עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeishev 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

185וישבב

א. ביים פּסוק „זנתה תמר כלתך גו' הוציאוה ותשרף"א שטעלט זיך רש"י צום ענדע אויף „ותשרף" און זאָגטב; „אמר אפרים מקשאה משום ר' מאיר בתו של שם היתה שהוא כהן לפיכךג דנוה בשריפה".

איז אין דעם ניט מובן;

א) דער דין אַז אַ בת כהן שזינתה קומט איר דערפאַר שריפה, ווערט ערשט דערמאָנט אין פּרשת אמורד, אָבער קודם זמן הציווי (אפילו לאחרי מ"תח) האָט פאַר דעם ניט געקומט קיין שריפה — היינט ווי האָט מען תמר'ן פאַר'משפּט לויט דעם דין, מיט אַזויפיל זמן פריער?

ב) אפילו נאָכדעם ווי דער דין איז שוין אָנגעזאָגט געוואָרן, איז ער חל דוקא ווען „זנתה מן האירוסין או מן הנשואין" און „הכל מודים שלא דיבר הכתוב בפּנוי'"ח; אָבער תמר איז דאָך דאַן געווען אַ פּנוי', ווייל דאָס האָט פּאַסירט לאחרי מיתת בעלהז?

ב. פאַראַן מפרשים וואָס לערנען, אַז אין יענע דורות האָט זיך געפירט אַז אַ שומרת יבם שזינתה האָט מען דן געווען לשריפה, ווייל אַ שומרת יבם186האָט זיך דאַן גערעכנט ווי אַן אשת אישח.

אין רש"י קען מען אָבער ניט איינלערנען אַז דאָס וואָס מען האָט תמר'ן דן געווען לשריפה ווי אַ בת כהן שזינתה, איז עס מחמת דעם וואָס אַלס שומרת יבם, האָט זי אויף זיך געהאַט דעם גדר פון אַן אשת אישט — ווייל

א) אין פּירוש רש"י ווערט אין ערגעץ ניט דערמאָנט אַז אַ שומרת יבם איז ווען עס איז פאַררעכנט געוואָרן ווי אַן אשת איש.

ב) לויט פּירש"י איז מוכרח אַז תמר האָט איבערהויפּט ניט געהאַט אויף זיך דעם דין פון שומרת יבם, כדלהלן.

ג. ס'איז שוין אַמאָל גערעדט געוואָרן באריכות, אַז איינער פון די טעמים וואָס אין זיין פּירוש אויף „וכל בנותיו"י באַנוגנט זיך ניט רש"י מיט דעת ר' יהודה אַז „בנותיו" מיינט כפּשוטו, יעקב'ס טעכטער, נאָר ברענגט אויך די דעה פון ר' נחמי' אַז עס מיינט „כלותיו" (אעפּ"י אַז אין פּשטות איז דער טייטש בנותיו: טעכטער) איז — ווייל לויטן פּירוש פון ר' יהודה'ן איז מוכרח אַז די שבטים האָבן חתונה געהאַט מיט זייערע שוועסטעריא (מן האב, וואָס זיינען מותר לבני נחיב), און אין פּשטות לייגט זיך צו זאָגן אַז די שבטים, בחיי יעקב עכ"פּ, האָבן געהיט כל התורה עד שלא ניתנהיג.

יתרה מזה בנוגע איסור יבמה לשוק; וויבאַלד מען געפינט בנוגע צו מצות יבום אַז בכללות האָט יהודה אָפּגעהיט די מצוה — וואָרום ער האָט דאָך געזאָגט צו אונן „בא אל אשת אחיך ויבם אותה גו'"יד, איז די סברא פּשוטה אויך מחייב אַז ער האָט זיך אָפּגעהיט (אפי' לדעת ר' יהודה) אויך אין דעם לאו „לא תהי' אשת המת החוצה לאיש זר", וויבאַלד אָט־די שלילה וואַקסט אַרויס פון דעם חיוב אַז „יבמה יבא עלי' גו'"יח.

איז דאָך אויב אַזוי קשה וואָס רש"י טייטשטיח אַז „ולא יסף עוד לדעתה" מיינט (לויט פּירוש הב') „לא פּסק": ווי קען מען זאָגן אַז יהודה האָט דערנאָך גענומען תמר'ן — זי איז דאָך געווען אַ שומרת יבם לשלהכז, וועלכער איז געווען מבאי מצרים?

187אפילו אַז מען וועט איינלערנען, אַז לויט ר' יהודה'ן האָט טאַקע יהודה ניט אָפּגעהיט דעם איסור יבמה לשוק (און מען וועט מחלק זיין צווישן דער עשה „יבמה יבא עלי'" און דעם לאו „לא תהי' אשת המת החוצה גו'"; אָדער מען וועט אויסטייטשן, אַז מיטן זאָגן „ויבם אותה" איז יחודה ניט געווען אויסן דעם קיום פון מצות יבום, נאָר ווייל אַזוי איז דעמאָלט געווען דער מנהגיח), וואָס עפּי"ז וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן אַז דער פּי' „לא פּסק" קומט אויס נאָר אליבא דר' יהודה, דאַקעגן לויט ר' נחמי' וועט „לא יסף" געטייטשט ווערן, ווי רש"י לערנט אין זיין ערשטן פּירוש: „לא הוסיף"יט —

וועט אָבער נאָך אַלץ בלייבן שווערכ: לדעת ר' נחמי' אַז די שבטים האָבן (דעמאָלט) יע מקיים געווען כל התורה עד שלא ניתנה, קומט דאָך אויס אַז איך שיהי' האָט יהודה פריער עובר געווען אויף אַן איסור במעשה תמר (ס'איז בלויז וואָס דער איסור איז באַגאַנגען געוואָרן בשוגג, ווייל „לא ידע כי כלתו היא"כא) — און ווי איז שייך צו זאָגן (א) אַז מען זאָל אים מלמעלהכב דערפירן צו דעםכג; (ב) און אַז דוד המלך וכו' ביז צו מלך המשיח זאָלן אַרויסקומען פון אַ ביאה וועלכע איז אסור — לויט188דער הנהגה וואָס מ'האָט אויף זיך גענומעןכד?

נאָר דער ביאור אויף דעם איז, אַז עפּ"י דרך הפּשט איז אין דעם גאַנצן ענין מלכתחילה קיין קשיא ניטאָ; דער איסור פון „לא תהי' אשת המת החוצה גו'" קומט אַרויס ווי געזאָגט, ווי אַ תוצאה פונעם אָנזאָג „יבמה יבא עלי'". אשר ע"כ בנדו"ד (איז אע"פּ אַז מ'וועט זאָגן אַז די שבטים האָבן מחמיר געווען וקיימו כל התורה כולה) האָט אָבער שלה תמר'ן ניט געטאָרט מייבם זיין מצד דעם וואָס „מוחזקת היא זו שימותו אנשי'"כו, איז בדרך ממילא בטל דער גאַנצער ענין פון יבמה לשוק; און מצד דער זעלבער סיבה איז זי אויך ניט געווען אונטערגעוואָרפן דעם ענין פון חליצה — ווייל דער גאַנצער ענין פון חליצה (אויך עפּ"י דרך הפּשט) איז דוקא גילטיק אין פאַל ווען „לא יחפּוץ האיש לקחת את יבמתו"כ, אָבער ניט בשעת ער טאָר איר ניט מייבם זייןכז.

ד. לכאורה קען מען נאָך אָבער אַלץ פרעגן אַ קשיא (לדעת ר' נחמי') ; תמר איז דאָך געווען כלתו של יהודה — איז דאָך דערין געווען דער איסור פון „ערות כלתך לא תגלה"כח? דער אמת אָבער איז, אַז בנדו"ד איז ניט שייך (עפּ"י דרך הפּשט) דער איסור פון כלתוכט;

א) אויף „ערות אשת אביך"ל זאָגט רש"י „לרבות לאחר מיתה" — איז וויבאַלד אַז מען דאַרף האָבן אַ ספּעציעלן ריבוי צו אסר'ן אשת האב אויך לאחר מיתתו של האב, איז דערפון מוכח אַז — לשיטת רש"י ובפרט בלימוד ע"ד הפּשט — איז ביי אַנדערע ענלעכע עריות — ובכללם אויך „אשת בנך" — פאַלט אַוועק דער איסור לאחר מיתה. און היות אַז תמר איז געווען אַן אלמנה, איז זי במילא ניט געווען אסור צו יהודה'ן מצד אשת בנו.

ב) אפילו אויב מען זאָל זאָגןלא, אַז189פון אשת אב לערנט מען אָפּ דעם איסור לאחר מיתה אויך בנוגע אַלע אַנדערע איסורי עריותלב — איז אָבער דער איסור פון „כלתך" אַנדערש ווי די איבעריקע; וויבאַלד דער פּסוק איז מבאר דעם טעם האיסורלג מצד „תבל עשו — מבלבלין זרע האב בזרע הבן"לד, איז מסתבר, אַז לאחר מיתת הבן (אָדער ווען גרשהלו) ווען ס'איז מער ניטאָ דער חשש פון אָט־דעם טעם, פון בלבול — איז זי מותר לאביו.

ג) נאָך מער: אפילו את"ל אַז בכלל — איז אויך לאחרי מיתה פאַראַן דער טעם האיסור, ווייל אויך מצד זרע הבן פון אַמאָל הייסט עס שפּעטער „תבל"לח לגבי דעם אב — איז עס אָבער ניט שייך כלל בנדו"ד ; וויבאַלד ער ואונן האָבן משחית געווען את זרעםלז, פּאַסט דאָ ניט דער גאַנצער ענין פון „תבל".

ה. עפּ"י הנ"ל (סעיף ג'), אַז תמר האָט ניט געהאַט אַ דין פון שומרת יבם, קומט דאָך אויס אַז (ניט בלויז האָט זי ניט עובר געווען אויף אַן איסור מיתה — וואָרום זי איז דאָך געווען אַ פּנוי' — נאָר) זי האָט בכלל ניט עובר געווען אויף קיין שום איסור, אפילו ניט אַ איסור190לאו. אם כן ווערט די קשיא נאָך שטאַרקער: פאַרוואָס האָט מען איר פאָרט דן געווען בשריפה?

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדם וואָס עס ווערט דערציילט אין דער פריערדיקער סדרהלח, אַז שמעון ולוי האָבן גע'הרג'עט „את חמור ואת שכם בנו" און אויך „כל זכר" פון דער שטאָט שכם. ולכאורה; ווי אַזוי האָבן זיי עס געמעגט טאָן — ס'איז דאָך אַן איסור פון שפיכת דמים (וואָס אויך ב"נ זיינען מצווה אויף דעםלט) ?

מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס „האומות גדרו עצמן מן העריות"מ איז געווען אָנגענומען אויף אַזאַ אופן, אַז דער וואָס וועט ברעכן אָט־דעם גדר וועט אים דערפאַר קומען אַן עונש פון מיתה. און דערפאַר האָט שכם'ען געקומט מיתה עפּ"י דיןמא — ווייל די הגדרה האָט געהאַט אַ תוקף עפּ"י דיןמב.

[נאָך מער געפינט מען; אויך ווען אַ יחיד האָט אויף זיך מקבל געווען אַ געוויסן ענין אויף אַן אופן אַז אויב ער וועט עס ניט אויספירן זאָל אים (אָדער אַזאַ וואָס איז לגמרי ברשותו) קומען מיתה, איז מוכרח מפּשטות הכתובים אַז די קבלה האָט געהאַט אַ תוקף עפּ"י דין. און דאָס איז דער הסבר וואָס ראובן האָט געזאָגטמג „את שני בני תמית אם לא אביאנו אליך" (און אויך יעקב האָט דאָס אָפּגעפרעגט בלויז מיטן נימוקמד „וכי בניו הם ולא בני" — און ניט191אַז די הבטחה איז אויף אַ זאַך שאסור לעשותו) — ווייל (לויטן דרך הפּשט), האָט מען פאַר מ"ת געקענט באַקרעפטיגן די קבלה פון אַ געוויסע זאַך — ביז צו מחייב זיין זיך, אָדער די קינדער, עפ"י דין מיטן עונש פון מיתה פאַרן ניט דורכפירן אָט־די קבלהמח.

ועפּי"ז קען מען אַזוי אויך זאָגן בנוגע צו תמר'ן, אַז דאָס וואָס מען האָט זי דן געווען לשריפה, איז עס געווען (ניט צוליב דעם איסור הפּסוק „ובת איש כהן גו'" פון פ' אמורמ, נאָר) דערפאַר וואָס דער דעמאָלטיקער גדר בנוגע אַ בת כהןמז איז געווען אָנגענומען באופן כזה, אַז אויב זי וועט מזנה זיין זאָל איר דערפאַר קומען שריפהמח.

ו. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: אויב אַלס אַ בת כהן שזינתה האָט תמר'ן דאַן יע געקומט שריפה, פאַרוואָס האָט איר מער ניט געקומט דער עונש נאָך דעם וואָס יהודה האָט מודיע געווען „ממני היא מעוברת"מט?

דער ביאור איז; אויף „הכזונה יעשה את אחותינו"פ זאָגט רש"י; „הכזונה — הפקר"פא. וואָס דער פּירוש דערפון איז, אַז „זונה" הייסט דוקא אַזאַ וואָס איז זיך מפקיר צו זנות. (און דעריבער שטייט ביי דינה'ן „הכזונה", מיט אַ כ"ף הדמיון, ווייל ביי איר האָט דאָס פּאַסירט בדרך אונס).

פון דעם איז מובן בנוגע לעניננו; בשעת מען האָט זיך דערוואוסט אַז תמר איז מעוברת, האָט מען אָנגענומען אַז „זנתה תמר גו' הרה לזנונים"א. אָבער ווען יהודה האָט צו וויסן געגעבן אַז „ממני היא מעוברת", האָט מען איינגעזעהן אַז זי איז ניט קיין מופקרת, האָט איר ניט געקומט קיין עונשסב.

ז. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז ווען רש"י איז מעתיק אַ פּירוש פון חז"ל אין גמרא אָדער מדרש, ברענגט ער ניט אַראָפּ דעם נאָמען פון בעל המאמר אפילו דאַן ווען אין גמרא אָדער מדרש ווערט ער יע אָנגעגעבן — סיידן אין פאַל וואָס דורך דעם ווערט פאַרענפערט אַ געוויסע שוועריקייט אין דעם פּיחוש (נאָר ווייל די שוועריקייט איז ניט קיין האַרבע, ניט מוכרח בדרך לימוד פשוטו של מקרא — געפינט ניט רש"י פאַר נויטיק צו באַוואָרענען דאָס בפירוש און באַנוגנט זיך בלויז מיט אַ רמז אויף'ן תירוץ דורך אָנגעבן דעם נאָמען פון בעל המאמר).

וואָס איז די שוועריקייט אָדער די ניט־גאַטיקייט אין אונזער פסוק, וואָס ווערט פאַרענטפערט דורך דעם וויסן אַז דעם פּירוש האָט געזאָגט אפרים מקשאה משום ר' מאיר?

די מעשה פון יהודה ותמר האָט פּאַסירט (לכה"פּ) נאָענט צו זיבעציק יאָר192לאחרי מיתת שםסג. דערצו האָט שוין תמר ביז דאַן צוויי מאָל חתונה געהאַט — וואָס דורך נשואין ווערט נפסק דער קשר מיט בית אבי'סד (וואָס דערפאַר ווערט זי אין פּסוק אין ערגעץ ניט דערמאָנט אַלס בתו של שם, נאָר ווי כלתו של יהודה). היינט ווי אַזוי האָט מען זי דן געווען בשריפה מחמת דעם וואָס „בתו של שם היתה"?

דעם ענטפער אויף דעם איז רש"י מרמז דערמיט, וואָס אָט דעם פּירוש האָט געזאָגט אפרים מקשאה משום ר' מאיר ;

מיר געפינען שיטת אפרים מקשאה משום ר' מאירסו (דעם טעם וואָס דוקא עובדי' האָט געזאָגט די נבואה פון מפּלת אדום, ווייל): „עובדי' גר אחומי הי'" און דערפאַר איז דוקא דורך אים געזאָגט געוואָרן די נבואה וועגן מפּלת אדום ווייל „מיני' ובי' אבא ניזיל88) בי' נרגא" (פון וואַלד גופא קומט דאָס הענטל צו דער האַק, אויף צו האַקן — דעם וואַלד).

איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק; עובדי' איז געווען בזמן שבית המקדש ראשון הי' קיים, און די מפּלה פון אדום (וואָס ווערט אָנגעזאָגט בנבואת עובדי') וועט ערשט זיין (בקרוב ממש) בימי המשיח — אין דער צייט פון „ועלו מושיעים בהר ציון לשפּוט את הר עשו והיתה לה' המלוכה"נז — היינט אין וואָס באַשטייט דער צוזאַמענבונד צווישן עובדי', וואָס איז לאַנג אַמאָל געווען אַן אדומי, צו193דעם זמן און מצב של אדום מיט אַזויפיל יאָרן שפּעטער, לע"ל? דערפון האָט מען אַ באַווייז, אַז אפרים מקשאה משום ר' מאיר האַלט; טראָץ דעם לענגערן ריחוק הזמן מיט די פילצאָליקע ענדערונגען דורך דער צייט — בלייבט עס נאָך אַלץ דער זעלבער ענין88).

נאָך אַ מאמר איז פאַראַן פון אפרים מקשאה משמי' דר' מאיר89) (דער טעם פאַרוואָס אברהם האָט צוזאַמען מיט די „חמאה וחלב ובן הבקר"060) ניט געבראַכט אויך לחם צו די מלאכים כאָטש ער האָט געזאָגט צו שרה'ן „לושי ועשי עוגות"א): „אברהם אבינו אוכל חולין בטהרה הי', ושרה אמנו אותו היום פרסה נדה". שטעלט זיך די שאלה: פון לשון „א"א אוכל חולין בטהרה הי'" גופא, איז מוכח אַז אכילת חולין בטהרה איז אַ הידור וואָס בלויז אברהם האָט אים אָפּגעהיט, דאַקעגן די אורחים זיינען דאָך ניט מחוייב צו זיין קיין מהדרים; ובפרט אַז אברהם האָט זיי אָנגענומען אַלס עובדי ע"ז82) — האָט ער — אַלס מכניס אורח בהידור ביותר — זיי געדאַרפט געבן עסן דעם לחם אויךסח?

מח מען זאָגן, אַז אפרים מקשאה משמי' דר"מ האַלט ; בשעת אימעצער געפינט זיך ביים אַנדערן אין הויז, מוז ער זיך פירן לויט אַלע חומרות והידורים ווי דער בעל הבית — אפילו ווען מצד עצמו איז דער אורח ווייט פון אַזאַ הנהגה. במילא איז פאַרשטאַנדיק דער טעם וואָס אברהם האָט ניט געגעבן די אורחים פונעם לחם, ווייל זייענדיק דאַן בביתו (של אברהם), האָבן אויך זיי געדאַרפט זיין אָפּגעהיט צו עסן חולין בטהרהד.

און דורך אָט־די צוויי מאמרים פון אפרים מקשאה משום ר"מ, ווערט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מען האָט תמר'ן דן געווען לשריפה:

א) ווייל זי איז, ניט געקוקט אויפן ריחוק הזמן און שינוי מצבה, נאָך אַלץ פאַרבליבן — בתו של שם און האָט אויך איצט אַ שייכות צו אים.

ב) און נאָכמער; וויבאַלד יהודה האָט איר אָנגעזאָגטסה „שבי אלמנה בית אביך" און זי האָט אים געפאָלגט, האָט זי בכן זיך געדאַרפט פירן בהסכם צו בית אבי' — ווי אַ בת כהן.

ח. עס איז שוין פיל מאָל גערעדט געוואָרן, אַז פּירש"י עה"ת — כאָטש עיקר ענינו איז פשוטו של מקרא —194אַנטהאַלט עס אין זיך אויך ענינים פון הלכה, און (מכ"ש 86)) ענינים פון פּנימיות התורה, ובלשון רבותינו: „יינה של תורה"סז.

און אַזוי אויך דאָ ; דערמיט וואָס רש"י שרייבט אַז דעם פּירוש „בתו של שם היתה כו'" האָט געזאָגט אפרים מקשאה משום ר' מאיר, ווערט פאַרשטאַנדיק אַן ענין אין הלכה און אַן ענין אין פּנימיות התורה.

ט. דער אַלטער רבי פּסק'נט להלכהסט „שלא נאמר את אבי' היא מחללת אלא כשזינתה בעדים והתראה וכשהעידו בפני סנהדרין"89). לפי"ז קומט אויף די קשיא: ווי אַזוי האָט מען תמר'ן דן געווען לשריפה ווי אַ בת כהן? אָט־דער עונש קומט איר דאָך נאָר צוליב דעם וואָס „את אבי' היא מחללת"ע — און ביי תמר'ן זיינען דאָך ניט געווען קיין עדים והתראה און ניט קיין העדאה בפני סנהדריןעא?

אָט די שוועריקייט באַוואָרנט רש"י דערמיט וואָס ער גיט צו די ווערטער „אמר אפרים מקשאה משום ר"מ"; ווייל אפרים מקשאה גייט לשיטתו, אַז אויך ווען די שייכות איז אַ גאָר ווייטע (אין מציאות, זמן אָדער ענין), בלייבט אַלץ אַ צובונד ושייכות — און דעריבער אפילו ווען זינתה שלא בעדים כו' איז פאָרט „אבי' היא מחללת", און דערפאַר איז דער פּסק דין „הוציאוה ותשרף".

יו"ד. אויפן פּסוק „הוציאוה ותשרף" שטייט אין זהרעב „בשלהובי טיהרא בגלותא". אַז דורך ירידת הנשמה (וועלכע ווערט אָנגערופן „בת איש כהן"עג) אין גלות — „הוציאוה בגלותא", ועד"ז דורך איר ירידה למטה אין גוף (אפילו בזמן הבית), ווערט זי נתעורר „בשלהובי טיהרא" — „ותשרף", מיט רשפּי אש האהבה צום אויבערשטןעד, וואָס ווערט אָנגערופן „כהן"עה.

איז דאָך ניט מובן: וויבאַלד אַז די נשמה שטייט שוין אין אַ מצב פון195„הוציאוה", זי איז אַרויס פון בית אבי', טאָ ווי קען זי נתעורר ווערן מיט אַן אהבה ברשפּי אש ץ אויף דעם איז דער ביאור: „אפרים מקשאה משום ר"מ" — וויבאַלד די נשמה נעמט זיך פון אויבערשטן, איז וואָס פאַראַ ירידות ושינויים זי זאָל ניט חורכגיין, ביז צו „הוציאה", פאַרבלייבט זי אַלעמאָל אַ „בת כהן", און ביי איר טוט זיך אויף דער „ותשרף".

ועפּי"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער דיוק ל' הכתוב „ויאמר יהודה הוציאוה ותשרף";

די נשמה שלמטה שטייט דאָך פאָרט אין אַ נצב פון „הוציאוה — בגלותא", און בכדי עס זאָל זיך ביי איר אויפטאָן דער „ותשרף" דאַרף אין איר נתגלה ווערן עצם הנשמה וואָס איז ניט מיטגעגאָנגען אין גלותע — מוז מען דעריבער אָנקומען צו בחי' יהודה, די עבודה פון הודאהיז וקבלת עול וואָס רירט אָן אין עצם הנשמהעח און איז זי ממשיך און מגלה אויך אין דער נשמה שבגוף.

יא. דערמיט וועלן אויך פאַרשטאַנדיק ווערן די צוויי „סברות הפוכות" וואָס זיינען געווען בנוגע צו תמר'ן; לכתחילה האָט מען אָנגענומען אַז מצד דעם וואָס „זנתה תמר כלתך" דאַרף זיין „הוציאוה", וכפּירוש הזהר — בגלותא ; און דערנאָך איז אין צוזאַמענהאַנג מיט אָט־דער מעשה תמר גופא, אַרויס אַ בתקול „ממני ומאתי יצאו הדברים כו' להעמיד מלכים בישראל"עט, אַז דאָס איז גאָר געווען בכדי עס זאָל געבאָרן ווערן פּרץ וכו' ביז משיח, וואָס ענינו איז גאולה.

נאָר דער ביאור איז ; די גאַנצע כוונה פון גלות וואָס איז געקומען „מפּני חטאינו"פ — איז בכדי אַז דורכן בירור פון חשך הגלות זאָל אַרויסקומען דער יתרון האור אין דער גאולה העתידה.

און דעריבער, הגם אַז בתחילת הענין ווערט טאַקע די פּעולה פון תמר'ן באַטראַכט אַלס חסרון, וואָס זיין תוצאה דאַרף זיין „הוציאוה בגלותא", איז אָבער שפּעטער, נאָכן „ויאמר יהודה הוציאוה ותשרף" — נאָך דער עבודה פון (יהודה) הודאה וואָס האָט גע'פּועל'ט אַז דורכן גלות (הוציאוה) ווערט „הצמאון והאהבה בחילא יתיר"עד („ותשרףד) — ווערט דאַן נתגלה אַז „ממני ומאתי יצאו הדברים כו' להעמיד מלכים בישראל", אַז אין דעם איז דאָ מלכתחילה אַ כוונה עליונה, עס זאָל דערפון אַרויסקומען פּרץ וכו' ביז צו דעם „עלה הפורץ לפניהם"פא וואָס וועט פּורץ זיין אַלע גדרים (אפילו די גדרים וואָס זיינען געווען בזמן הבית, ועד"ז — קודם ירידת הנשמה למטה), יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחות ש"פ מקץ וש"פ וארא תשכ"ח)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-5t5cmaew

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources