עברית
Library

Likkutei Sichos

Mikeitz 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

213מקץג

א. אין פּסוקא שטייט: „ואת בנימין גו' פן יקראנו אסון", ברענגט רש"י אַראָפּ די ווערטער „פן יקראנו אסון" און פרעגט ; „ובבית לא יקראנו אסון" — פאַרוואָס זאָל אים, בנימין'ען, גייענדיק קיין מצרים טרעפן אַן אומגליק גיכער ווי ביים פאַרבלייבן אין הויז? און רש"י ענטפערט; „אמר ר' אליעזר בן יעקב, מכאן שהשטן מקטרגב בשעת הסכנה"ג.

איז דאָ שווער צו פאַרשטיין ;

א) אָט דער חשש, „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה", איז דאָך לכאורה גילטיק בשייכות צו די אַנדערע ברידער ניט ווייניקער ווי לגבי בנימין'ען [ואדרבה; וויבאַלד יעקב האָט שוין דאַן געוואוסט אַז זיי טראָגן אַ שולד אין יוסף'ס פאַרפאַלן ווערןד, האָט ער דאָך געדאַרפט פאַרטראַכטן אַז צוליב דעם איז לגבי זיי פאַראַן מער נתינת מקום אויף קטרוג ווי לגבי בנימין'ען] — פאַרוואָס־זשע האָט יעקב זיי יע געשיקט אין מצרים און ניט מורא געהאַט טאָמער וועט זיי טרעפן אַן אומגליק, אַזוי ווי ער האָט מורא געהאַט בנוגע צו בנימין'עןח?

ב) וואָס פאַר אַ סכנה איז באַשטאנען אינעם גיין קיין מצרים? מען קען ניט זאָגן (בדרך הפּשט), אַז דעמאָלט איז בכלל דאָס גיין איבער די וועגן געווען פאַרבונדן מיט געפאַרח — ווייל:

ערשטנס, אין די פריערדיקע סדרות ווערט דערציילט ווי אברהם, יצחק און יעקב זיינען, יעדער פון זיי, געגאַנגען אין וועג פון אָרט צו אָרטז — און מיט214קיינעם פן זיי האָט דערביי ניט פּאַסירט קין אומגליק. און ניט בלויז זיי אַליין; בשליחותם האָבן אויך אַנדערע זיך געלאָזט אין וועג צו אַנדערע מקומותח; אברהם האָט געשיקט אליעזר'ן, יצחק האָט געשיקט יעקב'ן און יעקב האָט געשיקט יוסף'ן. איז אויב דאָס וואָלט געווען אַ זאַך פון סכנה, וואָלטן זיי זיכער ניט גענומען אויף זיך די אחריות צו שיקן אַ צווייטן אין אַ מקום סכהט.

צווייטנס, אין פּרשת לך לךי זאָגט רש"י (בעת דער אויבערשטער האָט צו אברהם'ען געזאָגט „לך לך", האָט ער אים געבענטשט): „לפי שהדרך גורמת לשלשה דברים: ממעטת פרי' ורבי' וממעטת את הממון וממעטת את השם, לכך חחקק לשלש ברכות הללו כו'". איז אויב הליכה בדרך וואָלט געווען אַ סכנה, האָט דאָך דער אויבערשטער צום אַלעם ערשטן געדאַרפט אברהם'ען בענטשן אַז ער וועט בלייבן גאַנץ און אומבאַשעדיקט אין וועג, איידער ער האָט אים געבענטשט בנוגע די איבעריקע „שלשה דברים"יא. — איז דאָך מוכח אַז בנוגע זיין עצם קיום איז ניט געווען קיין באַזונדערע סכנה בדרך און ער האָט זיך דעריבער ניט גענטיטיקט אין קיין ברכה מיוחדת אויף דעם פרטיב.

ג) אויב מ'נעמט שוין אָן אַז רש"י לערנט אַז דאָס גיין קיין מצרים איז פאַר זיך אַליין געווען פאַרבונדן מיט סכנה, איז דאָך ניט מובן וואָס ער גיט אָן דערויף דעם טעם „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה" [ובפרט ווען ס'איז קענטיק פון רש"י'ס לשון, „מכאן שהשטן מקטרג בשעת הסכנה", אַז מען נעמט עס אַן אַלס אַ חידוש וואָס מען דאַרף ערשט אָפּלערנען „מכאן"] ס'איז דאָך מובן אין פּשטות (אויך אָן דעם חשש הקטרוגיג) אַז צוליב דעם וואָס ס'איז דאָ דערביי אַ סכנה האָט ער חושש געווען „פּן יקראנו215אסון". צוליב וואָס דאַרף רש"י זאָגן [און ווי אַזוי לערנט מען עס טאַקע אָפּ „מכאן"] „שהשטן מקטרג כו'"?

ד) פאַרוואָס טיטיקט זיך רש"י צו שרייבן אַז דעם פּירוש „שהשטן מקטרג כו'" האָט געזאָגט ר' אליעזר בן יעקב — וואָס איז נוגע צו דער הבנה פון דעם פּסוק ווער עס האָט געזאָגט דעם פּירוש ?

ב. אין אונזער פּרש"י, איז דאָ נאָך אַ דיוק, וואָס האָט (בעיקר) צו טאָן מיטן פּירוש פון אַן אַנדער פּסוק;

פון לשון „מכאן שהשטן מקטרג כו'" איז קענטיקיד אַז רש"י מיינט דאָ אונטערשטרייכן, אַז „מכאן" ווערט דער ענין אָפּגעלערנט, און ניט — ווי מ'וואָלט לכאורה דאָס געקענט אַרויסלערנען — פון אַ צווייטן פּסוק.

איז די שאלה דאָ; וועלכן פּסוק קומט רש"י שולל זייןטז?

ווייטער אין סדרהי ווערט דערציילט אַז לאחרי ווי די קינדער פון יעקב זיינען צוריקגעקומען פון מצרים און אים דערציילט, אַז דער מושל פון מצרים האָט זיי באַפוילן מיטצוברענגען מיט זיך בנימין'ען, האָט יעקב געענטפערט; „לא ירד בני עמכם גו' וקראהו אסון בדרך גו'".

וואָלט מען דאָך געמיינט, אַז אויך פון „וקראהו אסון בדרך" קען אָפּגעלערנט ווערן אָט דער כלל „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה" — מצד דער זעלבער קשיא „ובבית לא יקראנו אסון" [ובפרט אַז אין מדרש און ירושלמי דאָרט ווערט טאַקע דער מאמר פון ראב"י (און אויך מיטן לשון „מכאן"יז) געבראַכט אויף יענעם פּסוק] — דעריבער איז רש"י מדגיש „מכאן שהשטן מקטרג כו'": מ'קען דאָס אָפּלערנען בלויז פון אונזער פּסוק און ניט פון „וקראהו אסון בדרך", ווייל דאָרט איז יעקב'ס מורא געווען פאַרבונדן מיט אַן אַנדער ענין, ניט מצד דעם וואָס „השטן מקטרג בשעת הסכנה"יח.

ויש לומר בפשטות, אַז יעקב'ס מורא „וקראהו אסון בדרך" (נאָכן דערוויסן זיך וועגן דער פאָדערונג פון מושל מצרים) האָט געהאַט צו טאָן מיט אַ באַשטימטן חשש (ניט מצד סתם אַ קטרוג) ; ער האָט גערעכנט, אַז דער מושל מצרים איז דאָ בנוגע בנימין'ען אויסן צו טאָן אַ ניטגוטע זאַך, (בפרט ווי ער האָט געזען216יענעמס הנהגה מיט שמעון'ען). אַזוי אַרום איז פון דאָרט ניטאָ קיין ראי' אַז „השטן מקטרג בשעת הסכנה"י.

לפי"ז ווערט אָבער שווער; ווייטער אין פ' ויגשל, ווערט דערציילט ווי יהודה האָט איבערגע'חזר'ט יעקב'ס ווערטער „וקרהו אסון" אין צוזאַמענהאַנג מיט זייער וועלן מיטנעמען בנימין'ען קיין נצרים — לכאורה די זעלבע ווערטער „וקראהו אסון" וואָס יעקב האָט מיט זיי געמיינט אַ באַשטימטן חשש סכנה כנ"ל — און דאָרט איז רש"י יע מפרש „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה"כא?

ג. נוסף צו די דריי פּסוקים הנ"ל וועלכע דערציילן וועגן יעקב'ס מורא עס זאָל מיט בנימין'ען ניט פּאַסירן קיין אומגליק, איז דאָ אַ פערטער פּסוק: „ועזב את אביו ומת"כב; — און מיט די ווערטער האָבן די ברידער אויסגעדריקט זייער מורא, טאָמער וועט בנימין שטאַרבן אין וועג.

שטעלט זיך דאָרט רש"י אויף די ווערטער און איז מפרש; „אם יעזוב את אביו דואגים אנו שמא ימות בדרך שהרי אמו בדרך מתה". ולכאורה, האָט דאָך רש"י אויך יעקב'ס מורא געקענט אויסטייטשן אויפן זעלביקן אופן (וואָס דאַן וואָלט געווען מובן בפשטות פאַרוואָס יעקב האָט זיך געשראָקן דוקא פאַר בנימין'ס זיכערקייט, און ניט בנוגע זיינע אַנדערע ברידער). פון וואַנען נעמט רש"י צו מחלק זיין, אַז די מורא פון די שבטים איז געווען ווייל „אמו בדרך מתה" און יעקב'ס מורא האָט געשטאַמט דערפון וואָס „השטן מקטרג בשעת הסכנה"כג ? און אויך בשייכות צו יעקב'ן גופא — פון וואַנען איז רש"י מדייק דעם חילוק, אַז „פּן יקראנו אסון" און „וקרהו אסון" (שבפרשת ויגש) זיינען מצד דעם טעם „שהשטן מקטרג כו'", און דער „וקראהו אסון" (שבפרשתנו) האָט אויף זיך אַן אַנדער טעם?

ד. דער ביאור בכל הנ"ל;

דער טעם פאַרוואָס „ואת בנימין (דוקא) גו' לא שלח גו' פּן יקראנו אסון", ווערט דערקלערט אין דעם פּסוק גופא; נאָך די ווערטער „ואת בנימין" איז דער פּסוק מוסיף „אחי יוסף", אָנדייטנדיק דערמיט אַז ווייל בנימין איז געווען „אחי יוסף" — און לפי דעתו של יעקב איז דאָך דער אומגליק, וואָס האָט פּאַסירט מיט יוסף'ן („חי' רעה אכלתהו"כד), געקומען דערפון וואָס ער האָט זיך געפונען בדרך (וואָס דאָרט זיינען217מצוי חיות רעותכה) — האָט ער דערפאַר מורא געהאַט אַז אויך מיט זיין ברודער בנימין זאָל ניט פּאַסירן אַן ענלעכער אסון בדרך.

און הגם ס'איז פּשוט, אַז אַן איינמאָליקער אומגליק ר"ל איז ניט מחייב אַז די אומשטענדן אין וועלכע ס'האָט פּאַסירט דער אומגליק זאָלן ווערן באַטראַכט ווי אַ סכנה קבועה אויף שטענדיק און פאַר דער גאַנצער משפּחהכו — האָט שוין אָבער רש"י געזאָגט אין אַ פריערדיקער סדרהכז אַז אויך רחל'ס פּטירה איז געקומען צוליב איר זיין „בדרך"; און וויבאַלד אַז „דרך" איז שוין געווען אַ סיבה צו צוויי אומגליקלעכע פּאַסירונגען און אין דער זעלבער משפּחה, האָט יעקב דערפאַר געהאַט גענוג גרונט אָנצונעמען אַז אויך פאַר בנימין'ען באַשטייט דאָרט אַ סכנה.

ובדוגמת להמסופּר אין אַ פריערדיקער סדרהכח, וועגן תמר און די וועלכע האָבן נניט איר חתונה געהאַט, אַז נאָכן צווייטן טויט־פאַל האָט שוין יהודה ניט געוואָלט איר געבן שלה'ן פאַר אַ מאַן „כי אמר פן ימות גם הוא כאחיו", אַז היות ווי דורך תמר'ן האָט שוין פּאַסירט צוויי מאָל אַ טויט־פאַל, און ביידע מאָל — מיט שלה'ס ברידער, איז זי מחקת פאַר אַ קטלנית בנוגע שלה'ןכט.

ה. מ'קען אָבער דערויף פרעגן ; פּטירת רחל איז דאָך גאָר געקומען בעיקר* (ניט מצד דעם „דרך", נאָר) צוליב קללת יעקב „עם אשר תמצא את אלקיך לא יחי' "*20), און אין טבע — מצד „ותקש בלדתה"כ; און „דרך" איז געווען ניט מער ווי אַ גרם נוסףלא — היינט פאַרוואָס האָט יעקב אַזוי מורא געהאַט אַז בנימין'ען קאָן „דרך" אַליין שאָדן טאָןלב ?

זאָגט דערפאַר רש"י ; „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה": „דרך" פאַר זיך אַליין וואָלט טאַקע ניט געווען גענוג סיבה פאַר דער מורא „פּן יקראנו אסון"; נאָר דערביי קומט צו נאָך אַ חשש, וואָס דאַן, בשעת הסכנה, איז „השטן מקטרג". און וויבאַלד אַז בנוגע בנימין'ען האָט „דרך" מיט זיך דאָך פאָרגעשטעלט אַ געוויסע סכנה (וויבאַלד ער האָט עכ"פּ אויך גורם218געווען למיתתה של רחל, און אויך יוסף'ס אומקומען איז (לויט יעקב'ס מיינונג) געווען אויסשליסלעך פאַרבונדן מיט תנאי ה"דרך"לג) —

האָט יעקב דערפאַר מורא געהאַט „פּן יקראנו אסון", ווייל די פאַראַנענע סכנת הדרך קען גורם זיין, אַרויסרופן אַז דער שטן זאָל מקטרג זיין (ובדוגמת מיתת רחל, וואָס „דרך" האָט גורם געווען אַז איר זאָל שאַטן קללתו של יעקב).

ו. דער טעם איז שייך נאָר אין באַצוג צו יעקב'ס מורא „פּן יקראנו אסון". ווען מ'קומט אָבער צום פּסוק „ועזב את אביו ומת" וואָס די בני יעקב האָבן געזאָגט, שטעלט זיך די שאלה; זיי, די בני יעקב, האָבן דאָך געוואוסט אַז יוסף'ן האָט „דרך" ניט פאַראורזאַכט קיין שאָדןלד

(און דאָס וואָס רחל איז נפטר געוואָרן בדרך — איז עס דאָך ערשטנס געווען אַן איינמאָליקער פאַל, און, צווייטנס, איז „דרך" אויך אין דעם איינצלנעם פאַל געווען בלויז אַ טפל, כנ"ל),

האָבן זיי דאָך ניט געקענט זאָגן, אַז בנימין'ען דראָט אַ סכנה בדרך — טאָ וואָס האָבן זיי געמיינט מיט זייער מורא, אַז אויב „ועזב את אביו זמת"?

אויף דעם איז דאָרט רש"י מסביר „דואגים אנו שמאלו ימות בדרך שהרי אמו בדרך מתה"ל: וויבאַלד אַז סוף כל סוף איז „אמו בדרך מתה", איז זאָל טאַקע זיין אַז צוליב דעם קען „דרך" נאָך ניט באַטראַכט ווערן ווי אַ זיכערע סכנה, איז עס אָבער פונדעסטוועגן גענוג219אויף צו אַרויסרופן ביי זיי זאָרג, דאגה „שמא כו' "לה.

ז. אויך דעם צווייטן אויסדרוק פון יעקב'ס מורא האָבן, „וקראהו אסון בדרך גו'", קען רש"י ניט פאַרטייטשן דערמיט וואָס „השטן מקטרג בשעת הסכנה";

אויף אַ פריערדיקן פּסוקלח זאָגט רש"י „מלמד שחשדן שמא הרגוהו או מכרוהו כיוסף". ד. ה. אַז דאַןלט האָט שוין יעקב געהאַט אַ געדאַנק אַז דאָס וואָס יוסף איז „איננו" איז ניט דורך „חי' רעה אכלתהו". און וויבאַלד אַזוי, איז דאָך פאַרשטאַנדיק בפּשטות אַז דאָס וואָס ער האָט ניט געוואָלט בנימין'ען מיטשיקן מיט זיי, איז עס ניט מצד „השטן מקטרג בשעת הסכנה", ווייל

(א) דעם טעם אויף יעקב'ס מורא „וקראהו אסון" — זאָגט דער פּסוק גופא, אַז דאָס איז ווייל „יוסף איננו ושמעון איננו ואת בנימין תקחו" ; ער האָט מורא געהאַט זיי זאָלן מיטנעמען בנימין'ען ווייל ער האָט חושד געווען אַז זיי האָבן בדעה צו טאָן אים עפּעס אַ רעהמ [אָדער אַז זיי וועלן יעדנפאַלס ניט באַמיען זיך צו שיצן אים אין מצריםמא, אַז ער זאָל ניט אַרעסטירט ווערן וכדומהמב], אַזוי ווי זיי האָבן געטאָן בנוגע יוסף'ן און שמעון'עןמג.

(ב) לאחרי ווי יעקב האָט געטראַכט אַז דאָס וואָס יוסף איז „איננו" איז ניט דורך „חי' רעה אכלתהו", און במילא ניט פאַרבונדן מיט „דרך" — האָט ער דאָך ניט געקענט האַלטן אַז „דרך" איז אַ סכנה פאַר בנימין'ען, היות אַז דער גאַנצער טעם וואָס ער האָט פריער געהאַלטן אַזוי איז געווען מצד דעם וואָס בנימין איז „אחי יוסף".

און דאָס וואָס ער האָט געזאָגט „וקראהו אסון בדרך", איז זיין הדגשה דערביי — ניט ביים וואָרט „בדרך", נאָר „בדרך אשר תלכו בה", און ווי ער באַטאָנט אויך אין ווייטערדיקן פּסוק: „לא ירד בני עמכם"מד.

220ח. אַנדערש איז אָבער ביים פּסוק „וקרהו אסון" אין פ' ויגש, וואו יהודה האָט אָט די ווערטער פון יעקב'ן איבערגעזאָגט פאַרן מושל מצרים — דאָרט איז דאָך פאַרשטאַנדיק בפּשטות אַז דעם חשד אויף זיי וואָס יעקב האָט אויסגעדריקט אין די ווערטער, האָבן זיי פאַרן מושל מצרים ניט געקענט אַרויסברענגען. לערנט דאָרטן רש"י אַז פאַרן מושל מצרים האָט מען יעקב'ס מיין מיט די ווערטער „וקרהו אסון", אויסגעטייטשט באופן אחר ; „השטן מקטרג בשעת הסכנה".

און דעריבער האָבן זיי פאַר דעם מקדים געווען דאָס וואָס יעקב האָט געזאָגטמה „ואומר אך טרוף טורף" — אַז ער (יעקב) נעמט אָן אַז יוסף איז אומגעקומען דורך אַ חי' רעה, בדרך, ווייל דוקא נאָך דער הקדמה איז אויסגעהאַלטן דער טעם „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה", כנ"ל באריכות.

ט. לאחר כל הביאור בלייבט דאָ נאָך אַ שאלה אין דעם פירוש „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה", וואָס די שאלה פאַרענטפערט רש"י דערמיט וואָס ער גיט אָן אַז דעם פירוש האָט געזאָגט ר' אליעזר בן יעקב (נאָר היות אַז בדרך הפשט איז דאָס ניט קיין גרויסע שוועריקייט — (און וועט ערשט קומען שפּעטער, כדלקמן) — באַנוגנט זיך דעריבער רש"י מיט אַן אויפקלערונג בדרך רמז, דורך ברענגען דעם נאָמען פון דעם בעל המאמר).

אַ חזקה ווערט בכלל באַשטימט דורך דריי מאָל, און ווי דער תלמיד וועט לערנען ווייטער, אין פּ' משפּטיםמו, וועגן דעם דין פון אַ שור המועד — אַז דוקא דורכדעם וואָס „נגח הוא מתמול שלשום", ווען ער האָט שוין געשטויסן דריי מאָל, ווערט ער מוחזק פאַר אַ נגחן. און וויבאַלד אַזוי, קען מען פרעגן: דעם שאָדן וואָס „דרך" האָט פאַראורזאַכט צו משפּחת בנימין געפינט מען בלויז ביי צוויי פאַלן — איינמאָל ביי זיין מוטער רחל און איינמאָל ביי זיין ברודער יוסף — טאָ ווי אַזוי האָט עס שוין יעקב אָנגענומען ווי אַ חזקת סכנה פאַר בנימין'ען? אָט די קשיא באַוואָרנט רש"י דורכן זאָגן אַז אָט דעם פּירוש „שהשטן מקטרג בשעת הסכנה" זאָגט ר' אליעזר בן יעקב (כדלהלן סעיף יב).

יו"ד. די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויך פריער, ביי די ווערטער „פּן ימות גם הוא כאחיו" וואו רש"י פאַרטייטשט „מוחזקת היא זו שימותו אנשי'"; ווי אַזוי קען תמר באַצייכנט ווערן ווי „מחזקת שימותו אנשי' " בעת דאָס האָט לפּועל פּאַסירט בלויז צוויי מאָל (דער פאַל פון ער און דערנאָך פון אונן)? און לפי הנ"ל איז דאָך ממה נפשך; אויב בעניננו געפינט רש"י פאַר נויטיק צו באַוואָרענען אָט די קשיא, האָט ער עס געדאַרפט באַוואָרענען אויך ביי „מוחזקת" פון תמר; און אויב דאָרטן שטעלט ער זיך ניט אָפּ אויף דעם — אָננעמענדיק אַז דאָס איז ניט בסתירה צו דעם וואָס ביי שור המועד פאָדערט זיך דוקא דריי נגיחות, ווייל עס קען זיין אַז באַ געוויסע ענינים זאָל ניט זיין קיין חזקה סיידן דורך דריי מאָל און ביי אַנדערע איז גענוג צוויי מאָל — האָט דאָך רש"י לפי זה אויך אין אונזער פאַל געקענט לכאורה אויסקומען אָן דער באַוואָרעניש, און ניט אַראָפּברענגען דעם נאָמען ראב"י ?

221איז דער ביאור אין דעם ; אין גמ'47) איז דאָ אַ פּלוגתא צווישן רבי און רשב"ג; רבי זאָגט אַז בתרי זימני הוי חזקה און רשב"ג האַלט בתלתא זימני הוי חקה. פירט דאָרט אויס די גמרא, אַז ביי נשואין און מלקיות בלייבט דער דין ווי רבי; און ביי וסתות ושור המועד איז די הלכה ווי רשב"ג.

אין וואָס באַשטייט דער חילוק צווישן נשואין (און מלקיות) מיט (וסתות און) שור המועד ? פאַראַן48) וואָס זיינען מסביר דעם חילוק דערמיט, זואָס נשואין ומלקיות זיינען האַרבער פון וסתות ושור המועד, איז מען דעריבער ביי זיי מער מחמיר צו חושש זיין פאַר אַ חזקה אויך מיט „תרי זימני".

לויט דער שיטה וואָלט געווען רעכט: כשם ווי „פּן ימות גם הוא כאחיו" — אַן ענין פון „נשואין" — ווערט זי אַ מוחזקת אויך דורך צוויי מאָל, ווייל דאָרט איז פאַראַן דער חומר פון פּקוח נפשות; אַזוי איז אויך מובן בנדו"ד; וויבאַלד אַז אויך „דרך" איז דאָ פאַרבונדן מיט פּקוח נפשות, איז בלויז צוויי מאָל גענוג אויף צו חושש זיין.

אָבער רש"י זאָגט דאָרט אין גמרא; „איכא מילתא דמחזקינן לה בתרי זימני ואיכא מילתא דבעינן תלתא זימני", ד. ה. אַז דאָס וואָס ביי נשואין (און מלקיות) קומט די חזקה דורך צוויי מאָל, איז עס (ניט מצד זייער האַרבקייט לגבי די אַנדערע, נאָר) צוליב דעם וואָס דאָס זיינען אַזעלכע זאַכן וואו די סברא גיט אַן אָרט אַז עס זאָל זיך שאַפן אַ חזקה שוין דווך „תרי זימני".

יא. דער אונטערשייד צווישן נשואין און שור המועד איז אַזוי פּשוט, אויך

47) יבמות סד, ב.

48) רא"ש שם סה, רע"א. נמוקי יוסף שם. וראה גם שו"ת הצ"צ יו"ד סי' ג' סק"ז ובהנסמן שם. לויט דרך הפּשט, אַז רש"י (אפילו בפירושו עה"ת, וואָס ער האָט געשריבן אויך פאַר אַ בן חמש למקרא) דאַרף עס גאָרניט מפרש זיין;

בשעת עס האַנדלט זיך וועגן אַזאַ פאַל וואו די חזקה באַשטימט אַז די זעלבע תוצאות וועלן מחן קומען נאָכאַמאָל, ווייל שוין דער עצם מציאות פון דעם דבר המוחזק איז זיי מחייב און גורם — אַזוי ווי דאָס איז ביי אַ „קטלנית", וואָס ווערנדיק „מוחזקת שימותו אנשי'" נעמט מען אָן אַז איר „מעין"מט האָט די טבע צו גורם זיין מיתה — דאַן איז גענוג בלויז צוויי מאָל צו שאַפן די חזקהנ. אָבער אַנדערש איז עס דאָרט וואו עס רעדט זיך אין אַ פאַל, וואָס אויך נאָכן ווערן מוחזק צו גורם זיין אַזעלכע תוצאות, זיינען זיי נאָך אַלץ אָפּהענגיק פון נאָך אַ צוגאָב־גורם

[און אַזוי איז עס ביי אַ שור המועד, וואָס אויך נאָך דער חזקה, ווערט דער שור ניט פאַרוואַנדלט אין אַ זאַך וואָס איר מציאות אַליין מוז ברענגען נאַטירלעך דעם שאָדן פון נגיחה (אַזוי ווי ביי קטלנית וואָס איר גורם זיין צו מיתה איז אַן ענין טבעי, אינגאַנצן אומאָפּהענגיק פון איר רצון), דערצו פאָדערט זיך ער זאָל אויך טאָן די פעולה פון נגיחה (און דאָס איז דאָך פאָרט תלוי אין אַ געוויסן אויסדרוק פון „ווילן" מצד דעם שור)נא]

222— דאָ איז שוין ווייניקער עלוליות, און דערפאַר קען מען פאַרשטיין וואָס אין אַזאַ פאַל ווערט די חזקה ערשט נאָכן דריטן מאָל.

עפי"ז דאַרף מען זאָגן, אַז אויך בנדו"ד — וויבאַלד אַז אפילו ביי דער משפחה גופא, האָט „דרך" געבראַכט דעם „אסון" ניט דירעקט; עס איז וואָס דער דרך האָט געגעבן די געלעגנהייט לפעולת הסיבה פון דעם טויט־אומגליק — דאַרף דאָך אויסקומען (און מיט אַ כש"כ פון שור המועד) אַז בלויז צוויי מאָל זאָל ניט זיין גענוג צו שאַפּן אַ חזקה, און בכן איז הדרא קושיא לדוכתא.

דעריבער זאָגט רש"י אַז דעם פי' האָט געזאָגט ראב"י, וואָס לויט זיין שיטה ווערט פאַרשטענדלעך וואָס ביי „דרך" ווערט אַ חזקה אויך דורך צוויי מאָל.

יב. בנוגע דעם זמן ווען מען הויבט אָן צו עובר זיין אויף „בל תאחר" (ווען אימעצער פאַרשפּעטיקט זיך צו ברענגען די צוגעזאָגטע נדרים ונדבות אין ביהמ"ק) איז אין גמרא82) פאַראַן אַ פּלוגתא; ס'איז דאָ אַ דיעה אַז דאָס הויבט זיך אָן נאָכדעם ווי עס גייען דורך דריי רגלים (פון זינט זיין מנדר ומנדב זיין) און ער האָט נאָך ניט געבראַכט די נדרים ונדבות (און רש"י בפּירושו עה"ת58) נעמט אָן ווי די דעה) — אָבער ראב"י האַלט „כיון שעברו עליהם שני רגלים עובר בבל תאחר".

און מיר זעען דאָך, אַז דער לאו פון „בל תאחר" איז פאַרבונדן מיט „דרך", ווי רש"י84) זאָגט דעם טעם פאַרוואָס לכתחילה דאַרף מען זעהן זיך באַמיהען צו מקריב זיין די נדרים און נדבות גלייך ביים ערשטן רגל, ווייל „שמא יקשה לו לחזור ולעלות לירושלים ולהקריב נדריו ונמצא עובר בבל תאחר".

היינט וויבאַלד ראב"י האַלט אַז ביים ענין פון „בל תאחר", זייענדיק פאַרבונדן מיט די שוועריקייטן פון „לחזור ולעלות" — פון גיין „בדרך", איז מען עובר אויף „בל תאחר" בעת עס גייען דורך בלויז „שני רגלים" — איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז לויט שיטת ראב"י דאַרף „דרך" שאַפן אַ חזקה ביי צוויי מאָל אויך אין אונזער פאַל.

און דאָ זעט מען (ווי מען זעט עס אין אַ סך ערטער בפירושו) די „ענינים מופלאים"65) וואָס זיינען פאַראַן אין פּי' רש"י; און ווי אַלע פירושי רש"י זיינען אויסגעבונדן איינע מיט דער צווייטער, ביז אַז בכדי צו פאַרשטיין ניט נאָר דעם פּשט נאָר אויך די רמזים וענינים מופלאים פון זיינעם אַ פּירוש אין פּ' מקץ דאַרף מען אויך וויסן וואָס ער לערנט אונז בפּירושו אין מס' יבמות און אין פּרשת פּנחס.

(משיחות ש"פ מקץ וש"פ ויגש תשכ"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-bb5d6dnz

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources