָל עס ביי אים אָבער זיין אַזוי האַרב; יענער געשעפטסמאַן, וואָס לערנט בלויז צוויי פּסוקים טעגליך, איז ער דערמיט יוצא די מצוה פון תלמוד תורה; און אַז ער לערנט דריי און צוואַנציק שעה מיט 59 מינוט אין טאָג, און בלויז34איין מינוט גייט אַוועק לבטלה, ווערט ער שוין באַצייכנט ווי אַזאַ וואָס „דבר ה' בזה וגו'"לו ר"ל. היתכן?
איז דער ענטפער אויף דעםלז; לא ברא הקב"ה בעולמו דבר אחד לבטלהלח — יעדער זאַך — אויך מקום און זמן — וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן אין וועלט, איז ווי קליין דאָס זאָל ניט זיין האָט עס אַ באַשטימטן צוועק. איז אויב דער אויבערשטער האָט אים געגעבן אַ געוויסע מינוט צייט צו לערנען, און ער נוצט ניט אויס אָט־דעם מאָמענט לויט דער באַשטימטער כוונה, איז ער דאָך גורם אַז דעם אויבערשטנס באַשאַפענע פאַר אים צייט זאָל זיין לבטלה ח"ו.
און דערויף קומט די הוראה פון פּסוק „ויכל אלקים ביום השביעי" — לויטן ערשטן פּירוש אין רש"י. ובהקדים; ווי קומט עס פאָרט אַז דער אויבערשטער איז מיט זיין מלאכה „אַריין" אין שבת? זאָל זיין אַז אַ מלאכה „כחוט השערה" מעג געטאָן ווערן אום שבת — אָבער צוליב וואָס האָט ער געדאַרפט טאָן די מלאכה — זאָל זיין אַ היתר'דיקע — ביז עטוואָס אין שבת אַריין?
איז דער טעם דערפון, אַז דערמיט גופא האָט דער אויבערשטער געוויזן אַ הוראה צום מענטשן, אויף וויפל מ'דאַרף טייער האַלטן און ווי וויכטיק עס איז אויסצונוצן יעדע רגע; אַז כל זמן ס'איז דאָ אַ געלעגנהייט צו טאָן די עבודה וואָס איז באַשטימט אין וועלט — זאָל ער עס טאָן מיט דער פולסטער מעגלעכקייט, ביז צו דער לעצטער געגעבענער רגע.
און מיטן צווייטן פּירוש „מה הי' העולם חסר", גיט רש"י צו אַ הוספה אין אָט־דער הוראה. ער דייטעט דאָ אָן; די טייערקייט פון יעדער מינוטלט איז אַזוי גרויס, אַז אויב ער האָט געהאַט די געלעגנהייט צו טאָן נאָך אַ „כחוט השערה" עבודה און ער האָט עס פאַרנאַכלעסיקט, פעלט דאַן אין דער שלימות פון דער גאַנצער געטאָנענער עבודה גופא — „העולם חסר".
און אויב ס'איז אַזוי ביי דעם אויבערשטנס מלאכה — אויף וועלכער עס שטייט „וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד", איז עאכו"כ אַז דאָס איז אַזוי בשייכות צו דער עבודה פון אַ אידן; כל זמן אין זיין אַרבעט איז נאָך געבליבן עפּעס אַ „חוט השערה", וואָס ער האָט געקענט דערטאָן און ניט פאַרענדיקט, איז דאָס אַ חסרון אין דער גאַנצער מלאכה זיינער — די שלימות פון זיין עבודה איז תלוי אין אָט־דער האָר.
טו. כשם ווי דאָס איז ביי יעדן אידן בפרט, אַזוי איז עס אויך בנוגע כללות הדורות. מען קען דאָך טראַכטן; נאָך די אַלע פריערדיקע „רייכע" דורות מיט אַזוי פיל גרויסע צדיקים און אַזעלכע הויכע נשמות (פון די אבות, משה רבינו וכו' נביאים וכו' תנאים און אמוראים וכו' ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר) וואָס האָבן שוין אָפּגעטאָן אַלע גרויסע „מלאכות" און דורכגעפירט דעם רוב־ככולו פון עבודת ישראל למטה — היינט וואָס פאַר אַ35באַדייט קען האָבן אַ „קלייניקייט" וואָס מען קען דערטאָן און צוגעבן אין אונזער דור פון עקבתא דעקבתא דמשיחא?
דאַרף מען וויסן, אַז אין די „פכים קטנים" הענגט־אָפּ כביכול די שלימות פון די עבודות במשך פון די אַלע פריערדיקע גרויסע דורות; דוקא אָטדי „קלייניקייט", וואָס מיר וועלן פאַרענדיקן אין אונזער דור, זי וועט עס צוברענגען די עבודה רבה פון די „ששת ימי המעשה" (שית אלפי שניןמ) צו איר תכלית, אַז מען וועט אויף איר זאָגן ויכולו — זי וועט נשתכללמא ווערן און נתעלה ווערן אין דעם „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"מב .
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ה׳
- Id
- rh-zk9tm89b